ברוכים הבאים לבחורי בין הזמנים!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

ברוכים הבאים לבחורי בין הזמנים!

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך מארטש 21, 2018 11:26 am

מיר האפן איר וועט הנאה האבן פון דעם פלאץ, א שיינעם איידעלעם אינזל אינמיטן ברוידזשענדעם ים פון היינטיגע טעכנאלאגיע, דא וועט איר זיך טרעפן מיט אוצרות ידיעות התורה והמצוות, סיפורי צדיקים, ידיעות בעניני מילי דעלמא, ועוד ועוד וואס אונזער רייכער אוצר טוט נאר פארמאגן.

יעצט צום ענין, ידעתי בני ידעתי, איך ווייס דו קומסט יעצט ארויס שפאגל גלאנציג פון ישיבה, דו שמעקסט פון ישיבה, (געווען אמאל דא ערגעץ א ווערטל אז ס'איז אמאל געווען א געהויבענע בחור'ל וואס האט אלס מקפיד געווען נאר צו טרינקן חלב ישראל וואס ער אליינ'ס האמ געמאלקן, ויהי היום איז ער אנגעקומען אין ישיבה אנפאנג זמן און ווי ערשטוינט זענען זיינע חברים פון דארמעטארי געווארן ווען זיי זעען ווי ניש-מיר ניש-דיר נישט מער און נישט ווייניגער ברענגט ער מיט זיך מיט א.... גרויסע קוה!! פרעגן זיי עם וואס דאס? ענטפער ער בטטו"ד זיין געהויבענע מנהג, זאגן זיי עם און וואס וועט זיין דא מיט די גרויך? ענטפערט ער די קוה וועט זיך שוין צוגעוואוינען)

בקיצור דו ציהסטיך אויס דיינע ביינער יעצט נאכן אפזיצן א גאנצע זמן אין ישיבה (אדער אינעם שטיבל מיטן פאון...) און די האסט געהערט פון א חבר, אדער אליינ'ס אויסגעטראפן אמעריקא אז ס'איז דא א פלאץ וואס הייסט אייוועלט, און מיט איין אימפעט ביסטו אהער געשפרינגן פארשפארט דעם טיר פון צימער, און זיך אריין געווארפן מיט פלייס אינעם עבודה פון תיכף עפענען א ניק, אמער? סי נאך דא א וועב זייטל וואס איך נאכנישט געהאט א ניק?, בקיצור נאך פאר'ן זיך באקוועם מאכן און ארויף קנייטשו די בין הזמנים רעקל און זיך באקענען מיט'ן מנהג המקום הייבסטו אן מיט א געשאוועלאכטץ אנגעוואפענט מיט קלאצנפייפער'ס און מיט א צוקוועטשע צוגארעטל אין די אינטערשטע הויזן טאש וואס דו האסט באקומען פורים פון א גבוה בחור אז דו זאלסט אים וואונטשן ער זאל שוין ווערן א חתן, און די נעמסטיך הויזענען מיט תגובות, שרייבט א לאנג יעריגער באזעסנער שרייבער א לאנג'ס אין א ברייטס, אן אנאליז אין פאליטיק, א בריכט איבער ספעיס, שניי באריכטן, סתם נייעס, געסטו א שיס אריין ווי א ספעיס עקס ראקעט: "שטותים!" אדער סיי וואספארא לויזונגען וואס אין ישיבה איז דאס נאך פון די נארמאלע סטעיטמענט'ס, זאלסט וויסן אז מיט דעם פארקלאפסטו אים די אפעטיט! ער פיהלט ווי ער האט געהאלטן א לאנגע שווערע דרשה פאר א פורהאנג און ווען מ'נעמט אראפ די פורהאנג נאכן דרשה זעהט ער ווי גאנץ קינדערגארטן זיצט דארט....

דערפאר בעט איך דיר חשובער בחור המופלוג בתורה ויראת שמים ממצייני ישיבתינו הק' (אמער, אזוי אידאך געשטאנען אין דיין כתב און די ר"י האטאך עס אליינ'ס אינטערגעסיינט) ביטע בעפאר דו הייבסט אן שרייבן, קוקט דיך אביסל ארום שטילערהייט פאר אפאר טעג, דערמאן דיך וויאזוי דו בוסט אנגעקומען פון דערפרעמד פריש אין דיין ישיבה וואו די האסטיך געשעמט ארויסצוזאגן א הויעך ווארט, האסט נאניש געוואוסט ווי עס ליגט די קאווע, האסטיך באגניגט מיט רויע פעפער אין פיקל'ס פאר פרישטאג ווייל דו האסטיך געשעמט צו פרעגו וואו די קאך איז, און אזוי לייען אביסל די תקנות המקום, באקען דיך אביסל וויאזוי מען דארף זיך דא אויפפירן אין אזא שטילע באשיידענע פלאץ, און מאך ניששט שמיציג דא מיט דיין מאראסטיגע בין הזמנים שיך, פארשטיי אז פונקט ווי אין צעירים איז אך און וויי אויב מ'הייבט זיך אן מיט א גבוה בחור כך במקומינו (נישט אז ס'גייט עפעס געשעהן אבער עפעס רעספעקט מעג מען האבן פארן צוקונפטיגער מחותן) און פיר דיך אויף ביטע מיט איינגעהאלטנקייט, בעפאר דו שרייבסט עפעס טראכט צוויי מאל צו דו וואלטס עס געהערט פון דיין טאטן אזא סטעיטמענט, אדער עלטערער חתונה געהאטע ברודער, אא"וו. בעפאר דו דריקסט שלח תגובה טראכט איבער א דריטע מאל צו דאס ענהאלט עפעס ווערדפולע תוכן און צו איינער גייט בעסער שלאפן היינט ביינאכט וועגן דיין תגובה.

פארשטייט זיך אז דו דארפסט אויך אינאכט נעמען אז יעדע תגובה ווערט דורכגעקוקט דורך עטליכע חשובע מנהלים שליט"א'ם וואס קוקן דורך יעדע פאראראף און זיינען שוקל דעת אויב די תגובה באלאנגט דא און אויב דער וואס שטייט אונטער די תגובה באלאנגט דא, עס העלפט נישט עפענען א פרישע ניק, מען קען פארשפארן די IP אז די פאון זאל מער קיינמאל נישט קענען אריינסיינען דא, מ'קען דא געהעריג ארויסווארפן פונקט ווי פון ישיבה.

זאלסט נעמען אינאכט אז ס'איז דא ספעציעלע גבאים וואס באשטייען פון עלטערע תושבים דא, זיי פארוויקלען זיך מיט גרינע און רויטע קאלירן, אויב דו דארפסט אמאל הילף קענסטו זיך צו זיי מעלדן.

בעיקר געדענק זיך צו דרייען נאר אין גוטע פלעצער, זאלסט האבן אסאך הצלחה וס"ד, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טאקע זיין א מופלוג בתויר"ש, און זאלסט בקרוב טרעפן דיין באשערטע און גיין אונטער די חופה מיט די רעכטע פיס און אנהייבן א גליקליכע לעבן, בחור חשוב געדענק! אין הדבר תלוי אלא בי!!
לעצט פאראכטן דורך צייט שטיפער אום מיטוואך מארטש 21, 2018 4:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ידען נאמן
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:59 pm

תגובהדורך ידען נאמן » מיטוואך מארטש 21, 2018 12:13 pm

;l;p-

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2018 1:08 pm

כ'כאפ נישט, בחורים? כ'האף ס'איז נאר א וויץ. איך האב אלץ געמיינט אז די בין הזמנים אנלויף איז פון די כולל אינגעלייט.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » מיטוואך מארטש 21, 2018 1:16 pm

פארוואס מיינסטו אז די כולל יונגעלייט ווארטן אויף בין הזמנים צו יושב׳ן אויף אייוועלט?
הכל לטובה!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך מארטש 21, 2018 2:43 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'כאפ נישט, בחורים? כ'האף ס'איז נאר א וויץ. איך האב אלץ געמיינט אז די בין הזמנים אנלויף איז פון די כולל אינגעלייט.


ס'קוקט אויס ווי איר זענט שוין טאקע למעלה משבעים...

(דרך אגב, לויט די דאטום וואס איר האט זיך איינגעשריבן און א נאמען געגעבן למעלה משבעים דארפט איר שוין ע"פ חשבון זיין למעלה משמונים, איך האף אז איר קענט ליינען אזעלעכע קליינע אויתיות אין אזא הויכע עלטער)

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך מארטש 21, 2018 2:46 pm

חיזוק און א ווארימע אויפנאמע פאר בחורים דא אויפן וועלטל? וואו איז אזאנ'ס געהערט געווארן? אלע בחורים גייען זיך דא קומען אויסלופטערן??????? שוין פארשפארן!!!!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך מארטש 21, 2018 2:57 pm

הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך מארטש 21, 2018 3:16 pm

איך גלייב שווער אז א בחור וואס האט שוין יא ציטריט זאל זיך דא דרייען ער זיכט אנדערע פלעטצער

אבער אויב איז די מעשה אנדיש איז אדרבה
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
fiena nieas
שר שלשת אלפים
תגובות: 3038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מארטש 21, 2018 3:43 pm

נעה בחורים דרייען זיך נישט דא זיי האבן פיל בעסערע פלעצער

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך מארטש 21, 2018 3:57 pm

און אויב דרייט ער זיך יא דא איז עס נישט נאר בין הזמנים....

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך מארטש 21, 2018 4:06 pm

צייט שטיפער האט געשריבן: עפעס רעספעקט מעג מען האבן פארן צוקונפטיגער מחותן

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט געשריבן די גאנצע, דאס האט מיר נאר דאס מערסטע געפאלן
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מארטש 21, 2018 5:06 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'כאפ נישט, בחורים? כ'האף ס'איז נאר א וויץ. איך האב אלץ געמיינט אז די בין הזמנים אנלויף איז פון די כולל אינגעלייט.

שוין לאנג געקלערט אז מען זאל נישט דא אויפנעמען קיין פרישע מעמבערס פון ר"ח ניסן ביז ב' אייר
אין פון א סליחות ביז ב' חשון...

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך מארטש 21, 2018 5:10 pm

;l;p- ;l;p-
ניס קראכער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'כאפ נישט, בחורים? כ'האף ס'איז נאר א וויץ. איך האב אלץ געמיינט אז די בין הזמנים אנלויף איז פון די כולל אינגעלייט.

שוין לאנג געקלערט אז מען זאל נישט דא אויפנעמען קיין פרישע מעמבערס פון ר"ח ניסן ביז ב' אייר
אין פון א סליחות ביז ב' חשון...

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך מארטש 21, 2018 7:48 pm

fiena nieas האט געשריבן:נעה בחורים דרייען זיך נישט דא זיי האבן פיל בעסערע פלעצער


עס איז בכלל נישט בחורים פרענדלי דעם ארט, שווער צו זאגן אז א בחור טרעפט זיך דאס ארט דא. כמעט נישטא קיין אשכולות וואס א בחור פארמאגט א חוצפה ביי זיך אפילו צו דרוקן דעם עקסטאזפולן קנעפל ׳שיק׳.

בחורים רעדן אן אנדערע שפראך, אנדערע שפריך ווערטער, אנדערע לאזונגען, וכו. איך קען נישט גלייבן אז בחורים דרייען זיך אויף אייוועלט.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך מארטש 21, 2018 8:12 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:נעה בחורים דרייען זיך נישט דא זיי האבן פיל בעסערע פלעצער


עס איז בכלל נישט בחורים פרענדלי דעם ארט, שווער צו זאגן אז א בחור טרעפט זיך דאס ארט דא. כמעט נישטא קיין אשכולות וואס א בחור פארמאגט א חוצפה ביי זיך אפילו צו דרוקן דעם עקסטאזפולן קנעפל ׳שיק׳.

בחורים רעדן אן אנדערע שפראך, אנדערע שפריך ווערטער, אנדערע לאזונגען, וכו. איך קען נישט גלייבן אז בחורים דרייען זיך אויף אייוועלט.


אבער דאך זענען דא בחורים וואס מיינען אז זיי זענען שוין טאטעס און זיי דרייען זיך אויף אייוועלט, מען זעהט כסדר בין הזמנים ניקס וואס מען קען זאגן דערויף אז עס איז א בחור.
נישט קיין סאך, אבער עס איז דא.

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך מארטש 21, 2018 8:35 pm

גאר גוט.
עדות נאמן פון א געוויסע אשכול וואס א בין הזמנים ניק האט צודרייט געמאכט דעם עולם מיט אפענע שקרים און ליגיונת פאר איבער א טאג.
און ער איז נאך נישט פארטיג ער סטראשעט זיינע קריטיקיר - אלט- געזעצענע אייועלט איינוואינער- אז ער וועט זיי 'ווייזן' און ווייטער צודריייט מאכן................
בקיצור א ריעל משל פון 'צייט שטופער'ס' ארטיקל
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלפיים
תגובות: 2011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך מארטש 21, 2018 11:04 pm

די האסט דיך שוין איינגעשריבן סוף זמן ווען די ישיבה איז שוין געפארן אויף רעדער...
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (2.63 KiB) געזעהן 2811 מאל
המצפה לישועת ד' במהרה
הק' מנחם האלבערשטאם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות

Haklal
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 12:30 am

יישר כח הרב צייט שטיפער די ביסט ריזיג

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 12:38 am

ניס קראכער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'כאפ נישט, בחורים? כ'האף ס'איז נאר א וויץ. איך האב אלץ געמיינט אז די בין הזמנים אנלויף איז פון די כולל אינגעלייט.

שוין לאנג געקלערט אז מען זאל נישט דא אויפנעמען קיין פרישע מעמבערס פון ר"ח ניסן ביז ב' אייר
אין פון א סליחות ביז ב' חשון...

דאס איז שוין גארנישט קיין וויץ, עס איז געהעריג אין קראפט דער "חוק בין הזמנים למניעת ניקים חדשים"...
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:40 am

מען דארף ווען מאכן אז כדי זיך אויפצוסיינען מוז מען אריין סקענען א מערידזש לייסענס

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:48 am

סיז מסודר האט געשריבן:די האסט דיך שוין איינגעשריבן סוף זמן ווען די ישיבה איז שוין געפארן אויף רעדער...

גראדע בין איך שוין אויף אייועלט בעפאר דיר. נאר איך האב לעצטנ'ס געליטן פון א 'ארור מכה רעהו בסתר' אטאקע ממילא האב איך געמוזט פריש געבוירן ווערן
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:50 am

עכט היימיש האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:די האסט דיך שוין איינגעשריבן סוף זמן ווען די ישיבה איז שוין געפארן אויף רעדער...

גראדע בין איך שוין אויף אייועלט בעפאר דיר. נאר איך האב לעצטנ'ס געליטן פון א 'ארור מכה רעהו בסתר' אטאקע ממילא האב איך געמוזט פריש געבוירן ווערן


די ביסט ווידער מגלה ווער דו ביסט

נעווער מיינד, יאך ווייס נישט ווער דו בוסט געווען

פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:02 pm

תגובהדורך פאלקאוויטש » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 11:46 am

לעניות דעתי
בחורים וואס האבן ביי זיך אין טאש אפענע אינטערנעט קומען נישט אריין זיך אריינסיינען אויפן וועלטל
זיי זוכן עפעס אנדערש..

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג מארטש 25, 2018 4:45 pm

וואס זיכן זיי?
וואס פאלט דיר ביי אז בחורים גאר האבן נישט קיין פילטער ?

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג מארטש 25, 2018 4:47 pm

פאלקאוויטש האט געשריבן:לעניות דעתי
בחורים וואס האבן ביי זיך אין טאש אפענע אינטערנעט קומען נישט אריין זיך אריינסיינען אויפן וועלטל
זיי זוכן עפעס אנדערש..

לעניות דעתי רוב "אקטיווע" תושבים דא זענען אומפארהייראטע יונגעלייט. ..


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מסתמא, נישט געפירליך און 14 געסט