מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג מארטש 19, 2018 4:50 pm

מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')... ח"א


שוין איידערן ארויפשטייגן אויפן באס בין איך שוין געווען היפש אנגעצויגן, נעמליך איך דארף כאפן דעם אויטאבאס אין די קומענדיגע מינוט'ן און אנקומען צו מיין שכנ'ס פדיון הבן אין צייט, איך בין דאך דער כהן הפודה... איך שטיי ביים לעצטן באס סטאנציאן אין בארא פארק, איך ווארט אין די פרעסטן, אין די ציפעדיגע קעלט וואס עסט אויף די גלידער, איך שטיי מיט מסירות נפש, אלעס כדי צו שפארן אפאר דאללער און קענען כאפן א רייזע מיט די 'אמן באס'.

אויסער מיר, שטייען נאך עטליכע, זייער צורה און קליידונג זאגן עדות אז זיי פארן אנטייל נעמען צו א שמחה אין וומסב"ג, א טאטע מיט זיינע זעקס פיצלעך ווארטן אויפן אויטא באס, ווארשיינליך איז שוין זיין בני בית ארויפגעשטיגן אויפן פאריגן באס. דער עולם האלט שוין די דריי איינצעלנע דאללער'ס אין די הענט מיט נאך עטליכע קוואדער'ס און מ'ווארט בכליון עיניים אויפן אויטאבאס אין די ביטערע פרעסטן.

עס גייט פאריבער פינף מינוט און פופצן מינוט, און עס איז נישטא קיין זכר פון קיין אמן באס, יעדער פרעגט איינער דעם צווייטן: דו, זאג נאר! ווען האט דער באס געדארפט אנקומען?! איך אליין וואס איך בין שוין געווען נערוועז אויפן העכסטן גראד, האב יענעם געענטפערט צוואנציג מינוט צוריק. יענער מיט די זעקס פיצקעלעך געבט נישט אויף: דו ביסט זיכער? אפשר איז שוין די באס געפארן? הייב איך יענעם אן מסביר צו זיין אין די קעלט, אז איך בין שוין דא געווען דער ערשטער ביים סטאנציע, אין צייט, און איר אלע זענט אורחים דא ביים סטאנציע, נו, אז איך זאג אייך אז דער באס איז נאכנישט געקומען, איז דער באס נאכנישט געקומען, פארשטאנען?! דער אינגערמאן ווענדט זיך צו זיינע קינדער און זאגט זיי: קינדער: עטס האטס געהערט וואס די טאטע דא האט געזאגט?!...

תוך כדי דיבור, קומט צו קריכן עפעס א עלנדע פרוי וואס שלעפט זיך מיט הויפענעס פלאסטישע זעקלעך, און ווענדט זיך צו מיר כאילו זי רעדט יעצט צו איר מאן ווען ער איז נאך געווען בחיים חיותו.... זאגטשע נאר אינגערמאנטשיקל: איר ווייסט אפשר צו די באס מיט די 'באנטש' טירן איז שוין דא געווען?!... עס איז מיר זייער קאלט באקלאגט זי זיך... איך האב געזעהן אז עס ווערט מיר גוט, איך האב נישט געהאט קיין כח נאך א טאג ארבעט זיך מטפל צו זיין מיט די ישישה... איך האב געהויבן פוס, נישט עפעס אויסערגעווענליך שנעל, נאר פאמעליך, איך האב מיר געמאכט כאילו איך האב נישט געהערט פון אירע ווייטאגן און אירע בקשות למיניהם, איך ריק מיר אוועק טריט ביי טריט מאכנדיג כאילו איך רעד מיט איינעם אויפן טעלעפאון.

אבער זי געבט נישט נאך: אינגערמאנטשיקל, איר הערט נישט אז איך רעדט צו אייך? ווי איז אייער דרך ארץ? מיינע פיס ווייען מיר שוין, איך בין א עלטערע פרוי, איך ווארט אויפן באס, איך בין געגאנגן צופיס א לאנגן וועג, איך שטיי אין די קעלט וכו' וכו', זי שרייט אויף די העכסטע טענער, אבער אין קול ואין עונה... איך בין נישט מחוייב צו ענטפערן פאר יעדן מאן דהו, -'גאפל אפ פון מיר!' קלער איך צו מיר עטוואס הויעך.

זי האט געזעהן אז עס וועט איר נישט העלפן קיין כי-הוא-זה ווען זי וועט שרייען צום "אינגערמאנטשיקל" האט זי זיך געוואנדן צום דעם פאטער פון די ששה בנים ובני בנים, און זי האט אנגעפאנגן מיט גענוי די זעלעב פראגע'ס. יענער אינגערמאן זייענדיג א ערנסטער אינגערמאן האט מיט קאפ אראפ איר געענטפערט אויף אלע אירע פראגן ברחל בתך הקטנה.

דער עולם ווארט אויף שטארלן פון האפענונג, אז דער אור-אלטער באס זאל שוין איינמאל פאר אלעמל אנקומען צו איר דעסטינאציע, אבער אויפן האריזאנט זעהט מען גארנישט א חוץ די פארבייגייענדע מאטאריסט'ן און ביציקלעך וואס פארן מיט א שנעלקייט אריבער דעם רשות הרבים, מיט עטליכע כינעזע וואס קלייבן צוזאם באטל- נאך-באטל אין די בלויע זעקלעך, כידוע...

עודנו עומד און איך קוק אופן שאסיי מיט אנגעצויגענע בליקן ווארטנדיג צו הערן די גערודער פונעם אמן באס, די פרוי איז ווארשיינליך א משלחת וחוזרת, איך זעה ווי זי שלעפט זיך אין מיין ריכטונג... אוי, עס ווערט מיר גוט... אינגערמאנטשיקל: -ווענדט זי זיך צו מיר מיט א בקשה- "איך זעה אז די אויטאבאס קומט נאכנישט, אפשר וואלט איר מיר געקענט טוהן א מצוה, טוט מיר א טובה, און היט אויף מיינע פעקעלעך, און דערווייל וועל איך גיין צו דא דערנעבעדיגן געשעפט נעמען א שטרוי פאר מיין 'דרינק'?!?... עס ווערט מיר גוט... אינגערמאנטשיקל - זעצט זי פאר- איר הערט וואס איך בעט אייך? איר זאלט היטן מיינע זעק און איך גיי נעמען א שטרוי, איך בין דא צוריק אין א מינוט... ווען איך וואלט ווען אויסגעטוישט א ווארט מיט איר וואלט איך איר ערקלערט אז איר פלאן איז בכלל נישט קיין רעאליסטישטע, לו יצוייר אז דער באס וועט טאקע נישט אנקומען פאר א מינוט, אבער חשובע רעביצין: איר קענט אייך קוים באוועגן לויט ווי איר האט פריער מעיד געווען, נו, וואס איז אייער פלאן? ביז ווילאנג איר וועט נאר טראכטן פון אנהויבן טראכטן פון זיך א ריר צו געבן וועט שוין פארבייגיין לכה"פ 15 מינוט?... אבער איך זאג איר עס נישט, איך וויל נישט אריינגיין מיט איר אין א דין ודברים.

פארזעצונג קומט אי"ה
ראשי פרקים פון פארזעצונג


גערודער אויפן באס – דער משולח נעבן מיר מיט'ן קליינעם חומש'ל אין די האנט- די צוויי קליינע בארדענען – מיין שכן הערט קול מבשר אויפן העכסטן גראד און מיין שכן פון די רעכטע זייט מאכט מיר סתם אזוי נערוועז...
צוגעלייגטע
מיין רייזע אויפן וומסב.pdf
(69.42 KiB) דאונלאודעד 130 מאל

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מאנטאג מארטש 19, 2018 4:56 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ר' משה (כהן הפודה), חאאאזאק בארוךךךךךךךךךךך, קומסט אריין זייער קלאר, אזש איך קען מעיד זיין אז עס איז נישט פארהאן קיין שמץ דמיון והמסתעף, אלעס איז קליפ און קלארע מציאות... ר' משה קיפ איט איפ :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » מאנטאג מארטש 19, 2018 5:01 pm

נאך איידער איך הייב אן אריינצוגיין און צונעמען דיין ארטיקעל דארף איך דיר זאגען @משה כהן די טאפיק אליינס איז א גוטס.. יפה בררת..

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג מארטש 19, 2018 5:08 pm

פיינע נייעס דאס!! גוט געשריבן!!

א שאד איך בין נישט קיין שרייבער, איך האב אזויפיהל מיטגעמאכט אויף די ווילי-בארא פארק באס - מ'דארף אויך באשרייבן די רשעות וואס זיי באגייען מיט די מענטשהייט.
איזי

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מאנטאג מארטש 19, 2018 5:25 pm

חחח! גוט גוט!

מ'ווארטן אויפן פארזעצונג
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מארטש 19, 2018 5:57 pm

דערמאנט מיר פון די ניק רייזענדער, ער פלעגט אויך ברענגען גוטע פאסירונג פון זיינע וועגן.

קיפ עם קאמינג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג מארטש 19, 2018 6:35 pm

טראבל מעיקער האט געשריבן:פיינע נייעס דאס!! גוט געשריבן!!

א שאד איך בין נישט קיין שרייבער, איך האב אזויפיהל מיטגעמאכט אויף די ווילי-בארא פארק באס - מ'דארף אויך באשרייבן די רשעות וואס זיי באגייען מיט די מענטשהייט.

נו שיק אריין אין אישי אייגנארטיגע קרישקעס און אנקעדאטן און מען וועט דיר פארצייכענען די קרעדיט, ווי עסז ווערט ציטירט דיינ'ס א קרישקע...

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מאנטאג מארטש 19, 2018 6:48 pm

שטארק הנאה געהאט.
גאר פיין געשריבן.
מיר ווארטן אויפן המשך ;l;p-
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג מארטש 19, 2018 6:56 pm

מיין קליינער האט מיך לעצטענס געפרעגט בשיא התמימות צו מען פארט קיין אומאן מיט די אומאן באס.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג מארטש 19, 2018 7:00 pm

יהודי האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט.
גאר פיין געשריבן.
מיר ווארטן אויפן המשך ;l;p-


;l;p- ;l;p- ;l;p-

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מארטש 19, 2018 7:22 pm

משהלע האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט.
גאר פיין געשריבן.
מיר ווארטן אויפן המשך ;l;p-


;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 19, 2018 9:22 pm

געוואלדיג!

א ברענעדיגע נושא זאפטיג צעלייגט... קיפיראפ!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 19, 2018 10:46 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:געוואלדיג!

א ברענעדיגע נושא זאפטיג צעלייגט... קיפיראפ!!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג מארטש 19, 2018 11:45 pm

חחחח!! שוין געליינט דא און דארט אויף דעיע נושא, אבער ווי אזוי די לייגסט עס אראפ, איז ווערט אלע געלטער, די האסט א זאפטיגע שריפט! איך האב נישט אויפגעהערט לאכן פון אנהייב ביזן סוף.

שרייב שוין ווייטער.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מארטש 20, 2018 2:02 am

קיינמאל וועל איך נישט פארגעסן די בושות וואס דער דזשיינא (קרעדיט דאנאלד דזשעי טראמפ) אפשטאמיגער דרייווער האט מיר אמאל געמאכט..
אוי פארדעים אליין דארף מען דרייון אין ברוקלין.. מיט אזעלכע חברה מאכן זיי קאנטרעקטס... שוין געחלומט פון מאכן א קאמפעטישן וואס זאל פארן אויף די ברייט פון ב״פ.. גוטע איידיע?

עניוועי הרב כהן קיפ איט אפ.. גרעיט טאפיק..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג מארטש 20, 2018 6:56 am

ר' משה, פארסטו אמאל אויפ'ן מאנסי באס? פליז, באשרייב דאס אויך. עס איז אן עקספיריענס מיוחדת
mi a nagy ügy

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:06 pm

מטעמים האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט.
גאר פיין געשריבן.
מיר ווארטן אויפן המשך ;l;p-


;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:14 pm

מורא'דיג שטארק הנאה געהאט.
מיר ווארטן אויפן המשך
זייער פיין געשריבן.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:23 pm

מיין רייזע אויפן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')... ח"ב
די עלנדע עלטערע פרוי שטייט ביים באס סטאנציאן און איז מסופק, זי איז משוטט אין אירע מחשבות בפועל ממש, זי רעדט זיך דורך מיט זיך אליין, ווארשיינליך ווייל יענער הערט איר שטענדיג אוויס אירע קרעמפן... (אזוי ווי די גוים וואס דרייען שטענדיג ארום מיט זייערע הינטלעך בחוצות העיר, ווייל די הינט האבן שטענדיג א אוזן קושבת, און מען קען זיי האלדזן אלעמאל)...

איך געב נישט אויף, און איך הייב מיינע אויגן אויפן שאסיי צו זעהן אויב עס איז נאך דא האפענונג אויף א באס קיין וומסב"ג היינט נאכט. און יא! את אשר יגורנו בא!!! דער באס איז אויפן וועג אהער... מען דערקענט שוין דעם וואקעלדיגן פלאכ'ן באס זיך דערנענטערן...

בליקנדיג אויפן באס וואס קומט צו פארן, קומט צו צו מיר א משולח, וואס לויט איך געדענק האב איך אים נארוואס געזעהן אין בית המדרש מיט די זעקלאך און פעקלאך, ער דערנענטערט זיך צו מיר מיט א גאלאפ, און פרעגט: האוטובאס הזה, הוא הוא האוטובאס?! ער רעדט נישט קיין אידיש, ער רעדט זיין היים שפראך, איך פרעג אים: מה? און ער זאגט נאכאמאל איבער ווען איך דערקען די כוונה פון זיינע גרימאסן און קנייטשן צו דער באס וואס דערנעטערט זיך צו דאס איז די באס... איך ענטפער אים: כן! און ער זעצט פאר: מה המחיר, כמה דולרים? אני נוסע לוואלמעסבוירג... איך בין דאך געווען אין ארץ ישראל פארגאנגענע ל"ג בעומר פאר איינס און א האלב טאג, ממילא האב איך מיר שוין צוגעלערנט אביסל פון דעם נארישן שפראך, און מיט מיין גרוס בקיאות שפעטיגט נישט מיין ענטפער צו קומען, שלשה דולרים עם שקל אחד... ער איז ממשיך און פרעגט: אתה בטוח? איך ענטפער אים: לא! [גיי זיי אים מסביר אז יעדען שני וחמישי שטייגט די פרייז פונעם באס... נעכטן איז דאס געווען צוויי דאללער מיט פופציג צענט און היינט האלט עס שוין מיט נאך א דאללער ארויף...], ער קען נישט פארשטיין ווי אזוי א היזיגער ווייסט נישט די פרייזן פונעם באס, און פרעגט מיר: מה זה שאתה לא בטוח? -אני לא בטוח, אני לא יודע בוודאי, זה מתחלף ומשתנה בכל יום ויום ממש! ענטפער איך אים מיט מיין פליסיגן שפראך...

דער באס קומט צו א האסטיגן אפשטעל. איך פארקירערווע מיין הענט אינעם וועסטל קעשענע, איך שמייס ארויס פון דארט עטליכע קוואדער'ס. קודם האב איך געקלערט בכלל נישט צו צאלן פאר דעם רייזע. האסטו געהערט אזאנ'ס?!?!?! עס שטייען דא אין די קעלט מאסן מענטשן, ובתוכם, אינגעמאנטשיק'לעך, א כהן הפודה, א פאטער מיט זעקס פיצלאך קיצלאך, א פרוי א ישישה וואס ברויך א שטרוי פאר איר 'דרינק', און עטליכע משוללללללחים, און צו די אלע צרות ערשיינט דער באס אין א שפעטע שעה, די קעלט שניידט אין אלע גלידער, די אנגעצויגנקייט איז אויפן העכסטן גראד, די קולות זענען אויפן העכסטן ניווא, און די קללות שנעלערן זיך מיט א געוואלדיגן טעמפא. א חוצפה! צאלן וועל איך אים נאך?! זאל ער מיר צוצאלן!...

אבער היות, איך בין דאך דער וואס מוז אנקומען קיין וומסב"ג און אשר ע"כ האב איך באשלאסן צו רייזן מיט'ן פארריקטן באס, דערפאר, מוז איך צאלן, נישטא קיין צוויי ברירות.
איך האב מצליח געווען צוזאמענצוקלייבן פון אלע מיינע קעשענע'ס די נויטיגע אוימפארזיכערטע סכום, סוכ"ס קען מען דאך נישט וויסן צו דער כינעזער האט שוין היינט געגעסן זיין רייז מיט סושי פאר נאכטמאל... מעגליך אז ער וועט מקפיד זיין על קלה כבחמורה און וועט מיט זיינע שטרענגע שפיזיגע בליקן וואס שטארצן ארויס פון די צוזאמענגעצויגענע אויגן פארלאנגען דעם פולן סכום, דערפאר, כדי צו פארשפארן די מעגליכע עגמת נפש, האבן מיר געצאלט פאר דעם רייזע, אריינגעווארפן אינעם אייזערנעם קאסטן. אפס.... דער קאסטן איז פיל, די קוואדער'ס פאלן נישט אריין... דער לעכל איז אנגעהויפנט מיט מטבעות, אז באלד גייט זיין ששון... מען גייט קלייבן מטבעות פון די ערד, געב עס נאך אפאר מינוט....

איך פרוביר אריינצושלייכן מיינע מטבעות אבער אן ערפאלג... דער כינעזער זעהט אז עס נעמט נישט קיין ענדע, ווייזט ער מיט די הענט, אז איך זאל דארט אראפלייגן מיינט פרוטות, נישט קיין פראבלעם. אונטער מיר ווארטן ארויפצושטייגן נאך א שיינע פאר אידן, איך אייל מיך ארויף.

וווווווווואאאוווווו..... א ממבהיל'דיגע מחזה, דער באס איז מלא על כל גדותיו, די היץ שפירט זיך אויפן העכסטן גראד, די קולות זענען אין די העכסטע שטאפלען, די עזרתת נשים רינט איבער, אויף די פאדלאגע פונעם באס ליגן אויסגע'שורה'ט ניישלאס זעקלעך, די גרעי'ע בעג'ס... איר ווייסט נישט פון וואס יאך רעד?! ווען איר וועט חתונה האבן וועט איר פארשטיין... מיין שטוב האט זיך שוין פונלאנג באקלאגט, אז זי ווייסט נישט פארוואס, למען הקרעפל מוזן אלע וויליאמסבורג'ע נשים קומען איינקויפן דייקא אין בארא פארק, און דייקא אין ניישלאס... איך האב דאך געמיינט אז אדם רוצה בקב שלו?! אה... יענעמ'ס גראז איז גרינער?... פארדעם שטעלט מען צו דעם באס??... זאל ניישלאס צו שטעלן א שאטל פאר אלע אירע קינדן.... האסטו געהערט אזאנ'ס???!!!

די מענער זיצן זענען פיל, והא ראי' אז דער עולם שטייט אין דורכגאנג און כאפט זיך אן אינעם דאך... מען קען זיך נישט רירן... איך קוק מיך אום צו אפשר דאך איז נאך פארהאן א חצי זיץ, איך קען נישט פאנטאזירן, ניטאמאל אין וויסטן חלום אז איך גיי שטיין יעצט א האלבע שעה אויפן וואקלדיגן באס, מיט די נשים, משולחים, בחורים ביינאזאם.... פארדעם האם איך געווארט א האלבע שעה אין די פרעסטן? פאר דעם צאל איך נאנט צו פיר דאללער פון מיין איינגעשפארטע כולל געלט? פאר דעם?? יא??!!??.... א שאנדע!...

פארזעצונג קומט אי"ה
ראשי פרקים פון פארזעצונג:
דער משולח נעבן מיר מיט'ן קליינעם חומש'ל אין די האנט- מיין שכן הערט קול מבשר אויפן העכסטן גראד און מיין שכן פון די רעכטע זייט מאכט מיר סתם אזוי נערוועז... - דער שאפער העכערט זיין שטימע – דער באס איז צובראכן און קומט צו א אפשטעל אויפן הויפט שאסיי -
צוגעלייגטע
מיין רייזע מיט'ן באס חלק ב'.pdf
(29.32 KiB) דאונלאודעד 89 מאל
לעצט פאראכטן דורך משה כהן אום דינסטאג מארטש 20, 2018 1:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:35 pm

בינעך קיינמאל דארט געווען, אבער אצינד שפיר איך מיר דארט לעבעדיג..

קיפעראפ ראביי כהן!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דינסטאג מארטש 20, 2018 1:42 pm

מוכר ספרים גוזר ומשה מקיים! משה קיפ איט אפ... דיין ארבעט איז פלאכעס... איר קומט אריין אבנארמאל קלאר...

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג מארטש 20, 2018 2:20 pm

א גאנצע נאכט פריז איך פאר קעלט
ווען גייט שוין די באס קומען
אבער נאך אלעם האב איך מיר גוט ציגעדעקט און אזוי געשלאפן
אבער דואנ'ט טעלל מי אז איך גיי יעצט ווערן אויפגעשאקעלט ביז מארגען

שוין
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 05, 2018 12:52 pm

תגובהדורך שוין » דינסטאג מארטש 20, 2018 2:34 pm

משה זייער שטארק הנאה געהאט.
חזק ואמץ..

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג מארטש 20, 2018 2:44 pm

קענדי'ס האט געשריבן:א גאנצע נאכט פריז איך פאר קעלט
ווען גייט שוין די באס קומען
אבער נאך אלעם האב איך מיר גוט ציגעדעקט און אזוי געשלאפן
אבער דואנ'ט טעלל מי אז איך גיי יעצט ווערן אויפגעשאקעלט ביז מארגען

wow!..טרערן פליסן פון מיינע אויגן...אזעלעכע רשעים דער "צדיקים" וואס האבן אינזין אז מען זאל ענטפערן אמן אויף די הטוב והמטיב וואס מען דארף מאכן נאכן אראפקומען פון דעם פארשאלטענע באס...
נעקסט קומט די שמועס פון די דרייווער אויף כינעזיש אדער זיינע אום אויפהערליכע שארטסטפס?...

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג מארטש 20, 2018 3:05 pm

ענדליך בארירט א נושא וואס אסאך אירע וואלטן געוואלט ארויסזאגן בפרט די וואס זענען כסדר אויף די שאסייען בין בארא פארק לוויליאמסבורג אינעם פלאכן וואקלדיגן באס!
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו און 7 געסט