שניי-ווייז
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
שניי-ווייז
בס״ד
פאראשוטן פון נאטור
ווייס ווייס
ווארעמע קאלדרעס
פון קאלטע אייז
פארגאפט, פארשיכור׳ט
אטעם פארכאפנד
האריזאנטן באצוקערט
אבסטראק אבער טאפנד
פילפארביג געמאלן
נאר אן קאליר
בערג און טאלן
פון בלויז נאטור
פאדלאגעס ווייעך
פון הארטע שניי
טריט אין די הייעך
אבער אין תהומות גיי
דער הימל פלאך
צום ערד צובלאזן
דער גרויער דאך
קאלירט די גראזן
נאס און טרוקן
עקזיסטירנדע היפך
פיסטריט דערקוויקן
אין פלושענע טעפיך
דער גרינער יקום
פארפאקט אין וואטע
מיט ליבשאפט ארום
פון געטרייער טאטע
אפענע סתירה
קאמבאנירן טוט-אים
אין איין שורה
דער משנה עתים
יעדן טאג ניי
פול מיט קאנטראסט
מאך דערפון שניי
נישט מאראסט!
פארום
פאראשוטן פון נאטור
ווייס ווייס
ווארעמע קאלדרעס
פון קאלטע אייז
פארגאפט, פארשיכור׳ט
אטעם פארכאפנד
האריזאנטן באצוקערט
אבסטראק אבער טאפנד
פילפארביג געמאלן
נאר אן קאליר
בערג און טאלן
פון בלויז נאטור
פאדלאגעס ווייעך
פון הארטע שניי
טריט אין די הייעך
אבער אין תהומות גיי
דער הימל פלאך
צום ערד צובלאזן
דער גרויער דאך
קאלירט די גראזן
נאס און טרוקן
עקזיסטירנדע היפך
פיסטריט דערקוויקן
אין פלושענע טעפיך
דער גרינער יקום
פארפאקט אין וואטע
מיט ליבשאפט ארום
פון געטרייער טאטע
אפענע סתירה
קאמבאנירן טוט-אים
אין איין שורה
דער משנה עתים
יעדן טאג ניי
פול מיט קאנטראסט
מאך דערפון שניי
נישט מאראסט!
פארום
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:WOW
אומנארמאלער טיפער פאעזיע!
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
בס"ד
ווי זאגט ר' יו"ט ערליך, "פלוש און זייד."
בלויז פאר'ן הערן פריש די באגריפן פלושענע טעפיך ט'זיך שוין געלוינט ס'גאנצע.
די פאום איז פאעזיע בתפארתו, יעדע שורה פאר זיך איז 3D פאעטיש; דאס גראמען נאר אייז אויפ'ן טארט.
שמו האט געשריבן:שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:WOW
אומנארמאלער טיפער פאעזיע!
ווי זאגט ר' יו"ט ערליך, "פלוש און זייד."
בלויז פאר'ן הערן פריש די באגריפן פלושענע טעפיך ט'זיך שוין געלוינט ס'גאנצע.
די פאום איז פאעזיע בתפארתו, יעדע שורה פאר זיך איז 3D פאעטיש; דאס גראמען נאר אייז אויפ'ן טארט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
מזל מידיע האט געשריבן:די פאום איז פאעזיע בתפארתו, יעדע שורה פאר זיך איז 3D פאעטיש; דאס גראמען נאר אייז אויפ'ן טארט.
ייש״כ מזל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
הערליך הערליך!
דיין פאעט צוזאם פארן
מיט די שניי, גאט'ס שענסטע נאטורן
פארגליווערט און פארפרארן
ווי א אייז א דורכזיכטיג א קלארן
שניי פאראייניגט אלע יארן
פאראלעזירט דעם זכרון
שטיי און קוק פארלארן
קענסט קיין ערגעץ פארן
דיין פאעט טוט דאס אדורך-בארן
שבת וינפש, די בריאה ווי אין אן ארון
אין ניו יארק ווי אין חרן
הנותן שלג כצמר, ווי שניי ווייסע הארן
ענדע צדיק, דיין פענע טוה נישט שפארן
זיי ממלא דעם חסרון
האסט ארויס-געקוועטש דעם שניי מיט אירע שענסטע מאנדורן
פאעטיר נאך, בהכשר ויתרון
דיין פאעט צוזאם פארן
מיט די שניי, גאט'ס שענסטע נאטורן
פארגליווערט און פארפרארן
ווי א אייז א דורכזיכטיג א קלארן
שניי פאראייניגט אלע יארן
פאראלעזירט דעם זכרון
שטיי און קוק פארלארן
קענסט קיין ערגעץ פארן
דיין פאעט טוט דאס אדורך-בארן
שבת וינפש, די בריאה ווי אין אן ארון
אין ניו יארק ווי אין חרן
הנותן שלג כצמר, ווי שניי ווייסע הארן
ענדע צדיק, דיין פענע טוה נישט שפארן
זיי ממלא דעם חסרון
האסט ארויס-געקוועטש דעם שניי מיט אירע שענסטע מאנדורן
פאעטיר נאך, בהכשר ויתרון
על מי מנוחות ינהלנו