קנאה...? zoom ארויס!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

קנאה...? zoom ארויס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

רבי בערל שלעפט זיך מיט זיין נארוואס איינגעהאנדעלטע קאמרא, ער שטעלט זיך אויף א גוטע פאזיציע און אופס... געכאפט! א גוטס! ער דרוקט נאכאמאל אויפן קנעפל און פארגינט זיך נאך א בליץ. נאך איינס צוויי דריי פיר און ער שפירט זיך באזעטיגט. ער קלאפט זיך אויפן רוקן (ניין.. נישט אין פארענט פון יעדן, נאר אין זיין מח..) ער איז אין די ריכטיגע פראפעסיע! פאטאגראפיע; דאס איז זיינס! זיין נשמה! רבי בערל פאקט צוריק זיין מאשינדל אין פושקע און שפאנט ארויס פון זאל.

...

צוויי וואכן שפעטער..

א געשמאקע קופקע פון עטליכע יונגעלייט טון העפטיג דיסקוסירן וויפל מענטשן עס האבן זיך באטייליגט ביי די חתונה פוו די יאפאנע רביס אייניקל. שמעון, א פלאם-פייערדיגע יאפאנע חסיד האט שוין באלד נישט קיין ענערגיע איבערגעליבן אין זיין קערפער פון גרויס היציגקייט; ער וועט נישט לאזן דער עולם זאל האלטן אז עס זענען נאר געווען 1500 מענטשן, ווייל ער האט דאך געזען מיט זיינע פליישיגע אויגן די געדרענג אין זאל ביים חתונה; ס׳קען נישט זיין אז 1500 ותו לא.

און אזוי גייט עס אהין און צוריק (כדרך טענה׳ריי).

ביז, חיים ירחמיאל, א רואיגער לאגישער אינגערמאן, רופט זיך אן: חברה א שאד זיך צו טענה׳ן לאמיר נעמען די בילדער אויסגאבע וואס בערעל דער פאטאגראפירער גיבט ארויס יעדע וואך און לאמיר זען אויף די בילדער אליין.

ווי צו ווארימע שניצעל האט זיך דער עולם א לאז געטון צום בילדער אויסגאבע און אויפגעמישט דעם בלאט ווי די יאפאנע חתונה איז געדעקט געווארן.

״איך האב דיר געזאגט אז עס איז נישט געווען אזוי פול דארט״ זאגט לייביש מיט טרימיוף. ״קוק.. חוץ דעם רבין אליין זעט מען נישט קיין גרויסע עולם״.

שמעון, דער ברענעדיגער חסיד איז בכלל נישט נתפעל פון לייבישענס דעקלעראציע, ער פארבינדט זיך אויפן ארט צו בערל דער פאטאגראפירער און ער פרעגט אים הלמאי אז דו האסט נישט געדעקט דעם עולם נאר דעם רבין.

״איך וועל דיר זאגן דעם אמת,״, פאר ענטפערט זיך בערל, ״די געדרענג איז געווען אזוי גרויס
אז איך האב נישט געקענט טרעפן א פאסיגע פלאץ וואו צו שטיין צו כאפן א בילד פונעם עולם ממילא האב איך מיך קאנצעטרירט אויפן רבי׳ן און אריינגעzoomed אויפן רבי׳ן.״

..

ווען מיר טרעפן זיך אמאל מקנא זיין דעם און יענעם, עס קוקט אונז אויס ווי יענער האט אזא גוטע פאסטן, שלום בית, קינדער וכדו׳ זאל מען זיך אפשטעלן און ברענגן צום באוויסטזיין אז מיר האבן געמאכט zoom אויף אונזער מח-קאמארא, מיר האבן פארגרעסערט דעם פאוקאוס און מיר זען ׳נאר׳ יענעמ׳ס בליטשקעדיגע מאמעמנטן, און יענעמ׳ס גלאנצעדיגן אויבערפלאך, און אויך zoomen מיר אריין אןיף אונזערע שוועריקייטן און טונקעלע אספעקטן אין אונזער לעבן.

די עצה? פשוט! Zoom צוריק ארויס אויף אונזערע גוטע זאכן אין לעבן וואס מיר האבן יא, און לגבי יענעם וועמען מיר זענען מקנא לאמיר ארויס zoomen און זען אז יענער האט אויך שוועריקייטן חוץ פון זיינע בליטשקעדיגע אויסערליכע בילד וואס ער גיט פאר אנדערע.

אין איין ווארט: קנאה קומט פון אריין zoomen!

הצלחה רבה! שלא תעלה קנאת אדם עלי.. ולא קנאתי על אחרים..
אוועטאר
חד יומא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חד יומא »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ידען נאמן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען נאמן »

חד יומא האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

באקאנטער ווארט: עס שטייט ביי די עשרת הדברות "לֹא תַחְמֹד בֵּית רֵעֶךָ לֹא תַחְמֹד אֵשֶׁת רֵעֶךָ וְעַבְדּוֹ וַאֲמָתוֹ וְשׁוֹרוֹ וַחֲמֹרוֹ וְכֹל אֲשֶׁר לְרֵעֶךָ"
שטעלט זיך די קשיא, נאכדעם וואס עס שטייט שוין אויסגערעכנט אלעס בפרטיות, וואס דארף שטיין וְכֹל אֲשֶׁר לְרֵעֶךָ?
נאר די פסוק וויל אונז לערנען אז מען קען נישט נעמען נאר איין זאך פון יענעמ'ס פעקל, מען דארף ארויס ZOOM'EN!

---
C/P
הגאון רבי יעקב גלינסקי זצוק"ל תמה לאריכות הלשון בדיברה העשירית שבעשרת הדיברות: "לא תחמוד בית רעך לא תחמוד אשת רעך ועבדו ואמתו ושורו וחמורו וכל אשר לרעך"- אם הכתוב מסיים "וכל אשר לרעך", הרי הכל בכלל- ולמה מפרט הוא בתחילה בית, עבד, שור וחמור?

אולם יסוד גדול בהנהגת חיינו אנו יכולים ללמוד מתביעה זו של התורה בחיתום הפסוק "וכל אשר לרעך" והדברים כה נוקבים: אדם חומד את בית רעהו-פנטהאוז, וילה, גינה, מכונית מפוארת, שטיחים מקיר לקיר, מטבח אמריקאי, הוא חומד את "חמור" חברו. מדוע לי אין, האם הוא מוכשר ממני? אין זה הוגן, היכן היושר!

ועונים לו: הירגע, אתה צודק. אבל מצד שני, אין זה צודק שתקבל רק את הוילה והמכונית שלו, ויחד עם זאת תשאיר ברשותך את כל השאר: את הבריאות הטובה, את המידות הטובות, את המשפחה המאושרת, את השלווה שבביתך. אם ברצונך- קום והתחלף עמו כליל, "קומפלט": קח את המכונית שלו עם האולקוס וכאבי הראש, עם ה"מרבה נכסים מרבה דאגה" יומם וליל, עם הצרות מבית רח"ל, עם המזג הרע והתפרצויות החימה, הכל בכל, ואם אתה עדיין מוכן, אות הוא שאינך יודע את מצבו... וזהו שנאמר: "לא תחמוד בית רעך ושורו וחמורו- וכל אשר לרעך". אל תסתכל בפרט זה או אחר, הסתכל על הכל בכל- וכבר לא תחמוד מאומה... מען דארף ארויס ZOOM'EN!
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

גוט געזאגט!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

געזאגט אדער געזאמט?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

;l;p-

שיינע רעיון, גוטע משל!


שכח
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

שטארק!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

;l;p- ;l;p-

גוט אריינגעזאמט!
איזי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”