טאטי איך דארף א נייע חומש

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

טאטי איך דארף א נייע חומש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

טאטי איך דארף א נייע חומש מהייבט אן ויקרא
גיי איך צו צום שאפע, זע איך דארט (צו זיין פונקליך) צוועלף חומשים אקעי ויקרא אמ,,,,,אמ,,,,,
דא האסטו שעפעלע וועל דיר אויס פון די דריי וועלכע איז די שענסטע
ניין מיין רבי האט אהיים געשיקט א צעטיל אז מדארף ברענגען 12 דאללער ווייל מדארף האבען א כתר תורה חומש
אה כתר תורה אמ,,,, בראשית, אמ,,, שמות,,, אוי ויקרא האב איך טאקע נישט, שוין נאדיר די צוועלף דאללער טראג עס אין חדר

אט דאס וויל איך דא אויסשועסן וואס פארדריסט מיר

פאר עטליכע יאר צוריק האט מיין עלטערע אינגעל אנגעהויבען צו לערנען חומש ווי פארשטענדליך האט מען יעדן סדר געקויפט א נייעם חומש, דוקא עוז והדר סאיז היימיש, אויסגעהאלטען, היימישע נדבנים, זייער פראפעסיאנאלע ארבייט, האט די חדר געזאגט מזאל דוקא קופן עוז והדר שוין סאיז סוף יאר כהאב שוין דעם גאנצען סעט ב''ה,

איבער א יאר פרשת בראשית איך שיק מיין אינגעל מיטן חומש קומט אהיים א צעטל אז סזענען געזיצען די גאנצע הנהלה מהאט מחליט געווען אז עוז והדר איז נישט גיט ממוז דוקא מאירת עינים (די סבה האט מען אונז פשוטע מענטשען נישט געזאגט (מן הסתם איז ואת הארנבת נישט געווען געפינטעלט) אקעי הייבט זיך אן יעצט יעדן סדר קופען נאר מאירת עינים, נישט ח''ו עפעס אנדערש, שוין האב איך שוין צוויי סעטס חומשים וואס פליען מיר אונטער די פיס ווי איך גיי,

אצינד האלט איך ביים צווייטען קינד ב''ה איך וויל איבערניצען די חומשים ניין די חדר פארלאנגט דוקא כתר תורה סאיז ראטזאם אז אלע קינדער זאלען האבען די זעלבע חומש גיי איך סוף יאר האבען דריי סעטס חומשים און קומענדיגע יאר ווען כעל וועלן איבער ניצען אפשר וועט דאן ארויס קומען א פערטע חומש דרכי תורה און יאר שפעטער וכו'' וכו''
וויל איך פרעגן, איך פראביר נישט צו זיין סארקיסטיש, אדרבה ווער עס קען עס מסביר זיין בטוב טעם ודעת זאל אריינקומען,,,
וואס איז אזוי שלעכט אז מ'נוצט איבער דעם חומש פונעם ברידער ווען סאיז נאך גיט, אונז האמיר אלץ קינד איבער גענוצט אלע חומשים אפשר צען מאל, כהאב געכאפט די זעלבע פעטש פרשת משפטים, איך בין אויפגעוואקסען די זעלבע תלמיד חכם ווי די היינטיגע קינדער, וואס ניצען נאר נייע חומשים,
איז דאס צוליב וואס מיר זענען אזוי ביוריקראטיש אז אלעז מוז זיין אזוי פראפעסיאנאל,
אדער זיצען דארט מענטשען וואס טראכטען נישט אז איינער האט פינף אינגליך און דארף יעדן סדר ספענדען נאך 60 דאללער און סוף יאר גייט ער זיך טרעפן מיט א ספרים שאנק מיט חומשים (הא קעירס זאל ער ברענגען א נייע)
אדער אפשר בין איך זייער נעגעטיוו, און אדרבה מלייגט היינט אריין מער קאפ און מח, אז די קינדער זאלען האבען דעם בעסטען חומש, און מוויל נישט סעטלען פאר עפעס ווייניגער ווי דאס בעסטע,

ס'איז אפשר א מינדערוויכטיגע נושא אבער די עדיטוט שפיגעלט זיך אפ אין זייער אסאך תחומים (ווי למשל ביכער ביי די מיידלעך וכדומ') דאס איז נאר א דוגמא,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

שרייבסט גוט,
איך האב אמאל געקלערט אז די סיבה איז ווייל פארן מלמד איז גרינגער צו האלטן קאפ אויף די קינדער ווען יעדער האט די זעלבע חומש מיטן צורת הדף
למשל יענקל פאר'חלומ'ט זיך היבש, די וועג וויאזוי דער מלמד איז איבערצייגט אז ער איז פאר'חלומ'ט איז ווען ער האלט נאך אויפן פריערדיגן בלעטל
נו אז יעדער האט דעם זעלבן צורת הדף איז עס "אבוויעס"

ס'מוז נישט זיין אז די "הנהלה" טוישט דער חומש, ס'קען זיין אז יעדער מלמד האט זיך זיין חומש

דאס איז שפעקולאציעס

למעשה אבער

סארקאזי האט געשריבן:
די עדיטוט שפיגעלט זיך אפ אין זייער אסאך תחומים (ווי למשל ביכער ביי די מיידלעך וכדומ') דאס איז נאר א דוגמא,


ס'איז אלאנגס און אברייטס
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

מיין יונגל'ס צעטל שטייט אז זינטאג דארף יעדע יונגל האבן געדאנלויד ויקרא
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

סארקאזי! אקאראט די זעלבע מעשה האב איך געהאט, זעט אויס אונז האמיר אינגלעך אין די זעלבע עדזש

די מעשה מיט עוז והדר ווס המאור איז געווען אז קודם האט עוז והדר געבעטען/פארלאנגט/געשמירט אז מ'זאל נוצן זיין חומש אבער דא עקא אז ער האט פארדרייט אסאך רשי'"ס און ס'איז נישט געווען ניחא פאר די מלמדים/הנהלה דאס פארדרייאונג איז מען צוריק צו המאור,

אבער פארוואס מ'האט געסוויטשט פון המאור צו כתר תורה ווייס איך נישט
זוכט איר דוי?
כהרף עין
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהרף עין »

געהאט די זעלבע מחשבה.
יענע וואך זאגט מיר מיין אינגל אז ער דארף א נייע ויקרא חומש, נעם איך עם צום שאפע און איך ווייז עם אז ס'איז דא 3 גוטע חומשים, זאגט ער מיר ניין, די רבי האט געזאגט אז מען דארף דוקא "יענע" חומש. נו זאל זיין אזוי, גיב איך עם די פאר דאלער צו עס קענען קויפן.
די שמחה און פרייד וואס האט עם באנומען [און די חינוך וואס מען לייגט אריין בעקיפין אז יא! פאר דיין תורה און אז דו זאלסט בעסער קענען לערנען לוינט זיך א נייע חומש] איז אין לשער.
איך מיין אז מיר נוצן סאך מער געלט פאר מינדערוויכטיגע זאכן, אז די פאר דאלער אפילו פאר א ספק אז דאס קינד וועט בעסער לערנען אפילו פאר איין טאג לוינט זיך.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

כהרף עין האט געשריבן:[און די חינוך וואס מען לייגט אריין בעקיפין אז יא! פאר דיין תורה און אז דו זאלסט בעסער קענען לערנען לוינט זיך א נייע חומש] איז אין לשער.
איך מיין אז מיר נוצן סאך מער געלט פאר מינדערוויכטיגע זאכן, אז די פאר דאלער אפילו פאר א ספק אז דאס קינד וועט בעסער לערנען אפילו פאר איין טאג לוינט זיך.


דאס איז אמת
און דאס איז טאקע די ריאקציע בשעת מיין יונגל בעט עס
למעשה נאכן לאך אין טאש דארפן מיר זיך פרעגן איז עס ריכטיג?

און די קשיא גייט טאקע אויף
איך מיין אז מיר נוצן סאך מער געלט פאר מינדערוויכטיגע זאכן
אבער
די עדיטוט שפיגעלט זיך אפ אין זייער אסאך תחומים
און חינוך קומט דא אויכט אריין וויל אויף יענע תחומים דארף מען אויך מחנך זיין
כהרף עין
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהרף עין »

אויפן ברייטן פארנעם אינעם שמועס פון חינוך איבער ניצן געלט איז דא דעם באוויסטן מעשה מיט די צוויי ברודער'ס וואס זענען אויפגעוואקסן צוזאמען אויפן זעלבן שטייגער, און אויפן קינדער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער פארקערט איינעם'ס קינדער פון צווייטנ'ס.

וואס איז געוועהן, ראובן האט געלערנט אפאר שעה א טאג און געארבייט אביסל, אבער ווען ער איז אהיים געקומען יעדן סוף טאג האט ער גערעדט פון זיין ביזנעס וואס ער האט היינט געטוהן, וויפיל ער האט געמאכט/דערלייגט וכו', די קינדער האבן עם קיינמאל נישט געהערט רעדן פון תורה, תפילה וכדומה.

שמעון דער צווייטער האט געארבייט גאר שווער פאר פרנסה, אבער וואס מען האט געהערט פון עם איז געוועהן זיין שיעור תורה, זיין מנין וכדומה, ווען ער האט גערעדט פון געלט איז עס געוועהן עניני צדקה, און ווי ער פריידט זיך אז זיין געלט ווערט געניצט פאר עניני עבודת השם.

וואס מען ניצט און ווי מען ניצט איז ווייניגער נוגע ווי וואס מען רעדט טון וויאזוי מען רעדט, די קינדער כאפן גאר שנעל וואס איז וויכטיג אין טאטי'ס אויגן און וואס נישט.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

כהרף עין האט געשריבן:אויפן ברייטן פארנעם אינעם שמועס פון חינוך


אמת

חינוך האסטו דערמאנט האב איך געטרייעט צוריקצוברענגן די נושא עס זאל נישט אפעקטירן די חינוך און פאר א סייד נאוט צוגעשריבן אז דער נושא ברויך אויך חינוך

למעשה צום עצם טענה
מיר נוצן טאקע סאך מער געלט פאר מינדערוויכטיגע זאכן כלשונך
אבער
קיינער קען דיר נישט מחייב זיין צו קויפן א רעדי מעיד סענדוויטש יעדן טאג, און ווען די האסט עס איינמאל געטוען איז עס דיר נישט מחייב אויף מארגן
די שאלה איז איז דער צוגאנג ריכטיג "ווען דו ביסט מחייב" יענעם
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

כ'סארקאזי ועוד לקרא!

שוין לאנג וואס מיר האלטן דאס מיט אז ביי יעדן איינציגסטן קינד און כמעט יעדן יאר דארף מען אנפילן אלע אויבערשטע שעלווס פון די קלאזעטס אינדערהיים מיט א נייעם סעט פון אן אנדערן דרוק סארט פון חומשים, וואס ביים אוועקלייגן אין קלאזעט זענען זיי נאך הערליך שיין און ראוי לעלות על שלחן מלכים.

נאכן פרובירן עס אביסל מער צו נאכגיין האבן מיר באמערקט אז ס'איז איין מלמד וואס איז יעדן מאל געשטעלט צו פארקויפן די חומשים, און ער איז דער זעלבער צו וועם מען דארף יעדן מאל שיקן די חומשים געלט, האב איך אנגעהויבן אביסל פארשטיין דאס ענין, אז ס'איז פשוט אז עמך ישראל צריכין פרנסה....
---
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

ולגופו של ענין, קויפן א נייע חומש פאר א אינגל, האט אין זיך א געוואלדיגע משמעות, ס'גיט א פרישקייט און א התחדשות פאר'ן קינד, אויך איז דאס א געלעגנהייט צו ווייזן פאר'ן קינד די חשיבות פון ספענדן געלט פאר זיין לערנען ועוד ועוד
(וכמדומה לי שכן ראיתי כתוב בשם הגרי"ז מבריסק שנהג כן בנוגע קניית ספרים לילדיו)
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

סאיז אלס גיט פאר חינוך ווען עס איז טאקע די שמחה אז די חימוש איז ניי אין געשמאק, אבער אויב איז עס ווייל רוב קלאס האט די נייע האט עס אן אנדערע משמעות אינגאנצן
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

ייש''כ פארען בארייכערען דעם נושא מיט אייערע תגובות
פאר די וואס זאגען אז פאר שטותים ספענד מען געלט, זאל מען פאר תורה אויך ספענדען געלט,
די טענה גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווייל אויב ווארפט מען זיך מיט געלט אומזינסט, איז עס נישט גערעכט סיי ווי עס איז,

פאר די וואס זאגען אז ס'ברענגט א התחדשות צו קויפען א נייע, מיין איך אז די פאריאריגע וואס מהאט (קוים) גענוצט פאר א פאר וואכען, איז אויך א התחדשות,
דאס וואס מרענגט פון הגרי''ז (כהאב עס נישט נאכגעקוקט אבער כהאב געהערט פונעם רעיון)
איז בעיקר אז א מענטש זאל האבען זיינע אייגענע ספרים, דאס גיבט א שטיקל צוגעבינדענקייט צום לימוד סאיז מיין ספר,
אבער דער מאירת עינים איז אויך מיין ספר, אלץ דעם דארף איך נאך נישט קיין כתר תורה,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

סארקאזי האט געשריבן:ייש''כ פארען בארייכערען דעם נושא מיט אייערע תגובות
פאר די וואס זאגען אז פאר שטותים ספענד מען געלט, זאל מען פאר תורה אויך ספענדען געלט,
די טענה גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווייל אויב ווארפט מען זיך מיט געלט אומזינסט, איז עס נישט גערעכט סיי ווי עס איז,

פאר די וואס זאגען אז ס'ברענגט א התחדשות צו קויפען א נייע, מיין איך אז די פאריאריגע וואס מהאט (קוים) גענוצט פאר א פאר וואכען, איז אויך א התחדשות,
דאס וואס מרענגט פון הגרי''ז (כהאב עס נישט נאכגעקוקט אבער כהאב געהערט פונעם רעיון)
איז בעיקר אז א מענטש זאל האבען זיינע אייגענע ספרים, דאס גיבט א שטיקל צוגעבינדענקייט צום לימוד סאיז מיין ספר,
אבער דער מאירת עינים איז אויך מיין ספר, אלץ דעם דארף איך נאך נישט קיין כתר תורה,


בלייבט נאר איבער אז דער מלמד וויל אז יעדער זאל האבן דעם זעלבע חומש אזוי קען ער זעהן אז יעדער האלט מיט אויפן זעלבן דף.
אבער וועגן דעם אויס וואלט לכאורה געדארפט זיין איין סטענדערד חומש פאר די גאנצע ת"ת אז מען זאל קענען איבער ניצן וצ"ע
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דונש האט געשריבן:סארקאזי! אקאראט די זעלבע מעשה האב איך געהאט, זעט אויס אונז האמיר אינגלעך אין די זעלבע עדזש

די מעשה מיט עוז והדר ווס המאור איז געווען אז קודם האט עוז והדר געבעטען/פארלאנגט/געשמירט אז מ'זאל נוצן זיין חומש אבער דא עקא אז ער האט פארדרייט אסאך רשי'"ס און ס'איז נישט געווען ניחא פאר די מלמדים/הנהלה דאס פארדרייאונג איז מען צוריק צו המאור,

אבער פארוואס מ'האט געסוויטשט פון המאור צו כתר תורה ווייס איך נישט

כמדומה אז היינט איז עס שוין מסודר, איך האב אויך געהאט דעם פראבלעם עטליכע יאר צוריק, איין אינגל זאגט דער רבי דוקא עוז והדר און די אנדערע אינגל זאגט די רבי המאור, וואס איז געווען די מעשה, די ממלכת התורה האט גענוצט אידישקייט פאר זייער שטעקן אז המאור נעמט געלט פון די מדינה כח הפועל בנפעל וכו', ווידער זענען געווען מלמדים וואס האבן געזאגט דריי נישט קיין קאפ, דו פארדרייסט רש"י'ס איך דארף דעם חומש וואס איך האב געלערנט די לעצטע צוואנציג יאר, איז געקומען א אינגערמאן פון קרית יואל וואס האט ארויסגעגעבן כתר תורה, איך האב נישט נאכגעקוקט וואס ער האט געטון מיט די פארדרייטע פסוקים, אבער ב"ה די לעצטע פאר יאר דארף איך שוין נישט קויפן קיין נייע חומשים, היות ער וואונט אין קרית יואל איז ער נישט עלזשיבעל צו נעמען געלט פון די מדינה והכל על מקומו יבא בשלום
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
וויסענשאפט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסענשאפט »

go fight city hall
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14686
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:ולגופו של ענין, קויפן א נייע חומש פאר א אינגל, האט אין זיך א געוואלדיגע משמעות, ס'גיט א פרישקייט און א התחדשות פאר'ן קינד, אויך איז דאס א געלעגנהייט צו ווייזן פאר'ן קינד די חשיבות פון ספענדן געלט פאר זיין לערנען ועוד ועוד
(וכמדומה לי שכן ראיתי כתוב בשם הגרי"ז מבריסק שנהג כן בנוגע קניית ספרים לילדיו)


געהערט פון מיין זוהן אז ווען די הנהלה האט אהיים געשיקט א צעטל אז מען מוז טוישען פון המאור צו עוז והדר (ווייל המאור נעמט געלט פון די מדינה) האבן זייער אסאך קינדער אוועק געווארפען די חומש און אסאך עלטערן האבן עס געלייגט אין שמות, וויסענדיג אז די חומש קען מען שוין נישט טראגען אין חדר איז פארוואס זאל עס ליגן אינדערהיים (לייגען חומשים אין שמות איז נישט אויסגעהאלטען)
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שפרינגער
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגער »

דונש האט געשריבן:סארקאזי! אקאראט די זעלבע מעשה האב איך געהאט, זעט אויס אונז האמיר אינגלעך אין די זעלבע עדזש

די מעשה מיט עוז והדר ווס המאור איז געווען אז קודם האט עוז והדר געבעטען/פארלאנגט/געשמירט אז מ'זאל נוצן זיין חומש אבער דא עקא אז ער האט פארדרייט אסאך רשי'"ס און ס'איז נישט געווען ניחא פאר די מלמדים/הנהלה דאס פארדרייאונג איז מען צוריק צו המאור,

אבער פארוואס מ'האט געסוויטשט פון המאור צו כתר תורה ווייס איך נישט

ווי איך פארשטיי איז דער עיקר פראבלעם נישט דאס געלט וואס מ'ספענדט, נאר דאס פלאץ וואס דאס נעמט אויף אומזיסט.

דונש'ס אינגל דארף פשוט בעטן א נייעם חומש איהם צו דערמאנען אז ער קען שוין טוישן זיין אוועטאר צו פרעה מיט פידזשאמעס, און טרעפן עפעס א ר"ת אויף דעם אלס זיין חתימה....
אסטראלאג
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:25 am

Re: טאטי איך דארף א נייע חומש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסטראלאג »

.
דשודעאיזעם - יעס! זייאוניזעם - נאו!
דע סטעיט אוו איזראעל מאסט, גאו!
וואן, טא, טרי, פאור, - זייאוניזעם נאו מאר,
פייוו, סיקס, סעווען, עיט,
- איזראעל איז נאט, עי דשואיש סטעיט!

נתחבר ע"י מהרי"ד ווייס שליט"א, להקדשות מוה"ק נ"ק
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”