מ'האט געריקט די זייגער - אונז ריק מיר זיך מיט?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע: בתוך כללות עם ישראל

מ'האט געריקט די זייגער - אונז ריק מיר זיך מיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

א מאמר איבער דעילייט סעיווינגס טיים וואס איך האב אמאל געשריבן, אין עס ליגט אין דעם א געדאנק.
אטעטשמענטס
דעילייט סעיווינגס טיים-3.pdf
(33.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 151 מאל
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

פארוואס פירט מען נישט איין אז ווינטער זאל אויך זיין געריקט די זייגער? די געריקעניש פון די זייגער מאכט גיט פארדרייט א מסודר'דיגע מענטש. בפרט ווען די גוף ווערט צוגעוואוינט אויפצושטיין יעדן טאג אין א באשטימטע צייט, ווערט דאס פארריקט מיט די געריקטע צוריקטע זייגער
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די געריקטע זייגער, כשמו כן הוא; פארריקט.

אבער נאך ווי!

עפעס א ליידיגע שטרויזאק קאפ מיט אסאך ליידיקייט דערינען האט געמוזט אויפקומען דערמיט, אנדערש פארשטיי'ך'ס נישט. דו יא?

דאס נעמען די מענטש מיט און ארוםפירן דעם זייגער ווי מיט'ן טשיקן דעם זה חלפתי איז סתם אן אומגעלונגענע עקספערעמענט וואס איין נער האט אויסגעטראפן אבער 10 חכמים קענען דאס נישט ענדיגן.

דער מענטשליכער קערפער האט זיך זיין סקעדזשועל, און פלוצלינג (מיט אן אזלא גרש), ווי דער קיקיון דיונה, אינמיטן די נאכט: וואפא! אראפ מיט א שעה! היצט שטיי אויף, טויש דיין סקעדזשועל, ווייל... וואס? "דעילייט סעיווינגס טיים" .. וואס סעיווט מען זיך? געלט? אזוי (מיט די האנט צוזאמגעלייגט ווי המן ווען מרדכי האציך נישט געבוקט פאר'ם)? איך זע עס נאכניש.

דער אויסטרעפער האט געמוזט זיין א קלאץ קאפ, און די אויספירער ניטאמאל דאס, פאר'ן קלערן און מיינען אז אזוי גייט עס, מען פראגראמירט מענטשן, היצט איז 6:00 מילא שטייט מען אויף.. ניין? די זייגער זאגט 6:00 און מ'יז אויף! ס'קען דאך נישט זיין אנדערש... די אויגן קלעבן, די מיילער געניצן, די קושן פארביגעלט, און די דאכענע פארריקט... אבער העי! ס'יז 6'ע, כ'אב'ס אליין געזען שטיין אויפן זייגער. און אום 6'ע שטייט מען אויף, ניין? איי גיי זיי מסביר דעם פערד אז מיין קערפער האט נישט קיין יא'עס'בי וואס מען קען פלעין פראגרעמען...

גיין שלאפן? אה! ס'יז שוין 8:00 אלע קינדער אריין אין בעט... וואס? זיי פארשטיין נישט צו קיין זייגער וואס קלערסטו מיינען זיי? ביי זיי איז נאך 7'ע.

אגאנצע לאנד מיט מענטשן גייען נאך די וואנזיניגקייט און טאנצן עס נאך. ס'האט נאך אזא גלאנציגע קלינקעדיגע נאמען "סעיווינגס" .. מיי פוט! גאנצעטע סטאטיסטיקס זענען דא איבער די משוגעת וויפיל עקסידענטן עס קומען פאר ביי די צייט טוישונגען, און זיי ווייסן פ"וו עס קומט, אבער ווי א ביבער צום וואסער, מ'רוקט נאכאמאל דעם זייגער.

מענטשן ברויכן היצט 'נאר' ריפראגרעמען זייער מח, און אלעס גייט גראד ווי פאריגע וואך..

בכלל, וואסי דאס רוקן זייגער אינמיטן די נאכט? איי מיען, נאר גנבים ארבייטן ביינאכט. וויזוי אין די וועלט ווייסטו איך זאל קוקן דעם זייגער 2:00 פארטאגס ווען כ'שלאף? ציוואס עס נישט טאהן אינמיטן טאג? אדער פאר מען גיין שלאפן? דאס עס מאכן אינמיטן די נאכט שמעקט פון רויבעריי.

אה, און נאכן זיך צוגעוואוינען צום פארריקטען זייגער גייט מען אויף ריסעס פאר 4.5 חדשים.. אזוי אז דער מענטש זאל חלילה קומען צום טעם פון א סקעדזשועל..

און מען פלאגט זיך מיט אלע מיני סארט מיחושים, מען פארדרייט דעם מענטשן'ס מוח און מען זוכט לייזונגען! לאז אפ דעם זייגער און לאז מנוחה.

און אפשר לאזן די פארריקטע זייגער אגאנץ יאר?... זייער גוט געפרעגט, אבער...

מיר ווייסן אז 6 שעות אין טאג איז חצות. אין צייט פון חז"ל האט מען גערעכענט 1:00 איז געווען די ענדע פון די ערשטע שעה צופרי, און 12:00 די לעצטע שעה פאר נאכט, מילא איז חצות אום 6:00 אינמיטן טאג. שפעטער האבן די גויים עס געטוישט אז 7:00 איז צופרי, מילא איז 12:00 חצות, די האלב פון טאג. אבער וויזוי 1:00 זאל זיין חצות? דאס קען נאר זיין א פארריקטע זייגער. סא נארמאל איז דאס נישט.

די טאג איז סתם אומפראפארציע גרויס, לאנג ווי דער דזשיראף, און מיעד ווי א בער. ת"ב פאסט מען ביז 10'ע און פסח איז דער חצות אום 1'ע. שבועות איז דער עלות 4'ע, און יולי 4 איז סו"ז פייערקרעקערס ענדלאז.

לאז דעם זייגער במנוחה, עס מאכט נישט אויס פאר די קוען אין שטאל, און נישט פאר די בעיביס אין קריב. עס וואלט גארנישט געשען ווען מ'לאזט דעם נארמאל זייגער ווי אין וואדריטש, און הכל על מקומו יבא בטשולענט.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- פליגל
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

פליגל האט געשריבן:עס וואלט גארנישט געשען ווען מ'לאזט דעם נארמאל זייגער ווי אין וואדריטש


:lol: :lol: :lol:
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

קיטשי האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:עס וואלט גארנישט געשען ווען מ'לאזט דעם נארמאל זייגער ווי אין וואדריטש


:lol: :lol: :lol:

פשוט געוואלט ענדיגן מיט א גוטע זאך..

פליגל ;l;p- ;l;p-
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

השם ירחם דער האט א שפראך!
ווארשיינליך א שטראף ווייל די טשיקענס האבן צוויי מ״ל און 24 שעה, לייגן זיי דאבל אייער.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: מ'האט געריקט די זייגער - אונז ריק מיר זיך מיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ארויף לכ' המאורע.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”