כלנו זקנים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
כלנו זקנים
בס"ד
כלנו זקנים, היינט איז א יעדער ווייס, יא יא, אבער צו ווייסט איר, א צו ווערן א זיידע, ברויך מען צו וויסן נייע הלכות מיט אנווייזונגען.
נאך א מזל, אז שוין א וויילע וואס כ'קלויב צוזאם הלכות וואס איז נוגע ווען מ'ווערט למזל טוב א זיידע, דהיינו אז דער אויבערשטער העלפט און מ'האלזט ס'ערשטע אייניקל, און מ'באקומט דעם נייעם הערליכן נאמען 'זיידי', מילא קלער איך אז יעצט איז דאס זייער פאסיג דאס צו פרסומי'ן, ואלו הן.
סימן א, הנהגת זיידי בבוקר
סעיף א.
מזל טוב זיידי, צו דיין נייע אייניקל, זאלסט געדענקן, אז פון היינט אן זאלסטו זיך פירן ווי א זיידע מיט אלע פיטשעווקעס, מיט שטאלץ און מיט פארע.
סעיף ב
כשיקום בבוקר, התגבר כארי, אן אלטער לייב הויבט זיך שוין נישט אזוי שנעל, נאר אביסל פאמעליך, זיידי, געב אזא קרעכטס, און מיט א זיידע נוסח זאג דעם מודה אני, ווען דו גיסט נעגל וואסער, גיס מיט אזא שפריץ אויף די האנט (נו, אזוי ווי מ'שפריצט זאלץ אויף אייז אום-ווינטער) הגה, והמדקדקים געבן 2 שפריצעס, אזוי שנעל איינס נאכן צווייטן (ווי די טרעין נויס פון וומ"ס, אויב איר ווייסט נאך אלץ נישט, קוקט וויזוי אלע זיידע'ס וואשן זיך צו שלעשידעס), אז ס'גיסט זיך אביסל וואסער אויף די ערד, מאכט נישט, באבי וועט שוין אפווישן. הגה, והמנהג שתאמר בקול גבוה 'אוי ער ווערט מיר שוין אלט'.
סעיף ג.
גייסט אראפ פון בעט, זיך נישט דיינע קראקס, א זיידע גייט מער נישט מיט קראקס, אנשטאט טוה זיך אן די נייע פאנטאפל וואס באבי האט דיר געקויפט אלץ א זיידע פרעזענט, א... ס'שפירט זיך געשמאק צו זיין א זיידע, הא?
הגה: אויב דיין ב"ב איז שוין אויף, זאג איר א ווארעמען 'גוט מארגן באבי', 'באבי שלאף נאך אביסל', 'מען ברויך צו האבן כח צו זיין א באבע', וכדו.
סעיף ד.
ווען דו טוסט אן דיין וועסט, (הגה, והמדקדקים, אפי' די רעקל), פארגעס יא, כ'מיין צו זאגן פארגעס נישט, און לייג אריין, דיין ערשטן קנעפל אין צווייטן לאך, נישט אין די דריטע, דאס וועסטו שוין טוהן שפעטער, ווען דו וועסט שוין זיין א גרויסע זיידע, תפסת מרובה לא תפסת.
סעיף ה.
טוה אן מיט שמחה דיין נייע זיידע שיך, הנקרא SOS,
הגה, ובזמננו צריך ליזהר , מפני שיש כמה מהסוג SOS, וואס ס'קוקט אויס ווי די יונגע סטייל, מאכט זיכער איז מ'רעדט נישט פון די דאזיזיגע.
סעיף ו.
איך להתנהג במקוה, עיין להלן, הלכות ערב שבת
סעיף ז.
אה, מ'זעצט זיך ביים שיעור, אקדמות מילין, דיין חברותא ווייסט נאכנישט אז דו בוזט למז"ט געווערן א זיידע, נעם ארויס פון דיין בוזעם טאש דיין נייע ברילן האלטער (וואס האסט שוין געקויפט א שטיק צייט צוריק), מאך דאס אויף פארזיכטיג אזוי ווי מ'מאכט א 'כלה-רינגל-האלטער', אדער 'אתרוג שאכטל', און נעמ'זשע ארויס דיין נייע שווארצע האלבע גלעזער, טוה דאס אן פאמעליך, אזוי אויפן שפיץ נוז, (דארט ווי דו האסט זיך אנגעצייכנ'ט) הגה, רוק דאס נישטבשו"א, אפי' ס'קיצלט, זיידי עסטזיך שוין צוגעוואוינען, און יעצט וועט דיר דיין חבר אוודאי פרעגן, זאנוויל זינט ווען דארפסטו דו ברילן, וועסטו ענטפערן מיט שטאלץ און מיט פארע, נישט זאנוויל, נאר זיידי, כ'בין געווארן א זיידע, נו נו, די גאנצע היכל וועט פארן אויף רעדער.
הגה, זיידי, יעצט איז דיין 'עוד-ישמע', עס דאס מיט אלע באקן.
סעיף ח
הגה, יש נוהגין, אז פון יעצט און ווייטער, נוצט מען שוין א טייטלער ביים לערנען, (ולכה"פ א קרעדיט קארד) אבער ס'איז נישט וויכטיג.
סעיף ט.
זיידי, איידער דו שטעלסט זיך דאווענען, מאך זיכער, אז דו האסט דיין נייע –סיליפוטי- טייסטער, און ס'איז אנגעפילט מיט דיימס, אויך דיין גומי ארומגעבונדן די 1 דאלער באנקנאטן (די גלאטע, דו צוקנייטשטע ליגט אין די אנדערע טאש).
סעיף י.
אשרי יושבי ביתך, אה א בחור'ל קלאפט נאך געלט, קודם קוק אים גוט אן, אפאר סעקונדן, נסקרין בסקירה, מאך זיכער אז דעם שנארערס אויגן טרעפן זיך אן אין דיינע, ביז ער קוקט אוועק, און הערשט דערנאך גיב אים די געבענטשע דיים.
הגה. ויש נוהגין אריינצושטעכן די דיים אין בחורל'ס האנט, עד, יענער מאכט צו די הענט ווי די כהן גדול ביים קמיצה
סעיף יא
פון צייט צו צייט, דאווען אביסל העכער, די ניגון מער געזעצט, בכלל ברויך די הברה זיין מער זיידיש, א שטייגער, זאג נישט אז 'ישיר' נאר אז 'יאעשיר' מיט אן עין נאך די קמץ, אור 'חדש' זאל זיין אור 'חאעדאש' אזוי מער 'זיי-ע-דיש'.
סעיף יב
מען האלט שוין ביי שטילע שומענעסרע, זיידי, דאווען מיט כונה, בוזט היינט געווארן א זיידע למז"ט, דאוון שטיל פאמעליך, ביז...., ביז דו קומסט אן צו ולמלשינים, וכו. ביז יכרתו זאג שטיל, הערשט דאן, גיב א קרעכטס, און זאג הויעך דעם 'והזדים', (מלשון 'זיידי') מיט א תלישא קטנה ניגון, נישט צו הויעך, אביסל וקול דממה, בבחינת וגילו ברעדה, און פון דאנעט און ווייטער, זאלסטו א יעדן שמ"ע זאגן נאך א ווארט הויעך, אזוי צוביסלעך, אזוי אז ווען איר וועט מערצעשעם זיין 99 יאר לאויו"ש, עט איר זאגן די גאנצע 'שטילע' שמ"ע 'הויך'.
הגה, וכן נכון להדגיש בכל מקום ווי ס'שטייט 'זקן', אדער 'אלטער' למשל, נער הייתי וגם זקנתי ביים בענטשן, 'אל-תירא' מפחד פתאום וכו.
סעיף יג
אז מ'קומט אן צו נקדישך, נע, איר דארפט שוין נישט מדקדק זיין אויף די פוס, א זיידע מאכט די פיס ווי א צובראכענע Vבערך אזוי / \, אויב איר ווייסט נאך אלץ נישט די מאס, קוק אויף דיין שכן.
סעיף יד
גאנץ בקיצור, אויב ביז היינט האט איר זיך נישט צוגעזעצט צו לחיים, פון היינט און ווייטער באקומט איר רשות, נאר אינגע מענטשן יאגן זיך (אין אמעריקע פארשטייטזיך), זעצט זיך צו צום לחיים ווי א שיינער בעלעבאעס, און לאזט אייך הערן, אז איר דארפט די וואדקע, אדער גלעזל, מורמל'ט אייך נישט אונטער, נאר פארלאנגט הויעך 'אנטשולדיגט, געב נאר אהער די בראנפן, זיי אזוי גוט, גיב מיר א גלעזל,', וכו. א ברכה, על המחי' אלעס אויפן קול, זאל די גאנצע באנק ענטפערן אמן. אויב זעעט איר א סך שריים אדער גלעזלעך אויפן טיש, יעצט זיידי, איז דאס דיין אויפגאבע, צייגט פארן יונגן דור, וואס ס'הייסט בל-תשחית, כבוד בית-המדרש, און רוימט אפ דעם טיש. (כן המנהג במקומינו)
סיימתי סימן א. ביי אנדערע געלעגענהייט, וועלן מיר בל"נ נישט ממשיך זיין.
וכדי נישט צו לאזן דעם צעטל ליידיג, וועלן מיר נאר בקיצור נמרץ אייך אויסלערנען, זיידי, גייסט דאך מאכן א גראסערי ארדער פאר באבי, אנטשולדיגט, פאר באבי'ן, זייט וויסן זיידי, אז די אלע פראדוקטן וואס איר האט ביז היינט נישט אנגעקוקט, פון יעצט אום ווייטער, גייט איר קוקן אויף די אנדערע זייט, ד.ה. די געזונטע פראדוקטן, וביניהם:
קאלא-ראבי, רויע מייערן, א נייע שיילער, (די אמאליגע גראדע), פוירפל קרויט, זויער קרויט, זיסע קארטאפל, רויטע קארטאפל, מער קנאבל ווי געוויינטליך, די פרעקלדיגע באנאנע, לויג, פאסטערנאק, שווייצע קעז, קאשע, רויטע קארטאפל, געקענטע ביטס, דיל פיקל, עסיג הערינג, פלעין יאוגארט, מער ווייכע פוטער פאר די פעניץ, שמן זית פאר די גרינצייג, געזונטע צוקער, מולטי גרעין ברויט, אוט-מיעל, פלאומען מיט דיקע שאלאכטס פאר די קאומפאוט, סעלמאן מיט ביינער, געפילטע פיש פון קדם, האל וויהט רייז מיט האל וויט לאקשאן, פאר מזונות בלויז אייער-קוכל, אדער דזשעק ענד דזשיל, מאנדל פוטער, רייז-קעיק מיט קימעל, טרויבן מיט קערליך, ליימע-בינס, סטרינג בינס, אה, שיעור פארגעסן, לעקוואר מיט פארמער קעיז.
דאס איז פאר יעצט, המשך יצא

על מי מנוחות ינהלנו
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
וואסערפאל איז אין די כלים
א נחת צו ליינען, דערמאנט מיר פון מיין זיידע

כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1928
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am
-
- שר מאה
- תגובות: 108
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
יש''כ לכאורה.
מ'קען אלץ צושטעלן
והנה: כ'ווייס נישט ווען ס'פאסירט, אבער ביין א געוויסן עלטערקייט טוישט זיך די נוסח פון טעלעפאון שמועסן, אנטשולדיגט נישט ס'טוישט זיך, נאר ס'ווערט קורצער, למשל:
בדרך כלל גייט א שמועס,
'האלאו' א גוטן דא רעדט וואסערפאל, וואס מאכסטו, כ'האב דיר געוואלט פרעגן וכו. פיין זיי געזונט, 'ביי'.
אט די גאנצע שורה פאלט אוועק ביי די 'אהבת קידומים'
זיידי איז גלייך אין שמועס אריין, זוי כאילו מ'רעדט שוין 15 מינוט.
מ'ווייסט ווער עס רופט דורך טביעת קול, אדער דורך די איידי פון זיידי (גראם), אדער ווייסט מען טאקע נישט.
און ווען מ'הערט דעם דייעל-טאון ווייסט מען אז זיידי האט שוין אראפגעלייגט.