5% קהל דיסקאונט, ווער באצאלט עס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

5% קהל דיסקאונט, ווער באצאלט עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

קהל {מוהר"א קר"י} מאכט יעצט זייער יערליכע קאמפיין איינצוקאסירען די מעבערשיפ ונדו"נ

צווישן די פארשידענע בענעפיטען וואס זיי געבן פאר די וואס זענענן אויסגעצאלט איז הנחה אין מצה בעקעריי, א הנחה אין בוטשער, און נאך.

איך פארשטיי אז סיי די בוטשער און סיי די מצה בעקעריי בעטן פאר זייער פראדוקטען די פרייז וואס איז אויסגעהאלטען לויט ביזנעס וכו'

איך וויל פארשטיין ווי אזוי די דיסקאנט ארבייט, און ווער צאלט איבער איינער פאר'ן צווייטען

1} דער וואס באקימט די דיסקאנט צאלט ווייניגער ווי די די ריכטיגע פרייז, און דער וואס באקומט נישט די דיסקאנט צאלט די אמת'ע קאסט פרייז?

2} דער וואס באקימט די דיסקאנט צאלט די ריכטיגע קאסט פרייז, דער וואס באקימט נישט די דיסקאנט צאלט ארויף א פענעלטי מיט יעדע פונט פלייש און מצה?

און פארוואס מאכט נישט די ת"ת די זעלבע דיעל, יעדער וואס איז אפ טו דעיט מיט זייערע נדו"נ באקימט א בוטשער דיסקאנט?

איך בין אויסגעצאלט, איך פריי מיר פאר'ן דיקסאנט, עס איז מיר אבער אינטערסאנט ווי אזוי עס ארבייט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קוק א אינטערעסאנטע זאך, רוב געשעפטן האבן א 10% דיסקאונט, נאר די קהלישע געבן זיי א קארגע 5%.

#חומר למחשבה
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

לויט ווי אזוי איך פארשטיי גייט עס אז יעדע קאמפעני פארקויפט פראדאקטען פאר א מארק אפ, אבער פאר אן אויסגעצאלטע מעמבער, געבן זיי עס אן זייער מארק אפ, נאר אלץ סירוועס,

לגבי די קהל זאכן אז עס גייט 5% איז בכלל נישט ריכטיג, נאר מצה בעקעריי וואס איז א קאסט פאר די קהילה צוליב די פילע נצרכים וואס באקומען קמחא דפסחא,איז 5%,
למשל דינגען זיצען וואס איז א פראפעט איז 10%,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך ווייס נישט וויאזוי ס'ארבעט אבער אויפ'ן צד אז אפשען #1 איז ריכטיג פעלט נישט אויס אז קהל זאל שרייבן א טשעק פאר'ן בוטשער ווייל לכבוד די דיסקאנט וועט מען קויפן מער און מ'וועט ענדערש קויפן דא ווי ערגעץ אנדערש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

און וואס טיט זיך מיט מקוה געלט דיסקאנט פאר כולל יונגעלייט און בחורים וואס צאלן למשל $20 א חודש און א בעה"ב צאלט $25. צאלט די בעה"ב די פולע פרייז און די אנדערע באקומען א דיסקאנט וואס ווערט געדענקט פון נדו"נ אדער צאלן בחורים און כולל יונגעלייט די פולע פרייז און פון בעלי בתים בלייבט א פראפיט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ביידעוועי די בוטשער איז בכלל נישט קיין גוטע משל, ווייל עס עקזעסטריט נישט קיין דיסקאונט ביים בוטשער [נאר אין ווילי, ווי קהל האט א אייגענע בוטשער] מען קען ניצען א משל א דיסקאנט אין די פיש סטארס וואס קהל געט ביי א פאר סטארס, אבער עס איז לכאורה אנשטאט געלט צו גיין עדווערטייזען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אין וואס טוט זיך ווען איינער איז א פריים מעמבער ביי עמעזאן,.... צאלט יענער טייערער אדער ער ביליגער?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

די קשיא הייבט זיך בכלל נישט אן. קהל נעמט נישט די טאטעל קאסט און צוטיילט עס לויט וויפיל מען פארקויפט, אז עס זאל זיין א פראגע ווער עס באצאלט די איבריגע 5%...

עס ארבעט אז מען שאצט בערך וויפיל די הוצאות וועלן זיין און וויפיל די אינקאם און מען פרובירט די איינאמע זאל זיין מער ווי די אויסגאבע. די דיסקאונט'ס און קמחא דפסחא איז א חלק פון די אפעראציע.

אגב געבן די דיסקאוט איז נישט אלעמאל א אויסגאבע, אויב וואלט דער מעמבער נישט באצאלט סתם אזוי די דיוס, נאר די דיסקאונט שטיפט אים צודערצו איז עס א אינקאום, למשל פאר מיר באטרעפט די גאנצע שפארונג ארום 4% פון וויפיל די דיוס קאסט. סא די אנדערע 96% איז ריין פראפיט פאר קהל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”