א שמועס מיטן מחנך איבער חינוך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- געשמאקע ווינטל
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 151
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:36 pm
מחנך ב2018 האט געשריבן:קיינער איז נישט מחלל שבת ווייל ער גלייבט נישט אין שכר ועונש, יא יא, איר הערט גוט יעדער שגץ איז א מאמין, אבער טאקע יעדער ממש, זיי גלייבן אז יש מנהיג לבירה, זיי ווייסן און אנערקענען מיט א קלארקייט אז זיי זענען נישט אויף די גוטע רעלסן, זיי זענען נישט צופרידן מיט זיך זיי וואונטשן זיך צוריקצוקומען צום שורש, זיין ווייסן גוט אז זיי זענען אין גרויס טראבל,
הלואי וואלט אמת געווען וואס דו זאגסט, ליידער איז כפירה היינט א זאך וואס האט זיך אריינגעריסן ביי די יוגנט. סאיז שוין נישט ווי אמאל. פאר 20 יאר צירוק וואלט אמת געווען דיין סטעיטמענט, היינט איז דאס ליידער זיייער ווייט פון די מציאות.
-
- שר מאה
- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm
א גוט יאר טייערע חברים
איר זענט אלע ווערט איך זאל זיך דארפן פאר אייך אנטשולדיגן פאר מיין פארשוואונדן ווערן די לעצטע פאר טעג, זייט מיט ביטע אלע מוחל, כ'האב ממש נישט געהאט די פאר מינוט צו ממשיך זיין אונזער שמועס, ווי עס שטעלט זיך ארויס וועט מיר ווייטער אויך זיין אוממעגליך אריינצוגיין אין לאנגע און ברייטע דיסקוסיעס, צונעמען א נושא, דאס צולייגן אויף קליין געלט און דערנאך אפשרייבן און ארויסברענגען וויכטיגע טיפס און נקודות אויף למעשה.
ווי פארשטענדליך איז דאס נישט קיין זאך וואס קומט פון ארבל ארויס, ס'פארלאנגט דערפאר דאס זיך אראפזעצן אין א רואיגע מינוט, זיך קאנצענטרירן אויך איין נושא, דאס צולייגן, גוט אויסשמועסן מיט א לייכטע געשמאקע שפראך און צוקומען צום נקודה מיט א קלארקייט. אט דאס, איז ווייט פון א גרינגע מעשה, ווי איך זעה וועל איך נישט קענען אזוי ממשיך זיין, עס איז מיר ממש אוממעגליך, ספעציעל ווען דאס ווערט פארוואנדלט אין פארזעצונגען וואס דאן קומט צי דער לחץ דאס צו ענדיגן...
איך האף דער עולם וועט מיר פארשטיין, די אלע נושאים וואס כ'האב אויבן דערמאנט איז נישט זאכן וואס איך קען דא ווייטער אדרעסירן, די גודל האיכות וגודל הכמות פון די חומר וואס פארלאנגט זיך ריכטיג דורכצוטוען די דאזיגע נושאים מאכט מיר אוממעגליך צו זיין דער מענטש וואס זאל דאס קענען אויסשמועסן און דורכטוען.
היות אבער, כ'האב שוין דעם עולם אנגעצויגן, כ'האב שוין אויפגעוועקט די פארשלאפענע ענין דאהי אויפן וועלטל, וועל איך אייך נישט אינגאנצן פארלאזן אזוי בין יום ללילה, נאר אדרבה, וועלמיר מיט א פרישקייט זיך אונטערנעמען א פרישע פראיעקט לשביעת רצון פון די עולם דאהי, די פרישע פראיעקט וועלמיר א נאמען געבן ווי פאלגנט:
''א טעגליכע ווארט פאר אונזערע דורות''
דאס וועט באשטיין, אנשטאט פון לאנגע שמועסן און פארזעצונגען אויף עניני חינוך, וועמיר מאכן א ווארט פארן טאג, יעדן טאג וועט דא אי''ה ערשיינען א פרישע גאר קורצע ווארט אויף עניני חינוך צוזאמגעשמאלצן פון זיי וועלכע אספעקט אין די ריזן חינוך פעלד, עס וועט נישט ציען קיין שום שייכת איין טאג צום צווייטן טאג, יעדן טאג מיט א פרישקייט וועמיר ארויפקומען מיט א אייגנארטיגע נושא, דאס געשמאק אויסשמועסן און אין גאר קורצע ווערטער צוקומען צום נקודה מיט טיפס און געדאנקען אויף הלכה למעשה.
מערסטנס וועט די ווארט\געדאנק\עצה נישט זיין קיין אייגנס, נאר איך וועל צוזאמענקלייבן פון פארשינדענע ספרים, פון צדיקים במשך הדורות, פון ספרי חסידות, פון ספרי מוסר, פון ספרי ראשונים, וכדומה....
איך וועל כמובן אלעמאל צוברענגען פון וואנעט דאס ווארט קומט, אויב איז דאס אייגנס וועל איך שטענדיג דערמאנען אז דאס איז אייגנס.
היות איך פארמאג אין מיין באזיץ צאמגעקליבן גאר אסאך ענינים\געדאנקען\אויסדריקן\הגדרות\עצות\וכדומה פון רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, וועל איך גאר אסאך שרייבן פון דיזע ארכיוון להנאות בהם לבבינו ולבב כל ישראל.
איך באדאנק זיך פאר אלע וואס האבן רעאגירט דא אין מיין אשכול און זיך באדאנקט און קאמפלימענטירט פאר מיין ארבעט, ווי נישט ווי, וויל איך נישט שרייבן פאר דופן און אויב זעה איך אז דער עולם האט הנאה גיבט דאס מיר חשק ממשיך צו זיין ביתר שאת.
איך קען זיך נישט אזוי גוט אויס מיט די סיסטעם, אויב עמיצער וויל, קען מען עפענען א פרישע אשכול מיטן נאמען ''א טעגליכע ווארט פאר אונזערע דורות'' און דארט וועל איך זיך אי''ה אריבער ציען און ממשיך זיין.
די היינטיגע חינוך ווארט איז אט אויפן וועג...

- שר האלף
- תגובות: 1928
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am
-
- שר מאה
- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm
ל. שווימער האט געשריבן:מחנך ב2018 האט געשריבן:קיינער איז נישט מחלל שבת ווייל ער גלייבט נישט אין שכר ועונש, יא יא, איר הערט גוט יעדער שגץ איז א מאמין, אבער טאקע יעדער ממש, זיי גלייבן אז יש מנהיג לבירה, זיי ווייסן און אנערקענען מיט א קלארקייט אז זיי זענען נישט אויף די גוטע רעלסן, זיי זענען נישט צופרידן מיט זיך זיי וואונטשן זיך צוריקצוקומען צום שורש, זיין ווייסן גוט אז זיי זענען אין גרויס טראבל,
הלואי וואלט אמת געווען וואס דו זאגסט, ליידער איז כפירה היינט א זאך וואס האט זיך אריינגעריסן ביי די יוגנט. סאיז שוין נישט ווי אמאל. פאר 20 יאר צירוק וואלט אמת געווען דיין סטעיטמענט, היינט איז דאס ליידער זיייער ווייט פון די מציאות.
כ'האב נארוואס באמערקט דיין תגובה, וואס זאל איך דיר זאגן, כ'האב פשוט נישט קיין כוח זיך צו טענה'ן, כ'בין נישט אזוי אין די כלים אריינצוגיין אין דיסקוסיעס וואס פירן אין ערגעץ נישט. איך וועל עס פרובירן נאכאמאל קלאר צו מאכן און ווער עס וויל חולק זיין אויף מיר וועט מוזן ווארט ביז ווען כ'וועל האבן געדולט דאס אים בעסער און קלארער אויפצוווייזן.
קודם כל רבי שווימער, דאס וואס דו ווייסט, ווייס איך אויך, איך ווייס פון די אלע סייט'ס, בלאג'ס, פון אזעלכע וואס מימיך יצאו שרייבן דארטן, איך ווייס, איך ווייס, כ'האב פיל געטוען דערין, כ'האב שוין גערעדט צו עטליכע פון זיי, איך זאג אייך די אלע חברה גלייבן אז יש מנהיג לבירה, יא זיי גלייבן, אמת אז זיי וואלטן ווען געוואלט איינרעדן דיר און מיר אז זיי גלייבן נישט, זיי האבן פפיינט זייער אייגענע די ען עי וואס גלייבט אין ג-ט, זיי פרובירן דאס צו דערשטיקן, אבער אויב גיבט מען א קריך אריין אין זייער הערצעלע זעהט מען דעם סוד, דעם סוד וואס זיי ווילן אזוי באגראבן פאר יעדן פרייז, זיי זענען מאמינים בני מאמינים, זייער די ען עי איז גלויביגע בלוט, פארפאלן, זיי גלייבן, טאקע מעגליך געצווינגענערהייט, ווייל זיי זענען געבוירן צו גלויביגע עלטערן, אבער יא יא, טיף טיף, עמוק עמוק, גלייבן זיי שוין איינמאל.
די גרעסטע הוכחה אז זיי גלייבן באמת יא, איז, אט די עצם פאקט אז נאכאנאנד זענען זיי פארנומען צו שרייען ''מיר גלייבן נישט'' ''מיר גלייבן נישט'' ''וואס זאל איך דען טוען איך גלייב פשוט נישט אין באשעפער...'' אט דאס זעלבסט איז די גרעסטע הוכחה אז זיי גלייבן שוין איינמאל... ודו''ק
איך וועל מאכן דערויף א דוגמה, ס'איז באקאנט די קאנטראווערסיאלע געזעץ וואס פוילן האט נארוואס באשטעטיגט זיך ריינציוואשן פון באשולדיגונגס וועלכע ווערן שוין פאר יארן געטייטלט אין זייער ריכטונג אז זיי האבן במישרין צי בעקיפין אנטייל גענומען אין די שרעקליכע הריגות ביים ביטערן האלאקאוסט, יעדער הייבט די אויג מיט וואונדער, וואס פשט פון אזא מאדנע געזעץ, פארוואס איז פאר אויסטראליע נישט בייגעפאלן צו מאכן אט דעם געזעץ, פארוואס מאכט אמעריקע נישט אזא געזעץ, נאר דער תירץ איז דאך זעלבסט פארשטענדליך אז אויפן גנב ברענט דאס היטל, אויב וואלט פוילן ווירקליך נישט געשפילט קיין שום ראלע אין האלאקאוסט וואלט זי נישט געדארפט דורכפירן אזוינע געזעצן, - אויב מען לייקנט איז א סימן אז ס'איז דא וואס צו פארלייקענען -
די משל איז טאקע נישט ממש ענדליך צום נמשל, אבער אויף ארויסצוברענגען די נקודה, איר הערט, אויב וואלטן זיי טאקע באמת נישט געגלייבט דאן וואלטן זיי נישט געדארפט זיין פארנימען טאג און נאכט מיטן זינגען ''מיר גלייבן נישט'' דאס לייקענען נאכאנאנד צייגט אז, אופס, איך האב מורא מודה צו זיים דערין דעריבער פרוביר איך צו שרייען דאס פארקערטע...
די וועלט דערציילט א מעשה, ס'איז אמאל געקומען א איד צו א גדול און געזאגט 'רבי איך גלייב נישט' 'יא, פשוט און פפראסט איך גלייב נישט און איך גענצליך אפלאזן אידישקייט' זאגט אים דער גדול, ס'איז נישט אמת, דו גלייבסט יא, ווילסט וויסן וואס מיינט עכט נישט גלייבן, דאן גיי צו יענע און יענע דערפל ביים עק דארף וואוינט א איד, ער איז באמת א אינו מאמין...
אזוי, ער מיז גיין באזוכן יענען איד, דער ריכטיגער אינו מאמין, ער הויבט אויף פארט אריבער צו יענעם דארף, ס'איז געווען אום שבת, ער גייט צום עק דארף, זוכט אפיר יענעם איד'ס הויז, ער קוקט אריין אין פענסטער, נישט מער נישט ווייניגער, סטוטצעך, מ'עסט טשאלנט גאלא קוגל,,, וכדומה, ער שטייט און וואונדערט זיך וואס גייט דא פאר, כ'האב דאך געמיינט אז דער איד גלייבט נישט און זעה גאר אז זיצט ביים טיש עסט א סעודת שבת וכל מטעמים... ער קלאפט אריין, און פרעגט דעם איד זעלבסט אויב ס'איז ריכטיג אז ער איז דער בארימטער ''אינו מאמין'' רופט זיך דער איד אן ''יא, ס'איז אמת'' אבער איך זעה דאך אז דו זיצט ביי א שבת טיש מיט דיינע קינדער, מען פארברענגט געשמאק א סעודת שבת קודש, מען זינגט זמירות, וואו קומט דאס פאר אינו מאמין??? ענפערט אים דער איד ''פארוואס דארף איך זיך אנטוען א טישערט מיט דשינס, גיין אין טיאטער, רייכערן דראגס, זיך אפגאלן דעם קאפ, זיך דרייען אין די גאסן ווי א געמיינער... כדי צו זיין א אינו מאמין, ס'איז מיר גוט אזוי, איך ענדשוי עס אזוי ווי ס'איז, איך האב הנאה פון דעם העכערן געשמאקן לעבנס שטייגער, ווייל איך בין א אינו מאמין דארף איך נישט זיך אויפפירן משוגע..'''
ודוק כי קצרתי מאוד מאוד... עוד יש לי הרבה להאריך בענין...
לעצט פארראכטן דורך מחנך ב2018 אום מוצ"ש פעברואר 17, 2018 11:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר מאה
- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm
מוצאי שבת קודש פרשת תרומה תשע''ח לפ''ק:
''א ווארט אין חינוך''
- ערליכע קינדער זענען משפיע אויף זייערע שוואכע עלטערן -
עס האט פארציילט הרבני החסיד המפואר ר' יהודה לייה ווייס ז''ל מתלמידיו הראשונים מרבינו הק' מסאטמאר זי''ע:
איך האב געלערענט ביים רבי'ן נאך אין קראלי, דערנאך ווען דער רבי האט איבעגענומען דאס רבנות אין די שטאט סאטמאר בין איך באלד אויך אריבער קיין סאטמאר ווילנדיג ממשיך זיין דאס לערנען בצילא דמהימנותא פון רבינו הק'.
ליגט מיר אין זכרון פון דרשה פייערדיגע ביי וועלכע דער רבי האט שטארק מעורר געווען דאס מ'זאל שיקן די קינדער אין גוטע תלמוד תורה'ס און זיכער מאכן אז די מלמדים זענען ערליכע מלמדים מיט ריינע השקפות. דער רבי האט דאן - בתוך דבריו - געזאגט אז אויב די עלטערן זעען אז די קינדער זאלן ווערן אויפגעצויגן מיט א ריינען ערליכן חינוך, דעמאלט העלפט דאס אויך פאר עלטערן זעלבסט, אז טראץ וואס זיי אליין לעבן נישט אויף אזא ערליכע לעבנס-שטייגער, וועלן אבער די קינדער וואס ווערן יא אויפגעצויגן אזוי האבן אן השפעה אז אויך די עלטערן זאלן זיך מער צופלייסן בעבודת ה' און פאררעכטן זייערע מעשים. ווידער אויב ח''ו פארקערט, די קינדער פירן זיך נישט בדרך בתורה והיראה, קען דאס ח''ו גורם זיין אז אויך די עלטערן זאלן נמשך ווערן נאך זיי.
האט דער רבי געטייטש דערמיט דעם פסוק אין משלי ''חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסיר ממנו'', דו זאלסט געבן א גוט חינוך פאר דיינע קינדער, וואס דעמאלט ''גם כי יזקין לא יסיר ממנו'' - ''כי יזקין'' דאס מיינט מען זייערע עלטערן, אז אויך זיי וועלן זיך נישט אוועקרירן פון די תורה ומצוות, נאר אדרבה, דערמיט וואס די קינדער וועלן נתחנך ווערן אויפן ריכטיגן וועג וועלן דערנאך די עלטערן ווערן נאכגעשלעפט און ווילן זיין ווי די קינדער.
עד כאן וואס עס האט פארציילט דער אויבנדערמאנטער תלמיד פון רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, עס איז אבער כדי צוצולייגן און עטוואס אויסשמועסן אז אט די דאזיגע ווארט האט גאר זיך ארויסגעשטעלט צו דינען פארן רבי'ן זי''ע אלס א יסוד גדול בדרכי החינוך.
ספעציעל קען מען אנצייגן אז נאכן חורבן אייראפע, ווען דער רבי האט בדם לבבו איבערגעפלאנצט דאס ארגינעלע אידישקייט אויף דעם פארדארבענעם אמעריקע באדן, האט ער זיך נאכאנאנד באניצט מיט אט דעם יסוד, אצינד מיט איבער א יובל יארן פארביי און מ'גיבט א ניכטערן בליק אויף צוריק, שטעלט זיך ארויס דעם הערליכן און מערקווירדיגן פאראדאקס, ווי געניט דער רבי האט זיך זעלבסט באניץ מיט דעם אויבדערמאנטע טאקטיק און ווי גוט דאס האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו ארבעטן, אויף וועלכע מיר קענען אלע עדות זאגן.
אדרבה, טראכט נאר א רגע צוריק, וויאזוי האבן אונזערע עלטערן אויסגעקוקט מיט זעכציג יאר צוריק, אדער גייט אפילו צוריק צו איידער דעם ביטערן חורבן, וויאזוי האבן אונזערע זיידע'ס און עלטער זיידע'ס אויסגעקוקט, וויפיל פון זיי זענען געגאנגען א שטריימל, וויפיל פון זיי זענען געגאנגען מיט דעם גאנצן חסידישן לבוש, וויפיל פון זיי האבן מקפיד געווען אויף א מקוה בכל יום ויום, וויפיל פון זיי האבן גערעדט אין שטוב בלויז 'אידיש', וכדומה...
דעם רבי'נס יסוד איז געווען, איך קוק נישט אויף יעצט, איך קוק אויך שפעטער. איך קוק וויאזוי זייערע אייניקלעך און אור-אייניקלעך וועלן אויסקוקן, איך זארג זיך נישט אזוי ווייט פאר יעצט ווי איך זארג זיך פאר די שפעטערדיגע דורות, וויאזוי וועלן זיי אויסזעהן... דער רבי האט באלד ביים אנקומען קיין אמעריקע געהאט זיין עיקר דאגה לגבי חינוך און לגבי מקוואות, כידועה ליודעים...
מפי השמועה האב איך אמאל געהערט אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט פאר זיין עולם, ''ענק וועלן זיך נאך איין טאג שעמען פון די קינדער'', ווייס איך טאקע נישט אויב די מאמר איז ווירקליך אמאל געזאגט געווארן, אבער די נקודה איז זיכער אמת, דער רבי האט אויפגעשטעלט זיינע 'באלע באטעם' מיטן זיל אז פון זיי וועט נאך ארויסקומען ערליכע תורה'דיגע יונגעלייטלעך, דער רבי האט מיט זיין טיפן פארשטאנד געזעהן אז נאך אזא שווערע דורכגאנג וואס דאס אידישע פאלק איז א דורך ביים ביטערן חורבן קען מען קיין סאך נישט פארלאנגען, דער רבי האט דעריבער נישט פארלאנגט צופיל און בעיקר נאר מקרב געווען, מקרב געווען, וויפיל ער האט נאר געקענט, וואוסנדיג אז איין טאג וועלן אט די 'באלע באטעם' צוריק אויפשטעלן דעם יהדות החרדית...
ליגט מיר אין זכרון אן עובדה וואס צייגט ווידעראמאל דעם רבי'נס שטארקע טראסט אז קינדער קענען נאך איבערדרייען זייערע עלטערן און גאר צוריק ברענגען צום ריכטיגן וועג:
מ'האט דעם רבי'ן געזאגט איבער געוויסע עלטערן וועלכע שיקן די קינדער אין די סאטמארע מוסדות וואס זייערע עלטערן האבן אינדערהיים פארמאגט טעלעוועזיע, מ'האט געזאגט פארן רבי'ן די געפערליכע מכשולות וואס דאס איז גורם פאר קינדער פון אזא שטוב און פאר די חברים אין חדר פון אט די קינדער, מ'האט דעריבער געפרעגט דעם רבי'ן אויב מ'דארף די קינדער משלח זיין.
האט דער רבי געענפערט אז אדרבה, מ'זאל זיך מער און בעסער זעהן אפצוגעבן מיט די קינדער פון דעם שטוב און סוף כל סוף וועלן זיך נאך די עלטערן צוריק כאפן, וכך הוה, די קינדער זענען ווייטער נתגדל געווארן אין סאטמאר מוסדות, א שטיק צייט שפעטער האבן די עלטערן אנגעפאנגען זיך צוריק צו כאפן און האבן אוועקגעווארפן די כלים, בסוף זענען די קינדער אויפגעוואקסן יראים ושלמים.

- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm
מחנך ב2018 האט געשריבן:כ'האב נארוואס באמערקט דיין תגובה, וואס זאל איך דיר זאגן, כ'האב פשוט נישט קיין כוח זיך צו טענה'ן, כ'בין נישט אזוי אין די כלים אריינצוגיין אין דיסקוסיעס וואס פירן אין ערגעץ נישט. איך וועל עס פרובירן נאכאמאל קלאר צו מאכן און ווער עס וויל חולק זיין אויף מיר וועט מוזן ווארט ביז ווען כ'וועל האבן געדולט דאס אים בעסער און קלארער אויפצוווייזן.
קודם כל רבי שווימער, דאס וואס דו ווייסט, ווייס איך אויך, איך ווייס פון די אלע סייט'ס, בלאג'ס, פון אזעלכע וואס מימיך יצאו שרייבן דארטן, איך ווייס, איך ווייס, כ'האב פיל געטוען דערין, כ'האב שוין גערעדט צו עטליכע פון זיי, איך זאג אייך די אלע חברה גלייבן אז יש מנהיג לבירה, יא זיי גלייבן, אמת אז זיי וואלטן ווען געוואלט איינרעדן דיר און מיר אז זיי גלייבן נישט, זיי האבן פפיינט זייער אייגענע די ען עי וואס גלייבט אין ג-ט, זיי פרובירן דאס צו דערשטיקן, אבער אויב גיבט מען א קריך אריין אין זייער הערצעלע זעהט מען דעם סוד, דעם סוד וואס זיי ווילן אזוי באגראבן פאר יעדן פרייז, זיי זענען מאמינים בני מאמינים, זייער די ען עי איז גלויביגע בלוט, פארפאלן, זיי גלייבן, טאקע מעגליך געצווינגענערהייט, ווייל זיי זענען געבוירן צו גלויביגע עלטערן, אבער יא יא, טיף טיף, עמוק עמוק, גלייבן זיי שוין איינמאל.
די גרעסטע הוכחה אז זיי גלייבן באמת יא, איז, אט די עצם פאקט אז נאכאנאנד זענען זיי פארנומען צו שרייען ''מיר גלייבן נישט'' ''מיר גלייבן נישט'' ''וואס זאל איך דען טוען איך גלייב פשוט נישט אין באשעפער...'' אט דאס זעלבסט איז די גרעסטע הוכחה אז זיי גלייבן שוין איינמאל... ודו''ק
איך וועל מאכן דערויף א דוגמה, ס'איז באקאנט די קאנטראווערסיאלע געזעץ וואס פוילן האט נארוואס באשטעטיגט זיך ריינציוואשן פון באשולדיגונגס וועלכע ווערן שוין פאר יארן געטייטלט אין זייער ריכטונג אז זיי האבן במישרין צי בעקיפין אנטייל גענומען אין די שרעקליכע הריגות ביים ביטערן האלאקאוסט, יעדער הייבט די אויג מיט וואונדער, וואס פשט פון אזא מאדנע געזעץ, פארוואס איז פאר אויסטראליע נישט בייגעפאלן צו מאכן אט דעם געזעץ, פארוואס מאכט אמעריקע נישט אזא געזעץ, נאר דער תירץ איז דאך זעלבסט פארשטענדליך אז אויפן גנב ברענט דאס היטל, אויב וואלט פוילן ווירקליך נישט געשפילט קיין שום ראלע אין האלאקאוסט וואלט זי נישט געדארפט דורכפירן אזוינע געזעצן, - אויב מען לייקנט איז א סימן אז ס'איז דא וואס צו פארלייקענען -
די משל איז טאקע נישט ממש ענדליך צום נמשל, אבער אויף ארויסצוברענגען די נקודה, איר הערט, אויב וואלטן זיי טאקע באמת נישט געגלייבט דאן וואלטן זיי נישט געדארפט זיין פארנימען טאג און נאכט מיטן זינגען ''מיר גלייבן נישט'' דאס לייקענען נאכאנאנד צייגט אז, אופס, איך האב מורא מודה צו זיים דערין דעריבער פרוביר איך צו שרייען דאס פארקערטע...
די וועלט דערציילט א מעשה, ס'איז אמאל געקומען א איד צו א גדול און געזאגט 'רבי איך גלייב נישט' 'יא, פשוט און פפראסט איך גלייב נישט און איך גענצליך אפלאזן אידישקייט' זאגט אים דער גדול, ס'איז נישט אמת, דו גלייבסט יא, ווילסט וויסן וואס מיינט עכט נישט גלייבן, דאן גיי צו יענע און יענע דערפל ביים עק דארף וואוינט א איד, ער איז באמת א אינו מאמין...
אזוי, ער מיז גיין באזוכן יענען איד, דער ריכטיגער אינו מאמין, ער הויבט אויף פארט אריבער צו יענעם דארף, ס'איז געווען אום שבת, ער גייט צום עק דארף, זוכט אפיר יענעם איד'ס הויז, ער קוקט אריין אין פענסטער, נישט מער נישט ווייניגער, סטוטצעך, מ'עסט טשאלנט גאלא קוגל,,, וכדומה, ער שטייט און וואונדערט זיך וואס גייט דא פאר, כ'האב דאך געמיינט אז דער איד גלייבט נישט און זעה גאר אז זיצט ביים טיש עסט א סעודת שבת וכל מטעמים... ער קלאפט אריין, און פרעגט דעם איד זעלבסט אויב ס'איז ריכטיג אז ער איז דער בארימטער ''אינו מאמין'' רופט זיך דער איד אן ''יא, ס'איז אמת'' אבער איך זעה דאך אז דו זיצט ביי א שבת טיש מיט דיינע קינדער, מען פארברענגט געשמאק א סעודת שבת קודש, מען זינגט זמירות, וואו קומט דאס פאר אינו מאמין??? ענפערט אים דער איד ''פארוואס דארף איך זיך אנטוען א טישערט מיט דשינס, גיין אין טיאטער, רייכערן דראגס, זיך אפגאלן דעם קאפ, זיך דרייען אין די גאסן ווי א געמיינער... כדי צו זיין א אינו מאמין, ס'איז מיר גוט אזוי, איך ענדשוי עס אזוי ווי ס'איז, איך האב הנאה פון דעם העכערן געשמאקן לעבנס שטייגער, ווייל איך בין א אינו מאמין דארף איך נישט זיך אויפפירן משוגע..'''
ודוק כי קצרתי מאוד מאוד... עוד יש לי הרבה להאריך בענין...
תגובה דורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 3:14 pm
נהניתי מאוד צו זעהן עמיצן שרייבן בעיניני חינוך מיט א נאמען פון 2018... דאס ווייזט אז דער שרייבער פארשטייט ווי מרופט עס די נא דזשענערעישאן... [סאיז אבער גארנישט אזוי נא.... סאיז נאר א "נא אווערנעס"],
איך עגרי 100% אויף יעדעס איינציג ווארט וואס דו שרייבסט דא! סאיז מרגלא בפומי... דאס דאזיגער סעיאינג: "נישט ווייל דו האלטסט ווילסטו, נאר ווייל דו ווילסט האלטסטו..."
סאיז קלאר ווי די טאג אז קיינער גייט נישט לינקס ווייל ער איז איבערצייגט אז דארט איז די אמת! איי פארוואס מוז ער לייקענען? קען זיין אסאך סיבות, איך טראכט אז אין מערסטנס פעלער איז די סיבה: ווייל ער וויל דאך [מאיזה סבה שהוא] גיין אויף די סטרא אחרינא, פילט ער זיך אבער שלעכט [פונקטליך וואס ער פילט קען זיין פארשידענארטיג] מוז ער זיך בארואיגן דאס געוויסן ממילא מוז ער אוטאמאטיש גיין אויף א מהלך פון חכמה הסבר און לאגיק?!... ווייל: "וואס הייסט" איך קען דיר אויפווייזען מיט 1000 ריאות אז מען מעג דאס און יענץ, און אהער און אהין.... ביזן ארגסטן ח"ו, און אזוי פילט ער רואיג און נישט גילטי א גאנצן טאג, וויל ער האט דאך דאך אזויפיל הסבר אנצוגעבן צו פארענטפערן זיין אויפפירינג, איז ער דאך נישט "סתם עפעס א בעל תאווה און א היפי" ער איז פון די שכלדיגע באזעסענע מענטשן, און מחמת זיין "אויפגעקלערטקייט און ברייטקייט" איז ער צוגעקומען צו זיין יעצטיגע שטאנד... (ר' אלחנן וואסערמאן זי"ע רעדט שוין דערוועגן ערגעץ ווי, איך געדענק נישט כעת די מראה מקום....)
איך ווייס בידוע פון איינעם פון די גרעסטע מחריבים אינעם דור וואס איז אנגעקומען צו זיין מצב א דאנק דעם וואס ער האט געהאט א יוגענט פון אביוז, ואכמ"ל... וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז די סיבה פון זיין כופר זיין איז נישט זיין גרויס חכמה און איבערצייגונג וואס האט אים אהין געפירט נאר גאר עפעס אנדערש, די גאנצע כפירה תורה איז סך הכל א בארואיגונג פיל פאר אים!
ויש להעריך בזה טובא, ודי בזה.
און אל כבוד הרב המומחה מחנך באלפיים ושמונה עשר תחזקנה ידיכם מיט דיינע אינהאלטספולע שרייב ווערק! עס פעלט אויס אביסל פובליק אווערנעס איבער דיזן נושא!!!
תמשיך הלאה.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

לכבוד הרב מחנך ב2018,
איך האב געזען דיינע הסברים אויף די OTD,
איין זאך קיצלט מיר זייער,
פארוואס איז אידישקייט אלץ דער ערשטער קרבן?
ביזט ברוגז אויף דיינע עלטערן? דאן ווער א בעלזער, א ליטוואק, א בעדערענער,
פארוואס ווען ער לויפט אוועק פון עפעס, ווארפט ער אוועק דאס גאנצע אידישקייט?
און דייקא נאר אידישקייט,
ווייל דאס וואס זיין מאמע האט אים געטרעינט, דאס ווארפט ער נישט אוועק,
זיין מאמעס שפיגל-איי רעצעפט, געדענקט ער אויך גאר גוט, א.א.וו.
ערלויב מיר צוצולייגן מיינע צוויי צענט, דאס צו פארענטפערן,
די קינדער זענען קיינמאל נישט געווען קיין אידן, זיי האבן נישט אוועקגעווארפן קיין שום רעליגיע, פינטל,
זיי האבן אוועקגעווארפן שמוציגע קאנטראל!
די קינדער קענען זיין אכצן, צוואנציג, דרייסיג, און נאך מער, און נישט האבן קיין אנונג אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
אלע זייערע קינדער יארן האבן זיי געדינט די אינטערעסן פון זייערע עלטערן, וועלכע האבן מחמת חסרון ידיעה קיינמאל קיין רופא נפשות נישט געזען, און די עלטערן קאנטראלן זייערע קינדער, צו טון גענוי ווי זיי "שפירן" מיט א איינרעדעניש אז דאס איז וואס דער באשעפער וויל,
און קינדער וואקסן דאך עווענטועל אויף, און זיי זאגן צו זיך, "אויב דאס איז די רעליגיע, בין איך נישט קיין חלק דערין!",
און לאמיר אייך קלארשטעלן מיין חלק אינעם שמועס דא,
איך בין אן עסקן אין אזעלכע ענינים, ווי OTD, קשיות, און צומישענישען,
און נאך מער, איך אליין האב (מאחורי הקלעים) דורכגעשוויצט דעם גיהנום, און דאס איז אייגנטליך דער סיבה פון מיין שטאנד,
און אויב מיינט איר אז די וואס לויפן אוועק ווייסן נישט פון קיין אידישקייט, דאן זעצט אייך אוועק בעפאר איר ליינט מיין קומענדיגע שורה,
דער צדיק וואס בלייבט יא אידיש, האט אויך נישט קיין מושג,
אויב אזוי, פארוואס לויפט ער נישט אוועק? ווייל ער האט מורא!
ער קען נישט די שפראך, ער קען נישט דעם קולטור, מילא וועלט ער אויס נישט צו גיין,
א בחור וואס האט אן אנונג פונעם באשעפער צוזאגן, איז א יקר המציאות, "בלי שום גוזמא",
פון ווי ווייס איך? ווייל איך רעד צו בחורים און צו אינגעלייט,
עטליכע וואכן צוריק איז איינער פון מיינע חברים מיר געקומען ווייזן, און איינע פון די סמארטפאון גליונות, אזא מעשה,
א בחור און ארץ ישראל, האט זיך איינגעהאנדלט א סמארטפאון, און ביז א חודש איז ער ל"ע אנגעקומען און מדינת ישראל מיליטער, ע"כ המעשה,
שטעלט זיך אזא קשיא, פון ווי איז דער בחור געקומען? פארן סמארטפאון, וואסערע בחור איז ער געווען?
איך דארף זיין בלעם'ס אייזל צו טראכטן אז דער בחור קומט מבין כותלי ביהמ"ד,
והא ראי' אז ער האט זיך איינגעהאנדלט א סמארטפאון, פון ווי קומט אין ביהמ"ד אריין אזעלכע השגות?
און איך פיר אויס מיין טענה, "אז דער בחור איז קיינמאל קיין איד נישט געווען", לא הסמארטפאון ממית, דער חינוך וואס ער האט קיינמאל נישט באקומען נעמט זיך יעצט אפ,
און די זעלבע זאך לענינינו, עס איז ליידער דא א געוואלד מיט עלטערן וואס מחמת חסרון ידועה וחסרון בריאות הנפש, מישן זיי אויס חינוך מיט קאנטראל,
און דאס איז אין מיינע אויגן דער שרעקליכער גורם.
ודו"ק כי קצרתי.
נ.ב. נישט ח"ו אוועקצומאכן די שעדליכקייט פונעם סמארטפאון.

א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
קודם כבוד המחנך איך האלט מיט אין האב שטארק הנאה
טשיפקא איר מישט שטארק עס איז דא אמונה אין עס איז דא פארשטיין אידישקייט, אין עס איז 2 טאטעל אנדערע זאכן מען קען זיין א ערליכע איד אין א מאמין אן פארשטיין אידישקייט (נישט אז מען דארף נישט פארשטיין), אין מען קען גוט פארשטיין יהדות אין זיין א כופר בעיקר
אין אויב די פארשטייסט יא יהדות געוויס פארשטייסטו אז די אמונה פין א איד איז נישט ווייל זיין טאטע האט אים קאנטראלט, נאר ווייל ער האט א נשמה וואס זעט יעדע רגע דעם בורא עולם זיין מקור החיות איז פין די מקור הקדושה א איד בשרשו גלייבט, נאר אז ער זינדיגט ווערט ער דא בלינד ברוחניות איז ער ביכולות צו צווייפלען אבער היות זיין מקור החיות אין ממקור בקדושה איז תוך תוך טיפ אינעווייניג ווייסט ער אז יא
אין פארדעם קען מען זעהן פרייע יונגען וואס האבן נאך גארנישט געהערט פין אמונה, די זעלבע חינוך ווי א גוי איז אבער דא אסאך וואס זוכען אויף זייער שורש, ווייל א איד האט א נשמה אין זיין חיות איז ממקור הקדושה
לענינינו יעדע נארמאלער בחור ווייסט אין גלייבט אינעם קוב"ה ואורייתא, יא עס איז א יקר המציאות צו טרעפען א בחור וואס פארשטייט אידישקייט, אבער נישט פין דעם רעדט מען אין נישט פארדעם ווערט מען פרייע, אין מען קען זיין פרייע אין יא פארשטיין אידישקייט יעדע ענין אין ענין, אבער ווען די אמונה איז נפגם ווען עס איז די א בלינדקייט אין די ראיה רוחניות וועט טויזנט הסברים גארנישט העלפן
א איד וואס גלייבט וואס דאס טוט צוברענגען אז ער זאל מורא האבן פונעם אויבשטער, דארף דאך וויסן וואס למעשה צוטון אין ווי אזוי זיך צו פירן, אויפ דעם איז דא חינוך ומסורות האבות, וואס אסאך טוען עס בלויז ווייל אזוי האט מען מחנך געווען אין ער טראסט זיין חינוך, אפי' ער פארשטייט נישט אלעס קלאר פארוואס אין פארווען, אין ווילאנג ער האט יראת שמים איז עס נישט קיין נפקא מיניה, אין אויב ח"ו ער פארלירט די יראת שמים וועט זיין פארשטיין וואס אין ווען אים נישט קיין סך העלפן רק אין יראת אלקים
אה פארוואס ווערט ער א גוי ווייל נישט וועגן ער האט קשיות האט ער פארלוירן זיין יראת שמים אין נאכדעם די אפענע אמונה נאר ווייל ער האט נישט קיין יראת שמים האט ער קשיות, אין איינער וואס האט נישט כאטש אביסל יראת שמים ווערט א גוי ווייל בהיפקריה ניחא ליה
אין די סיבה פארוואס א ערליכע בחור ווערט נישט קיין גוי איז נישט ווייל עס איז דא א חילוק אין קולטשער נאר ווייל ער האט יראת שמים
לגבי די מעשה פין די סמארטפאון אמת די בחור האט נישט געהאט אויף אזויפיל יראת שמים נישט צו נעמען א סמארפאון אבער מיט אזא מדריגה יראת שמים קען מען נאך דורך שווייצן ביז דער אויבשטער העלפט אין מען טוט תשובה, דאס מיינט נאכנישט אז ער איז בכלל געווען נאנט צו וואס ער איז צוגעקומען נאכדעם, ער איז לכאורה געווען אסאך נענטער צו א בית מדרש בחור ווי צו א מיליטער בחור, אבער די סמארטפאון קען פין די גאנצע יראת שמים קעיר נעמען אין געציילטע טעג עס זאל זיין לא נודע כי בא אל קרבנה, האט ער ווען לכתחלה אביסל מער יראת שמים נעמט ער נישט די סמארט פאון אבער די מדריגה פין יראת שמים וואס ערלויב צו נעמען א בחור א סמארטפאון, איז פאר די סמארטפאון צייטן איז געווענדליך געווען א לעוועל וואס מען איז געבליבן א ערליכע יוד חתונה געהאט געסעטעלט, אבער היינט אפי' ביי די לעוועל היות עס איז דא א סמארטפאון איז מען א שפאן אוועק פין שאול תחתית

לכבוד הרב פרידן,
ווי געשריבן האב איך א קאנעקשען מיט די נושא פון צוויי זייטן,
מבשרי אחזה, אז מיט מדע און הסבר קען מען יא ארויסהעלפן א בחור-אינגערמאן,
און דווקא נישט דורכן מסביר זיין יהדות, נאר דורכן מסביר זיין געווענליכע מוסר קאנצעפטן, ווי מה חובתי בעולמי והמסתעף,
און דיין הסבר אויף אמונה, שמועסטו אויס, פון ווי אמונה קומט, כבוד הרב, אבער געפילן אין א זייט געלייגט,
איך וואלט באמת געהאט חשק דאס אנצונעמען, ווען נישט דער מציאות וואס ווייזט מיר אז נישט,
איך האב שטארק נישט קיין חשק צו פירן א ויכוח, ווי מען דארף מיר גלייבן, אז איך ווייס וואס איך רעד,
אבער דערווייל וועל איך בלית ברירה ממשיך זיין אזוי, און איך בעט אייך, אז בעפאר די ענטפערסט מיר, ליין איבער מיין תגובה נאכאמאל, און פרוביר עס צו פארשטיין טיפער,
צו זיין א איד, דארף א מענטש האבן די פאלגנדע צוויי,
א געוויסע דרגא אין גייסטישע געזונט,
א געוויסע דרגא אין וויסנשאפט,
דאס הייסט, מען קען נישט דינען דעם בוכ"ע, אן די צוויי,
און דאס איז זייער ווייטאגליך, ווייל ליידער מיט די היינטיגע חינוך איז דאס א "יקר המציאות", אריינגערעכנט פילע גרויסע אינטערנאציאנאלע מחנכים, וועלכע מיר שלונגען מיט דארשט זייערע ווערטער,
און שטארק מעגליך, אז דאס איז דער סיבה פארוואס איר טרעפט זיך גיין פון איין חינוך שיעור צום צווייטן, אן זעהן דעם ענד פונעם טונעל,
ווייל מען קען נישט פארשטיין צו קיין חינוך, אן וויסן וואס מיינט א איד,
און בנוגע דעם בחור וואס איז ל"ע אנגעקומען אין מדינת ישראל מיליטער,
דער פוינט וואס די ברענגסט ארויס, אז ווען נישט דעם סמארטפאון, וואלט דער בחור חתונה געהאט, און אויפגעשטעלט א נארמאלע שטוב,
הלכה כמותך ולא מטעמך, דאס הייסט, דער בחור האט נישט געהאט א געוויסע מאס ירא"ש,
ער האט געהאט א געוויסע מאס פחד, וואס איז אים געווען א גדר,
און נישט יעדער גדר, האט מיט ירא"ש צוטוהן,
און צום אויספיר,
דער רמב"ם צוטיילט די מענטשליכע נאטורן אין צוויי,
א'- רועה,
ב'- צאן,
דער רועה וועט אלעס מוזן פארשטיין, עד כדי כך, אז ער וועט נאטורליך אוועקשטיין פון יעדן ספק,
משא"כ דער צאן, ער קען דורכלעבן הונדערט און צוואנציג יאר, אן איינמאל פרעגן, פארוואס טוה איך אזוי, אזוי לאנג ווי גארנישט טוט אים נישט וויי, וועט ער נישט ספענדן קיין מינוט צו טראכטן,
און לענ"ד, דער וועג וויאזוי די שרייבסט רעדסטו פונעם צאן סארט.

- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm
טשיפקא האט געשריבן:לכבוד הרב מחנך ב2018,
איך האב געזען דיינע הסברים אויף די OTD,
איין זאך קיצלט מיר זייער,
פארוואס איז אידישקייט אלץ דער ערשטער קרבן?
ביזט ברוגז אויף דיינע עלטערן? דאן ווער א בעלזער, א ליטוואק, א בעדערענער,
פארוואס ווען ער לויפט אוועק פון עפעס, ווארפט ער אוועק דאס גאנצע אידישקייט?
און דייקא נאר אידישקייט,
ווייל דאס וואס זיין מאמע האט אים געטרעינט, דאס ווארפט ער נישט אוועק,
זיין מאמעס שפיגל-איי רעצעפט, געדענקט ער אויך גאר גוט, א.א.וו.
ערלויב מיר צוצולייגן מיינע צוויי צענט, דאס צו פארענטפערן,
די קינדער זענען קיינמאל נישט געווען קיין אידן, זיי האבן נישט אוועקגעווארפן קיין שום רעליגיע, פינטל,
זיי האבן אוועקגעווארפן שמוציגע קאנטראל!
די קינדער קענען זיין אכצן, צוואנציג, דרייסיג, און נאך מער, און נישט האבן קיין אנונג אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
אלע זייערע קינדער יארן האבן זיי געדינט די אינטערעסן פון זייערע עלטערן, וועלכע האבן מחמת חסרון ידיעה קיינמאל קיין רופא נפשות נישט געזען, און די עלטערן קאנטראלן זייערע קינדער, צו טון גענוי ווי זיי "שפירן" מיט א איינרעדעניש אז דאס איז וואס דער באשעפער וויל,
און קינדער וואקסן דאך עווענטועל אויף, און זיי זאגן צו זיך, "אויב דאס איז די רעליגיע, בין איך נישט קיין חלק דערין!",
און לאמיר אייך קלארשטעלן מיין חלק אינעם שמועס דא,
איך בין אן עסקן אין אזעלכע ענינים, ווי OTD, קשיות, און צומישענישען,
און נאך מער, איך אליין האב (מאחורי הקלעים) דורכגעשוויצט דעם גיהנום, און דאס איז אייגנטליך דער סיבה פון מיין שטאנד,
און אויב מיינט איר אז די וואס לויפן אוועק ווייסן נישט פון קיין אידישקייט, דאן זעצט אייך אוועק בעפאר איר ליינט מיין קומענדיגע שורה,
דער צדיק וואס בלייבט יא אידיש, האט אויך נישט קיין מושג,
אויב אזוי, פארוואס לויפט ער נישט אוועק? ווייל ער האט מורא!
ער קען נישט די שפראך, ער קען נישט דעם קולטור, מילא וועלט ער אויס נישט צו גיין,
א בחור וואס האט אן אנונג פונעם באשעפער צוזאגן, איז א יקר המציאות, "בלי שום גוזמא",
פון ווי ווייס איך? ווייל איך רעד צו בחורים און צו אינגעלייט,
עטליכע וואכן צוריק איז איינער פון מיינע חברים מיר געקומען ווייזן, און איינע פון די סמארטפאון גליונות, אזא מעשה,
א בחור און ארץ ישראל, האט זיך איינגעהאנדלט א סמארטפאון, און ביז א חודש איז ער ל"ע אנגעקומען און מדינת ישראל מיליטער, ע"כ המעשה,
שטעלט זיך אזא קשיא, פון ווי איז דער בחור געקומען? פארן סמארטפאון, וואסערע בחור איז ער געווען?
איך דארף זיין בלעם'ס אייזל צו טראכטן אז דער בחור קומט מבין כותלי ביהמ"ד,
והא ראי' אז ער האט זיך איינגעהאנדלט א סמארטפאון, פון ווי קומט אין ביהמ"ד אריין אזעלכע השגות?
און איך פיר אויס מיין טענה, "אז דער בחור איז קיינמאל קיין איד נישט געווען", לא הסמארטפאון ממית, דער חינוך וואס ער האט קיינמאל נישט באקומען נעמט זיך יעצט אפ,
און די זעלבע זאך לענינינו, עס איז ליידער דא א געוואלד מיט עלטערן וואס מחמת חסרון ידועה וחסרון בריאות הנפש, מישן זיי אויס חינוך מיט קאנטראל,
און דאס איז אין מיינע אויגן דער שרעקליכער גורם.
ודו"ק כי קצרתי.
נ.ב. נישט ח"ו אוועקצומאכן די שעדליכקייט פונעם סמארטפאון.
עקסעלענט! איך האלט אקוראט דאס זעלביגע. איך טענה שוין לאנג, אז באנאזאם מיטן מערכה פון טעכנעלאגיע דארף מען אויך מאכן א מערכה פון הסברה צו עלטערן, ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער און נישט מאניפולעיטן די קינדער ודי.... און נאר אזוי קען מען בסיעתא דשמיא פארזיכערן אז די טייערע קינדערלעך זאלן נישט לויפן צום סמארטפאון זיכן די אהבה וואס מהאט זיי פארפעלט צו געבן.... ודו"ק ותן לחכם ןיחכם עוד.
לאמיך נאר צולייגן מיינע 2 סענט, עס איז נישט נאר דעס אז דאס קינד האט קיינמאל קיין קשר צו יודישקייט נישט געהאט, נאר עס אויך די חלק פון די פרעשור און קאנטראל [און אין טייל פעלער אביוז....] מאכט דאס קינד פעראפ פון די גאנצע זאך וואס האט שייכות מיט יודישקייט, די מציאות איז אז איינער וואס קומט פון אזא סארט שטוב קומט צו א פוינט וואס ער קען נישט הערן אזא ווארט ווי: ממוז! ער האט בשום אופן נישט די מאד און די כוחות זיך צו נעמען צו עני זאך וואס איז א מוז... "גענוג געווען! איך האב נישט קיין כח! לאטס מיך אפ און פארטיג..."
און עס איז נישט אזוי ווי מאנכע טענה'ען אז זייער אסאך מאל ווילן די קינדער פשוט ווייזן פאר די עלטערן און זיי צוריקשיסן אין פנים אריין.. יא! אודאי קומט אסאך מאל א פוינט וואס עס ווערט אזא שנאה פונעם קינד צו זיינע עלטערן אז ער וועט נישט וועלן טון דאס מינדעסטע וואס קען אויסקוקן אז ער טוט יא די רצון פון זיינע עלטערן, אבער פאר עס פארשטייט ווייסט אז דאס איז נישט אז דאס קינד וויל ווייזן פאר זיין טאטן/מאמען, דאס איז סך הכל א סוב קאנטשעס פילינג וואס ער האט אז טאמער טוט ער עפעס וואס גייט אין ליניע פון זיין טאטענס/מאמענס רצון פילט ער אז ערווערט דיקטעט דורך זיין טאטען/מאמען, ודי בזה... ומובן למבינים.
איך וועל צולייגן א ווארט וואס איך האב פונקט היינט געהערט [קען זיין אז עס איז א באקענט ווארט..], סאיז באקאנט די גמרא: קימו וקיבלו, אז כלל ישראל האט מקבל געווען די תוה"ק מאהבה. לכאורה ווי זעהט מען אין די ווערטער "קימו וקיבלו" אז זיי האבן עס מקבל געווען מאהבה? נאר די פסוק פירט דארט אויס "עליהם ועל זרעם", אויב איז עס געווען "על זרעם איז ברור אז עס איז געווען מאהבה! ווייל אן אהבה גייט עס נישט אריבער צו די קינדער!!!
והעיקר: תפילה און אמונה! און נישט: איך וועל דיר מחנך זיין!!! ביי אונז טוט מען נישט... "איך" לאז נישט... אא"ו, נישטא קיין "איך" אונז"... עס איז דא קוב"ה און ער איז "עשה ועשה ויעשה לכל המעשים":
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm
פרידן האט געשריבן:טשיפקא איר מישט שטארק עס איז דא אמונה אין עס איז דא פארשטיין אידישקייט, אין עס איז 2 טאטעל אנדערע זאכן מען קען זיין א ערליכע איד אין א מאמין אן פארשטיין אידישקייט (נישט אז מען דארף נישט פארשטיין), אין מען קען גוט פארשטיין יהדות אין זיין א כופר בעיקר
נישט ריכטיג! נישטא אזא זאך ווי גלייבן אין א זאך וואס מען האט דערין נישט קיין השגה! אזוי זאגט לאגיק און אזוי זאגן אלע מוסר און חסידישע ספרים... [עי' וחפש בספה"ק, וועסט בכלל נישט ברויכן צו לאנג זיכן...] סאיז נישט שייך בכלל זיך צו מתווכח זיין אויף דעם.... און אויב איינער גלייבט יא אן א ריכטיגע ידיעה און השגה , איז ער נישט קיין מאמין נאר א בהמה....
וקל להבין.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
טשיפקא האט געשריבן:לכבוד הרב פרידן,
ווי געשריבן האב איך א קאנעקשען מיט די נושא פון צוויי זייטן,
מבשרי אחזה, אז מיט מדע און הסבר קען מען יא ארויסהעלפן א בחור-אינגערמאן,
און דווקא נישט דורכן מסביר זיין יהדות, נאר דורכן מסביר זיין געווענליכע מוסר קאנצעפטן, ווי מה חובתי בעולמי והמסתעף,
און דיין הסבר אויף אמונה, שמועסטו אויס, פון ווי אמונה קומט, כבוד הרב, אבער געפילן אין א זייט געלייגט,
איך וואלט באמת געהאט חשק דאס אנצונעמען, ווען נישט דער מציאות וואס ווייזט מיר אז נישט,
איך האב שטארק נישט קיין חשק צו פירן א ויכוח, ווי מען דארף מיר גלייבן, אז איך ווייס וואס איך רעד,
אבער דערווייל וועל איך בלית ברירה ממשיך זיין אזוי, און איך בעט אייך, אז בעפאר די ענטפערסט מיר, ליין איבער מיין תגובה נאכאמאל, און פרוביר עס צו פארשטיין טיפער,
צו זיין א איד, דארף א מענטש האבן די פאלגנדע צוויי,
א געוויסע דרגא אין גייסטישע געזונט,
א געוויסע דרגא אין וויסנשאפט,
דאס הייסט, מען קען נישט דינען דעם בוכ"ע, אן די צוויי,
און דאס איז זייער ווייטאגליך, ווייל ליידער מיט די היינטיגע חינוך איז דאס א "יקר המציאות", אריינגערעכנט פילע גרויסע אינטערנאציאנאלע מחנכים, וועלכע מיר שלונגען מיט דארשט זייערע ווערטער,
און שטארק מעגליך, אז דאס איז דער סיבה פארוואס איר טרעפט זיך גיין פון איין חינוך שיעור צום צווייטן, אן זעהן דעם ענד פונעם טונעל,
ווייל מען קען נישט פארשטיין צו קיין חינוך, אן וויסן וואס מיינט א איד,
און בנוגע דעם בחור וואס איז ל"ע אנגעקומען אין מדינת ישראל מיליטער,
דער פוינט וואס די ברענגסט ארויס, אז ווען נישט דעם סמארטפאון, וואלט דער בחור חתונה געהאט, און אויפגעשטעלט א נארמאלע שטוב,
הלכה כמותך ולא מטעמך, דאס הייסט, דער בחור האט נישט געהאט א געוויסע מאס ירא"ש,
ער האט געהאט א געוויסע מאס פחד, וואס איז אים געווען א גדר,
און נישט יעדער גדר, האט מיט ירא"ש צוטוהן,
און צום אויספיר,
דער רמב"ם צוטיילט די מענטשליכע נאטורן אין צוויי,
א'- רועה,
ב'- צאן,
דער רועה וועט אלעס מוזן פארשטיין, עד כדי כך, אז ער וועט נאטורליך אוועקשטיין פון יעדן ספק,
משא"כ דער צאן, ער קען דורכלעבן הונדערט און צוואנציג יאר, אן איינמאל פרעגן, פארוואס טוה איך אזוי, אזוי לאנג ווי גארנישט טוט אים נישט וויי, וועט ער נישט ספענדן קיין מינוט צו טראכטן,
און לענ"ד, דער וועג וויאזוי די שרייבסט רעדסטו פונעם צאן סארט.
כ'האב געווענדליך מער נערווען אין צייט באנאכט אבער אין קורצען וועל איך יעצט ענפערן
די אין איך האבן זיך דא באצויגוין אויף דאס וואס המחנך האט געשריבן אז יעדע שייגעץ באמת באמת טיף אין הארטץ גלייבט ער,
אויף דעם האסטי געשריבן פארקערט אז כמעט וואס עס איז דא בחורים וואס פארשטיין באמת צו אמונה, אויף דעם האב איך גע'ענפערט אז די מישט די יוצרות, ער רעדט פין גלייבן אינעם בורא עולם וואס טיף אינעווענדיג גלייבט יעדער ווייל די נשמה גלייבט אין עס איז נישט מעגליך דאס צו טוישן מען קען פארשמירן די נשמה אז די גוף זאל שווער שפירן די נשמה אבער אויסמעקן קען מען נישט
אין נאכדעם איז דא צו וויסן אין פארשטיין וואס די אמונה איז מחייב אין ווי אזוי מען דארף זיך פירן
אין נאך דיין לאנגע תשובה האט זיך גארנישט געטוישט אין די מיטן מחנך רעדן פין צוויי אנדערע זאכן
יעצט צו פארשטיין אידישקייט העלפט זיין א בעסערע איד זעכער יא,
מען קען זיין א ערליכע איד ווען מען פארשטייט נישט פונקלעך וואס אידישקייט איז, זעכער יא
צו זיין א יוד דארף מען האבן 2 זאכן
אמונה
תמימית
פארשטאנד קען אמאל העלפן צו תמימית
אין חזרן אמונה אין לערנן מוסר העלפט זעכער צו תמימית
בשעת א נסיון וועט איין טראפ תמימית מער העלפן ווי בערג מיט פארשטאנד אבער פארשטאנד קען בויען די תמימית פונקט ווי תמימית בויעט תמימית אזוי ווי מען זעט די רמב"ם האט מתקן געווען בימיו צו זאגן די 13 אני מאמינס צו מחזק זיין די אמונה שטייט נישט דארט קיין שום הסברים נאר חזרה האמנתי כי אדבר
די רמב""ם מיטן רועה אין צאן רעדט מען פין 2 סארט עובדים נישט 2 סארט מאמינים
עס איז דא מענטשן וואס ווילן פארשטיין וואס אין פארוואס זיי דינען דעם אויבשטער אבער דינען וועט ער ממילא ווייל ער איז א מאמין נאר היות ער איז א רועה וועט ער נאכגיין צו פארשטיין
אין נאכדעם איז דא מענטשן וואס גיין נאך היות ער גלייבט דארף ער שוין אפי' נישט וויסן פארוואס ער טוט עס אזוי האט ער געהייסן טוט מען אזוי צאן
אבער נישט צוטין ווייל מען פארשטייט נישט איז א שה אובד
צו בחורים פארשטייסטו טאקע אבער צו ניקים אויף אייוועלט נישט ווייל די איינציגסטע חינוך שיעור וואס איך בין געגאנגען איז געווען וואס מיין קינדס מוסד האט פארופען אין געקאלט 50 מאל אז מען זאל קומען אין אהיים געשיקט 100 צעטליך מיט יעדעי קינד עקסטער
קוקט נישט אויס אז אונז גיימער אגריען ווייל אונז ניץ מער די זעלבע לשונות פאר אנדער באדייטן אז וועסט א מינוט נעמען די כח הבדלה וואס א מענטש האט וועסטי כאפן די חילוק
מקבל ומשפיע האט געשריבן:פרידן האט געשריבן:טשיפקא איר מישט שטארק עס איז דא אמונה אין עס איז דא פארשטיין אידישקייט, אין עס איז 2 טאטעל אנדערע זאכן מען קען זיין א ערליכע איד אין א מאמין אן פארשטיין אידישקייט (נישט אז מען דארף נישט פארשטיין), אין מען קען גוט פארשטיין יהדות אין זיין א כופר בעיקר
נישט ריכטיג! נישטא אזא זאך ווי גלייבן אין א זאך וואס מען האט דערין נישט קיין השגה! אזוי זאגט לאגיק און אזוי זאגן אלע מוסר און חסידישע ספרים... [עי' וחפש בספה"ק, וועסט בכלל נישט ברויכן צו לאנג זיכן...] סאיז נישט שייך בכלל זיך צו מתווכח זיין אויף דעם.... און אויב איינער גלייבט יא אן א ריכטיגע ידיעה און השגה , איז ער נישט קיין מאמין נאר א בהמה....
וקל להבין.
ביזט הונדרעט פראצענט גערעכט אין א גשמיותדיגע שטאנדפונק אז איינער וועט גלייבן אין עפעס וואס ער פארשטייט נישט איז א פערד
אבער היות מען רעדט פין א רוחניותדיגע זאך ביזטי הונדרעט אין 1 פראצענט נישט גערעכט, יעדע זאך אין דער וועלט האט א מקור פין ווי עס נעמט חיות, אין א אידישע נשמה נעמט חיות פין באשעפער אליינס, על כן וועט א איד זיין גוף בטבע גלייבן ווייל זיין נשמה וואס איז זיין חיות זעט דאך עס בחוש, אין אז מען פארשמירט די נשמה פארלירט פין די כח הראיה שאדט עס די אמונה, אין אויב קוקסט אמאל אריין אין חסידישע ספרים וואלסט עס שוין לאנג געטראפן
אין ישמח משה אין תהלים איז ער מסביר די מצוה פין אמונה ווי אזוי איז שייך א מצוה פין גלייבן אזאך וואס א מענטש זעט נישט קען מען נישט הייסן גלייבן זאגט אז איד גלייבט בשרשו ער ווערט געבוירן בטבע א מאמין ווען ער זינדיגט מאכט ער שוואך זיין אמונה איז די מצוה פין אמונה איז צו היטן אויף די נשמה אז עס זאל נישט פארלירן די אמונה
עס וואונדער מיר ווי אזוי מענטשן וואס געבן זיך אן אז מען מוז פארשטין יהדות, פארשטיין נישט אזאלעכע פשוטע זאכן וואס איז א' ב' אין אידישקייט אין חסידישע ספרים, אויב פארשטייסטו וואס א אידישע נשמה איז פארשטייסטו וואס איך רעדט,
.
לעצט פארראכטן דורך תנו רבנן אום זונטאג פעברואר 18, 2018 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נקוט האי כללא בידך: אז יענער איז קליין מיינט נישט אז דו ביסט גרויס! און אז יענער איז גרויס מיינט נישט אז דו ביסט קליין!!!
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
לכבוד הרב פרידן,
איך האב מיר זיך לגמרי נישט באצויגן צו קיין שום ספעציפישן דעטאל, וואס מחנך האט געשריבן,
איך האב מיר באצויגן צום עצם שאלה, פארוואס בחורים און אינגעלייט פאלן נעבעך אוועק,
איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין פונקטליך וואס די שרייבסט וועגן תמימות מיט אמונה, אבער עס קוקט מיר אויס אז די ביסט א שטארקער בעל הרגש, מילא מישסטו אריין אביסל צופיל געפיל און דיין תירוץ,
און בנוגע די אני מאמין'ס, אינעם רמב"ם איז יעדע זאך מוסבר, מילא איך זעה נישט פון ווי די האסט גענומען דעם "האמנתי כי אדבר",
ואדרבה, זיי דיר מסביר אזוי אז אויך איך זאל קענען פארשטיין.
נ.ב. זמן מעריב איז 6:46, איך ווארט.
איך האב מיר זיך לגמרי נישט באצויגן צו קיין שום ספעציפישן דעטאל, וואס מחנך האט געשריבן,
איך האב מיר באצויגן צום עצם שאלה, פארוואס בחורים און אינגעלייט פאלן נעבעך אוועק,
איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין פונקטליך וואס די שרייבסט וועגן תמימות מיט אמונה, אבער עס קוקט מיר אויס אז די ביסט א שטארקער בעל הרגש, מילא מישסטו אריין אביסל צופיל געפיל און דיין תירוץ,
און בנוגע די אני מאמין'ס, אינעם רמב"ם איז יעדע זאך מוסבר, מילא איך זעה נישט פון ווי די האסט גענומען דעם "האמנתי כי אדבר",
ואדרבה, זיי דיר מסביר אזוי אז אויך איך זאל קענען פארשטיין.
נ.ב. זמן מעריב איז 6:46, איך ווארט.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm
בראשית ברא האט געשריבן:ס'דא וואס פארשטייען טאקע נישט ווייל ער קען נישט חסידישע ספרים נאר וואס די ביכער פארקויפן, און ס'דא וואס זיי ווילן נישט פארשטיין, און זיי ווילן פירן יהדות אויף א געוויסע ריכטונג מיט מדע וכו'.
קומט נישט דא אריין בכלל! די וויכוח קוקט מיר דא אויס ווי א בחינה פון "טענו בחיטין והודו לזכר קדשו"
קיינער האט דא נישט גערעדט פון א אידישע נשמה וואס ציט בשרשו צו איר מקור, מרעדט דא פון א נשמה וואס איז אנגעקליידעד מיט א גוף עכור און ביז די 13 יאר האט ער ניטאמאל דעם יצר הטוב וואס זאל אים ציען צו גוטס, ער פארמאגט נאר דעם חלק הרע וואס ציט אים צו שלעכטס [און ווי די ספה"ק זאגן אונז איז דאס די סבה פארוואס דער יצר הרע געווינט כמעט אלעמאל קעגן דעם יצר הטוב, וויל דער מענטש איז שוין 13 יאר איינגעוויינט אינעם רע אז יעצט ווען דער יצר הטוב קומט אריין האט ער שוין פיל א שווערערע ארבעט] און דער גוף עכור שטטיט און ווארט אז איינער זאל אים מחנך זיין אויף צו טון דעם רצון השם אויף א וועג וואס "גם כי יזקין לא יסור מנו"
יעצט ווילט איר מיר קומען זאגן אז אויב ביסטו נישט מחנך דעם דאזיגן גוף אויפן ריכטיגן וועג ד"ה אז דו באקסט נישט אריין אין אים אויף א וועג ווי אזוי מדארף אריינלייגן אין א עקעלדיגן גוף אז דער אויבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו והוא בורא ומנהיג און עס איז נישטא עפעס א אנדערע עכטע מציאות אויסער השי"ת! וכו' וכו' גייסטו מיר זאגן אז ער גלייבט... ער קען זאגן אז ער גלייבט 100 מאל, אבער ער ווייסט נישט וואס ער רעדט! ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיין לעבן... און אודאי טאמער וועט ער לייקענען ווייסט ער אויך נישט וואס ער רעדט... [און דאס איז לכאורה וואס רב מחנך מיינט צו זאגן] אפי' ער האט 1000 הסברים, ווייל א נער דארף מען זיין זיך איינצורעדן אז עס איז נישט קיין גאט ח"ו וכו'...
איך ווייס פון מענטשן וואס זיי שרייען אז זיי גלייבן און ער פילט אפי' דעם אויבערשטן אבער באמת ווייסט ער נישט וואס ער רעדט,
בקיצור: א מענטש ברויך מען מחנך זיין, און אויף א וועג פון "גם כי יזקין לא יסור מנו"! און אז נישט איז נישטא!
בשם הרה"ק מסאטמאר שמעתי לומר: חינוך מיינט 3 זאכן, 1)רעדן, 2)רעדן, 3)רעדן! איר פארשטייט? אן דעם איז נישטא קיין חינוך! און אז עס איז נישטא קיין חינוך, איז נישטא קיין אמונה!!!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm
פיינע נייעס דא געהעריג דור הפלגה יעדער רעדט פין עפעס אנדערש אים מעו טענעט זיך אויף כח
טשיפקא שוין ווייטער נישט גוט געגעסט אין בין נישט קיין הרגש בכלל,
עני וועי איך וועל ממשיך זיין שפעטער אין א אנדער אשכול די אשכול איז רעזעווירט פאר הרב המחנך'ס געדאנקען

לעצט פארראכטן דורך פרידן אום זונטאג פעברואר 18, 2018 6:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.