א שמועס מיטן מחנך איבער חינוך

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך ב2018 »

מחנך ב2018 האט געשריבן:
אז מען קוקט גוט אריין אין די ארויסגעפאלענע רייען איז מערקבאר עטליכע סארטן פון זיי, עטליכע קאטעגאריעס פון אפגעפארענע, טראץ וואס אלע פון זיי האבן זיך יעדער זייער פרעזענליכע געשיכטע, יעדער מיט זיינע טענות ומענות און מהלך המחשבה, כשם שאין פרצופיהן אינן שוות כך דיעותיהן, איז אבער פארט שייך זיי איינצוטיילן אין עטליכע
קאטערגאריעס לויט וואס ס'האט זיי צוגעברענגט אריינצופאלן אין זייער סיטואציע.

קןדם לאמרי דורכגיין די קאטאגאריעס וועלכע מיר וועלן איינטיילן אין דריי און ערשט דערנאך וועלן מיר רעדן פון יעדע בפרטיות:

1) פארהאן אזעלכע וואס קומען פשוט פון גאר צובראכענע שטובער, א פאקט וועלכע איז זייער א אפטע גורם אז די קינדער זאלן זוכענדיג צו אנטלויפן פון זייער פארגאנגענהייט אפלאזן דעם דרך.
צובראכענע שטובער איז דער שם הכללי פאר אלע סארטן פראבלעמען וועלכע זענען אומשטאנד חרוב צו מאכן א שטוב, צי זאל דאס זיין אז איינע פון די עלטערן אדער אפילו א פעמילי מעמבער איז גייסטיש אדער פיזיש נישט געזונט, צי זאל דאס קומען צוליב עלטערן וואס זענען צוטיילט אדער גע'גט אדער קריגן זיך סתם אזוי אןן דעילי בעיסעס...

2) און אנדערע פעלער קען זיין אז די עלטערן און די גאנצע משפחה זענען פארהעלטניסמעסיג בסדר, אלעס איז מער-ווייניגער אויף א געווענליכע שטייגער, אבער, קומט א גרויסער ''אבער'', מען איז זיך מיט דעם ספעציפישן קינד אומגעגאנגען מיט די נישט ריכטיגע מעטאדן, מען האט - אזוי צו זאגן - עביוזד זיין טשיילדהוט, לאו דוקה אז דאס איז געקומען מצד די עלטערן, ס'קען האבן געקומען מצד די מוסד, די קינד'ס חדר\שולע וואו די מלמדים\טיטשער'ס זענען זיך אומגעגאנגען מיטן קינד נישט לויט'ן קינד'ס מעגליכקייטן, און צופיל פארלאנגט און מיט צופיל שארפקייט וואס דאס קינד'ס גייסט האט נישט געקענט פארנעמען און דעריבער האט ער שפעטער ווילנדיג נקמה נעמען אין זיי געדראפט די גאנצע חינוך וואס מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן...

3) דאס קינד איז אויפגעוואקסן אין א גוטע שטוב, פריינדליכע משפחה מיטגלידער, געשמאקע און איבערגעגעבענע מלמדים\טיטשער'ס, אבער ליידער איז ער ערגעצוואו אריינגעפאלן אינעם זומפ, ערגעץ האט ער זיך אנגע'שדכנ'ט מיט די יעניגע,,, שוואכע חברים, אזעלכע חברים וואס זענען באשאנקען געווארן מיט א געוואלדיגע מידת החסד און זענען אלעמאל גרייט צו לאזן קוקן אין זייערע כלים, דאנלאודן פון דארט פארשידענע ענינים, און צומאל וועלן זיי אים אפילו מזכה זיין מיט אזא כלי אדער אפילו בלויז מיט ארטיקלען און געשרייבערכצער פון די יעניגע סיידס...
בקיצור, עס נעמט נישט לאנג, דער הייבט אן קריגן פייגלעך אין קאפ, די פייגלעך בויען א נעסט, די נעסט, די נעסט ווערט באזעצט מיט פריש געבוירענע פייגעלעך און דאן איז דער מצב גאר שמאל...

*
אצינד איז וויכטיג אנצומערקן, די דאזיגע דריי קאטאגאריעס אנטהאלטן אין זיך ''יעדע'' פון די 'אףף די דערעך' קרייזן, ווי פארשטענדליך איז פארהאן אסאך דרגות אין יעדע פון קאטאגאריעס אליין. למשל, א שוואכע שטוב קען מיינען אלע סארטן שוואכע שטובער, סיי פון א פיזישע גייסטישע און רוחניות'דיגע שטאנדפונקט. די צווייטע קאטאגאריע וואס באשטייט פון נישט צוגיין צום קינד מיט די ריכטיגע מעטאדן אנטהאלט אלע אופנים וויאזוי דאס קען זיך אויסשפילן, צי וועגן שלאגן, צי וועגן בושות וואס מען איז אדורך, ביז ארויסווארפן פון ישיבה.
קאטאגאריע דריי אנטהאלט יעדע סארט מחשבה\דיבור\מעשה וואס דאס קינד איז אדורך אדער געהערט אדער געזעהן וואס האט געהאט א נעגעטיווע השפעה אויף זיין נשמה, צי זאל דאס מחשבות של מינות וכפירה וואס ער האט זיך ערגעצוואו אנגעהערט אדער נאך ארגער ודי...

עס איז מעגליך צו רעדן פון יעדע קאטעגאריע באזונדער אנע שיעור, אין מיינע קומעדיגע תגובות וועלן מיר דורכגיין יעדע קאטאגאריע און דאס ברייט אויסשמועסן.


צוערשט לאמיר זיך באדאנקען פאר וואס האבן דא מגיב געווען, אזוי ווייס איך כאטשיג וויפיל ס'זענען דא אינטערעסירט אין דיזע נושא.

והנה, כ'האב באמת שוין מחליט געווען אז צוליב קוצר הפנאי און בכלל צוליב די פרעשור אין וועלכע פארזעצונגען שלעפן מיר אריין, וועל איך נישט ממשיך זיין די נושא וואס כ'האב געהאט אנגעהויבן אויסצושמועס, נאר ארויפשטעלן יעדן טאג א קורצע שמועס איבער איין ספעציפישע נושא און אזוי ארום אויסמיידן דאס ווערן אריינגעשלעפט אין וויכוחים אשר אין להם סוף...

אבער זעענדיג די גאנצע טענה'ריי וואס האט זיך דא געשאפן וועל איך יא פרובירן עטוואס, כאטשיג אויף א שנעלע אופן צוענדיגן די שמועס וואס כ'האב אנגעהויבן, איך וועל זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם ספעציפיש, כ'האב פשוט נישט דאס געדולט צו ענפערן בפרטיות אויף די אלע נקודות, כ'וועל זאגן וואס כ'האב צו זאגן, איך בין קיינעם ניש מחייב דאס אנצונעמען, איך וועל פשוט אויסשמועסן מיין פרעזענליכע point of view ארום otd, איך וועל אריינגיין אין די סיבות וואס זענען דאס גורם, וויאזוי מ'קען דאס שוין באמערקן איידער דער מצב ווערט הילפלאז, און וויאזוי מ'זאל דאס טריטן נאך וואס ס'איז שוין דערנאך...

היות כ'האב שוין געהאט א לאנגע תגובה אין וועלכע איך טייל איין די גורמים פון אפפארן אין דריי סיגים, בעט איך אייך, איידער איר זענט ממשיך, ביטע ליינט איבער די תגובה וואס כ'האב ציטירט דא אויבן און ערשט דאן קום מיט מיר ווייטער.

@טשיפקא, צו דיר האב איך א ספעציעלע געפיל, דאס וואס די דערציילסט אז בדידי הוה עובדה, דאס רעדט צו מיין הארץ, איך האב א שטארקע געפיל צו אזוינע נשמות וואס זענען דאס זעלבסט אריבער למחצה לשליש ולרביע, אדרבה איך בין אינטערעסירט צו הערן דיין עקספיריענס און אויב מעגליך צו וועלכע סיג דו באלאנגסט...

סיג א)

שווערע בעקראונד - פראבלעמאטישע שטוב - פיזישע אדער גייסטישע געזינטהייט פראבלעמען - וכדומה...

די רעדע איז פארבלעמען וואס האט גארנישט מיטן קינד פרעזענליך, דער קינד כשלעצמו וואלט נישט געדארפט האבן קיין שום באזונדערע אויפמערזאמקייט, קיין ספעציפישע הילף, ווען נישט די פאקט אז עפעס אין זיין בעקראונד איז נישט אין ארדענונג. פארט אבער וועט במשך די צייט די פראבלעם פון צווישן זיינע ארומיגע זיכער אנשטויסן אים פערזענליך אויף איינע פון די פאלגענדע אופנים:

1) זיינע חברים וועלן זיך דאס דערוויסן און אים דערמיט רודפים.
2) ער וועט נישט קריגן זיין ליבשאפט און ווארעמקייט וואס יעדע קינד קריגט פון זיינע עלטערן.
3) ער וועט זיך פלעמען מיט זיינע עלטערענס פראבלעמען און ווערט צובראכן און צומישט דערפון.

היות די רעדע דא, איז נישט אז דאס קינד ווערט עביוזד, נאר ער פשוט ער איז ארומגענימען מיט פראבלעמען וועלכע קענען יעדע ליאדע מינוט אויסקלאפן אויף אים פרעזענליך און אים צוברעכן און אוועקלייגן קורץ טערמיניג אדער גאר פאר א לאנגע תקופה און צומאל ערגער...

א געווענליכער קינד וואס פאלט אריין אין אזא סיטואציע וועט ער ספאנטאן אנצינדן זיין ביאלאגישער אלארם סיסטעם און וועט דערצו רעאגירן אויף די פאלגענדע אופנים:

1)טשעראפאכע סטייל, ווערט פארהאקט, פארקנאקט, צעקוועטשט און פאלט אריין אין דעפרעסיע. האקט אפ פון זיין געזעלשאפט, ווערט פארוואנדלט און א ברעט און פירט דאס לעבן ווייטער ווי א ראבאט.

2)גייט אריין א מאאד פון פייט, דער ביאלאגישער אלארעם שרייט און אלאמירט איבער די שרעקליכע געפאר און פארארדנט א זאפארטיגע אפענסיווע קעגן דעם שונא. דאס קינד הייבט אן ווערן א חי ממש, ער שרייט אויף יעדעם, ווערט נאכאנאנד ווילט אויף א שרעקליכער פארנעם, שעלט אויף אלעמען, זיין קאפפ פארלירט קאנצעטראציע און איז טאג און נאכט בלויז פארנימען מיטן פיבערהאפטיגע און היציגע שלעגערייען.

3)הייליג, האולי,,, מען איז מחליט אז אלע פראבלעמען בין איך שילדיג, מען הייבט אן זאגן תהלים, מען גיבט זיך אויס דאס ביטערקייט ביים דאווענען, די דאווענען נעמט שעות ארוכות, מען ווערט holly, מ'הייבט אן מיט סגולות און תפילות דאן גייט עס אריבער צו ocd ביים לייגן תפילין אדער זיך וואשן... בקיצור מען לייגט אן דעם גאנצן שילד אויפן אויבערשטן, מען ווערט הייליג מיט א ביטערקייט, מען טוט דעם רצון ה' אבער מיט א אנגעגעסנקייט און ביטערניש... בקיצור, ער קען זיין די וואוילסטע קינד, אבער מיט א געניט אויג זעהט מען אז זיין וואוילקייט קומט מ'כוח זיין טיפע ביטערניש און נישט מיט א שמחה וטוב לבב.

די סך הכל פון די אלע סימפטאמען איז, מען איז צובראכן אויף שברי שברים, דאס קינד איז disturbed, ער שלאגט דאס נאר אפ דורך איינע פון די אויבנדערמאנטע אופנים, אצינד איז נאך דאס קינד אין חדר אדער בין כותלי הישיבה, ער איז אבער טויט, ער לייגט טאקע תפילין, ער לערענט אפילו רצופות שובבים ליל שישי, אבער ''ער'' איז נישט דאהי, ער איז מענטעלי נישט געזונט, עס פעלט אים א אבר, ער הינקעט, ער ברעכט אונטער...

אויב ווערט דאס נישט ריכטיג באהאנדלט וועט דאס גאר ווארשיינליך זיך ענדיגן מיטן דראפן גאנץ אידישקייט. די פראבלעם פארן מחנך ווערט אצינד זייער שווער, ווייל וויאזוי קען איך וויסן אויס זיין הייליגקייט קומט פון צובראכנקייט אדער פשוט ווייל ער האט פונקט געהערט א פייערדיגע דרשה און איז געווארן אנגעווארעמט, ווער זאגט אז זיין צוקוועטשקייט און פארמאכטקייט איז א תוצאה פון דיפרעסיע אדער פשוט ווייל ער איז בטבע א שטילער???

העמיר אי''ה ממשיך זיין
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

פארוואס לייגט איר טאקע נישט צו צו אייער ליסטע קינדער וואס קומען פון אביוזד שטיבער?
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

א ישר כח אז דער רבי איז צוריקגעקומען אין חדר, איך האף אז יעדער וועט זיך זעצן אויפן פלאץ, און אויפהערן זיך צו רייסען ביי די קעפ,
געווענליך איז א דיבאטע אינפארמעטיוו, און ווירקזאם, אבער דא פיל איך, וכו' וכו'
כבוד הרב המחנך 2018 ישר כח מיר באלעקן זיך מיט אייער ווארע
איך פארמאג א ביכל מיטען נאמען the fragile factor פון הרב שמעון גראון ער באהאנדעלט דעם otd נושא ער טעהנ'ט אז סאיז באמת דא אסאך פראבלעמען אין אונזער חינוך,
צו ווי הרב טשימפא זאגט אז מאיז אומוויסענד, אדער ס'פעלט עמאושענל סטאבילעטי
אדער אז מקאנטראלט אנטשטאט מחנך זיין, און די ליסטע איז זייער גרויס
אבער זאגט ער, אז רוב פון די קינדער זענען פון א געוויסע סארט, וואס זענען זייער עמאושענאל, און זייער נעגעטיוו און זיי זעהן א בילד זייער שווארץ די אלע הייבן אן צו גיין אוו דע דרך
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

זייער שיין מחנך אין מיין זאלסט דיך רופן חינוך מומחה נישט סתם נאך א מחנך

איך האב נישט אריין גערעדט אין די סיבות פין או טי די, נאר באהנדעלט די נושא וואס המחנך האט דערמאנט אז יעדע איד באמת באמת גלייב,
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געלייענט און הנאה געהאט צו ליינען פון אקטועלע נושאים ווי איידער די התנהגות פון געוויסע מעוררים וואס לייגען נישט אריין קיין מינוט מחשבה פון ווי אזוי צו בויען און שטארק מאכען יודישע קינדערלעך אין יסודות הדת.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מחנך ב2018 האט געשריבן:העמיר אי''ה ממשיך זיין


מיר ווארטן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”