אדווערטייזמענט: זעלטענע געלעגנהייט צו פארמאגען אייער אייגענע ספר תורה!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: זעלטענע געלעגנהייט צו פארמאגען אייער אייגענע ספר תורה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

זעלטענע געלעגנהייט צו פארמאגען אייער אייגענע ספר תורה !

דער גלאבאלע קאמפיין פונעם ווייטצענער הגרלה, האט געכאפט די גאנצע יודישע וועלט מיט א שטורעם, ווען די סטאנדארד פונעם געווענטליכן ראפפעל קאמפיין איז דאס מאל געהעכערט געווארען העכער אלע ערווארטונגען, און איר האט יעצט די מעגליכקייט צו געווינען אן אייגענע ספר תורה, און מקיים זיין די מצוה פון 'ועתה כתבו לכם'.

אום י"ז אדר (ולמספרם March 4) היי יאר תשע"ח וועט בשעה טובה ומוצלחת זיין איין גליקליכער געווינער וועלכער וועט זוכה זיין צו אן אייגענע ספר תורה, געשריבן לויט וועלכע כתב דער געווינער וועט זיך אויסקלייבן, כתב אר"י, אדער ב"י, און וועט אויסגעצאלט ווערן ביז אן ערך פונ'ם פאנטאסטישען סכום פון $40,000, דער געווינער וועט אויך באקומען נאך $2,000 צו דעקן טייל פון די הוצאות פאר אן הכנסת ספר תורה.

דער גרויסארטיגער ראפפעל קאמפיין גיט אויך די געלעגנהייט פאר יעדן קויפער צו זיין א זיכערער געווינער, מיטן שטיצן די שטארק בארימטער מקום תורה דער 'ווייטצענער כולל' אינעם עיר ואם בישראל שיקאגו.

דער ווייצענער כולל איז ברייט באקאנט אלץ מקום תורה וחסידות ווי עס זיצן געקליבענע ווארימע חסידישע יונגעלייט, און זענען עוסק בתורה ועבודה, און לאזן איבער זייער געוואלדיגע השפעה און ווארימקייט איבערן גאנצן שטאט, די אברכי הכולל זענען אמת'ע מתמידים וועלכע הארעווען אין לערנען און נעמן גאר ערנסטע בחינות אויף זייערע לימודים, און האלטן אהן א שטארקע קרבות מיט די בני העיר, וועלכע לאזט איבער א שטארקע רושם אויף אלע איינוואוינער ארום און ארום.

דער שטארקער מקום תורה די ווייטצענער כולל, אויסער אירע טעגליכע סדר היום וואס די כולל יונגעלייט זיצן א גאנצן טאג על התורה ועל העבודה, אנהייבענדיג אין דער פרי פון שחרית ביז נאך מעריב טוהן זיי אויך לערנן מיט צענדליגע בעלי בתים וואס באטייליגען זיך ביים נאכט סדר, טוט דער ווייטצענער כולל אויך פראווען ווארימע באטעס, שבת אחים גם יחד, לילי שבתים אין פארשידענע געגענטער אין שטאט ווי עס באטייליגען זיך הונדערטער אידן אין א געהויבענע שטימונג. אזוי אויך טוהן זיי פארשפרייטן א ווארעמקייט און חיות והתלהבות בעבודת ה' דורך די שיעורי תורה, און ווארימע פארברענגענ'ס און מלווה מלכה'ס, וועלכע קומען פאהר אין כולל, ווי אויך אין שטיבער פון בעה"ב.

דער אייגענארטיגער מעכטיגער ראפפעל קאמפיין ווערט פאהראויס געשאצט צו זיין א געוואלדיגער הכנסה פאר דעם מקום קדוש, לויט ווי די עסקנים געבן איבער וועט נישט פארקויפט ווערן מער ווי 3300 טיקעטס, אזוי ארום זענען די שאנצען צו געווינען פיל פאכיג מעהר.

איר קענט זיך איינהאנדלען א טיקעט בשותפות מיט אנדערע בני משפחה אדער קרובים, און אזוי ארום פאראייביגען א זיכערע ירושה פאר קינדער אייניקלך און אור אייניקלך.

זיך איינצוהאנדלען טיקעט'ס נאך היינט, באזוכט דא אדער רופט 21706827773 אדער [email protected] אדער טשעק צו The Veitzener Kollel 6307 N Richmond Chicago IL. 60659

1 טיקעט פאר בלויז $100 2 טיקעטס פאר בלויז $180 3 טיקעטס פאר בלויז $250 7 טיקעטס פאר בלויז $ 540

פופצען טיקעטס פאר בלויז $1000

פארהעכערט אייערע שאנצן צו געווינען דורכן קויפן 15 טיקעטס פאר בלויז א $1000


פרעגט אונז איבער די חודש'ליכע אפצאהלונגען אפציע.




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”