פארוואס סקולס זענען מער פארמאכט ווי ת"ת ווען עס קומט א שניי?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ויש אומרים האט געשריבן:קען אפשר איינער ערקלערן וואס איז פשט אז די דיסיזשען נישט צו עפענען די סקול ווען עס קומט א שניי איז זייער א גרינגע זאך אפגערעדט אז אלע מיידלעך און ווייבלעך וואס ארבעטן אין אפיסעס גייען עפ"י רוב אריין ארבעטן נאָר אפילו ווען חדר גייט אָן וועט מען אבער נישט עפענען סקול??

זייער פשוט. לא תיטוש תורת אימך. אזוי האבן מיהר געזעהן, אזוי טוען מיהר. מען דארף נישט אלעס פארשטיין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

לא שהתירוץ הוא פשוט רק שקושיא מעיקרא ליתא
לבטל תינוקות של בית רבן הוא שאלה להלכה
משא"כ לעשות בית חינוך לבנות, מתחילה היא שאלה ועל אף שלהלכה היתרו אבל לשאול על ביטול יום אחד היא תמי'
לא קרבו שני הדברים (חידר וסקול) אחת לאחת לשאול מזה על זה
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

איך האף אז די מורא'דיג וויכטיגע האום-וואורק פון די מיידלעך איז מען כאטש נישט מבטל וועגן שניי.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

יוד אלף ברענגט עס גוט ארויס.

יונגלעך דארפן לערנען, מיידלעך וויל מען נישט זיי זאלן גיין ליידיג שיקט מען זיי אין סקול.
אז ס'איז נישט די נארמאלע רוטין, איז נישטא קיין סקול. היינו טעמא דשלג והיינו טעמא דתענית. מען דארף זיך נישט עפעס ווער ווייסט וואס איבערשטרענגען צו ברענגען די מיידלעך אין שולע אויב די וועטער איז שווער.

נאך מער, דכרנו אז איין מאל איז געווען א ביטערע שניי און די הנהלת הטראנצפיטאציע האט נישט געוואלט מאכן קיין חדר, אמער ס'איז ממש אוממעגלעך צו טראגן די קינדער אין חדר, אבער די רבי שליט"א לרפו"ש האט געהייסן מאכן חדר און געזאגט אז "העכסטנס טראנספארטאציע זאל נישט זיין" זייט דעמאלט איז שוין פולע מאל געווען חדר טראץ וואס קיין טראנספארטאציע איז נישט געווען. שוין דא א הוראה.

עכ"פ, שולע וועט גארנישט געשעהן אז ס'איז נישטא.
...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”