וואס איז די בעסטע וועג פאר א שידוך?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

וואס איז די בעסטע וועג פאר א שידוך?

תגובהדורך השפעות » מאנטאג ינואר 15, 2018 5:11 pm

איך האב א חבר א בחור שוין העכער די 25, נישט די אויסגעשארפסטע, אבער אויך נישט קיין בטלן וכו'.

און איך וויל זייער שטארק ער זאל שוין א חתן ווערן - וואס איז די מהלך וואס איך קען טוהן בדרך הטבע ס'זאל זיך רוקן?

(ביטע נישט לאזן דא עצות ווי אזוי מ'קען איבערטוישן די גאנצע סיסטעם - נאר בפרטיות דא ביי דעם פאל וואס האב איך צו טוהן?)

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג ינואר 15, 2018 5:27 pm

איינלייגן אן ענוועלאופ מיט 25 אלפים שדכנות געלט ביי א חשוב'ן איד.

בדוק ומנוסה.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג ינואר 15, 2018 5:30 pm

נעם דעם דבר יום ביומו און הייב אן צו טוהן סגולות איינס נאכן צווייטן...
נאך פערציג סגולות לייג אריין ..... ונושעתי

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג ינואר 15, 2018 5:32 pm

א'מונה ב'טחון ג'עדולד
א'ב'ג'

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג ינואר 15, 2018 6:50 pm

צוזאגן גרויס געלט פאר'ן שדכן וואס וועט עס באווייזן.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג ינואר 15, 2018 6:57 pm

אסאך סגולות איז דא אבער די עלצטע סגולה איז תהילים נישט דורך שליחים נאר אליינס זיך אויס צו וויינען ביים תהילים'על (און נאכן הערן בריוועלע אפאר מאל) אבער איין סגולה וואס איך קען דערציילען גאר אסאך פרעזענליכע מעשיות (ליין: 10דליגע יודן וואס איך קען דיר פארציילען מיט נעמען) וואס זעהן ממש אפענע ישועות וואס דאס שטייט שוין און שלחן ערוך, מעביר סדרה זיין יעדען טאג זונטאג ביז שני וכ"ו בדוק ומנוסה
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » מאנטאג ינואר 15, 2018 7:02 pm

השפעות האט געשריבן:איך האב א חבר א בחור שוין העכער די 25, נישט די אויסגעשארפסטע, אבער אויך נישט קיין בטלן וכו'.

און איך וויל זייער שטארק ער זאל שוין א חתן ווערן - וואס איז די מהלך וואס איך קען טוהן בדרך הטבע ס'זאל זיך רוקן?

(ביטע נישט לאזן דא עצות ווי אזוי מ'קען איבערטוישן די גאנצע סיסטעם - נאר בפרטיות דא ביי דעם פאל וואס האב איך צו טוהן?)



איך וויל בעטן אז מ'זאל נאר איבערלאזן דא די דרך הטבע'דיגע זאכן - למשל ווי די ענטפער אוועקלייגן $25000 פאר א שדכן וכדו'.

סגולות און העכערע זאכן טוט מען שוין, מ'דארף נישט יעצט הילף פאר דעם.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג ינואר 15, 2018 7:08 pm

השפעות האט געשריבן:
השפעות האט געשריבן:איך האב א חבר א בחור שוין העכער די 25, נישט די אויסגעשארפסטע, אבער אויך נישט קיין בטלן וכו'.

און איך וויל זייער שטארק ער זאל שוין א חתן ווערן - וואס איז די מהלך וואס איך קען טוהן בדרך הטבע ס'זאל זיך רוקן?

(ביטע נישט לאזן דא עצות ווי אזוי מ'קען איבערטוישן די גאנצע סיסטעם - נאר בפרטיות דא ביי דעם פאל וואס האב איך צו טוהן?)



איך וויל בעטן אז מ'זאל נאר איבערלאזן דא די דרך הטבע'דיגע זאכן - למשל ווי די ענטפער אוועקלייגן $25000 פאר א שדכן וכדו'.

סגולות און העכערע זאכן טוט מען שוין, מ'דארף נישט יעצט הילף פאר דעם.

דאן דארפסטו גארנישט מער ווי 25 אלפים. אפשר יא 30 אלפים וועט זיין בעסער
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

האיש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 3:34 am

תגובהדורך האיש » מאנטאג ינואר 15, 2018 9:15 pm

שמואל בארג האט געשריבן:איינלייגן אן ענוועלאופ מיט 25 אלפים שדכנות געלט ביי א חשוב'ן איד.

בדוק ומנוסה.

גא"מ

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג ינואר 15, 2018 10:08 pm

מקווה איד האט געשריבן: אבער איין סגולה וואס איך קען דערציילען גאר אסאך פרעזענליכע מעשיות (ליין: 10דליגע יודן וואס איך קען דיר פארציילען מיט נעמען) וואס זעהן ממש אפענע ישועות וואס דאס שטייט שוין און שלחן ערוך, מעביר סדרה זיין יעדען טאג זונטאג ביז שני וכ"ו בדוק ומנוסה


איך האב א חבר וואס איז מעביר סדרה יעדע טאג זייט די טאכטע זיינע איז 17 א האלב, זי איז שוין דוכט זיך העכער 24, די אלע סגולות העלפן אויף טויטע באנקעס
ווי איינער האט פריער געשריבן, אמונה בטחון געדולד וזהו. פאר יעדן איז אנגעשריבן א זיוויג you can't push it השתדלות זאגט מען נאך פון סאמטאר רב איז קאלן דעם שדכן איינמאל א וואך

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:23 pm

נאטורליך האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן: אבער איין סגולה וואס איך קען דערציילען גאר אסאך פרעזענליכע מעשיות (ליין: 10דליגע יודן וואס איך קען דיר פארציילען מיט נעמען) וואס זעהן ממש אפענע ישועות וואס דאס שטייט שוין און שלחן ערוך, מעביר סדרה זיין יעדען טאג זונטאג ביז שני וכ"ו בדוק ומנוסה


איך האב א חבר וואס איז מעביר סדרה יעדע טאג זייט די טאכטע זיינע איז 17 א האלב, זי איז שוין דוכט זיך העכער 24, די אלע סגולות העלפן אויף טויטע באנקעס
ווי איינער האט פריער געשריבן, אמונה בטחון געדולד וזהו. פאר יעדן איז אנגעשריבן א זיוויג you can't push it השתדלות זאגט מען נאך פון סאמטאר רב איז קאלן דעם שדכן איינמאל א וואך


ס'פארהאן אסאך מימרות און אסאך עצות.
למעשה זאגט מען נאך אז סאטמאר רבי זי"ע ווען ער איז געווען א אלמן ל"ע און האט געזוכט א שידוך, האט ער געטון נארמאל השתדלות, נישט נאר איין מאל א וואך, ער האט באצאלט געלט פאר יעדע גוטע פארשלאג וואס מ'וועט אים ברענגען, כך שמעתי (ואולי לא שמעתי היטב).
איך מיין ער האט געזאגט אז לכה"פ זאל מען כאטש איינמאל א וואך רופן, נישט אז מ'זאל נישט טוהן מער ווי דעם...

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:37 pm

קודם ברענגט ארויף דא נומבערן פון גוטע שדכנים
(זייער אסאך שידוכים קענען אויסגעפירט ווערן דורך ידידים וכדו')
דערנאך קען מען זעהן וויפיל און ווען מען קען רופן.

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:45 pm

עס איז געווען אבער צדיקים וואס האבן געטון מער ווי נארמאל השתדלות... אבער טאקע אלעס נאר מיט אמונה..

די הייליגע טאהש רבי זי"ע פלעגט קענען אראפפארן קיין ניו יארק פארן דאווענען א וועג פון 7 שעה נאר אויסצופירן א שידוך, און די צייט וואס ער האט געהאט אנדערע זאכן אויף די קאפ (איין דוגמא) עס איז דא הונדערטע אזעלכע מיני מעשיות וואספארע אויסערגעווענליכע השתדלות דיע צדיק האט געטון (עס ווערט יעצט געדרוקט און א ספר)
אבער דיע הייליגע צדיק האט מיט דעם אלעס גענוצט די אמונה בטחון געדולד........
ער האט זיך איינמאל אויסגעדוקט פאר א איד וואס איז געקומען צו אים זיך אויסרעדן אז ער זעהט נישט קיין ישועה ל"ע ער האט שוין אלעס געטון. האט אים די הייליגע רבי געזאגט "נאך טונקל דעמאלס קומט ליכטיגקייט"... וכך הוה ער איז געהאלפן געווארן. (עיין בספר עבודת עבודה פתגמי קודש פרשת וארא ווי ער רעדט גאר שטארק פון דעם)

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:57 pm

בנוסף צו די קאנווערט מיט געלד, זעצט דיך רופען שדכנים מאך א ליסטע און ריף זיי בערך איין מאל א חודש (פארשטייט זיך איידעלערהייט)
"א גיטן דא רעדט .... וועגן מיין חבר ..... איז דאס עפעס נייעס אדער עפעס וואס איך קען העלפן? ניין! א גרויסע יישר כח פאר פראבירן די זכות זאל אייך ביישטיין כל טוב" בערך אזוי.
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » דינסטאג ינואר 16, 2018 5:28 am

עס איז מיר אויך נוגע צו וויסן מער וויזוי מען קען העלפען

צען טויזענט אדער צוואנציג טויזענט קען נישט העלפן ?

וואס עפעס האסטו זיך געשטעלט בי 25 טויזענט דאלאר ?

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג ינואר 16, 2018 5:40 am

בעלבאטיש האט געשריבן:עס איז מיר אויך נוגע צו וויסן מער וויזוי מען קען העלפען

צען טויזענט אדער צוואנציג טויזענט קען נישט העלפן ?

וואס עפעס האסטו זיך געשטעלט בי 25 טויזענט דאלאר ?

די כאפסט נישט מ'רעדט דא נישט פון א 22 יערעגע מ'רעדט פון איינעם עלטער און 25 הייסט שוין א גאר לאטישע נומער.
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

מצא טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

תגובהדורך מצא טוב » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:34 am

אין חכם כבעל הנסיון,
תפלה און דמעות איז די "איינציגסטע" זאך וואס טוהט אויף, יש תפלה שנענה מיד ויש לאחר שנים רבות,

בנוגע השתדלות,

געלט העלפט נישט בכגון דא, בדוק ומנוסה,
רופן א שדכן איינמאל א וואך איז געזאגט געווארן ביי די 18, אין א וועלט, ווען די קאפ איז געווען אויפן פלאץ, ווען די שדכנים האבן געדענקט 5 טעג נאכן קאלן אז פלוני אלמוני האט אים גערופן,
אין א וועלט וואס יעדער שדכן רעדט צו צענדליגער מענטשן א טאג, און האט הונדערטער מיסט קאלס אופן טעלאפאן, איז איינמאל א וואך ווייט פון גענוג,

איך וועל אייך זאגן וואס איך האב געטוהן נאך יארן ווארטן אויף א ישועה, און ליידער נישט געהאלפן געווארן,
כ'האב געמאכט אן עקסעל שיט, און געמאכט א טעב פון יעדן שדכן וואס כ'האב געפיהלט אז ער איז אינטערסירט מיר צו העלפן ווען ער קען,
און אפגעשריבן די טאג און זייגער ווען כ'האב אים גערופן, צו ער האט אויפגעהויבן, און וואס די שמועס איז געווען, און כ'האב עס יעדן טאג איבערגעקוקט, און אזוי געזעהן וועם איך קען שוין רופן נאכאמאל, און וואס צו זאגן,

כ'האב עס געטוהן פאר 4 חדשים און א ציה, ביז די ישועה איז אנגעקומען ב"ה (עס האט מיר גענומען 9 יאר צו מחליט זיין צו נעמען די מהלך)

נ.ב.
ער זאל יעצט אנהייבן רופן יעדן שדכן וואס דו פילסט אז ער קען אים אפשר העלפן, און זאג אז ער/זי זאל שוין טוהן דערין, נאך פאר ער/זי האט די געלעגענהייט צו ענטפערן רוף מיר נאך פסח,

איך וואונטש אים א ברכת הדיוט, אז פסח זאל שוין זיין מיט זיין בני בית,
לעצט פאראכטן דורך מצא טוב אום דינסטאג ינואר 16, 2018 6:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מצא טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

תגובהדורך מצא טוב » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:36 am

מקווה איד האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:עס איז מיר אויך נוגע צו וויסן מער וויזוי מען קען העלפען

צען טויזענט אדער צוואנציג טויזענט קען נישט העלפן ?

וואס עפעס האסטו זיך געשטעלט בי 25 טויזענט דאלאר ?

די כאפסט נישט מ'רעדט דא נישט פון א 22 יערעגע מ'רעדט פון איינעם עלטער און 25 הייסט שוין א גאר לאטישע נומער.



כ'האב פאר אסאך צוגעזאגט די נומערס, פאר די וואס כ'האב נישט גערעדט פון קיין געלט, די האבן מער געטוהן,
כ'האב למעשה געצאלט 15 אלפים, ווייל דאס איז די נומער וואס כ'האב געהאט צוגעזאגט פארן שדכן וואס איז געווען די ריכטיגע שליח

מצא טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

תגובהדורך מצא טוב » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:42 am

סגולות וואס כ'האב געוהן במשך השנים
שיר השירים 40 טעג
אור החיים הק'
יום תהלים
רבינו תם'ס תפילין
פארנט פארן דאווענען
קרבנות פאר מנחה
מעביר סדרה זיין פאר מוצאי שבת
רימניץ
תפלה
דמעות
וויינען ביי די חנוכה ליכט
ציון ערב ראש חודש
בעטן חמשה עשר בשבט כמובא בבני יששכר
אויסזאגן תהילים: פורים, שובבי"ם, זאת חנוכה, יום הולדת, ראש השנה, וכו' וכו'

ועוד הרבה

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:44 am

חוץ פון דעם וואס דו דארפסט טוהן, האף איך אז דיין חבר טוט אויך וואס ער דארף.

אויב איז ער נאך אין ישיבה, האף איך אז ער שטעלט זיך צו צו די סדרי הישיבה מער ווייניגער, אויב איז ער אין כולל, דאן האפנטליך פילט ער אן די סדרי הכולל 80 - 90 פראצענט, אפילו ריין שלא לשמה, נאר כדי ער זאל טראגן א נארמאלע צורה, ער זאל האבן א גוטע נאמען ביי די ארומיגע.

אויב צוליב די אומשטענדן ארבעט ער שוין, (וואס איז איבערהויפט נישט קיין עוולה), זאל ער זעהן צו פירן א נארמאלע סדר היום, דאווענען אין ביהמ"ד מיט מנין 3 מאל א טאג, במתינות, נישט געכאפט, מיט א צייטליכע מנין, נישט מיט תרח און נישט מיט חצות, האבן א שיעור - אין א געהעריגע ביהמ"ד דווקא - צופריה און ביינאכט, עש"ק, מוצש"ק וכו' וכו', כדי ס'זאל זיין שמו הטוב הולך לפניו.

ס'איז באמת דברים פשוטים, נאר בעיני ראיתי פילע בחורים וועלכע עלטערן זיך, און שפילן ברוגז מיט די ישיבה / כולל / עלטערן / סביבה וכדו', דאווענען אין א ווינקל פון עפעס א מנין, רוב מאל ביי די חצות מנין, ווערן נעלם ביי קוה, מנחה מעריב דאווענען זיי (מסתמא..) ביני עמודי דגרסי, און זיי כאפן זיך נישט, אז אין דעם מצב דארפן זיי פיל וויכטיגער באיינדרוקן די סביבה.

יא, ס'איז א חיוב השתדלות בדרך הטבע, אפילו אויב מ'מיינט עס בלויז לשם די שידוך, איז עס אבער א חיוב השתדלות.

הצלחה מרובה, ובמהרה נשמע ונתבשר בשורות טובות.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג ינואר 16, 2018 8:35 am

ווערעצקי האט געשריבן:חוץ פון דעם וואס דו דארפסט טוהן, האף איך אז דיין חבר טוט אויך וואס ער דארף.

אויב איז ער נאך אין ישיבה, האף איך אז ער שטעלט זיך צו צו די סדרי הישיבה מער ווייניגער, אויב איז ער אין כולל, דאן האפנטליך פילט ער אן די סדרי הכולל 80 - 90 פראצענט, אפילו ריין שלא לשמה, נאר כדי ער זאל טראגן א נארמאלע צורה, ער זאל האבן א גוטע נאמען ביי די ארומיגע.

אויב צוליב די אומשטענדן ארבעט ער שוין, (וואס איז איבערהויפט נישט קיין עוולה), זאל ער זעהן צו פירן א נארמאלע סדר היום, דאווענען אין ביהמ"ד מיט מנין 3 מאל א טאג, במתינות, נישט געכאפט, מיט א צייטליכע מנין, נישט מיט תרח און נישט מיט חצות, האבן א שיעור - אין א געהעריגע ביהמ"ד דווקא - צופריה און ביינאכט, עש"ק, מוצש"ק וכו' וכו', כדי ס'זאל זיין שמו הטוב הולך לפניו.

ס'איז באמת דברים פשוטים, נאר בעיני ראיתי פילע בחורים וועלכע עלטערן זיך, און שפילן ברוגז מיט די ישיבה / כולל / עלטערן / סביבה וכדו', דאווענען אין א ווינקל פון עפעס א מנין, רוב מאל ביי די חצות מנין, ווערן נעלם ביי קוה, מנחה מעריב דאווענען זיי (מסתמא..) ביני עמודי דגרסי, און זיי כאפן זיך נישט, אז אין דעם מצב דארפן זיי פיל וויכטיגער באיינדרוקן די סביבה.

יא, ס'איז א חיוב השתדלות בדרך הטבע, אפילו אויב מ'מיינט עס בלויז לשם די שידוך, איז עס אבער א חיוב השתדלות.

הצלחה מרובה, ובמהרה נשמע ונתבשר בשורות טובות.

און דרייען זיך צווישן מענטשן. דאס מיינט, צו דו ארבעטסט צו דו לערנסט - זעה אז מ'זאל וויסן פון דיר נישט ווער באהאלטן צווישן די שפאלטן. ווי אויך נעם לכתחילה אזא דזשאב, גיי לכתחילה לערנען אין אזא כולל, זיי זיך משתתף אין אזא שיעור וואו עס זענען פאראן מערערע מענטשן כדי מ'זאל קענען זיך פרעגן אויף דיר, און אפשר וועט איינער גאר זיין אינטערסירט אין זיך אריינלייגן אין דיין מצב דיך צו העלפן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דינסטאג ינואר 16, 2018 8:53 am

נאטורליך האט געשריבן:איך האב א חבר וואס איז מעביר סדרה יעדע טאג זייט די טאכטע זיינע איז 17 א האלב, זי איז שוין דוכט זיך העכער 24, די אלע סגולות העלפן אויף טויטע באנקעס
ווי איינער האט פריער געשריבן, אמונה בטחון געדולד וזהו. פאר יעדן איז אנגעשריבן א זיוויג you can't push it השתדלות זאגט מען נאך פון סאמטאר רב איז קאלן דעם שדכן איינמאל א וואך

WOW WOW
ווער וויל זיין שדכן ?
הרב השפעות האט א חבר א בחור פון פינף אין צוואנציג
הרב נאטורליך האט א חבר'ס טאכטער העכער פיר און צוואנציג
סא היידא, א אייוועלט שידוך איינער דארף דאס נאר אויספירן עמער זיך טיילן מיט די פינעף און צוואנציג טויזענט דולער שדכנות.
אמת' דיג גערעדט, אפשר טאקע ?
'ומאתים לנוטרים את פריו'

מצא טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

תגובהדורך מצא טוב » דינסטאג ינואר 16, 2018 8:55 am

והעיקר שכחתי,

מחיובי ההשתדלות
האבן א פול טיים סטעיבל דזשאב צווישן מענטשן, וואס זאלן זאגן סאליד אינפארמעישאן בנוגע די ארבעט און בנוגע דעם בחור זעלבסט,
האבן א מסודרדיגע רעזומעי מיט מינימום 4-6 רעפרענסעס מיט סעל נומערן פון מענטשן וואס הייבן אויף טעלאפאון'ס און רעדן מיט א פולע מויל, און מאכן א רושם אז זיי זענען גרייט צו העלפן מיט סיי וועלכע אינפארמעישאן אדער הילף וואס איינער וואס אינטערסירט זיך קען זיך נוטיגן דערין,
זיך טרעפן מיט שדכנים פנים אל פנים, און אריין גיין אין א לענגערע שמועס בנוגע זיך און וואס מ'טוט,
האבן א סאליד חברותא ביינאכט (אפילו נאר פאר א האלבע שעה)
ועוד חזון למועד

מצא טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

תגובהדורך מצא טוב » דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 am

מאתים האט געשריבן:
נאטורליך האט געשריבן:איך האב א חבר וואס איז מעביר סדרה יעדע טאג זייט די טאכטע זיינע איז 17 א האלב, זי איז שוין דוכט זיך העכער 24, די אלע סגולות העלפן אויף טויטע באנקעס
ווי איינער האט פריער געשריבן, אמונה בטחון געדולד וזהו. פאר יעדן איז אנגעשריבן א זיוויג you can't push it השתדלות זאגט מען נאך פון סאמטאר רב איז קאלן דעם שדכן איינמאל א וואך

WOW WOW
ווער וויל זיין שדכן ?
הרב השפעות האט א חבר א בחור פון פינף אין צוואנציג
הרב נאטורליך האט א חבר'ס טאכטער העכער פיר און צוואנציג
סא היידא, א אייוועלט שידוך איינער דארף דאס נאר אויספירן עמער זיך טיילן מיט די פינעף און צוואנציג טויזענט דולער שדכנות.
אמת' דיג גערעדט, אפשר טאקע ?



אויזער דעם וואס ער איז א בחור און זי איז א מיידל,
איז דא נאך עפעס וואס זאל דאס מאכן פאר א גוטע שידוך?

דארפסט וויסן מער במה דברים אמורים, צו קענען עפעס מאכן דא

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג ינואר 16, 2018 9:06 am

מצא טוב האט געשריבן:
מאתים האט געשריבן:
נאטורליך האט געשריבן:איך האב א חבר וואס איז מעביר סדרה יעדע טאג זייט די טאכטע זיינע איז 17 א האלב, זי איז שוין דוכט זיך העכער 24, די אלע סגולות העלפן אויף טויטע באנקעס
ווי איינער האט פריער געשריבן, אמונה בטחון געדולד וזהו. פאר יעדן איז אנגעשריבן א זיוויג you can't push it השתדלות זאגט מען נאך פון סאמטאר רב איז קאלן דעם שדכן איינמאל א וואך

WOW WOW
ווער וויל זיין שדכן ?
הרב השפעות האט א חבר א בחור פון פינף אין צוואנציג
הרב נאטורליך האט א חבר'ס טאכטער העכער פיר און צוואנציג
סא היידא, א אייוועלט שידוך איינער דארף דאס נאר אויספירן עמער זיך טיילן מיט די פינעף און צוואנציג טויזענט דולער שדכנות.
אמת' דיג גערעדט, אפשר טאקע ?



אויזער דעם וואס ער איז א בחור און זי איז א מיידל,
איז דא נאך עפעס וואס זאל דאס מאכן פאר א גוטע שידוך?

דארפסט וויסן מער במה דברים אמורים, צו קענען עפעס מאכן דא

איך טשיפ אריין לאז נאר וויסן
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט