היכי דמי תוכחה? [נקיות הגוף]

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:50 am

מיטגעהאלטן לעצטענס פון איינעם, וואס האט זיך ארומגעדרייט מיט א גאר שווערן אומדערטערעגליכן גערוך, צוריקגעהערט פון אסאך וואס האבן זיך אפגערעדט דערויף, יעדער איז געגאנגען אונטערן רוקן מ'האט נישט געוואוסט וויאזוי עס צו הענדלען... יענער האט זיך נעבעך שטארק געפלאגט דערמיט, זיך געשאוערט אפאר מאל א טאג מיט צענדליגע מינע זייפן ולא הועיל... למעשה איז יענער געגאנגען צו א דאקטאר (אפשר מער ווי איינס כ'געדענק שוין נישט) און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געהאט א גאר שטארקע אינפעקשאן וואס ער האט ניטאמאל געוויסט ס'האט זיך געגאסן פון אים אייטער, און געדארפט דורכגיין אן ערנסטן סוירדזשערי, און די גאנצע גערוך איז טאקע פארשווינדן אויף די מינוט

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג ינואר 15, 2018 10:15 am

איז דא א רב אין דעם ביהמ"ד פארוואס זאל ער עס נישט טוען.
אדער אויב דער איד האט א חברותא רעד מיט יענעם וואס די פראבלעם איז אפשר קען ער אים מעורר זיין
די קראך פון די מצה.. יוי..

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג ינואר 15, 2018 10:43 am

איר קענט אריינלייגן א צעטל און זיין תפילין בייטל שרייב אים בדרך כבוד אז סאיז לטובתו וכו

אוועטאר
אידישע קארטוניסט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 12:06 pm

אנטשולדיקט

תגובהדורך אידישע קארטוניסט » דינסטאג ינואר 16, 2018 11:37 pm

עס פעהלט מער גארנישט אויס צו שרייבן, רעדן אדער מעורר זיין, איך האב אלעס געליינט און איך האב עס גענומען פערזענלעך, -c:o -c:o -c:o

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 16, 2018 11:53 pm

אידישע קארטוניסט האט געשריבן:עס פעהלט מער גארנישט אויס צו שרייבן, רעדן אדער מעורר זיין, איך האב אלעס געליינט און איך האב עס גענומען פערזענלעך, -c:o -c:o -c:o

שלום עליכם!

האלט נישט אפען די מויל אזוי גרויס וועט מען עס ווייניגער שפירען...

מיר ווארטען צו זען פון אייך שיינע קארטונס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:58 am

אידישע קארטוניסט האט געשריבן:עס פעהלט מער גארנישט אויס צו שרייבן, רעדן אדער מעורר זיין, איך האב אלעס געליינט און איך האב עס גענומען פערזענלעך, -c:o -c:o -c:o

זייט מוחל זייטס נישט אזוי סענסיטיוו און נעמט א שויער

מיט דאנק די מערכת

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 21, 2018 3:24 pm

א פשוטע עצה
פרינט ארויס די גאנצע אשכול און לייג עס אין זיין לעדל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » פרייטאג מאי 31, 2019 8:24 am

יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי, איך דארף אן עצה.
א חשוב'ער יינגערמאן דאוונט מיט מיר אין איין בהמ"ד, א שיינער ת"ח און א בנש"ק. א עובד ה' און יגע בתורה. אבער...
ער דערמאנט מיר פון דעם יאור נאך מכות דם, און פון ארץ מצרים נאך מכות צפרדע... ותעל צחנתו כי הגדיל לעשות...
איך רעד נישט פון א "געווענטליכער" שווערע גערוך וואס קומט פון א חסיד'ישע ייד וועלכער איז נישט אזוי מקפיד אויף נקיות הגוף. דאס איז א נושא לכשעצמו ואין כאן מקומו. דאס איז עפעס שרעקליכס.
איך ווייס נישט צו ווייל ער זייפט זיך נאר מיוה"כ זה עד יוה"כ הבא על כל ישראל לטובה. צו ווייל ער טוישט זיך בגדים נאר מערב שבת לערב שבת. צו א קאמבינאציע פון טעמים. אבער גלייבט מיר אז עס איז שרעקליך. איך בעט אייך אלע איבער, אבער איך האב ממש א שאלה צו ממעג זאגן דברים שבקדושה אין זיינע ד' אמות.
מעג איך איהם עפעס זאגן?
אויב יא וויאזוי?
מעג איך איהם לאזן א געשריבנעם צעטל? וואס זאל איך שרייבן?
געדענקט איך וויל איהם נישט מצער זיין ח"ו, אבער איך האלט עס ממש נישט אויס.



וועלכע פון די פיקחות'דיגע עצות האט איר למעשה געטון ?
האט עס געהאלפן אדער איר ליידט נאך פון אים ?

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » פרייטאג מאי 31, 2019 10:04 am

עס קען גאנץ מעגליך זיין א געזינטהייט פראבלעים, אין אזא פאל וועלן די אלע אויבנדערמאנטע עצות גארנישט העלפן, און צוגיין צו אים אין קאנפראנטירן קען זיין ערנסטע שפיכות דמים
פון חאניאקישקייט שטינקט מען נישט אזוי.

איך וואלט געזאגט אז די זאלסט טרייען צו שטיין ווייט פון אים,
זיין בני בית און משפחה אויב זיי האבן א פראבלעים דערמיט זאלן זיי קעיר נעמען דערפון

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מאי 31, 2019 10:34 am

כ'האב נישט קיין גרויסע פקחות צו צולייגן צום נושא, אבער זעענדיג דעם אשכול נזכרתי מעשה.
אין מיין כיתה אין חדר איז געווען א יונגל וואס ס'געווען א פחד נורא צו זיין נעבן אים. א גוטער יונגל, אבער מיט א שרעקליכע גערוך אישו.
אויב איז עס אלעמאל געווען זייער זייער נישט אנגענעם, איז עס אין די זומער חדשים אסאך ערגער געווארן, נאכן זיך שפילן אינדרויסן אין די היצן, דעמאלטס איז געווען כלו כל הקיצין...
צו זיין גוט מזל, האבן די קינדער פונעם כיתה אים נישט גע'רודפ'ט (קוקנדיג אויף צוריק איז עס מיר א חידוש!) כאטש ס'האט יעדן זייער געבאדערט.
אפאר קינדער זענען אריין צום מנהל און זיך אפגערעדט. ער האט גלייך געקאלט די מאמע פונעם מדובר, און זי האט צוגעזאגט צו טון וועגן דעם.
איך האב געפילט זייער שלעכט פאר דעם יונגל. כ'האב זיך צוגעשארט צו אים און געווארן זיין בעסטער חבר. איך האב געווארט אויף א געלעגנהייט אים אויפמערקזאם צו מאכן דערויף. אבער אן ערפאלג.
יענער האט געהאט א טאלאנט, ער האט געמאלן הערליך שיין. איין טאג האט ער געמאלן א בילד ווי פייערלעשער לעשן אויס א שריפה. האב איך מונעוורירט א שמועס מיט אים וועגן די שארפע שמעק פון פייער, און בתוך הדברים האב איך אים דערציילט אז אסאך מאל פיל איך פון 'מיר אליין' א שמעק וואס כ'האב פיינט, אבער די טרייסט איז אז ס'איז נישט אזוי שארף ווי פייער...
ער איז נישט געווען א שוטה. ער פרעגט מיר גראד: דו ביסט דער איינציגסטער וואס פילט מיין שמעק אדער די גאנצע כיתה פילט עס?
ס'האט נישט געהאט א פשט צו לייקענען. האב איך אים געזאגט, אז כ'האב א שארפע חוש הריח (צולייגנדיג אז נאך א מזל קיינער ווייסט נישט פון מיין 'חוש', ווען יא וואלט מען מיר גערופן 'דאגי'...), ממילא איז שווער צו גלייבן אז אנדערע קינדער קענען דאס אויך פילן.
ער האט מיר דעמאלטס פארציילט מיט טרערן, אז ער איז געווען ביי אפאר דאקטוירים און ווי ס'זעט אויס האט זיין שווייס א נישט נארמאלע גערוך, אפילו ער שויערט זיך און באשפריצט זיך. זיי זוכן א סאלושען דערצו. ער האט געזאגט אז ער איז אייביג נערוועז געווען וואס אנדערע קינדער טראכטן, און צו זיין פילן עס בכלל, יעצט איז ער רואיגער...
כ'בין געווען דעמאלטס 11 יאר אלט, און ב"ה כ'האב געהאט גוטע חיזוק ווערטער פאר אים, ער זאל זיך שפירן באקוועם.
א יאר דערויף אינעם זומער איז עס שוין געווען אסאך מילדער, ממש נישט קיין פארגלייך. אבער איך ווייס נישט וואס ער האט געטון דערצו.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » פרייטאג מאי 31, 2019 12:35 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'האב נישט קיין גרויסע פקחות צו צולייגן צום נושא, אבער זעענדיג דעם אשכול נזכרתי מעשה.
אין מיין כיתה אין חדר איז געווען א יונגל וואס ס'געווען א פחד נורא צו זיין נעבן אים. א גוטער יונגל, אבער מיט א שרעקליכע גערוך אישו.
אויב איז עס אלעמאל געווען זייער זייער נישט אנגענעם, איז עס אין די זומער חדשים אסאך ערגער געווארן, נאכן זיך שפילן אינדרויסן אין די היצן, דעמאלטס איז געווען כלו כל הקיצין...
צו זיין גוט מזל, האבן די קינדער פונעם כיתה אים נישט גע'רודפ'ט (קוקנדיג אויף צוריק איז עס מיר א חידוש!) כאטש ס'האט יעדן זייער געבאדערט.
אפאר קינדער זענען אריין צום מנהל און זיך אפגערעדט. ער האט גלייך געקאלט די מאמע פונעם מדובר, און זי האט צוגעזאגט צו טון וועגן דעם.
איך האב געפילט זייער שלעכט פאר דעם יונגל. כ'האב זיך צוגעשארט צו אים און געווארן זיין בעסטער חבר. איך האב געווארט אויף א געלעגנהייט אים אויפמערקזאם צו מאכן דערויף. אבער אן ערפאלג.
יענער האט געהאט א טאלאנט, ער האט געמאלן הערליך שיין. איין טאג האט ער געמאלן א בילד ווי פייערלעשער לעשן אויס א שריפה. האב איך מונעוורירט א שמועס מיט אים וועגן די שארפע שמעק פון פייער, און בתוך הדברים האב איך אים דערציילט אז אסאך מאל פיל איך פון 'מיר אליין' א שמעק וואס כ'האב פיינט, אבער די טרייסט איז אז ס'איז נישט אזוי שארף ווי פייער...
ער איז נישט געווען א שוטה. ער פרעגט מיר גראד: דו ביסט דער איינציגסטער וואס פילט מיין שמעק אדער די גאנצע כיתה פילט עס?
ס'האט נישט געהאט א פשט צו לייקענען. האב איך אים געזאגט, אז כ'האב א שארפע חוש הריח (צולייגנדיג אז נאך א מזל קיינער ווייסט נישט פון מיין 'חוש', ווען יא וואלט מען מיר גערופן 'דאגי'...), ממילא איז שווער צו גלייבן אז אנדערע קינדער קענען דאס אויך פילן.
ער האט מיר דעמאלטס פארציילט מיט טרערן, אז ער איז געווען ביי אפאר דאקטוירים און ווי ס'זעט אויס האט זיין שווייס א נישט נארמאלע גערוך, אפילו ער שויערט זיך און באשפריצט זיך. זיי זוכן א סאלושען דערצו. ער האט געזאגט אז ער איז אייביג נערוועז געווען וואס אנדערע קינדער טראכטן, און צו זיין פילן עס בכלל, יעצט איז ער רואיגער...
כ'בין געווען דעמאלטס 11 יאר אלט, און ב"ה כ'האב געהאט גוטע חיזוק ווערטער פאר אים, ער זאל זיך שפירן באקוועם.
א יאר דערויף אינעם זומער איז עס שוין געווען אסאך מילדער, ממש נישט קיין פארגלייך. אבער איך ווייס נישט וואס ער האט געטון דערצו.


איך בין מקנא דיין עולם הבא!!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מאי 31, 2019 1:25 pm

אזוי ווי אסאך האבן שוין דא געשריבן... דאס איז א ערענסטע שאלה, און געהערט צו א רב.

פון איין זייט, נקיות! גערעכט. 100%. אבער ח"ו, וחס ושלום נאכאמאהל מצער זיין א איד.

פאר דעהם ברויכט מען א דעת תורה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מאי 31, 2019 2:44 pm

עולם האמת האט געשריבן:איך בין מקנא דיין עולם הבא!!

wow! פונעם עולם האמת איז מען מקנא מיין עולם הבא!
דאס מיינט שוין איינמאל עפעס...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

קאטאגאריש
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מיטוואך יוני 05, 2019 12:33 am

וואס עפעס? האט געשריבן:א פשוטע עצה
פרינט ארויס די גאנצע אשכול און לייג עס אין זיין לעדל


אדער שפריץ עם אן מיט lysol

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך יוני 05, 2019 6:34 am

איך האב זייער הנאה פון די אשכול
איך האב נישט געוויסט אז עס קען זיין א געזינטהייט פראבלעם, א לימוד זכות,
מיין מנהל אלץ בחור( אין ק''י ישיבה קטנה בנין עצי חיים )פלעגן האקן אנקעגן מיטנעמען 7 זייפן אין מקוה, מעגליך אז געוויסע האבן אויסגעטייטש אז כאילו איינער וואס גייט אין שאור איז א שטיקל שגץ,
איך האב שוין איינמאל געזאגט בדרך כבוד פאר איינעם א שטיקל אז ער האט א גרויך( שטילערהייט ) ער האט געזאגט אז ער גייט אין שאור יעדן טאג, איך האב זיך אנטשולדיגט, אבער זייט דעמאלסט האט ער מער נישט קיין גרויך.... ס'איז דא א מעגלעכקייט אז קיינער זאגט נישט
ובפרט א חשובער איד

גדול כבוד הבריות שדוחה לא תעשה שבתורה

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יוני 05, 2019 6:04 pm

נר לאחד נר למאה...
מ'האט מיר געוויזן אז די מעשה'לע וואס כ'האב געברענגט אויבן איז פארשפרייט געווארן אין אנדערע מקומות, מזכה צו זיין נאך אידן מיט א שיינע מעשה.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג יוני 11, 2019 6:49 pm

פראצעדור האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי, איך דארף אן עצה.
א חשוב'ער יינגערמאן דאוונט מיט מיר אין איין בהמ"ד, א שיינער ת"ח און א בנש"ק. א עובד ה' און יגע בתורה. אבער...
ער דערמאנט מיר פון דעם יאור נאך מכות דם, און פון ארץ מצרים נאך מכות צפרדע... ותעל צחנתו כי הגדיל לעשות...
איך רעד נישט פון א "געווענטליכער" שווערע גערוך וואס קומט פון א חסיד'ישע ייד וועלכער איז נישט אזוי מקפיד אויף נקיות הגוף. דאס איז א נושא לכשעצמו ואין כאן מקומו. דאס איז עפעס שרעקליכס.
איך ווייס נישט צו ווייל ער זייפט זיך נאר מיוה"כ זה עד יוה"כ הבא על כל ישראל לטובה. צו ווייל ער טוישט זיך בגדים נאר מערב שבת לערב שבת. צו א קאמבינאציע פון טעמים. אבער גלייבט מיר אז עס איז שרעקליך. איך בעט אייך אלע איבער, אבער איך האב ממש א שאלה צו ממעג זאגן דברים שבקדושה אין זיינע ד' אמות.
מעג איך איהם עפעס זאגן?
אויב יא וויאזוי?
מעג איך איהם לאזן א געשריבנעם צעטל? וואס זאל איך שרייבן?
געדענקט איך וויל איהם נישט מצער זיין ח"ו, אבער איך האלט עס ממש נישט אויס.



וועלכע פון די פיקחות'דיגע עצות האט איר למעשה געטון ?
האט עס געהאלפן אדער איר ליידט נאך פון אים ?

איך האב למעשה גארנישט געטוהן, דער יינגערמאן איז א אמת'ע תלמיד חכם און הוי זהיר בגחלתו שלא תכוה.
איך פארשטיי באמת נישט וואו איז זיין רביצין? זיין מאמע? קיינער קען אים גארנישט זאגן?

און פאר די אלע וואס רעדן איבער אזא "קרענק" פון א נישט גוטע גערוך וויל איך אייך מודיע זיין אז עס זענען פאראן זייפן, ספרעיס און ראלל-אן'ס וועלכע האבן א שטערקער ריח ווי פון דעם "קערנק".
דו ווילסט נישט קיין זייף וואס שמעקט? מסכים. אבער דו שמעקסט דאך יא! נוץ כאטש עפעס וואס שמעקט עטוואס אנגענעמער...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פאלקס קיך און 23 געסט