"טראמפ טראמפ..." גענוג!! די סעלושען....

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

"טראמפ טראמפ..." גענוג!! די סעלושען....

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג ינואר 14, 2018 12:53 pm

נישט פאר שוואכע הערצער דיסקלעימר!!
אויב זענט איר פין די אידן וואס נעמן אן זייער פערסענעל ווען מ׳הערט אביסל קריטיק אויף אונזער ירום הודו, אין איר פילט אז איר האט א פליכט צו אפפרעגן יעדע זאך וואס קען זיין נעגעטיוו פאר אים, דאן ביטע קליק יעצט אויף די אייוועלט לאגא אויבן אויף די רעכטע זייט.
די אשכול איז נאר געווידמעט פאר די אידן וואס האבן די כוחות צו הערן א ווערטל אויף טראמפ׳ס חשבון אין זיך אפווישן די נאז אין גיין ווייטער.


יא מיר האלטן שוין א יאר זייט טראמפ איז פרעזידענט פינעם לאנד, אצינד איז צייט פאר חשבון הנפש.
אנדערע ניקים דא האבן שוין אויסגעשמועסט צו טראמפ האט יא מצליח געווען זיין ערשטע יאר אין אפיס צו נישט, איך גיי מיר באצוען צו עפעס אנדערש אינגאנצן.
זינט טראמפ האט געמאלדן אז ער גייט לויפן פאר פרעזידענט איז געשען א דראמאסטישער טויש וויאזוי צוויי מענטשען דיסקאסירן א נושא,
אמאל האט מ׳זיך ארום געשלאגן וועגן פאלעסיס, א שטייגער ווי גאן קאנטראלל, אבאמא קעיר, איראק וכו׳ לינקע, רעכטע,
היינט אבער, ווער ס׳קען מער פליקן שמייסן חוזק מאכן, ער איז די געווינער, ס׳איז געווארן אומעגליך אז די צוויי פארטייען זאלן וועלן ארבעטן איינער מיטן צווייטן, די פאלק איז צוטיילט ווי קיינמאל ביפאר.

מיין נישט אז דאס איז נאר אין די פרעמדע גאס, ניין ס׳איז ליידער פעסט ארייגעכאפט ביי אונזערע קרייזן אין גרויסן.
מאז די קליווער גט איז כלל ישראל נאך נישט געווען אזוי צוטיילט אויף צוויי ווי יעצט.

קום, לאמיר זיך אריבער כאפן אין פאליש אזוי צען מינוט פאר חצות צו די צוויי אינגעלייט דארט מיטן טאלעס אויפן פלייצעס אין לאמיר צולייגן אן אויער...

שמערל: נא וואס זאגסטו צו אונזער טראמפ? ער מאכט קאטאָטשקעס פין די מידיע, האסט געזען זיין טוויט נעכטן…. חחחח
בערל: וואס קאטאטשקעס? ער מאכט פורים פין זיך אליין, קיין איין נארמאלע מענטש פירט זיך אזוי אויף, ער איז אן נארסיסט וואס טראכט נאר פין זיך אכט אין צוואנציג שעה א טאג.
שמערל: דו חאפסט נישט? ער מאכט דאס דוקא, ער שפילט זיך אזוי ארום מיט די מידיע, ער׳ז א חכם מחוכם, ער ווייסט פינקלעך וואס ער טוט, די מידיע נעבעך שפריגט פין זייער הויט.
(דא שטעלט זיך אריין א שנה ראשונה אינגערמאן {וואס האט נארוואס אויסגעהערט געשטעטנער אין ביסקיס} אין שאקעלט מיט קאפ ארויף אין אראפ מיט אן אויסגעשפרייטע שמייכל פין אויער צו אויער)
בערל: נישט נארמאל וואס ס׳געשען מיט דיר שמערל, האסט פשוט פארלוירן דיין שכל הישר, דו גלייבסט אין דער פארשמייליגטען ווי אן אפגאט, יעדער פערדעריי וואס טראמפ זאגט מיסטו אלעמאל פארטיידיגן?
שמערל: האָצמע-זאַצמע....

צווייטער סענעריאו
זרח: האסטו געהערט וואס סי ען ען האט געזאגט? נישט נארמאל די מידיע מיט זייער פעיק ניוז. אזאנע שקרנים.
ברוך: ממש אזוי, טראמפ איזדאך דער איש האמת פינעם דור, ער קען פשוט נישט סובל זיין שקר, הא? דער קען דאך נישט זאגן א גאנצע שורה אן אריין ווארפען אפענע ליגענט.
זרח: זאג וואס די ווילסט אבער ער האט געטוען כמעט יעדע זאך וואס ער האט צוגעזאגט ביים קאמפיין,
ברוך: ביסט פין קאפ געפאלען? וואס פינקלעך? א וואנט וואס די מעקסיקאנער גייען צאלן? אונטער ברענגן אבאמאקעיר? איז דאס נישט געווען זיינע צוויי גרעסטע צוזאגן?
זרח: די פארביסענע אנטי טראמפער וואס דו ביסט, מ׳קען נישט רעדן מיט דיר קיין גלייך ווארט, אלעס וואס טראמפ טוט איז ביי דיר אפגעפרעגט, די פלוידערסט פשוט נאך סי ען ען.
ברוך: זיי מיר געזונט…

דאס איז בקוצר נמרץ ביי רוב טענה׳רייען, וואס ביי איינער איז א מעלה איז ביים צווייטן אפגעפרעגט, קיינער פארשטייט נישט וואס דער צווייטער האלט, יעדער שרייט אז די צוויטער איז פשוט בלינד, די בייעסנעס איז אויפן העכסטע שטאפלן, מ׳קען פשוט נישט פירן א סטאבילן שמועס, אלעס איז בלויז טאלקינג פוינטס.. די עולם איז שוין הייזעריק פין איבערקייען די זעלבע טענות נאכאמאל אין נאכאמאל.
אפילו דא אויף אייוועלט די פלאץ ווי גרויזאמער אין שמערי בערי האבן זיך אמאל געוויצלט, איז איבערגעדרייט געווארן צו א פלאטפארעם ווי מ׳באוואשט איינער דעם אנדערן אלץ וועגן עפעס א גוי אן ערל, די טיטל דעמעגאג אדער טראלל ווערט דא גענוצט טעגליך.
וויפיל משפחות זענען שוין צוריסן געווארן א דאנק טראמפנען, וויפיל קינדער קענען שוין נישט רעדן מיט זייער עלטערן אויפן טעלעפון אן זיך טענה׳ן וועגן טראמפ, וויפיל הלבנות פנים דא אויפן וועלטן א דאנק אונזער ירום הודו.

מורי ורבותי! וויפיל איז די שיעור?? ס׳איז נאר איין יאר ס״ה, אין מ׳דארף נאך אזוי ציען מינימום נאך דריי יאר ר״ל? איז דען בכלל מעגליך?

ניין, איך וויל אים נישט אינפיטשען, דאס וועט נאר מאכן די פראבלעם ערגער, די פראטעסטן אין ראליס, נאופס.
צו ווארטן אפשר וועט ער פארלירן די עלעקעשנס אין צוואנציג צוואנציג איז אויכט נישט קיין אפשען, ווייל טראמפ גייט נישט שטיל בלייבן, ער וועט האלטן אז טשיינע האט געטעמפערט אין די עלעקשענס, כ׳האב נישט קיין כח פאר דעם..
איז וואס יא? ס׳דאך כולי עלמא אז עפעס דארף דא געטוען ווערן..
נאכן טראכן מיט אן אויסגעקלארטן קאפ אין זיך דורך רעדן מיט די וואס טוען אין דעם, זענען מיר אויפגעקומען מיט איין סעלושען וואס דאס וועט זיין די איינציגסטע מיטל וואס קען נאך ראטעווען די יעצטיגען מצב.

די פלאן איז צו מאכן טראמפ קעניג פין אמעריקאנעם פאלק.
יא יא, קעניג, ס׳נישט קיין יושר אז נאר געוויסע לענדער האבן א מלוכה, איז פין היינט וועט אין אמעריקע זיין אן עלעקטעד פרעזידענט אין אויכט א קעניג,
די אמעריקאנער בירגער האבן זייער ליב די ווארט פירסט, יעצט וועט טראמפ זיין די פירסט אמעריקען קינג.

יעדע טאג וועט זיין קענגליכע פאראדעס אין מארשן פארענט פין טראמפ פעלעס.
די רייכטום וואס קינג טראמפ וועט האבן גייט איבערשטייגן יעדען אראבישע שעיך, מיט גאלדענע עיר פאורס וואן אדג
מ׳וועט כסדר באזינגען אין באטיטלען די הויעך געשפריטע מעגעסטי, וואס ער וועט קיינמאל נישט זאט ווערן.
טראמפ קייזער אין זיין טרוין וועט זיך ארום שלאגן אויף טוויטער מיט אנדערע קעניגן אין שעיכ׳ן, א שטייגער ווי...
זייטיגע נאטיץ
!realkingdonald I just heard from many sources that the chess game of Queen Elisabeth is made out of fake gold. SHAME@

ס׳וועט הייבן די אקאנעמי מיט די אלע טוריזים וואס דאס וועט ברענגן,
די מלוכה פארשטייטצוך וועט בלייבן אין משפחה, אין ער גייט דאס ירשנען פאר זיין קרוין פרינץ, אזוי וועט ער קיינמאל דארפן קאנפיינען קעגן אנדערע.
יעדע גוטע זאך אין אמעריקע וועט ער נעמען קרעדיט פאר זיך, אין יעדע פאשלה וועט ער זאגן אז ער איז אלעמאל געווען קעגן דעם, ער וועט כסדר זיכער מאכן אז די מידיע מאכט זיך וויסענדיג פין אים,

קליע מאכן אין לאנד וועט ער נישט קענען מער, ער גייט מער נישט דארפן האנדלן מיט די ריבופליקאנער אדער דעמעקראטן, די מלוכה וועט זיין ביי-פארטיזם,
די איינציגסטע מאכט וואס ער וועט נאך האבן איז פארדענען ערעסטאנטן, אזוי אז ס׳נאך טשענסעס אויף אנדערע אחיינו כל בית ישראל היושבים.

אין לאנד וועט צוריק ווערן רואיג, די מלחמה פולווער וועט איינשטילען, זיינע חסידים וועלן זיך ווייטער שווערן אין אים, מ׳וועט שוין קענען זיך ווייקען אין מקוה אן הערן די ווארט טראמפ, ביידע צדדים וועלן זיין צופרידען, טראמפ וועט פילן ווי ער איז אנגעקומען צום תכלית השלימות, אין אויף אייוועלט וועט זיך צוריק אנהייבן די ראש הקהל פארמעסטן.

ווער איז אין???
לעצט פאראכטן דורך אויבער-חכם אום זונטאג ינואר 14, 2018 2:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג ינואר 14, 2018 1:00 pm

על כסא ממלכתו..
צוגעלייגטע
trumpking.jpg
trumpking.jpg (141.34 KiB) געזעהן 1135 מאל
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

פרידן
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג ינואר 14, 2018 1:59 pm

שטארק שטארק
סיי ווי די ברענגסט ארויס די פראבלעם אין סיי די סעלושען
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג ינואר 14, 2018 2:05 pm

איים אין העף וועי.
אויב איז ער טאקע מענטלי סיג אפשר וועט ער מסכים זיין. געב אים א פרעג נעקסטע מאל די טרעפסט אים.
איך בין נייגעריג וואס די האסט צו זאגן.

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » זונטאג ינואר 14, 2018 2:16 pm

זייער שיין ארויסגעברענגט די ערשטע חלק ווי שטארק מענטשן האבן זיך געטוישט, און ווי שטארק פאליטיק נעמט איבער אזוי פיל מענשטנס לעבן.

צדיקים פלעגן זייער מורא האבן פאר פאליטיק, ווי ווייט עס איז א קליפה, און מען דארף זיך זייער היטן דערפון.
אויב מעג איך זאגן (אפילו פאר מיר אליינס אויך) אז עס איז ממש א בושה צו זעהן אויף אזא ״אפיציעלע כשר׳ע״ פלאטפארמע ווערן אזוי פיל היימישע אינגעלייט, בעלי בתים אזוי איבערגענומען פון ״אונזער פרעזידענט״. ער טוהט יא צו נישט ריכטיג. רעפאבליקאנער, דאמאקראטן, דעם עולם ליגט שוין אזוי טיף אין די בלאטע אז מען כאפט שוין אפילו נישט.

רבותי!! ער איז נישט אונזער פרעזידענט!! מיר האבן געשריגן קוים אפאר חדשים צירוק ״המלך״!!! מיר זאגן מאה ברכות א טאג ״מלך העולם״ דער קעניג פון די וועלט - ער איז אונזער פרעזידענט - אונזער העלד - אונזער גאט.

איך האב געזעהן א קליפ ווי ר שלום מרדכי קומט אריין צו איינעם אינדערהיים א טאג צוויי נאכן ווערן באפרייט. קודם פארשטייט זיך כאפט ער א רקידה, על נסך ועל נפלאותיך... נאכן שמועסן אפאר מינוט רופט זיך יענער אן אז ער האט געוואלט זאגן א שכויעך פאר פרעזידענט טראמפ... פארן.... און שלום מרדכי גיט אים אזא מאך מיט די הענט, כאילו, וואס ווילסטו דא, האט דען טראמפ געטהן עפעס, ער איז ס״ה געווען א שליח משמים. אפאר מינוט שפעטער רופט זיך יענער נאכאמאל אן, אז יעדער זאל שיקן א דאנק בריוו פאר טראמפ. און שלום מרדכי מאכט אים ווייטער אוועק. מען דארף דאנקען דעם אויבערשטן - אונזער קעניג. (נישט צו זאגן אז מען זאל נישט זיין דאנקבאר פאר טראמפ, און אוודאי איז כדי צו שיקן בריוו וכדו׳ - אבער אזוי דארף א איד טראכטן, אז דער רבש״ע האט דאס געמאכט נישט א ערל טמא.)

ווי אויך זיין אזוי שטארק אריינטוהן און פאליטיק, מאכט אונז פארגעסן אז מיר זענען אין גלות. איך געדענק ווען עס זענען געווען די וואלן אין מאנסי אפאר חדשים צירוק, און דער שונא ישראל עד דעי האט ווידער אמאל געווינען, זענען געווען ניקס וואס האבן געשריבן ״יא וואס קען מען טוען, מען איז דאך אין גלות״ אינטערעסאנט אז צען מינוט פריער ווען מען האט געמיינט אז עס איז נאך דא א שאנס ער זאל פארלירן, האט קיינער נישט געדענקט אז מען איז אין גלות...

אבער דער אמת איז, אז מיר זענען שוין צו לאנג אין גלות, און מען ווערט רח״ל פאר׳גוי׳ישט אביסל. זאל דער אויבערשטער אונז ארויסנעמען פון דא ווילאנג ער האט נאך וועמען ארויסצונעמען. במהרה בימינו. אמן.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג ינואר 14, 2018 4:37 pm

אויבער חכם: ;l;p-
תענית חלום: ;l;p- ;l;p-
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג ינואר 14, 2018 4:52 pm

FAKE NEWS פאלשע נייעס חדשות מזויפות Noticias falsas أخبار وهمية 假消息 Nep nieuws Hamis hírek

Fałszywe wiadomości Поддельные новости ʻIke lohe Sahte haberler Nûçeyên fake नकली समाचार

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג ינואר 14, 2018 4:57 pm

דער קרוין/היטל איז בכלל נישט צגעפאסט צו די בגדים

אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:27 pm

תגובהדורך ערליכע בחור » זונטאג ינואר 14, 2018 5:07 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:דער קרוין/היטל איז בכלל נישט צגעפאסט צו די בגדים


סאו ער קען נישט ווערן קעניג ווילאנג מען מאכט נישט קיין נייע פאטאשאפ פיקטשער...
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7583
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 14, 2018 5:23 pm

פיין געזאגט! (די איידיע קומט פון זשימי קיממעל)
פיין טונד מאשין

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג ינואר 14, 2018 10:05 pm

כאפצעם האט געשריבן:פיין געזאגט! (די איידיע קומט פון זשימי קיממעל)

שוין ברוך שכוונתי.. האבעך דיר געזאגט אז כ׳האב עס דורך גערעט מיט מענטשן וואס טוען אין דעם...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג ינואר 14, 2018 11:02 pm

אויבער חכם, זיי וויסן אז דו ווייסט נישטאמאל ווי גוט דו האסט ציגעטראפן!

מען (איך) קען נישט אלעס פארציילן. אבער אזויפיל נאר, אז די פלאן איז נישט קיין נייע! (שאקינג?! #איי-קנאו!)

יואל חיים קושנער ארבייט שוין א שטיק צייט (טו בי מאור ספעסיפיק: זינט אנהייב פון די טרענזישען) שטילערהייט מיט "בורגער קינג" צו אויסקויפן די רעכטען אויף די "קינג" טיטעל!
און נאך פארשידענע פארהאנדלונגען קומען פאר אין די קעלערן פונעם מעריב פליגל פון ווייסן הוז....

#מהדברים שהשתיקה יפה להן.

אזויפיל יא, רבותי עס קומט גוטע צייטן!

"א נייע טאג איז אויפן האריזאנט!!!"
(קרעדיט: ערפה זוכה-בגורל-פרי, 2020# [קרעדיט:נב"ס])
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

Horizontal
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

תגובהדורך Horizontal » דינסטאג ינואר 16, 2018 1:29 am

פיין ארויסגעברענגט
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך ינואר 17, 2018 7:19 pm

פארוואס אויסקויפן בורגער קינג ? מען קען צולייגן א שם לווי אינמיטן און אריינלייגן דעם ווארט מייסטער כזה:
בורגער-מייסטער-קעניג טראמפ

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 7:31 pm

;l;p- ;l;p-
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

א נייער
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:05 pm

איך וויל ווערן א וואלענטיר צו העלפען טראמפ זאל ווערן קעניג
איינער האט קושנער'ס נאמבער
איך קען טוהן אסאך מינע ארבעט פאר פונקליכע פרטים אין אישי
איך רעד עפעס לפני אש ומים?קרעדיט שמעלקא זאפטיגער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט