פיאות און הוטען. לאנגע פיאות פליהט, הוט פאלט אריין

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די סיבה פון פארשטעקטע פיאות, סקווירא פערקניפט, און היינט ליובאוויטש אנע פיאות איז צוליב אז עס זאל נישט אנרירן די בארד

וויפיל איך וויס איז עס וויבאלד אין רוסלאנד איז געווען א געזעץ אז מען טאר נישט גיין מיט קיין פיאות

און מיט א בארד יא?
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יא. די ביי די רוסישע גוים איז געווען שטארק איינגעפירט צו גיין בערד.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פריטלעך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:אן אלט ווערטל:
אז דיין טאטע גייט א לאנג רעקל און דו גייסט א קורצע, ביסטו א שגץ.
אבער אז דיין טאטע גייט א קורצע רעקל און דו גייסט א לאנגע, ביסטו א שוטה...

ודפח"ח.

דער משנה ברורה האלט אנדערש.

דהיינו?
(דיסקלעימער, די משל איז דווקא אויף עפעס וואס גרעניצט זיך נישט מיט הלכה.)

אויב האב איך נישט קיין טעות האלט דער מ''ב אז א לאנגע רעקל איז מער אויסגעהאלטן להלכה.

האמיר נאכגעקוקט. דער מ''ב (סי' נ''ג סקי''ג) ברענגט א מג''א בשם מהר''ם מינץ אז דער בעל תפילה זאל גיין לאנגע בגדים אז מען זאל נישט זען די פיס. בפשטות - און אזוי לערנט דער רב - מיינט עס אויב גייט מען נישט קיין הויזן. אבער אין ארחות רבינו שטייט אז דער חזו''א האט געזאגט אז ווער עס גייט א קורצע רעקל זאל אנטון א טלית ביים דאווענען פאר'ן עמוד מטעם דעם מהר''ם מינץ.
וכן נוהגין בבית מדרש גבוה דלעיקוואוד, אז דער בעל תפילה גייט א טלית אפי' ביי מעריב.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

משהזוךמיר האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:אן אלט ווערטל:
אז דיין טאטע גייט א לאנג רעקל און דו גייסט א קורצע, ביסטו א שגץ.
אבער אז דיין טאטע גייט א קורצע רעקל און דו גייסט א לאנגע, ביסטו א שוטה...

ודפח"ח.

דער משנה ברורה האלט אנדערש.

דהיינו?
(דיסקלעימער, די משל איז דווקא אויף עפעס וואס גרעניצט זיך נישט מיט הלכה.)

אויב האב איך נישט קיין טעות האלט דער מ''ב אז א לאנגע רעקל איז מער אויסגעהאלטן להלכה.

איך הער.
אויב אזוי לאמיר נוצן שטאפן היט ווס. ביבער היט וואס האט לכו"ע נישט מיט הלכה, בלויז מיט פרומקייט.
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

קודם א מזל טוב צו דיין 500'טע תגובה..

איך הער די נקודות וואס קלוגער האט אויפגעברענגט וועגן פיאות, און מ'קען הערן וואס דער עולם רעאגירט.

איין הערה, מרן הגה"ק מסאטמאר זצ"ל פלעגט נאכזאגן פון שינאווע רב זצ"ל אז "עד כאן - ביז די באק ביין איז שיעור פיאות, מכאן ואילך שיעור שוואנץ"..

איך וויל מיך אנכאפן צו זיין דערהער וועגן הוטן, איך האב שוין פיל מאל אריינגעקלערט דערין, עס זענען פארהאנען משפחות וואס האבן מחליט געווען איין ליאדן טאג זיך אנצוטון ברייטע הוטן מיט א ברים - באזע ברייט ווי א "העלי-פעד", און אלע קינדער דארפן נאכשפרינגען דעם טאטן'ס משוגעת, עס דרייען זיך נעבעך בחורים און אינגעלייט מיט אזא איבעריגע משא אויפ'ן קאפ וואס לייגט זיי אינגאנצן אין שאטן, און זיי ווייסן נישט פארוואס און ווי דאס קומט צו זיי ווען ביידע זיידעס זענען געגאנגען מיט פשוט'ע געקראכטע אדער טשאלנט טאפ הוטן..

די זעלביגע איז מיט מענטשן וואס גייען די הוט אויף די "האלז", א הוט איז געמאכט פאר די קאפ, מילא מ'בייגט זיך עס אמאל ארויף צו אויסלופטערן דעם פארשוויצטן שטערן און די מקום הנחת התפילין, אבער די וואס גייען שטנדיג אזוי שיף מיט'ן הוט אז די גאנצע פאדערשטע טייל פון קאפ איז אויפגעדעקט, איז סתם א פארדרייטקייט, די הוט איז צוצודעקן דעם קאפ, נישט דעם האלז, פאר די האלז קען מען קויפן א שאל..

און אפגערעדט פון די וואס האנדלען זיך איין אזא גרויסע סייז הוט און עס ליגט אויף זיין קאפ ווי די "הר חרמון" איבער עוג מלך הבשן נאך ווען די מורישקעס האבן עס אויסגעלעכערט, צומאל זעט מען א קליינעם דארטשיגן בחור'ל וואס ווייסט קוים וואס עס איז ארויפגעפאלן אויף אים מיט איינמאל, און ער דרייט זיך ארום מיט אזא "אווערסייזד לאוד" אויף זיין קליין קעפעלע איבער זיין מאגערן קערפערל..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

דאס וועט איר מודה זיין אז מחמת חביבית המצות קומט דאס כמבואר בספר דברי חנה בענין גרויסע קאפל ושהטלית יכסה "כל" ראשו, נאר עס ברויך א גבול, ועוד קען זיין אז ס'האט זיך אנגעהויבן ביי משגיח וכו' אין ישיבה שהי' רוצה לקיים הנוטפות מור עובר, און ס'האט זיך געסוויטשט אין משפחה.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פריטלעך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:אן אלט ווערטל:
אז דיין טאטע גייט א לאנג רעקל און דו גייסט א קורצע, ביסטו א שגץ.
אבער אז דיין טאטע גייט א קורצע רעקל און דו גייסט א לאנגע, ביסטו א שוטה...

ודפח"ח.

דער משנה ברורה האלט אנדערש.

דהיינו?
(דיסקלעימער, די משל איז דווקא אויף עפעס וואס גרעניצט זיך נישט מיט הלכה.)

אויב האב איך נישט קיין טעות האלט דער מ''ב אז א לאנגע רעקל איז מער אויסגעהאלטן להלכה.

איך הער.
אויב אזוי לאמיר נוצן שטאפן היט ווס. ביבער היט וואס האט לכו"ע נישט מיט הלכה, בלויז מיט פרומקייט.

ס'הייסט?
חסיד'ישע אידן האבן אנגעטון ביבער הוטן מחמת חשש שעטנז אין די שטאפענע הוטן.

וכן איז ענדערש צו גיין א זיידענע (אדער פאליעסטער) בעקישע ווי א רעקל מיט וואל דערין...

-------

מיין פוינט איז, אודאי זענט איר גערעכט מיט דעם אז אסאך מאל ווילן מענטשן זיין 'פרומער' ווי די עלטערן בלויז צוליב טפשות, אבער דאס אוועקשטעלן א כלל אז גיין אנגעטון אנדערש אדער טון סיי וואס אנדערש ווייל איך וויל זיין פרומער איז א שוטה, קומט פון דער רצון צו זיין 'אפענמיינדעד' - וואס אסאך מאך מחמת גרויס אפענמיינדעדנעס פאלט נעבעך דער מוח ארויס.
רוב זאכן - נישט אלע, ווייט ווייט דערפון - וואס ווערן באטראכט אלס 'פרומער' זענען טאקע, און מהאי טעמא שטערו עס שטארק די וואס ווילן זיין 'ברייט'.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

משהזוךמיר האט געשריבן:
אבער דאס אוועקשטעלן א כלל אז גיין אנגעטון אנדערש אדער טון סיי וואס אנדערש ווייל איך וויל זיין פרומער איז א שוטה, קומט פון דער רצון צו זיין 'אפענמיינדעד' - וואס אסאך מאך מחמת גרויס אפענמיינדעדנעס פאלט נעבעך דער מוח ארויס.
רוב זאכן - נישט אלע, ווייט ווייט דערפון - וואס ווערן באטראכט אלס 'פרומער' זענען טאקע, און מהאי טעמא שטערו עס שטארק די וואס ווילן זיין 'ברייט'.

משה אזא גוטס האב איך שוין לאנג נישט געליינט! יפה דברת!
זוכט איר דוי?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

באמת וואלט געדארפט זיין איינגעפירט אז א היט מוז נישט ווערן אויסגעקליבן איין מאל אין לעבן. יעדעס מאל מ'גייט קויפן א היט קען מען דעסיידן וואספארא סטייל מ'וויל,פונקט ווי שיך און גלעזער.
ווען איינער האט אן ענין צו גיין דוקא מיט א געוויסע סארט היט עפ"י קבלה, מילא. אבער סתם שו"ע אידן איז נישטא קיין סיבה צו מאכן אזא עסק דערפון. פארוואס זאל נישט זיין א היט פונקט ווי אלע אנדערע אייטעמס. למשל, א וואך וואס די היט סטאר האט א ספעשיל אויף קראך היטן, וועט דער עולם קויפן מער קראך היטן א.א.וו.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך קען עטליכע יונגעלייט וואס די טאטע האט זיי אנגעטון פלאכע ביבער היטן ביי די בר מצוה און זיי זענען זייער אומבאקוועם דערמיט, זעהט מען זיי פון סוכות ביז פסח נאר מיט א קוטשמע, און זומער גייט מען אן א היט בכלל, חוץ ביים דאווענען. וואלט נישט געווען בעסער ווען זיי טוישן צו א א היט מיט וואס זיי שעמען זיך נישט? ביי פרויען איז אויך דא אזא מושג ואכמ"ל, אבער דארט איז עס שוין א הלכה שאלה, אבער וואס מאכן זיך מענער משוגע?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

דריידל האט געשריבן:באמת וואלט געדארפט זיין איינגעפירט אז א היט מוז נישט ווערן אויסגעקליבן איין מאל אין לעבן. יעדעס מאל מ'גייט קויפן א היט קען מען דעסיידן וואספארא סטייל מ'וויל,פונקט ווי שיך און גלעזער.
ווען איינער האט אן ענין צו גיין דוקא מיט א געוויסע סארט היט עפ"י קבלה, מילא. אבער סתם שו"ע אידן איז נישטא קיין סיבה צו מאכן אזא עסק דערפון. פארוואס זאל נישט זיין א היט פונקט ווי אלע אנדערע אייטעמס. למשל, א וואך וואס די היט סטאר האט א ספעשיל אויף קראך היטן, וועט דער עולם קויפן מער קראך היטן א.א.וו.

איך האב געקענט א איד (פון אלטן דור) וואס האט זיך אזוי געפירט, ער איז אריין אין הוט סטאר און וועלעכע הוט ס'איז געווען דעמאלס די ביליגסטע דאס האט ער געקויפט,
זוכט איר דוי?
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

מיין נעקסטע בעקישע אי״ה גייט זיין א סטראקעס בעקישע. דאס מיינט אז מיינע קינדער וועלן אויך דארפען גיין דערמיט? נעוואדע נישט! טוהט ווי אזוי איר ווילט, לאט אייער קינד גיין ווי אזוי ער וויל, as long עס שטימט מיט וואס עס שטייט אין שו״ע און דעטס איט.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פיצי קעפעלע האט געשריבן: טוהט ווי אזוי איר ווילט, לאט אייער קינד גיין ווי אזוי ער וויל, as long עס שטימט מיט וואס עס שטייט אין שו"ע און דעטס איט.

ממש אזוי? מ'קען אזוי גרינג פארקוקן מסורה?
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

אדער יא האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן: טוהט ווי אזוי איר ווילט, לאט אייער קינד גיין ווי אזוי ער וויל, as long עס שטימט מיט וואס עס שטייט אין שו"ע און דעטס איט.

ממש אזוי? מ'קען אזוי גרינג פארקוקן מסורה?

וויפיל דורות צוריק הייבט זיך אהן מסורה אויף א סטייל פון א היט און אויף די cut style פון אן אויבערמאנטעל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

שטותים והבלים. אפשר מוז איך גיין מיט די זעלבע שיך און גלעזער ווי מיין טאטע?
מסורה?!

ווילאנג ס'איז נישט געטון אלץ הלכה אדער חומרא, קומט נישט אריין מסורה.
טאמער מיין טאטע איז א וויזניצער מיט די היט ארומגעדרייט, מעג איך נישט אויסדרייען מיין היט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

די סדר איז אז די וואס ווילן אוועק גיין פון די מסורה ביי וויכטיגערע זאכן פרובירן קודם צו טאפן דעם דופק ביי מינדערוויכטיגע מסורה, ווי היט און רעקל.

געווענליך בלייבט מען ביי דעם נישט שטיין...
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:די סדר איז אז די וואס ווילן אוועק גיין פון די מסורה ביי וויכטיגערע זאכן פרובירן קודם צו טאפן דעם דופק ביי מינדערוויכטיגע מסורה, ווי היט און רעקל.

געווענליך בלייבט מען ביי דעם נישט שטיין...

איז דאס געזאגט געווארען ווען מען קומט פון אן האמבורגער צו א ביבער היט אויך? מאן יימר אז א ביבער היט איז פרומער?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

דריידל האט געשריבן:טאמער מיין טאטע איז א וויזניצער מיט די היט ארומגעדרייט, מעג איך נישט אויסדרייען מיין היט?

[align=center]אז דער זיידע און עלטער זיידע זענען געגאנגען די מאשני רעכטס לכאו' איז טאקע שייך ביי דעם מסורה, והזהר![/align]
[align=center]עפעס מיינט דאס דער אויסדריק נישט משנה זיין אפי' כקוצו של יו"ד, הא?[/align]
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

משהזוךמיר האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1590389#p1590389

גייט די חשש שטנז נאך אהן? אויב יא ביסטו גערעכט, אויב נישט איז די גאנצע פרומקייט נישט שייך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מ'קען עפענען א באזינדערע אשכול אויף מסורה אבער אז מ'רעדט שוין דא וועל איך פרעגן:
דארף איך זינגן די זעלבע כל מקדש ווי מיין טאטע?
מוז איך מאכן די זעלבע צאל טבילות ווי מיין טאטע?
מעג איך אויפשטיין א שעה שפעטער ווי מיין טאטע?
מיין טאטע האט פאליעסטער העמדער, מעג איך קויפן קאטאן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

עפעס א מעשה איז דא מיטען רבי׳ן זי״ע אז איינער האט איהם געפרעגט פארוואס ער איז משנה פון וואס זיין טאטע האט געטוהן. אמער, דער קדושת יו״ט פלעגט דאווענען שחרית פרי און דער רבי דאווענט שפעט. האט איהם דער רבי געזאגט אז באמת טוהט ער יא ווי זיין טאטע, ווייל דער ייטב לב פלעגט דאווענען שפעט, האט דאך דער קדושת יו״ט משנה געווען מיט דעם וואס ער האט געדאווענט פרי. טוהט ער דאך ווי זיין טאטע מיט דעם וואס ער האט געטוהן אנדערשט ווי זיין טאטע.

די זעלבע קען מען מעגליך זאגען בענין בגדים.... (יעצט זאג אז די מעשה איז נישט געשען און די פשעטיל איז מפרך)
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אדער יא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טאמער מיין טאטע איז א וויזניצער מיט די היט ארומגעדרייט, מעג איך נישט אויסדרייען מיין היט?

[align=center]אז דער זיידע און עלטער זיידע זענען געגאנגען די מאשני רעכטס לכאו' איז טאקע שייך ביי דעם מסורה, והזהר![/align]
[align=center]עפעס מיינט דאס דער אויסדריק נישט משנה זיין אפי' כקוצו של יו"ד, הא?[/align]

הייסט, מסורה פאנגט זיך אן ביים עלטער זיידע?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

רבותי, כל המוסיף גורע גייט איבעראל אן. מ'דארף אכטונג גיבן נישט צו איבערציען די שטריקל ווייל נאכדעם לאזט מען אלעס איבער.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”