פיאות און הוטען. לאנגע פיאות פליהט, הוט פאלט אריין

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

פיאות און הוטען. לאנגע פיאות פליהט, הוט פאלט אריין

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:11 pm

לכבוד מיין תגובה נומבער 500 #

פיאות
ווען מ'קוקט אויף פיקטשערס פונדערהיים אין יוראפ פארען קריג אדער נאך פריער, שוין אפגערעט אין רוסלאנד אדער די ליטע, זעהט מען כמעט נישט קיין לאנגע פיאות, דא און דארטען זעהט מען א רבי מיט לאנגע פיאות, אבער ס'יז קלאהר נישט געוועהן איינגעפירט צו גיין מיט לאנגע פיאות אפילו אין פרידען צייטען, און זעכער נישט אראפגעלאזט,
אין ארץ ישראל האט מען שוין יא געזעהן אויך נישט אויף א גרויסע פארנעם, אבער אביסעל האט מען שוין געזעהן, דא אין אונזער אמעריקא [ק"ו אין ארץ שיראל] זעהט מען שוין מער יחידים מיט לאנגע פיאות, אסאך מאל גאר לאנג, און ביי טייל משפחות אז עס געווארען ווי א מצוה אין די תורה נישט צו רירען די פיאות מיט א שערעל אדער זעג,
די לעצטע פאר יאר איז עס געגאנגען מיט א סטעפעל ווייטער, ס'יז גאר געווארען קאל צו לאזען וואקסען די פיאות ביז די קניען, מ'קען זעהן שפילערס און זינגערס וואס פון די בארד איז קוים געבליבען שיריים, און די פיאות זענען נוקב ויורד עד התהום,

היטען
איך קען מענטשען וואס זייערע עלטערען גייען אדער זענען געגאנגען מיט קראך היטען, האמבורגער אדער שטאפענע, און דער זון גייט שוין מיט א גרויסע ברייטע היט, און די קינדער דארפען זעכער טוהן ווי די טאטע, און אמאל גייט עס אביסעל ארויס פון פארשטאנדלעכע גרענעצען, ווען למשל דער טאטע וואס זיין טאטע איז געגאנגען מיט א פלעינע האמבורגער / קראך / שטאפען היט, און דער זוהן גייט שוין מיט גאר א ברייטע היט, און די קינדער און אייניקלעך מוזען גיין מיט די זעלבע גאר ברייטער היט, ווי ס'וואלט געוועהן א טרעדישען פון דורי דורות ביז ארויף, צו זיי ווילען צו נישט, ס'ווערט ווי א אייגענע שטרענגע תורה אין די משפחה [וואס האט זיך ערשט אנגעהויבען ביי דעם טאטען / זיידען]

איך מוטשע מיך צו פארשטיין, איז דא אויף דעם עפעס א דאורייתא אדער דרבנן, איז עס פרומער און חשובער צו גיין מיט א סייז וואס פאלט אריין ביז די אויערען אדער א ברים ברייט ווי א קאר פאל?

איך בין גרייט צו הערען

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:21 pm

די מוטשסט זיך באמת ? איך מיין אז סאיז נישט שווער צו פארשטיין פארוואס חאניאקשיע אידן ווילן גיין אנגעטוהון מיט גרויסע היטן און לאנגע פיאות.
פארוואס די בעסערע חברה גייען לאנגע פאות מיט קליינע היטן איז אויך זייער פשוט.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:28 pm

וואס איז שווער? ס'איז דאך א בפירוש'ער חז"ל. מתחילה עובדי ע"ז היו אבותינו...

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2472
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:33 pm

מערערע האבען דאס שוין געפרעגט דא אויפן וועלטל עטליכע יאהר צוריק.
אבער ווען דאס קינד וויל נישט גיין אזוי ווי די טאטע, דאן וואונדערט ער זיך פארוואס, און דאס קינד ענטפערט אז דיין טאטעס וועג איז אויך נישט גוט געווען פאר דיר...
צוריק צום אנהייב.
מענשטן האבען צוזאמענגמישט א ריזן קוגל פון חסידיש, רביש, באלעבאטיש, ארבעטער לבוש און זיך געלייגט אויף איין לעוועל מיט די העכסטע.
צ.ב.ש. אין די תש"כ יאהרען האבען עטליכע בחורים זיך אנגעטוהן ביבער הוטן אויף צו געפעלן איך ווייס נישט וועם, און איינער פון די וואס זיין טאטע האט עס דאן אנגעטוהן האט געזאגט זיין זוהן אז ער האט חרטה דערויף אז ער האט געוויזען זיין טאטען אז ער איז פרומער פון אים.
מען קאן עס היינט ליידער זעהן ווען די וואס זייערע טאטעס גייען מיט ביבער הוטן און די קינדער אויך, אבער מיט א שיינעם הארטן הוט, מיט א צוגעפוצט בערדל דערצו און די געפרעסטע רעקל.
עס איז א בושה צו וועלכען לעוועל מען האט גענומען דעם לבוש און וויאזוי די בעסערע שפילען מיטן לבוש אז עס זאל שטימען מיט זייער אויסקוק
בוי זיך זעלבסט

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך ינואר 10, 2018 3:22 pm

אמת ס'יז דא וואס ווילען נאר נכטוהן די עלטערען - אפילו א זאך וואס קיינער פאר דעם האט עס נישט געטוהן, אויך איז דא אזוינע וואס גייען מיט ווילד לאנגע פיאות אמאל אן קיין בארד אינגאנצען, שוין, א מאדנער מענטש פאר זיך, אבער די תורה שלימה וואס גאנצע משפחות מוזען זיך פינקליך אזוי פירען, אויך מיט די ריזיגע היטען, מ'צווינגט עס ארויף ווי עפעס א אלטע טרעדישען פון דור המדבר

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » מיטוואך ינואר 10, 2018 3:50 pm

אגב וואס איך האב אמאל געהערט אז צדיקים האבן נישט געלאזט גיין מיט לאנגע פאות
נמשל אז די קמארנא האט געלאזט האבן פאות ביז די טשין אדער אויב האסטו א בארד זאל זיך עס ענדיגן ציזאמען מיט די בארד

מעינן לענין
אז די רעדס פון די מענשטען וואס מאכן זיך שיין די מיט די היטן
האב איך אמאל געהערט אז איינע פון די ליטווישע גדולים האט זיך געוואלט אנטון א שטריימל
גייט ער אריין אין געשעפט זעהט ער א חתן שטיין ביים שפיגל
רופט ער זיך
אה דאס איז עס
און ער האט ארויס געוואקט פון דארט

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » מיטוואך ינואר 10, 2018 3:59 pm

איך בין אמאל געווען קויפן א היט, קומט אריין א אינגערמאן וואס האט שוין געהאלטן באלד ביים חתונה מאכן קינדער און ער בעט א היט, דער געשעפטס מאן נעמט זיין היט אין די הענט צו קוקן די סייז, ער זאכט אים דאס איז א 55 איך וועל דער ברענגען א 57 צו פרובירן וויבאלד דאס זעהט דיר שוין אויס קליין אויפן קאפ, דער אינגערמאן האט זיך קעגן געשטעלט, די סייז האט מיין טאטע מיר געקויפט צו די בר מצוה און די סייז זאלסטו מיר ברענגען...

אגב, ביינונז גייט מען מיטן גאנצן חסידישן לבוש (אמאליגע רבי'שע) און מיר זענען אלע שטאלץ דערמיט וויבאלד מיט דעם זענען מיר אויפגעוואקסן און די טאטע זז"ג האט אריינגעלייגט כוחות דערינען, ב"ה פאר דעם.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:08 pm

פיאות איז דא א גרויסע חילוק
צווישן לאַנגע פיאות אין לאָנג פיאות ....
אין ווי די זאגסט קוק אויפן בארד צו זען אין וועלכע קעטעגאריע אריין צו לייגן וועם

אגב האב איך אמאל געהערט ווי איינער זאגט פאר איינעם מיט לאנג פיאות
נאך א מזל די האסט לאנגע פיאות אזוי וועט מען דיר קענען ארויסשלעפן דערמיט פון שאול תחתית....

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:37 pm

לאנגע פיאות איז געווארען אין סטייל לעצטענ'ס צוליב די שטארקע ברסלב'ער ווינט וואס הערשט לעצטענ'ס, און ס'איז דאך דא א מימרא פון הרה"ק ר' נחמן זי"ע אז ער וועט ארויסשלעפן זיינע חסידים פון גיהנם ביי די פיאות,
זוכט איר דוי?

אוועטאר
פריטלעך
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:02 am

אן אלט ווערטל:
אז דיין טאטע גייט א לאנג רעקל און דו גייסט א קורצע, ביסטו א שגץ.
אבער אז דיין טאטע גייט א קורצע רעקל און דו גייסט א לאנגע, ביסטו א שוטה...

ודפח"ח.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:25 pm

די ליבאוויטשע רבי האט נישט געלאזט טוישן די לבוש פאר חסידים וואס זענען געקומען פון אנדערע חסידישע קרייזן אבער זייערע קינדער האבן יא געטוישט אריינצופיטן אין ליבאוויטש.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:40 pm

דאס אוועק מאכן די וואס גיבן אכט נישט צו שניידן די פיאות קומט פשוט פון חסרון ידיעה.

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:53 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:דאס אוועק מאכן די וואס גיבן אכט נישט צו שניידן די פיאות קומט פשוט פון חסרון ידיעה.


כ'האב געהערט אמאל - דאכט זיך בשם קרעטשניפער רבי זצ"ל - רעדנדיג פון דעם ענין, אז עס איז נישט קיין ענין צו גיין קיין לאנגע פיאות, אבער עס איז יא דא אן ענין נישט צו שניידן.
האב איך געהערט בערך דעם לשון "א ירא שמים שניידט נישט די פיאות אבער ווער עס האט סייעתא דשמיא פאלט עס ארויס"

געהערט שוין זייער לאנג צוריק, די נאמען און די נוסח איז צוליב דעם נישט מדיוק

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:24 pm

ריכטיג.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 2:53 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:דאס אוועק מאכן די וואס גיבן אכט נישט צו שניידן די פיאות קומט פשוט פון חסרון ידיעה.


אפשר קענסטו מפרסם זיין די ידיעה, א מקור צו די ידיעה

נאכאמאל, די עלטערען און זיידעס זאגען אז רוב כלל ישראל איז קיינמאל נישט געגאנגען מיט לאנגע פיאות וווי היינט

אויך, איך האב געפרעגט וועגען די מאכען א גאנצע תורה דערפון, די טאטע הייבט אן א אייגענע מנהג וואס ער'ט נישט געזעהן ביי זיינע עלטערען, און די קינדער מוזען שוין זיך פירען אזוי

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 3:38 pm

איך האב די זעלבע שאלה, מיין עלטער זיידע א ערליכע חסידישע איד איז געגאנגען א קנייטש היטל, קורצע רעקל און שניפסל, מיין זיידע האט געטוישט צו א שטריימל און מיין פאטער זז"ג גייט ווייסע זאקן לאיוש"ט.

יעצט אויב גיי איך זיך טוישן צו א קנייטש היטל און שניפסל, בין איך א משנה מדרכי אבות, אדער מחזיר עטרה ליושנה?

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 3:39 pm

לעצטענס געהערט אז אינדערהיים אין אונגארן זענען רוב אידן געגאנגען מיט די פיאות פארשטעקט.
די יעקעס האבן עס ארויפגעדרייט אויפן אויער.
די חסידים (צוליב אן ענין וואס איך ווייס נישט קיין מקור) האבן עס נישט געלייגט אונטערן אויער נאר פארקניפט פון אויבן (וואס מיר פלעגן רופן אלס קינד 'קנאבל פיאות').
נאר רבנים \ רבי'ס \ וכלי קודש זענען געגאנגען מיט אראפגעלאזטע פיאות, אבער געשניטן האבן עס די חסידים אויך נישט.

אויסער די תלמידים פון רביה"ק מסאטמאר וואס האט יא פארלאנגט פון די בחורים צו גיין אראפגעלאזטע פיאות.


איך טראכט נאר הויעך, אז מעגליך וואס עס איז דא א מאמר פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז מען זאל נישט גיין מיט קיין לאנגע פיאות, איז געווען צוליב וואס ער האט געוואלט אז מען זאל אראפ לאזן די פיאות און אז עס וועט נישט זיין צו לאנג וועט גרינגער זיין צו פועל'ן (נאר אן השערה)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 3:48 pm

די גרינגסטע מראי מקום פארשטייט זיך איז אין נטעי גבריאל (אות ט' וי'), אבער הרבה נהגו כן הן בא"י והן בפולין וגאליציע [וכמדומה שפעם שמעתי שכן משמע בהב"ח, אבל לא עיינתי שם].

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 3:53 pm

קלוגער האט געשריבן:אויך, איך האב געפרעגט וועגען די מאכען א גאנצע תורה דערפון, די טאטע הייבט אן א אייגענע מנהג וואס ער'ט נישט געזעהן ביי זיינע עלטערען, און די קינדער מוזען שוין זיך פירען אזוי

ס'איז דאך דא הלכות אין שו"ע דערוועגן, דאס גייט אריין אין דיני נדרים המבואר בשו"ע יו"ד סי' רי"ד, וכן יש באו"ח סי' תס"ח.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 6:23 pm

אין צאנז האט מען דוקא נישט געגאנגען לאנגע פיאות, אבער אין בעלזא און אין פוילין יא, נאר פארשטעקט, און ברסלב גייט מען אויך לאנג, אין ארץ ישראל איז שוין א אלטע זאך, ווייל צווישן די ברסלב'ע פוילישע בעלזע תו"א'נע טשערנאביל'ע חסידות'ער איז עס שוין כמעט רוב, און ס'געווארן אז ווער ס'וויל זיין חאניאקיש גייט אזוי, אפילו אין ויזניץ איז דא יחידים וואס גייען לאנגע פיאות.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2472
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:53 pm

די סיבה פון פארשטעקטע פיאות, סקווירא פערקניפט, און היינט ליובאוויטש אנע פיאות איז צוליב אז עס זאל נישט אנרירן די בארד
בוי זיך זעלבסט

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:22 pm

צו געזונט האט געשריבן:די סיבה פון פארשטעקטע פיאות, סקווירא פערקניפט, און היינט ליובאוויטש אנע פיאות איז צוליב אז עס זאל נישט אנרירן די בארד

וויפיל איך וויס איז עס וויבאלד אין רוסלאנד איז געווען א געזעץ אז מען טאר נישט גיין מיט קיין פיאות

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:39 am

פריטלעך האט געשריבן:אן אלט ווערטל:
אז דיין טאטע גייט א לאנג רעקל און דו גייסט א קורצע, ביסטו א שגץ.
אבער אז דיין טאטע גייט א קורצע רעקל און דו גייסט א לאנגע, ביסטו א שוטה...

ודפח"ח.

דער משנה ברורה האלט אנדערש.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:44 am

קלוגער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:דאס אוועק מאכן די וואס גיבן אכט נישט צו שניידן די פיאות קומט פשוט פון חסרון ידיעה.


אפשר קענסטו מפרסם זיין די ידיעה, א מקור צו די ידיעה

נאכאמאל, די עלטערען און זיידעס זאגען אז רוב כלל ישראל איז קיינמאל נישט געגאנגען מיט לאנגע פיאות וווי היינט

וואס מיינט איר לאנגע פיאות? אויב מיינט איר, ווי ס'איז משמע פון אייער פתיחה, פיאות לענגער ווי די אמעריקאנער אידן גייען, זענט איר פלעין נישט גערעכט. אין פוילן, גאליציע און אפי' אונגארן איז מען בהחלט יא געגאנגען לאנגע פיאות, נאר אין טייל מקומות (פוילן צב''ש) האט מען עס ארויפגעדרייט אדער (אונגארן) ארומגעדרייט די אויער, בעיקר צוליב די גוים.

מיין זיידע זז''ג האו מיר דערציילט אז ער געדענקט נאך ווי די גוים אין אונגארן פלעגן שלעפן די קינדערס פיאות.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
פריטלעך
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:57 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:אן אלט ווערטל:
אז דיין טאטע גייט א לאנג רעקל און דו גייסט א קורצע, ביסטו א שגץ.
אבער אז דיין טאטע גייט א קורצע רעקל און דו גייסט א לאנגע, ביסטו א שוטה...

ודפח"ח.

דער משנה ברורה האלט אנדערש.

דהיינו?
(דיסקלעימער, די משל איז דווקא אויף עפעס וואס גרעניצט זיך נישט מיט הלכה.)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט