אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך ינואר 24, 2018 8:20 pm

זיבען און אייכציג האט געשריבן:די מציאות איז מענטשען האבען און האבען אייביג געהאט נסיונות, ס'דא פילע סיבות פאר וואס מענטשען האבען כלים אנע פילטערס, אז מ'איז גרייט צי הערן און העלפען קען מען אנקומען. שרייען שגץ! טוט מען שוין, און דער וואס וויל זיך אפילו נאר אביסעל נישט נארן זעט ווי ווייט מ'איז אנגעקומען.

כבוד הרב, איך וויל וויסן צו איר קענט הלכה? אדער צו איר זענט א דיין אדער מורא הוראה? כ'מיין צו פרעגן, איר לייגט אראפ א הנחה אז ווי כאילו אז על פי הלכה מעג מען זיך באנוצען מיט א סמארט-פאון אדער קאמפיאטער אן א פילטער, נאר וואס זאל מען טוהן אז טייל דארפן עס אדער ווילן עס, און ס'איז דא נסיונות אזוי ווי ס'איז אייביג געווען.


איז ממילא מיין שאלה: חוץ פון די תקנות הקהילות גדרים וכדו' וויל איך וויסן צו איר זענט א מורה הוראה? אדער דיין? און איך וויל וויסן צו איר האט געלערענט אדער כאטש געבלעטערט אין די הלכה ספרים ווי אזוי די תורה לערענט אונז צו צוגיין צו אזא סארט שאלה?


אקעי, זאגט'ס מיר כאטש איין נאמען פון א דיין וואס האלט מען דארף נישט לייגן ע''פ הלכה קיין (גוטע) פילטער?
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג ינואר 26, 2018 3:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך ינואר 24, 2018 8:27 pm

שווערע מענטש האט געשריבן:א אינטערעסאנטע זאך, מקריגט זיך מיט פאקטן א יעדער פראבירט צו לויפן סטאטיסטיקס לויט זייער געשמאק.

און אויב וועט א "אייוועלט" אנקעטע איבערצייגן אז קרוב צו 50% פאלגן נישט די תקנות הקהילות, געבן עס די מנהלים א מאך אוועק, און דערונטער א מעק אויס די אנקעטע, שלא יזכר ולא יפקד, און לעבט ווייטער אין באבל א חיים טובים.

כ'האב א עצה עפענט א אשכול מיט די קעפל די שאלה: (נישט קיין אנקעטע, נאר בלויז א נארמאלע אשכול) האט איר א פילטער אויף אייערע אינטערנעט? אויב יא, וועלכע פילטער? איר וועט זעהן ס'וועט זיין צענדליגע און הינדרעטע ניקס מיט כל מיני פילטערס. למשל אני הקטן האב משומר.

אגב, אנקעטע'ס דא אויף אידישע וועלט, זענען כמעט אייביג גארנישט ווערט. און האבן נישט קיין שום תוקף. ווערט ס'האט שכל זאל דא קיינמאל נישט עפענען קיין אנקעטע'ס.. למשל איין דוגמא, דא אויף אידישע וועלט האט (יוני) הייקינד געווינען א קעגן (קלמן) יעגער ביי דריי קעגען איינס.. ועוד ועוד. כ'האלט שוין לאנג אז דער וואס האט שכל דא זאל נישט עפענען קיין אנקעטע'ס וד''ל.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג ינואר 26, 2018 3:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » מיטוואך ינואר 24, 2018 8:39 pm

הלשון האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:לא ראינו אינו ראי'. אז די ווייסט נישט פון קיין עווריזש און פיינע יונגעלייט וואס האבן געלייגט/פארשטערקערט זייער פילטער, מיינט נישט אז ס'עקזיסטירט נישט.
איך און אנדערע דא ווייסן יא פון אסאך וואס דארפן האבן אינטערנעט, ממילא האבן זיי מיט א שטארקע פילטער אפילו נישט די מערסטע מסודר'דיגע יונגעלייט

וכל הנ"ל איז בנוגע טעלעפאונען און ווער רעדט נאך פון פילטער'ס אויף קאמפיוטערס ביים ארבעט איז במידה פיל מער איינגעריסן קענענדיג כמה יונגעלייט וגם"פרויען און מיידלעך" וואס ארבייטן גענצליך אן קיין פילטער'ס
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מיטוואך ינואר 24, 2018 8:50 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:די מציאות איז מענטשען האבען און האבען אייביג געהאט נסיונות, ס'דא פילע סיבות פאר וואס מענטשען האבען כלים אנע פילטערס, אז מ'איז גרייט צי הערן און העלפען קען מען אנקומען. שרייען שגץ! טוט מען שוין, און דער וואס וויל זיך אפילו נאר אביסעל נישט נארן זעט ווי ווייט מ'איז אנגעקומען.

כבוד הרב, איך וויל וויסן צו איר זענט איר קענט הלכה? אדער צו איר זענט א דיי אדער מורא הוראהן? כ'מיין צו פרעגן, איר לייגט אראפ א הנחה אז ווי כאלו אז על פי הלכה מעג מען זיך באנוצען מיט א סמארט פאון אדער קאמפיאטער אן א פילטער, נאר וואס זאל מען טוהן אז טייל דארפען עס אדער ווילן עס און ס'איז דא נסיונות אזוי ווי ס'איז אייביג געווען.


איז ממילא מיין שאלה: חוץ פון די תקנות הקהלות גדרים וכדו' וויל איך וויסן צו איר זענט א מורה הוראה? אדער דיין? און איך וויל וויסן צו איר האט געלערענט אדער כאטש געבלעטערט און די הלכה ספרים ווי אזוי דו תורה לערענט אונז צו צוגיין צו אזא סארט שאלה?


אקעי זאגט'ס מיר כאטש איין א נאמען פון א דיין וואס האלט מען דארף נישט לייגן ע''פ הלכה קיין (גוטע) פילטער?


איך ווייס נישט צי איר האט נישט פארשטאנען, אדער נישט געוואלט פארשטיין (פאר וואס ציטירט איר נישט מיין ערשטע האלב תגובה?) וואס איך האב געשריבען. וואס איך זאג איז אז זינט די אינטערנעט איז פארהאן וועלן מענטשען דאס ניצען פאר זייערע נסיונות, און אזוי ווי אין יעדער קהלה איז דא מענטשען מיט נסיונות, אזוי ווי עס איז אלס געווען, וועט היינט זיין אין יעדער קהלה מענטשען מיט כלים אנע פילטערס. מ'קען פראבירען צי לייקענען די מציאות און מאכען כל מיני תקנות און אויף די וואס מוטשעט זיך שרייען שגץ ארויס! אדער קען מען לעבן אמת'דיג און וויסען אז עס איז אוממעגליך צי האבען קהלות היינט וואס האבען נישט מענטשען, און אפילו ערענסטע, וואס האבען כלים אנע פילטערס, און זיי אויס הערן, מחזק זיין, און פראבירען צי העלפען.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:09 pm

שווערע מענטש האט געשריבן:א אינטערעסאנטע זאך, מקריגט זיך מיט פאקטן א יעדער פראבירט צו לויפן סטאטיסטיקס לויט זייער געשמאק.

און אויב וועט א "אייוועלט" אנקעטע איבערצייגן אז קרוב צו 50% פאלגן נישט די תקנות הקהילות, געבן עס די מנהלים א מאך אוועק, און דערונטער א מעק אויס די אנקעטע, שלא יזכר ולא יפקד, און לעבט ווייטער אין באבל א חיים טובים.

און תוך כדי דיבור מאכט איר א פאקט...

איר ווילט פארגעסן וואס מען האט אייך געשריבן, די אויסמעקן דעם אשכול האט מיט די רעזולטאטן קיין שום שייכות געהאט, אין פאקט איז פארהאן אן אנדערע אשכול מיט אזא סארט אנקעטע וואס איז נאך קאי וקיימי, און דארט איז די רעזולטאטן נאך אסאך ערגער [און א געוויסן זון איז דאס גאר א ראיה אז די מערכה האט יא אויפגעטון... אבער ווי געשריבן אן אנקעטע דא האט באמת קיין שום ווערט נישט, ובפרט אזא סארט אנקעטע].

איי פארוואס שרייבט איר עס איבער? כנראה פאר די זעלבע סיבה פארוואס איר שרייבט קרוב צו 50% פאלגן נישט די תקנות הקהילות, ווי כאילו יענער אנקעטע האט בכלל עפעס א תוקף.

וכדי שלא יאמרו ווי ווער ווייסט וואספארא אנטדעקונג דארט איז געווען, וועל איך דא שטעלן א בילד מיט די רעזולטאטן וואס דארט איז געווען, אבער אנדערש ווי דער וואס וויל דא אריינברענגן א קרירות, וועל איך אביסל מאריך זיין מיט אן הקדמה וואס מען זאל אליין זען פארוואס פון דארט איז בכלל נישט קיין שום ראיה, די ערשטע זאך האב איך שוין בעצם געשריבן אפאר תגובות צוריק.

אבער לאמיר מער ממחיש זיין די מציאות ארום יענעם אנקעטע, די אשכול איז געווען אפן פאר גאר א קורצע צייט, ס'איז געעפנט געווארן דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:37pm און ארויסגעפירט געווארן מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:35pm, דאס מיינט נישט קיין גאנצע 24 שעה, און ס'איז געווען דארט ס"ה 85 שטימען [וויפיל דאפעלטע ניקים?].

ווען די וועסט איבערקוקן די אלע אנקעטעס וואס מען האט געעפנט דורך יענעם חודש פון אוגוסט 15 ביז סעפטעמבער 15, ווי ווייט איך זע איז פארהאן 7 אנקעטעס.

viewtopic.php?f=3&t=34755
viewtopic.php?f=21&t=34783
viewtopic.php?f=3&t=34849
די אנקעטע וואס כ'ברענגט באלד
נאך א פארמעקטע אנקעטע וואס איינער האט געעפנט כדי ארויסצוברענגן ווי אבסורד די פריערדיגע איז
viewtopic.php?f=3&t=34921
viewtopic.php?f=6&t=34946

יעצט ביטע קוקט איבער, די אלע אנקעטעס זענען נאך יעצט - פיר חדשים שפעטער - אפן צום שטימען, און קוק די נומערן וויפיל האבן געשטימט.

מעג דער פרעזידענט זאגן אז ביי די ניא-נאציס מארש איז אויך געווען זייער פיינע מענטשן? = 48
קרוז ווס. שארפטאן 2024 = 86
האט איר א סמואק דיטעקטער/קארבענמאנאקסייד דיטעקטער = 86
האט איר טיילווייז/בכלל יא/נישט א פילטער? = 85
ווי אזוי איז אייער שמירת שבת = 5
וואס פאר א אתרוג גייסטו נוצן אויב עס איז נישטא קיין יאנעווער אתרוגים פון איטאליע? = 100
וואס האלטסטו איבער דאק"א = 58

די סך הכל דערפון איז אזוי, די אלע אנקעטע'ס זענען שוין אפן ווער ווייסט ווילאנג, און נאר דריי דערפון זענען אנגעקומען צו די מספר שטימען וויפיל ס'איז געווען אין יענעם פארמעקטן אשכול, יעצט לייג צו דערצו, אז יענעם איינצעלנעם טאג וואס מען האט געקענט שטימען איז גאר געווען די סוף פון די קעמפ/קאנטרי סעזאן... אז מען רעכנט 1+1 איז קיין ספק נישט אז דארט איז געווען דאפעלטע און טריפלטע שטימען, כדי צו קענען זינגן דערנאך 50% פאלגן נישט תקנות...

יעצט דא האט איר דעם אנקעטע און זאגט מיר פון וועם מאכט מען דא ליצנות צו ברענגן דערפון א ראיה...

Sketch (5).png
Sketch (5).png (29.91 KiB) געזעהן 1570 מאל

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג ינואר 30, 2018 6:15 pm

ווען א בחורל שאפט זיך איין א סמארט פאן און ער וויל זיין ערליך און וויל לייגן א פילטער און ער קען נישט ווייל ער דארף ג'יין צו טעג און ער שעמט זיך אז דעי חסידישע יונגערמאן וועט זעהן , אדער ער וועט עים ארויסווארפן , און זאגן פאר זיין ראש ישיבה . איז דאס א ריזיגע פראבלעם

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 30, 2018 6:36 pm

טאקע א ריזיגע פראבלעם.

און וואס איז דער סעלושען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג ינואר 30, 2018 8:17 pm

אדער זאל ער טאקע נישט קויפן א סמארטפאון :wink:
אדער זאל ער אריינקומען אז זיין שוואגער פעטער ברודער קאזן נעפיו האט אים געשיקט.
אדער זאל ער פשוט גיין אנליין און דאונלאודן זייער פילטער.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מיטוואך ינואר 31, 2018 8:52 am

למעלה משבעים האט געשריבן:אדער זאל ער טאקע נישט קויפן א סמארטפאון :wink:
אדער זאל ער אריינקומען אז זיין שוואגער פעטער ברודער קאזן נעפיו האט אים געשיקט.
אדער זאל ער פשוט גיין אנליין און דאונלאודן זייער פילטער.

יאפס טעג, קען מען אליין אינסטאלירן, און עס איז א מוראדיגע מעלה פאר אזעלכע סיטואציעס

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך ינואר 31, 2018 4:53 pm

fiena nieas האט געשריבן:ווען א בחורל שאפט זיך איין א סמארט פאן און ער וויל זיין ערליך און וויל לייגן א פילטער און ער קען נישט ווייל ער דארף ג'יין צו טעג און ער שעמט זיך אז דעי חסידישע יונגערמאן וועט זעהן , אדער ער וועט עים ארויסווארפן , און זאגן פאר זיין ראש ישיבה . איז דאס א ריזיגע פראבלעם

פיינע, אויב איז ער נישט אין קיין ישיבה אדער און ישיבה ווי מען מעג האבן א סמארט פאון, קענסט איהם שיקן צו מיר איך וועל גיין צו טעג פאר איהם. אויב איז אבער ער אין א ישיבה ווי די בחורים טארן נישט האבן קיין סמארט פאונס לאז וויסן פאר א מחנך וואס ווייסט ווי אזוי צו צי גיין צו אזא פאל. פאר א נאמבער פון אזא מחנך בעט אין אישי. (נישט איך. איך טוה נישט אין די סארט. כ'ווייס אבער צו וועם צו שיקן.)
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 31, 2018 5:40 pm

SPUSMN האט געשריבן:טאקע א ריזיגע פראבלעם.

און וואס איז דער סעלושען?

קיקט אויס ווי דו מאכסט לצנות אבער די סעלושען איז אז מער מאדערנע יודן זאלן ארבייטן דארט אין טעג אדער גוים

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 31, 2018 5:41 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אדער זאל ער טאקע נישט קויפן א סמארטפאון :wink:
אדער זאל ער אריינקומען אז זיין שוואגער פעטער ברודער קאזן נעפיו האט אים געשיקט.
אדער זאל ער פשוט גיין אנליין און דאונלאודן זייער פילטער.

יאפס טעג, קען מען אליין אינסטאלירן, און עס איז א מוראדיגע מעלה פאר אזעלכע סיטואציעס

דו מיינסט gentech filter ניין?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 31, 2018 6:15 pm

פיינע; א בחור וואס איז נאך ערליך און וויל האבען א סמארט פאון, מייניך טויג שוין נישט; און דערפאר האביך איבער געזאגט דיינע ווערטער אז עס איז טאקע א ריזיגע פראבלעם (סיי ווייל ער האט שוין א סמארט פאון, און סיי ווייל ער טויג שוין נישט).

און געפרעגט גלייך וואס איז דער סעלושען (געמיינט וואס איז "דיין" סעלושען [און טאקע אזוי קודם געשריבען]); ווייל עס האט מיר אויס געזעהן פון דיינע ווערטער אז היות עס זענען דא בחורים מיט סמארט פאון'ס וואס זענען נאך ערליך (דער ערשטע טאג, אדער דער ערשטע וואך וואס זיי האבען עס); איז מוז מען זיך צושטעלען צו זיי, ווייל אויב נישט וועלען זיי בלייבען אן קיין פילטערס און זיכער גליטשען. דערפאר זאל מען יעדער בחור וואס וויל נאר געבען א פילטער!

האלסט טאקע אז אזוי דארף מען טוהן? און אז טעג זאל זיך צו דעם צושטעלען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג פאברואר 05, 2018 3:36 pm

c/p מתוך שיעור מאת הרב ישראל דוד שלעזינגער שליט"א

חיזוק אמונת חכמים ושמירת גזירת חכמי הדור

והדברים נוגעים למעשה לכל אחד, באשר גדולי הדור כולם פה אחד גדרו וגזרו שלא להשתמש בכל הכלים
והאמצעים שיש בהם חששות גדולות להתקרבות לדברים החמורים ביותר. ויש לך אדם שיש לו שיטה עצמית משלו,
והרי הוא חכם ומבין לעצמו מה לעשות בשוק החיים ובכל עניניו, ושם הרי הוא פוסק לעצמו כי אין בזה הלכות ערוכות
בשולחן ערוך. ואין הוא שואל לדעת תורה ולחכמי הדור רק בפסקי הלכות שבד' חלקי שו"ע הלכות ציצית והלכות
בשר בחלב וכיוצא בזה. והנה היא שיטת המשכילים לשמותיהם ולמיניהם אשר הלכו בשיטה זו, וזה גרם להדיח
חלקים גדולים מיהדות אשכנז שלא נשאר מהם זכר ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם. והם עשו הפלאה וחילוק להחליט
בעצמם מתי הם מקבלים את דעת התורה, ומתי הם באים בהתחכמויות שונות לומר שחכמי הדור אין יודעים ומבינים
את אשר לפניהם וכו'. ויסוד אמונת חכמים צריך חיזוק נפלא, ובפרט באלו הרגעים שבעיקבתא דמשיחא.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג פאברואר 06, 2018 6:12 pm

"כולם פה אחד גדרו וגזרו שלא להשתמש בכל הכלים"

וואס איז פשט?

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג פאברואר 06, 2018 6:28 pm

דער חילוק פון שיטת המשכילים פון דעמאלטס ביז דער פראבלעם פון היינט מיינעך איז גרויס.

די משכילים זענען געווען באזעצענע און אויפגעקלערט און אזוי האבן זיי מחליט געווען אז מלאזט אלעס אפ, און מען טוט נאר די זאכן וואס זיי האבן בוחר געווען. די היינטיגע יונגעלייט בחורים קומט עס נישט פון קיין אויפגעקלערטקייט בכלל, פארקערט סקומט פון חוסר חינוך אדער שכל.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

די גויים קומען מיט א שטיקל מהלך

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג פאברואר 06, 2018 8:30 pm


אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג פאברואר 06, 2018 8:32 pm

אדער יא האט געשריבן:"כולם פה אחד גדרו וגזרו שלא להשתמש בכל הכלים"

וואס איז פשט?

דאס איז ר' ישראל דוד'ס ועג פון רעדן פון זאכען וואס ער האלט אזוי. יעדער, אלע... הגם, יעדער וואלט ווען געדארפט אזוי זאגען, אבער עס האלט נאך נישט דארט
בוי זיך זעלבסט

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מיטוואך פאברואר 07, 2018 12:06 pm

לעצטענס זענען דא פילע אונליין פאנדרעיזינג קאמפיין'ס דורך מוסדות פין די גרויסע חסידות'ן, א שטייגער ווי סאטמאר און בעלז, וואס האט געשאפט היסטארישע סכומים. איך גלייב אז א גרויס חלק טרעפיק איז געווען פין מאבייל דיווייסעס. קלערט איינער אז מ'וואלט געקענט אנקומען צי אזוינע ריזיגע נומבערס אן דעם וואס די עולם האט סמארטפאון'ס? (וואס טראכטען זיי?).
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 12:07 pm

זיי ווייסן דעם אמת, והא ראי' ס'שטראמט געלט...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 12:18 pm

זיבען און אייכציג האט געשריבן:לעצטענס זענען דא פילע אונליין פאנדרעיזינג קאמפיין'ס דורך מוסדות פין די גרויסע חסידות'ן, א שטייגער ווי סאטמאר און בעלז, וואס האט געשאפט היסטארישע סכומים. איך גלייב אז א גרויס חלק טרעפיק איז געווען פין מאבייל דיווייסעס. קלערט איינער אז מ'וואלט געקענט אנקומען צי אזוינע ריזיגע נומבערס אן דעם וואס די עולם האט סמארטפאון'ס? (וואס טראכטען זיי?).

משומר און גדר פילטערן סמארטפאונס

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מיטוואך פאברואר 07, 2018 12:22 pm

א. טראכטער האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:לעצטענס זענען דא פילע אונליין פאנדרעיזינג קאמפיין'ס דורך מוסדות פין די גרויסע חסידות'ן, א שטייגער ווי סאטמאר און בעלז, וואס האט געשאפט היסטארישע סכומים. איך גלייב אז א גרויס חלק טרעפיק איז געווען פין מאבייל דיווייסעס. קלערט איינער אז מ'וואלט געקענט אנקומען צי אזוינע ריזיגע נומבערס אן דעם וואס די עולם האט סמארטפאון'ס? (וואס טראכטען זיי?).

משומר און גדר פילטערן סמארטפאונס


און מ'קאמפייינט ציין און נעגל דערקעגן, מיט א האפענונג עס גענצליך אויסצורייסען.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך פאברואר 07, 2018 12:24 pm

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:לעצטענס זענען דא פילע אונליין פאנדרעיזינג קאמפיין'ס דורך מוסדות פין די גרויסע חסידות'ן, א שטייגער ווי סאטמאר און בעלז, וואס האט געשאפט היסטארישע סכומים. איך גלייב אז א גרויס חלק טרעפיק איז געווען פין מאבייל דיווייסעס. קלערט איינער אז מ'וואלט געקענט אנקומען צי אזוינע ריזיגע נומבערס אן דעם וואס די עולם האט סמארטפאון'ס? (וואס טראכטען זיי?).

משומר און גדר פילטערן סמארטפאונס


און מ'קאמפייינט ציין און נעגל דערקעגן, מיט א האפענונג עס גענצליך אויסצורייסען.

ריכטיג

נאר לצורך ובמקום הפרנסה

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מיטוואך פאברואר 07, 2018 12:28 pm

א. טראכטער האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:לעצטענס זענען דא פילע אונליין פאנדרעיזינג קאמפיין'ס דורך מוסדות פין די גרויסע חסידות'ן, א שטייגער ווי סאטמאר און בעלז, וואס האט געשאפט היסטארישע סכומים. איך גלייב אז א גרויס חלק טרעפיק איז געווען פין מאבייל דיווייסעס. קלערט איינער אז מ'וואלט געקענט אנקומען צי אזוינע ריזיגע נומבערס אן דעם וואס די עולם האט סמארטפאון'ס? (וואס טראכטען זיי?).

משומר און גדר פילטערן סמארטפאונס


און מ'קאמפייינט ציין און נעגל דערקעגן, מיט א האפענונג עס גענצליך אויסצורייסען.

ריכטיג

נאר לצורך ובמקום הפרנסה


ווען דאס וועט צישטאנד קומען, וועלן אזוינע קאמפיין'ס לענ''ד נישט מאכען נאנט צי אזוינע סכומים.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך פאברואר 07, 2018 12:32 pm

ווער האט א סמארטפאון? אדרבה ווען דער עולם האט סמארטפאונס וואלט אריין געקומען אסאך מער.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יהלום און 20 געסט