אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:44 pm

לקיים מה שנאמר אין בשר מת מרגיש באיזמל

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:45 pm

Yankel האט געשריבן:סאיז א דבר פשוט אז ווער ס׳איז געוואוינט צו א מער אפענע לעבנס שטייגער ווערט נישט אזוי שנעל בארירט פון זעהן זאכן וואס ער איז צוגעוואוינט
ווען א קרית יואלער אינגל פארט אויף די טרעינס דעם ערשטן מאל און זיין לעבן ווערט ער מער בארירט
און צילוב דעם איז אונטערנעט לכאורה נישט דער גורם אויף פראבלעמען און ליובאוויטש


NO

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:48 pm

א רעפארמער איד ווערט אויך נישט מער געפאלן ווען ער זעט חילול שבת, ווייל ער איז געוואוינט צו מער אפנקייט און עס איז נישט ביי אים עפעס ווי געפערליך. איך מיין נישט ספעציפיש קעגן סיי וואסערע געמיינדע, נאר קעגן דעם ארגומענט אז אונזער אפגעהיטנקייט שאדט אונז ווייל מיר זענען נישט אזוי אפן און אויסגעשטעלט צו די איבלען פון די גאס.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:50 pm

Yankel האט געשריבן:און צילוב דעם איז אונטערנעט לכאורה נישט דער גורם אויף פראבלעמען און ליובאוויטש

וועלכע פראבלעמען? איז דארט דא מער פראבלעמען ווי ביי אנדערע?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:19 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
Yankel האט געשריבן:און צילוב דעם איז אונטערנעט לכאורה נישט דער גורם אויף פראבלעמען און ליובאוויטש

וועלכע פראבלעמען? איז דארט דא מער פראבלעמען ווי ביי אנדערע?

יא; ווייל ס'נישטא א רבי, א פירער; איז קיינער נישט געצווינגען צו גארנישט.

אבער די שלוחים האבען סאך ווייניגער פראבלעמען, ווייל זיי זענען די סלתה ושמנה; און אפילו ווען/ווי נישט, איז בדרך כלל א שליח'ס שטוב זייער זייער שטארק; ער איז א רב און זי איז א רעבעצין; און זייער גאנצע מח און כח איז צו פארשפרייטען אידישקייט און מקרב זיין אלע זייערע נייע שכנים אין זייער נייעם פלאץ.

זייערע קינדער ווערען אריין גענומען אין די עלטערען'ס ארבעט שוין פון זייער אינג; און וואקסען (מיט) אויך שטארק.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:32 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

Yankel
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:21 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:א רעפארמער איד ווערט אויך נישט מער געפאלן ווען ער זעט חילול שבת, ווייל ער איז געוואוינט צו מער אפנקייט און עס איז נישט ביי אים עפעס ווי געפערליך. איך מיין נישט ספעציפיש קעגן סיי וואסערע געמיינדע, נאר קעגן דעם ארגומענט אז אונזער אפגעהיטנקייט שאדט אונז ווייל מיר זענען נישט אזוי אפן און אויסגעשטעלט צו די איבלען פון די גאס.


יא ווי איידעלער און תמימות׳דיגער אלס א שטערקערן עפעקט פון איבלען פון די גאס
און סאיז נישט קיין פראבלעם פארדעם זעמיר דא זיך צו שלאגן דערמיט
כהאב נאר געזאגט א פראקטישע נקודה פארוואס און חב״ד איז דעיס נישט דער הויפט פראבלעם

Yankel
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:22 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
Yankel האט געשריבן:און צילוב דעם איז אונטערנעט לכאורה נישט דער גורם אויף פראבלעמען און ליובאוויטש

וועלכע פראבלעמען? איז דארט דא מער פראבלעמען ווי ביי אנדערע?


כהאב גערעדט פון פראבלעמן און אלגעמיין

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:30 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:.

באקומען אין אישי
אישי האט געשריבן:
גער איז א קהילה ווי אלע קהילות, עס איז דא ביי זיי תקנות אזוי ווי ביי אלע קהילות, אויב עפעס איז דארט דא גאר שטרענגע תקנות, כידוע איז די גערער רבי געווען די עומד בראש אין ארץ ישראל מיט איינפירן די כשר'ע טלפונים, און עד היום לאזט ער נישט נאך די פרייז, כשר=נאר רעדן, אן קען טעקסט און אן קיין פיקטשערס.

אזוי ווי איבעראל, ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די סמארטפאון עפאכע האט מען ארויס געשטעלט שטארקע תקנות אז עס זאל נאר זיין פאר ארבייט, און מען מוז האבן א צווייטע טלפון צום רעדן. ביי פרויען טאר זיך אינגאנצן נישט געפינען קיין סמארט פאון. שאפינג איז אסור (במקום הפסד מרובה, קען מען אריינרופן צו די ועדה נעמען א היתר חד פעמי).

די תקנות ווערן אינפארסירט היפש שטארק, עס איז דא א ספעיצעלע 'ועדת הטכנולוגיה' וואס גייען נאך אז די מוסדות זאלן אויספירן די תקנות.

אין ארץ ישראל איז ממש נישט צום זעהן א גערע מיט א סמארטפאון. נישט ביים דאוונען און נישט ביים א שמחה. די וואס האבן א היתר ניצן עס נאר לצורך הפרנסה און נישט מער. (וואטסאפ איז אסור אינגאצן, און פאר וועיז מוז מען האבן א באזונדערע כלי נאר פאר וועיז מיט אזא גאנצע קעסטל ארום דעם משום מראית העין).

אין אמעריקא איז דא זאך נישט אזוי שטארק געווען, און טאקע איז נישט געווען קיין עצה, און מ'האט געמוזט עפענען א נייע תלמוד תורה אין ב"פ, וואס דארט שטייט מען שטארק אויף די תקנות. און יעדער איינער מוז האבן 'משומר-מסלול גור' אויף אלע כלים.

אבער צו גיין זאגן אז מ'מאנט וויינגער ווי אין אנדערע פלעצער. און נאך בויען א גאנצע שיטה אז מ'האלט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם וואס די עולםנ איז איינגעוואוינט זיך אפצוהיטן, איז ווייט ווייט פון די מציאות.

צוריק צו גער; אינטרעסאנט אז קיינער האט זיך נישט אפגעשטעלט.

ווילסט מיר זאגען אז מען האט געמאכט א טיילונג אין גער און עס איז שוין דא צוויי חדרים; איינס פאר קינדער פון עלטערען מיט סמארטפאון'ס און איינס פאר די מער אפגעהיטענע?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:34 pm

SPUSMN האט געשריבן:צוריק צו גער; אינטרעסאנט אז קיינער האט זיך נישט אפגעשטעלט.

ווילסט מיר זאגען אז מען האט געמאכט א טיילונג אין גער און עס איז שוין דא צוויי חדרים; איינס פאר קינדער פון עלטערען מיט סמארטפאון'ס און איינס פאר די מער אפגעהיטענע?

איך קען דיר זאגן אז נישט....

אבער זיי פראבירן מיט אלע כוחות זיך אהער צו שטעלן אלטס א מער פרומע קהילה ווי ביז היינט

א שטייגער ווי צניעות ביי נשים

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 10:09 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:צוריק צו גער; אינטרעסאנט אז קיינער האט זיך נישט אפגעשטעלט.

ווילסט מיר זאגען אז מען האט געמאכט א טיילונג אין גער און עס איז שוין דא צוויי חדרים; איינס פאר קינדער פון עלטערען מיט סמארטפאון'ס און איינס פאר די מער אפגעהיטענע?

איך קען דיר זאגן אז נישט....

אבער זיי פראבירן מיט אלע כוחות זיך אהער צו שטעלן אלטס א מער פרומע קהילה ווי ביז היינט

א שטייגער ווי צניעות ביי נשים

קום ארייין קלארער.
האבן זיי געמאכט א באזונדערע חדר? ווען דו שרייבסט "זיי ווילן צושטעלן א פרומע קהילה" מיינסטו אזוי ווי די אנדערע קהילות? בעסער? שוואכער?

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 10:23 pm

Yankel האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:אין עבר בין איך נישט מחולק, האסט טאקע א גיטע ראיה ר' שלום מרדכי, לאמיר זיך אבער נישט פאפן אז ער איז נישט קיין סעמפעל סקומט מיר אויס זיך צו טרעפן מיט אפאר חברה דארט גארנישט אזוי פויגעלדיג



דו האלסט אז זיי זענען אזוי צילוב אומגעפילטערטע סמארטפאונס?


ניין, ער זאגט נישט אז עס 'קומט' פון אומגעפילטערטע סמארטפאונס, ער זאגט נאר אז ר' שלום מרדכי איז נישט קיין סעמפל, און נישט אלע לובאביטשער זענען אזוי אויסגעקאכט אין אמונה ממילא טארן זיי 'נישט' האבן קיין אומגעפילטערטע סמארטפאונס.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 21, 2018 11:56 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:צוריק צו גער; אינטרעסאנט אז קיינער האט זיך נישט אפגעשטעלט.

ווילסט מיר זאגען אז מען האט געמאכט א טיילונג אין גער און עס איז שוין דא צוויי חדרים; איינס פאר קינדער פון עלטערען מיט סמארטפאון'ס און איינס פאר די מער אפגעהיטענע?

איך קען דיר זאגן אז נישט....

אבער זיי פראבירן מיט אלע כוחות זיך אהער צו שטעלן אלטס א מער פרומע קהילה ווי ביז היינט

א שטייגער ווי צניעות ביי נשים

קום ארייין קלארער.
האבן זיי געמאכט א באזונדערע חדר? ווען דו שרייבסט "זיי ווילן צושטעלן א פרומע קהילה" מיינסטו אזוי ווי די אנדערע קהילות? בעסער? שוואכער?

זיי האבן געפענט א נייע חדר אבער איך ווייס נישט צו ס'איז געווען דירעקט פארבינדעט מיט די טעכנעלאגיע פראבלעם
ס'איז איבער די עצם פרימקייט פון די שטיבער
א שטייגער ווי דרייוון ביי נשים וואס איז נישט ערלויבט אין די נייע ת"ת

אגב גייען זיי דאס יאר נישט האבן קיין קעמפ פאר די קינדער על פי הוראות רבם...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

דברות קודש

תגובהדורך אדער יא » זונטאג ינואר 21, 2018 12:35 pm

אין די גליון "השמיעני עת קולך" פ' בא עמוד ב' האבן זיי צוטירט מעסעדזש 7317 אז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט געזאגט בזה"ל: א איד וואס האט אזא כלי, אפילו מיט א פילטער, און אפילו ער האט א היתר פון א רב און ער דארף עס פאר פרנסה, קען ער אבער נישט מתפלל זיין 'אל תביאנו לידי נסיון'.

וויל איך פארשטיין פשט אין די דברים כדרבונות הקשים כגידין, וואס איז לענ"ד אויבן אויף אומפארשטענדליך, ס'איז דאך תלתא לטיבותא, פילטער היתר לצורך פרנסה, קאן ער דאך הערשט מתפלל זיין ??

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 21, 2018 12:36 pm

אדער יא האט געשריבן:אין די גליון "השמיעני עת קולך" פ' בא עמוד ב' האבן זיי צוטירט מעסעדזש 7317 אז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט געזאגט בזה"ל: א איד וואס האט אזא כלי, אפילו מיט א פילטער, און אפילו ער האט א היתר פון א רב און ער דארף עס פאר פרנסה, קען ער אבער נישט מתפלל זיין 'אל תביאנו לידי נסיון'.

וויל איך פארשטיין פשט אין די דברים כדרבונות הקשים כגידין, וואס איז לענ"ד אויבן אויף אומפארשטענדליך, ס'איז דאך תלתא לטיבותא, פילטער היתר לצורך פרנסה, קאן ער דאך הערשט מתפלל זיין ??

די דארפסט א הסבר אויפן מעסעדזש
אדער אויפן גאנצן גליון ?...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג ינואר 21, 2018 12:41 pm

ניס קראכער האט געשריבן:די דארפסט א הסבר אויפן מעסעדזש
אדער אויפן גאנצן גליון ?...

וואס איז שלעכט מיטן גליון? זיי ברענגן ארויס נישט צו זיין עדיקטעט צו אינטערוועש, אבער אין די דב"ק ווילעך האבן הבנה

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג ינואר 22, 2018 2:40 pm

איך מיין די דארפסט זיך פארבינדען מיט פשעווארסקע רבי, די גליון האט עס נישט אליין געשריבען גלייב איך
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

שווערע מענטש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 6:30 pm

אינטערנעט "שלא לצורך פרנסה" איז א פאקט, איז דא א לעזונג דערצו?

תגובהדורך שווערע מענטש » מאנטאג ינואר 22, 2018 9:42 pm

איך קום נישט אזוי אפט דא אריין, דער שמועס ווערט אביסל ארומגעסירקלט פון תקנות, אפענע סמארטפאונס, נשים סמארטפאונס, אבער די עיקר נקודה ווערט אביסל פארזעהן, די פותח האשכול לכאורה רעדט פון אינטערנעט "שלא לצורך פרנסה", איז כדי איבערצולייגן דאס וואס מהאמיר ארויפגעלייגט פאר א צייט צוריק, ודבר בעתו מה טוב.


שווערע מענטש האט געשריבן:בס"ד
שלום וברכה

א אפענע שמועס איבער דעם ענין פון אינטערנעט און סמארטפונס.

מהאלט שוין אזוי 5 יאר נאכן אויפוואכונג פון כלל ישראל איבער די שעדליכקייט פון די טעכנאלאגיע, 5 יאר זינט די גרויסע טאג פון כינוס כלל ישראל, 5 יאר פון מערכות, תקנות המוסדות, תקנות הקהילות, תקנות הבתי מדרש און תקנות ההשתמשות בנשים, ועוד, איז יעצט איז צייט צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש, די פירות פון עסקנים רבנים ואישי הציבור, די פירות פון די שווערע האראוואניע.

איז כדי צו געבן אזא כאפ א בליק אינעם ציבור, וויפיל אינטערנעט באנוצערס געפונען זיך טאקע ביים היימישען אידנטום?

דער תירוץ איז: יעדער איינער! זקנים ונערים, רבנים ואדמורים, תלמידי חכמים ואנשי מעשה, ארבייטערס, כולל ינגעלייט, מענער און פרויען. יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל נוצט דעם אינטערנעט טעגליך און צום ווייניגסטן וועכענטליך, "שלא לצורך פרנסה".

עטליכע דוגמאות, דער אדמו״ר ווען ער פארט אויף מקומות הקדושים פועלן ישועות, באשטעלט דער גבאי די טיקעטס,וואו? אונליין. דער זקן ווען ער ברויך עפעס מסדר זיין מיט מעדיקער בעט ער דעם אייניקל צו טוען דאס, אויך אונליין. נערים, מ׳ברויך פארשאפן עפעס א שיכעלע, איז עס אונליין. תלמיד חכם דארף עפעס מיט מעדיקעד ערלעדיגן, אונליין. אנשי מעשה אויסארבעטן זייערע וואקאציע פלענער, אונליין. ארבייטער ברויך עפעס פון די קרעדיט עינדשנסי צו מאכן א מארטגעדזש, אויך אונליין. כולל אינגערמאן וויל ארויספרינטן א צייטוויליגע פידעליס קארד, אונליין. וויל ער דינגן א קאר,אונליין. די פרוי ברויך טשעקן א אימייל פאר טעסט ריזאלטס, אונליין. און דאס מיינט נישט אז דער אדמור, רב, כולל אינגערמאן ברויך נישט באנק, מארטגעדזש, טעסט רעזאלטס וכו׳ וכו׳. בסך הכל יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל קומט אן צום אינטערנעט באנוץ "שלא לצורך פרנסה", אויף א טעגליכע פארנעם.

צו וועט איינעם בייפאלן צי זאגן אז ער באנוצט זיך נישט מיט א קאר? והא ראיה ער פארמאגט נישט א קאר... יא עס איז דא וואס האבן נישט א קאר וועלן זיי ניצן א טעקסי אדער וועט ער דינגען א קאר. פונקט אזוי ווי יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל באנוצט זיך מיט א קאר אויפן זעלבען וועג באנוצט זיך יעדער איינער מיטן אינטערנעט. לית מן דפליג! איינער וואס וויל זיך אנדערש איינרעדן פראבירט זיך צו פאפן.

לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, וויפיל פונעם היימישן ציבור דרייווט אליין א קאר, אופס.. נוצט אליין די אינטערנעט? דאס קען מען נישט וויסן, אבער איר ליינער פון די שורות, איר ווייסט יא וואס עס טוט זיך ביי אייך, ביי אייערע נאנטע משפחה מיטגלידער, חברים אין בית המדרש, איר וועט מודה זיין די חלק המשתמשים זענען ריזיג.

וואס דארפט איר מער, יו.פי.עס. און פעדעקס האבן ספעציעל אפגעדינגן טרעקליך אין די קעסטקילס, צו אקאמידירן די אנליין ארדערס פון די היימישן פרויען במשך דעם זומער, עס איז כדי צו באזוכן די קאלאניס אין די ענדע פונעם זומער, וויפיל עמעזאן באקסעס ווערן דעליווערט, אדער פרעגט זיך נאך ביים יו.פי.עס. דרייווער פון קר"י און אומגעגנט, ער זעהט נישט קיין שום אינטערנעט תקנה אין קר"י.

די שרעקליכע חורבן

נו, וויאזוי האבן די עסקנים גענומן די פראבלעם אין די האנט? אטאקירט! מאיז געגאנגען מהאט אלעס אריינגעליגט אין איין קאטעגארי, ביזנעס! צורך פרנסה! איז דאס אמת? דאס איז שקר מוחלט. היינט צו טאגס איז דער אינטערנעט באנוצט פאר אלע צרכים.

דא הייבט זיך אן די געפערליכע פראבלעם, א צאל פון די דאזיגע עסקנים האבן פארשטאנען אז מדארף גרינדען ארגאניזאציעס און איינטיילן פארן ציבור וואספארא פילטער צו לייגן.

דער מעג האבן דאס אפען, און יענער מעג נאר יענץ און דער דריטער דארף ברענגען א צעטעל פון רב וכו׳ וכו׳
איז געווארן אזא געדאנק פון האבן צוויי פאונס, איינס פארן מוסדות און די אנדערע פאר טעגליגע באנוץ, אסאך קהילות האבן לכתחילה אנגעהויבן די פארלאנג, איין בעסיק און איין סמארטפאון.

די מער עקסטרעמערע עסקנים זענען געגאנגן א שטאפל ווייטער, אז פרויען טארן אינגאנצן נישט האבן קיין סמארט פאון/אינטערנעט, און טאקע די מוסדות פון די דאזיגע קהילות פארסירן דעם תקנה זייער שטרענג, און וואס איז די תוצאה? אין די דאזיגע קהילות האט טאקע קיין איין פרוי נישט קיין סמארט פאון/אינטערנעט... וואס האט א פילטער. (רח"ל)

דורך די קאנטראל קומט ארויס א שרעקליכע מכשל. מענטשן באהאלטן זייערע טעכנאלאגיא ווייל מפארהערט זיי מיט כל מיני שאלות, און דורכדעם רחמנא ליצלן האט מען כלים אנע פילטער! אז א פרוי האט א סמארטפון וואס די מכשילי הרבים אפראווען נישט וועט זי צוליב זיי נישט האבן קיין שום פילטער ר״ל.. אז עס מאכט א בחור אדער מיידל איז עובר און קופט זיך א סמארטפון וועט זיך נישט וואגן אריינציגיין צי די פילטער ארגענעזאציא ארויפצילייגן א פילטער. ער וועט בלייבן רח״ל אנע פילטער! א״כ מה הועילו בתקנתם?

און טאקע דורך דעם וואס מפירט די מערכה אז איז נאר פאר ביזנעס האט מען זיך בשוגג צי במזיד אריינגעטינקען אין א שקר וואס די קאנסעוועענצן זענען זייער ביטער, א ריזיגע חלק פונעם ציבור האט נישט קיין שום פילטער.


למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט די אינטערנעט פראבלעם איז חי וקיים, וואס איז די ריכטיגע מהלך?


אלע רבנים בדורינו פסקנען אז מדארף האבן פילטער/אקאנטעביליטי סיסטעם, ווי פארשטענדליך וואלט געדארפט זיין יעדער לויט זיין געברויך וואלט געדארפט זיך מסדר זיין מיט א פילטער.

היעלה על הדעת ווען א יוד שרייבט איין זיינע קינדער אין א מוסד מזאל אים זאגן אונז וויל מיר זעהן אלע דיינע שאלות און חשבונות..?! האט דען נישט א יוד קיין שום נאמנות?

רבותי! יעדער איינער קען און ברויך זיך אליין מסדר זיין וואספארא פילטער צו נוצען! מברויך נישט קיינעם העלפן אדער איינטיילן. פונקט ווי יעדער פארשטייט אליין וואספארא פלייש צו נוצן וואספארא הכשר צו נוצן, און יא! יעדער עם הארץ איז באגלייבט ווען צו פרעגן זיינע שאלות וואס מאכט זיך און שטוב, קען מען אויך אליין אפמאכן וואספארא פילטער צי לייגן.
דא דארף מען דערמאנען לטוב די איינציגע קאמפעני וואס זיי טוען אויף גדולות ונצורות איז די ״טעג ארגאנעזאציא״ זיי לייגן פילטערס ״אנע שאלות", און מקען אליינס אויסוועלן די פילטער שטאפל! אנע קשיות! אן קיינעם הילף! מיט די מענשטליכע בחירה.

אשר על כן טוען מיר מעורר מאכן דעם חשובן ערליכער ציבור. האלט אייך נישט אפ פון לייגן פילטערס צוליב די אזויגערופענע שומרים, איר קענט קויפן א פילטער אנע קיינעמס פרעשער.

מיר האפן אז דער ציבור וועט זיך אויפוואכן און פארשטיין דעם נחיצות הענין און מזאל האבן א הייליגע מחנה מיט ערליכע אידישע דורות וזכנו לקבל פני משיח צדקינו בב״א. ‎

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג ינואר 22, 2018 9:48 pm

איך ווייס נישט פונקלעך פון וואס די רעדסט

אין מיין קהילה הייסט מען נוצן 'משומר' וואס האט נאר איין לעוועל


והכול על מקומו יבא בשלום

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג ינואר 22, 2018 10:04 pm

לידיעתך, משומר האט אסאך לעוולס.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג ינואר 22, 2018 10:07 pm

גלייב איך אז טאקע יעדע ניצט נאר דער איין לעוול........
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג ינואר 22, 2018 10:09 pm

א. טראכטער האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקלעך פון וואס די רעדסט

אין מיין קהילה הייסט מען נוצן 'משומר' וואס האט נאר איין לעוועל


והכול על מקומו יבא בשלום

אין מיין קהילה דערציילט מען אויך אזוי...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג ינואר 22, 2018 10:11 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:לידיעתך, משומר האט אסאך לעוולס.


NO

זיי האבן נאר איין לעוועל

(איך רעדט ווען מען ניצט עס פאר ביזנעס)

שווערע מענטש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 6:30 pm

תגובהדורך שווערע מענטש » מאנטאג ינואר 22, 2018 10:17 pm

נאך א אנעקדאט, פאר א צייט צוריק האביך געמאכט א אנקעטע דא אויף אייוועלט, וויפיל אינטערנעט באנוצער האבן פילטערס, די שאלה איז געגאנגן בערך אזוי.

1) איך האב די קהילה פארלאנגטע פילטער אויף אלע מיינע כלים.
2) איך האב פילטערס אין אלע מיינע כלים אבער נישט די קהילה פילטער.
3) איך האב נאר פילטערס אויף טיילווייז פון מיינע כלים.
4) איך האב בכלל נישט קיין פילטער.

וואס די רעזאלטאטן זענען געווען וויל איך נישאט זאגן, איך וויל דער תגובה זאל האבן א קיום, וויבאלד די אויבן דערמאנטע אנקעטע רעזאלטאטן האט געצווינגן די מנהלים צו פארמעקן דעם גאנצע אשכול.

סוי ווער ער איז צופרידן פון די תקנות הקהלות אז אלעס פארט כשורה, איז צייט זיך אויפצווועקן און אביסל זיך געבן שאקל בעוד מועד.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג ינואר 22, 2018 10:21 pm

א. טראכטער האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:לידיעתך, משומר האט אסאך לעוולס.


NO

זיי האבן נאר איין לעוועל

(איך רעדט ווען מען ניצט עס פאר ביזנעס)

וואס זאל איך טוען אז דו ווייסט נישט דער מציאות?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג ינואר 22, 2018 10:23 pm

שווערע מענטש האט געשריבן:נאך א אנעקדאט, פאר א צייט צוריק האביך געמאכט א אנקעטע דא אויף אייוועלט, וויפיל אינטערנעט באנוצער האבן פילטערס, די שאלה איז געגאנגן בערך אזוי.

1) איך האב די קהילה פארלאנגטע פילטער אויף אלע מיינע כלים.
2) איך האב פילטערס אין אלע מיינע כלים אבער נישט די קהילה פילטער.
3) איך האב נאר פילטערס אויף טיילווייז פון מיינע כלים.
4) איך האב בכלל נישט קיין פילטער.

וואס די רעזאלטאטן זענען געווען וויל איך נישאט זאגן, איך וויל דער תגובה זאל האבן א קיום, וויבאלד די אויבן דערמאנטע אנקעטע רעזאלטאטן האט געצווינגן די מנהלים צו פארמעקן דעם גאנצע אשכול.

סוי ווער ער איז צופרידן פון די תקנות הקהלות אז אלעס פארט כשורה, איז צייט זיך אויפצווועקן און אביסל זיך געבן שאקל בעוד מועד.



ווער עס האט נישט קיין פילטער אדער האט א שוואכע פילטר דרייט זיך נישט דא אויף אייוועלט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט