אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:29 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ווי איך האב פארשטאנען פין רעדן מיט א גערען זאגט ער מיר אז ביי אונז האט מען א פילטער אין קאפ, נישט אז מען דארף נישט האבן א פילטער נאר עס איז נישט קיין נייער פראבלעם, זיי האבן געהאט א פראבלעם נאך פאר די אינטערנעט ווען מען איז געגאנגען פלעין אויף די גאס אין גארנישט האט זיך נישט געטושט יעצט ער גייט צי דערצו אן היי אלערט אזוי ווי ווען ער גייט אין גאס..

נ. ב. איך ווייס נישט צי דאס פארטרעט גאנץ גור נאר נאכגעזאגט וואס איך האב געהערט פין 2 גורער יודן

ער האט גערעדט לגבי טעכנעלאגיע אדער לגבי סתם שמירת עינים ?

ער האט מדמה געווען טעכנעלאגיע צי שמירת עינים אז אזוי ווי ער איז אן אלערט ווען ער גייט ארויס אויף די גאס אזוי גייט ער צי א קאמפיוטער.

ווען ער דארף ניצן א קאמפיוטער איז אזוי ווי ער דארף גיין אין מאנהעטן אין. מען נאכדעם דארף מען קיינעם גארנישט מער מסביר זיין נישט קיין חילוק סמארטפאון /קאמפיוטער /טעבלעט יו נעם איט יא לצורך נישט לצורך וכו'...

סזאגט זיך זייער גרינג. די חילוק איז אויפן גאס ווען די יצר הרע רעדט אים איבער, פאלט ער דורך מיט א 'פלעינע' ראי' אסורה. אויפן אינטערנעט פאלט ער דורך מיט א 'גראבע' ראי' אסורה.

באמת??? איך האב אויבען געליינט פון אפאר חשובע ניקס אז עס איז נישט קיין שום חילוק, א ראי' איז אסור און מקען נישט מחלק זיין!!!!

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:56 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ווי איך האב פארשטאנען פין רעדן מיט א גערען זאגט ער מיר אז ביי אונז האט מען א פילטער אין קאפ, נישט אז מען דארף נישט האבן א פילטער נאר עס איז נישט קיין נייער פראבלעם, זיי האבן געהאט א פראבלעם נאך פאר די אינטערנעט ווען מען איז געגאנגען פלעין אויף די גאס אין גארנישט האט זיך נישט געטושט יעצט ער גייט צי דערצו אן היי אלערט אזוי ווי ווען ער גייט אין גאס..

נ. ב. איך ווייס נישט צי דאס פארטרעט גאנץ גור נאר נאכגעזאגט וואס איך האב געהערט פין 2 גורער יודן

ער האט גערעדט לגבי טעכנעלאגיע אדער לגבי סתם שמירת עינים ?

ער האט מדמה געווען טעכנעלאגיע צי שמירת עינים אז אזוי ווי ער איז אן אלערט ווען ער גייט ארויס אויף די גאס אזוי גייט ער צי א קאמפיוטער.

ווען ער דארף ניצן א קאמפיוטער איז אזוי ווי ער דארף גיין אין מאנהעטן אין. מען נאכדעם דארף מען קיינעם גארנישט מער מסביר זיין נישט קיין חילוק סמארטפאון /קאמפיוטער /טעבלעט יו נעם איט יא לצורך נישט לצורך וכו'...

סזאגט זיך זייער גרינג. די חילוק איז אויפן גאס ווען די יצר הרע רעדט אים איבער, פאלט ער דורך מיט א 'פלעינע' ראי' אסורה. אויפן אינטערנעט פאלט ער דורך מיט א 'גראבע' ראי' אסורה.

באמת??? איך האב אויבען געליינט פון אפאר חשובע ניקס אז עס איז נישט קיין שום חילוק, א ראי' איז אסור און מקען נישט מחלק זיין!!!!

ביסט גערעכט אז מקען נישט מחלק זיין און זאגן אז דעי ראי' איז מותר און דעיס איז אסור, אבער זאגן אז ביידע אפעקטן אויפן מענטש 'די זעלבע'??
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 17, 2018 6:52 pm

און וויזוי באציעט זיך די ליבאוויטשער חסידות מיט דעם פראבלעם?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך ינואר 17, 2018 7:12 pm

זיי זאגען אז אין א קריג פאלען זעלנער
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 6:35 am

-און דערפאר ארבעטן די מדינות אויםצוקמען מיט בעסערע פאנצערס און אנדערע שוץ מיטלען.

כאנאך קיינמאל נישט געהערט אזא פאני ביאור.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 6:41 am

צו געזונט האט געשריבן:זיי זאגען אז אין א קריג פאלען זעלנער

אבער קיינער זיצט נישט מיט פארלייגטע הענט ביי א קריג יעדער פראבירט עס בייצוקומען
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

דריידל
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 7:38 am

מקווה איד האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:זיי זאגען אז אין א קריג פאלען זעלנער

אבער קיינער זיצט נישט מיט פארלייגטע הענט ביי א קריג יעדער פראבירט עס בייצוקומען

זיי ניצן די אלטע מיטל פון בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין. נאר ביי זיי איז תורה די תורת החסידות

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 7:39 am

דריידל האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:זיי זאגען אז אין א קריג פאלען זעלנער

אבער קיינער זיצט נישט מיט פארלייגטע הענט ביי א קריג יעדער פראבירט עס בייצוקומען

זיי ניצן די אלטע מיטל פון בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין. נאר ביי זיי איז תורה די תורת החסידות

וועם מיינט איר?
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

דריידל
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 7:41 am

די שמועס באציט זיך צו ליבאוויטש

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 9:47 am

דריידל האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:זיי זאגען אז אין א קריג פאלען זעלנער

אבער קיינער זיצט נישט מיט פארלייגטע הענט ביי א קריג יעדער פראבירט עס בייצוקומען

זיי ניצן די אלטע מיטל פון בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין. נאר ביי זיי איז תורה די תורת החסידות

אינטערעסאנט אז חז''ל האבן גוזר געווען גזירות מען זאל נישט נכשל ווערן, און סיז זיי נישט בייגעפאלן אז מען האט שוין עניוועי די תורה.

דער אמת'ער סיבה (איינס פון די סיבות) פארוואס אין ליובאוויטש איז נישטא קיין גדרים איז וויבאלד עס איז נישטא קיין צענטראל וואס זאל דאס קענען איינפירן.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 9:49 am

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:זיי זאגען אז אין א קריג פאלען זעלנער

אבער קיינער זיצט נישט מיט פארלייגטע הענט ביי א קריג יעדער פראבירט עס בייצוקומען

זיי ניצן די אלטע מיטל פון בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין. נאר ביי זיי איז תורה די תורת החסידות

אינטערעסאנט אז חז''ל האבן גוזר געווען גזירות מען זאל נישט נכשל ווערן, און סיז זיי נישט בייגעפאלן אז מען האט שוין עניוועי די תורה.

דער אמת'ער סיבה (איינס פון די סיבות) פארוואס אין ליובאוויטש איז נישטא קיין גדרים איז וויבאלד עס איז נישטא קיין צענטראל וואס זאל דאס קענען איינפירן.

דא האלטן זיי אז אסר'ן טעכנאלאגיע איז א גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בו

ממש אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 10:46 am

דער עולם זאל ביטע מברר זיין די פאקטן איידערן ארויסגעבן הערליכע טעאריעס. ביודעי קאמינא רוב ערליכע פרומע חבדסקע האבן פילטערס און נישט סתם פילטערס נאר טעג משומר און גדר. (שאקירט?...) עס זענען דא אסאך וועלכע האבן צוויי טעלעפאנען (עד כדי כך האסטו נישט געטראכט... הא?) די אנדערע וואס האבן נישט איז דאס ווייל זיי דארפן צוקומען צו פייסבוק און אנדערע סאשועל מידיע נעצן דאס ווייל זיי דארפן צוקומען דערצו מחמת כמה סיבות אריינגרעכנט קירוב וכדומה (אן אריינגיין אין דעבאטעס אויב זיי מעגן יא אדער נישט עס טון)

די פאקט איז אויך אז זייער לעבנסשטייגער איז זייער זייער זייער אנדערש פון אונז פשוטו כמשמעו, זיי ווערן אויפגעצויגן אנדערש מיט אנדערע גאולס ווי ביי אונז (פליז לאמיר נישט פארקריכן צו זיי אויף א ריכטיגע אייסגעהאלטענע לעבנס שטייגער, לאמיר זיך האלטן צו אינטערנעט)
לכבוד חודש אדר:
מיר זיפן די ווערטער און באקוקן די תגובה
האסט שוין געזען עפעס פאזעטיוו אין דיין טאג? אויב נישט דאן ווייסטו אפשר נישט די הגדרה פון ׳פאזעטיוו׳!!

ממש אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 10:52 am

דער רבי נ״ע פון חב״ד דער רמ״מ האט געהאט אנדערע שיטות בנוגע ווי פארגעשריטן מען דארף זיין, ער האט שוין גענוצט ווידיא און מידיא נאך איידער אונזערע קרייזן האבן געחלומט פון חלומ׳ן פון חלומ׳ן דערפון. די סיבה פארוואס זיי אסרן נישט טעכנעלאגיע איז וויבאלד זיי דארפן אנקומען דערצו מער ווי רוב וויליאמסבורגע אידן (איים סארי פאר דעט) זיי דארפן FaceTime וכדומה אפטמאל פאר פשוטע געברויכן אין לעבן. זיי דארפן Facebook פארדעם אז ווען דו ווילימסבורגע איד וועסט זיין אין א פארווארפענע ארט אין די וועלט זאלסטו קענען וויסן ווי צו גיין עסן כשר׳ס און טרעפן א איד.
לכבוד חודש אדר:
מיר זיפן די ווערטער און באקוקן די תגובה
האסט שוין געזען עפעס פאזעטיוו אין דיין טאג? אויב נישט דאן ווייסטו אפשר נישט די הגדרה פון ׳פאזעטיוו׳!!

אוועטאר
אחת ואחת
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:55 am

ביי זיי איז דאך די יסוד מוח שליט על הלב ..
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:40 pm

אחת ואחת האט געשריבן:ביי זיי איז דאך די יסוד מוח שליט על הלב ..

מיר אלע ווייסן ווי אזוי ליבאוויטש קוקט היינט אויס, זייער דרך פון יפוצו איז געווען אפגעפרעגט ביי (כמעט) אלע ערליכע אידן, ועוד ועוד אסאך מיסברויכן וואס דארט טוט זיך אפ, און מיר לעבן מיט א שטארקע הבדל פון זיי, ווי האט וואוידיסלאבער רב געזאגט 'דאס איז א רעליגיע ענליך צו אידישקייט'
אבל עם כל זה (ביטע מיך נישט פארשטיינערן)
אז מ'קוקט אן ווי אזוי א פשוטער בעה"ב ר' שלום מרדכי רובאשקין איז אויסגעקאכט אין אמונה, הייב איך אן צו טראכטן אז זיי קענען זיך גרינגער ספראווען מיט אזעלכע כלים ווי אונז, ווייל א איד וואס 'לעבט' מיט אזא אמונה איז זייער זייער שווער (איך זאג נישט ס'איז נישט מעגליך) ער זאל ווערן אריינגעשלעפט אין שאול תחתית פון טעכנעלאגיע
ואסיים מעין הפתיחה, איך טויש מיך נאך אלץ נישט מיט ליבאוויטש, אשרינו איך בין א סאטמארער, ומאו"א, שרד"ת, בשכמל"ו, סרצהלראא"ב, ס'איז נאר א נקודה למחשבה צו פארשטיין ווי אזוי מ'ספראוועט זיך דארט

ווער ס'איז מחולק מיט מיר איז וועלקאם צו לאזן הערן זיין אפיניען
לעצט פאראכטן דורך מי יודע אום דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8381
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:42 pm

מחולק! אבער נישט סתם, נאר גאר שטארק!

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:42 pm

נו לאז דיך הערן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:49 pm

מי יודע האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:ביי זיי איז דאך די יסוד מוח שליט על הלב ..

מיר אלע ווייסן ווי אזוי ליבאוויטש קוקט היינט אויס, זייער דרך פון יפוצו איז געווען אפגעפרעגט ביי (כמעט) אלע ערליכע אידן, ועוד ועוד אסאך מיסברויכן וואס דארט טוט זיך אפ, און מיר לעבן מיט א שטארקע הבדל פון זיי, ווי האט וואוידיסלאבער רב געזאגט 'דאס איז א רעליגיע ענליך צו אידישקייט'
אבל עם כל זה (ביטע מיך נישט פארשטיינערן)
אז מ'קוקט אן ווי אזוי א פשוטער בעה"ב ר' שלום מרדכי רובאשקין איז אויסגעקאכט אין אמונה, הייב איך אן צו טראכטן אז זיי קענען זיך גרינגער ספראווען מיט אזעלכע כלים ווי אונז, ווייל א איד וואס 'לעבט' מיט אזא אמונה איז זייער זייער שווער (איך זאג נישט ס'איז נישט מעגליך) ער זאל ווערן אריינגעשלעפט אין שאול תחתית פון טעכנעלאגיע
ואסיים מעין הפתיחה, איך טויש מיך נאך אלץ נישט מיט ליבאוויטש, אשרינו איך בין א סאטמארער, ומאו"א, שרד"ת, בשכמל"ו, סרצהלראא"ב, ס'איז נאר א נקודה למחשבה צו פארשטיין ווי אזוי מ'ספראוועט זיך דארט

ווער ס'איז מחולק מיט מיר איז וועלקאם צו לאזן הערן זיין אפיניען

הרב רובאשקין האט גראדע שטארק ארונטער געריסן די סמארטפאון משוגעת, ביי זיין דרור-דרשה, מיט א געוואלדיגע תמימות

און אגב, אין די היסטאריע מיינעך איז חב"ד דאס מערסטע בייגעשטאנען די שווערסטע נסיונות אין אידישקייט, אינטער סאוויעט-רוסלאנד, מער ווי אלע חסידות'ער, והדברים ידועים

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8381
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 1:27 pm

ס'איז דא צוויי חלקים ווי מען דארף חייש זיין, אל תאמין בעצמך, און אין אפטרופס, די ערשטע חלק איז טאקע אמת אז זיי האבן מער כוחות, וויבאלד זיי זענען אויסגעשטעלט זיך צו שלאגן, און בעצם יעדער וואס איז שטארק מיטן אמונה האט שטערקערע כוחות, נאר ס'איז אל תאמין בעצמך. אבער די צווייטע חלק איז נישט קיין חילוק ווער דאס איז, נאר אדרבה ס'קען גאר זיין א גרעסערע סכנה צוליב עסקו עם נשים כמבואר בשו"ע.

אוועטאר
אחת ואחת
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 1:32 pm

אין עבר בין איך נישט מחולק, האסט טאקע א גיטע ראיה ר' שלום מרדכי, לאמיר זיך אבער נישט פאפן אז ער איז נישט קיין סעמפעל סקומט מיר אויס זיך צו טרעפן מיט אפאר חברה דארט גארנישט אזוי פויגעלדיג
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
אחת ואחת
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 1:35 pm

מי יודע האט געשריבן:אשרינו איך בין א סאטמארער, ומאו"א, שרד"ת, בשכמל"ו, סרצהלראא"ב,

איך ווייס נישט וויאזוי די האסט נישט מורה עס צו שרייבען דא, סקען דאך צוברענגען צו גילו
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:26 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:אשרינו איך בין א סאטמארער, ומאו"א, שרד"ת, בשכמל"ו, סרצהלראא"ב,

איך ווייס נישט וויאזוי די האסט נישט מורה עס צו שרייבען דא, סקען דאך צוברענגען צו גילו

וואס די ראשי תיבות? דו קענסט די ראשי תיבות?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

Yankel
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:59 pm

אחת ואחת האט געשריבן:אין עבר בין איך נישט מחולק, האסט טאקע א גיטע ראיה ר' שלום מרדכי, לאמיר זיך אבער נישט פאפן אז ער איז נישט קיין סעמפעל סקומט מיר אויס זיך צו טרעפן מיט אפאר חברה דארט גארנישט אזוי פויגעלדיג

דו האלסט אז זיי זענען אזוי צילוב אומגעפילטערטע סמארטפאונס?

Yankel
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:09 pm

סאיז א דבר פשוט אז ווער ס׳איז געוואוינט צו א מער אפענע לעבנס שטייגער ווערט נישט אזוי שנעל בארירט פון זעהן זאכן וואס ער איז צוגעוואוינט
ווען א קרית יואלער אינגל פארט אויף די טרעינס דעם ערשטן מאל און זיין לעבן ווערט ער מער בארירט
און צילוב דעם איז אונטערנעט לכאורה נישט דער גורם אויף פראבלעמען און ליובאוויטש

אוועטאר
אחת ואחת
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:42 pm

פונקט פארקערט, ווייל די מצב איז שוין פויגעלדיג גייט דאס מיט און מען נעמט נישט קעיר
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט