אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:21 am

ווען א מענטש קען נישט ארויסנעמען זיין טעלעפאון ברבים איז דא מער טשענסעס אז ער זאל נישט לייגען א פילטער.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:25 am

shimon7323 האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?

-------------------
יא א פאקט

לעזונג: משומר פילטער וכדו'

שמחת תמיד

יא אבער אפילו אזוי ניצט עס נאר אין דער קאר אדער אין ארבעט.
נישט במקום רבים דהיינו אידישע שאפיניג מאלס אדער שמחת און עני פלאץ ווי עס דרייען זיך א רבים. וכו.. א לאנגע ליסטע דא מיט חתימות פון אסאך רבנים

100%
לעצט פאראכטן דורך א. טראכטער אום פרייטאג ינואר 12, 2018 1:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
shimon7323
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:27 am

ווי יא?
Others say: Don't confuse me with the facts I've already made up my mind

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8381
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:04 pm

Haklal האט געשריבן:גא"מ לדברי ר' שמעון
זייער גיט ארויסגעברענגט וויאזוי ערליכע בעלי בתים פילן זיך נאכן פאלגן די רבנים אין לייגן א פילטער.

הרב למעלה נניח אז די ביסט גערעכט אין מען מוז יא צווינגן צי לייגן א פילטער ווייל ווען נישט וואלט מען נישט געלייגט, אבער נאכן לייגן וואלסטו דאך געדארפט ארויסהויבן דעם פארן טוען וואס מען דארף צי טוען. נישט נאר אז דער סמארטפאון מענטש זאל זיך נישט דארפן באהאלטן אין מייזן לאך נאר ער זאל קענען לייגן זיין סמארטפאון אויפן באלעמער ביים דאווענען

דעס אלעס מאכט אז איך בין עניוועי א בדיעבד יוד פארוואס זאל איך.....( פיר אויס ) ?

מיינסט דעם סמארטפאון באניצער? כ'האב נאכנישט געהערט קיין איין רב אראפרייסן איינער וואס פירט זיך ע"פ תורה.

די עצם סמארטפאון ארויסנעמען ברבים האט זיך זיינע פראבלעמען וואס די רבנים! [פאר דער וואס האט אויבן געשריבן עסקנים, ניין נישט עסקנים, איר זאלט מיר מוחל זיין אבער נישט אלעס איז עסקנים] האבן איינגעזען אז מען דארף דאס אפהאלטן, די ווערסט נישט אראפגעקוקט דערוועגן, נישט אנדערש ווי וואלסט פארשטאנען ווען א ביהמ"ד קומט ארויס מיט א פארלאנג אז אין ביהמ"ד זאל מען נישט ארויסנעמען א קאמפיוטער קיין חילוק צו ס'האט אינטערנעט צו נישט. ווייל די רבנים האבן איינגעזען אז די זען ווי מען ניצט די כלי ברבים קען גורם זיין פראבלעמען, נישט אז דו ביזט א פראבלעם.

אוועטאר
אדער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:25 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:גא"מ לדברי ר' שמעון
זייער גיט ארויסגעברענגט וויאזוי ערליכע בעלי בתים פילן זיך נאכן פאלגן די רבנים אין לייגן א פילטער.

הרב למעלה נניח אז די ביסט גערעכט אין מען מוז יא צווינגן צי לייגן א פילטער ווייל ווען נישט וואלט מען נישט געלייגט, אבער נאכן לייגן וואלסטו דאך געדארפט ארויסהויבן דעם פארן טוען וואס מען דארף צי טוען. נישט נאר אז דער סמארטפאון מענטש זאל זיך נישט דארפן באהאלטן אין מייזן לאך נאר ער זאל קענען לייגן זיין סמארטפאון אויפן באלעמער ביים דאווענען

דעס אלעס מאכט אז איך בין עניוועי א בדיעבד יוד פארוואס זאל איך.....( פיר אויס ) ?

מיינסט דעם סמארטפאון באניצער? כ'האב נאכנישט געהערט קיין איין רב אראפרייסן איינער וואס פירט זיך ע"פ תורה.

די עצם סמארטפאון ארויסנעמען ברבים האט זיך זיינע פראבלעמען וואס די רבנים! [פאר דער וואס האט אויבן געשריבן עסקנים, ניין נישט עסקנים, איר זאלט מיר מוחל זיין אבער נישט אלעס איז עסקנים] האבן איינגעזען אז מען דארף דאס אפהאלטן, די ווערסט נישט אראפגעקוקט דערוועגן, נישט אנדערש ווי וואלסט פארשטאנען ווען א ביהמ"ד קומט ארויס מיט א פארלאנג אז אין ביהמ"ד זאל מען נישט ארויסנעמען א קאמפיוטער קיין חילוק צו ס'האט אינטערנעט צו נישט. ווייל די רבנים האבן איינגעזען אז די זען ווי מען ניצט די כלי ברבים קען גורם זיין פראבלעמען, נישט אז דו ביזט א פראבלעם.

דער חלק צו מ' ווערט אראפגעקוקט ווענד זיך, נעמט מען עס ארויס אינמיטן דאווענען (שכיני ביים דאווענען ממש נישט געגלייבט אנגעקומען ביי ... און משכ'ן קישור לבוכ"ע מוציאו אינטערן טלית, קיינער האט נישט קיין אנונג, - ער קוקט אויס א רעכט חסידישער) אדער אפי' במשך שמועסן (אביסל מענערס), ובכל עת ורגע דעתו עליו, דאס איז א חרפה. למעלה פון א געוויסע גיל (אפשר למעלה מע'), מען ווערט באזעסן, מ'ווייסט אויס און איין, איז אן אנדער געשיכטע. דאס איז די קושי פון רבנים אשטאטץ זיין עדיקטעט צו תורה ותפלה איז מען מחליף צו הבלים, און דאס צוריייצט די ארומיגע (כשהי' העולם עולם איז מען אנגערייצט געווארן פון א גוטן דאווענען א פינעווער רציפות וכו', פארשטייט איר אדער יא?)
יא! און יא!
אויף אלסדונג און אלעמעל אין אומעטים איז דא א וועג ארויס
~ אייבירשטנס הילף ~ רבי'נס כח ~ אייגענעם רצון ~

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:28 pm

ווער געדענקט נאך ווען עס איז געווען אסור ארויסצונעמען א פליפ פוין אין ביהמד''ר?? אפגערעדט אז עס זאל קלונגען.
און היינט א נארמאלע ערשיינונג אז די סעלפוין פון די דיין צוקלינגט זיך הויך אינמיטן שטילע שמו''ע....

א זאך וואס גייט עניוועי ווערן מותר און נארמאל ביי 95% מענטשעו מיט די צייט איז נאריש צו אסר'ן יעצט.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:50 pm

ר' עמעיזינג; בין נישט מסכים; עס איז בכלל נישט נאריש; ווייל מיר האבען א כלל אז דיה לצרה בשעתה. קען זייער מעגליך זיין אז אין א פאר יאר ארום וועט זיך צוקלינגען דער (כשר'ע) סמארט פאון פינעם רב אין מיטען דאווענען און קיינער וועט נישט קוקען קרום; אבער "היינט" איז עס א פראבלעם.

(מיין פשוטע טעלעפאן האט זיך אויך אמאל צוקלינגען א פאר יאר צוריק אין מיטען דאווענען [פארען עמוד] און איך בין רויט געווארען פאר בושה [און זיך נאך פארענטפערט פארען רב פון יענער בית המדרש אז איך בין נישט געווען שילדיג אז מייינע קינדער האבען עס געטוישט פון ווייברעיט צו סאונד); און היינט שטאלציר איך מיט מיין פשוטע טעלעפאן).

איך האלט אויך אז טעקנאלעדזי איז נאך אין-איטס-אינפענסי און ווער ווייסט ווי אזוי וועט די וועלט אויס זעהן אין א פאר יאר ארום (זאל משיח אוודאי פריער קומען). אבער דיה צרה בשעתו.

האט מען געדארפט איין פירען מיידעל שולעס פאר די צייט?

האט מעם געדארפט איין פירען למודי חול פאר די צייט?

האט מען געדארפט מתיר זיין שייטליך (די וואס האבען עס מתיר געווען) פאר די צייט?

און דער ליסטע איז זייער לאנג.

דיה לצרה בשעתה; מיר זענען נישט לינקע פראגרעסיווע אידען; נאר אלט-מאדישע אידען. און נאר אזוי האלטען מיר זיך.

ווידיאו איז אמאל געווען גע'אסערט. אסר'ן דען נאך היינט די זעלבע רבנים קליפס גענומען פון א היינטיגע פשוטע סעל פאון? האט זיך די תורה געטוישט? אוודאי נישט. נאר וואס האט זיך געטוישט איז ווי איין און ווי אויס.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג ינואר 12, 2018 1:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8381
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:54 pm

SPUSMN האט געשריבן:דיה לצרה בשעתה; מיר זענען נישט פראגרעסיווע אידען; נאר אלט-מאדישע אידען. און נאר אזוי האלטען מיר זיך.

;l;p-

SPUSMN האט געשריבן:ווידיאו איז אמאל געווען גע'אסערט. אסר'ן דען נאך היינט די זעלבע רבנים קליפס גענומען פון א היינטיגע פשוטע סעל פאון? האט זיך די תורה געטוישט? אוודאי נישט. נאר וואס האט זיך געטוישו איז ווי איין און ווי אויס.

גראדע די זעלבע וואס האבן עס אמאל גע'אסר'ט אסרן עס היינט נאך אלץ, נאר זיי זענען מקיים מוטב וכו' וכשם שמצוה וכו'.

אוועטאר
shimon7323
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:56 pm

Amazing האט געשריבן:ווער געדענקט נאך ווען עס איז געווען אסור ארויסצונעמען א פליפ פוין אין ביהמד''ר?? אפגערעדט אז עס זאל קלונגען.
און היינט א נארמאלע ערשיינונג אז די סעלפוין פון די דיין צוקלינגט זיך הויך אינמיטן שטילע שמו''ע....

א זאך וואס גייט עניוועי ווערן מותר און נארמאל ביי 95% מענטשעו מיט די צייט איז נאריש צו אסר'ן יעצט.

עס האט נישט מיט דעם אז עס איז אריבער א צייט זייט די צייטן ווען מען האט מעורר געווען. אזוי מיינעך.

דייקא די מערכה קעגן סמארטפאון האט יענס אפגעקילט.. יענער פאון האט דאך א הכשר

מיך איז אויסגעקומען צי צי גלייכן די זאך בדומה צי ציגארעטלך. עס איז געווען וואס האבן מעורר געווען אז עס שטערט מענטשן אז מען רייכנט אין ביהמ"ד און מען האט געבעטן ארויסציגיין. און דער עולם האט געפאלגט און עס איז געווען א צייט וואס עס איז א תוצאה פון דעם געווארן ווייניגער רויכערער

די זעלבע בערך וואלט געווארן דא. נאר נאכן בעטן נישט און ביהמ"ד און דער רוב עולם האט געפאלגט. נו אז סארבעט גייט מען גיין ווייטער יעצט זאל מען שוין אויך נישט און די גאנצע שטח ארום. וכו ביז מען סורפרעסד די גאנצע זאך. און סוועט פלאצן..

א כלל ווען מען בעט און מען פאלגט און א דאנק דעם בעט מען נאך און נאך בפשטות וועט עס אויסקראכן ערגעץ
Others say: Don't confuse me with the facts I've already made up my mind

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג ינואר 12, 2018 2:04 pm

ר' שמעון טייערע; במח"כ; דערמאנסט מיר אז דער ריבניצער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט פאר א רוסישער איד וואס איז געקומען פאר א ישועה אז ער זאל זיך אינטערנעמען עסען נאר כשר'ס. דאס נעקסטע מאל האט אים דער ריבניציער רבי שוין געבעטען צו היעטען שבת. רעגט זיך דער רוסישער איד, און זאגט "רבי זייט נישט קיין חָאזיר"!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

דריידל
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג ינואר 12, 2018 2:33 pm

ווען מ'זיכט א לעזונג צו א פראבלעם דארף מען ערשט וויסן וואס די פראבלעם איז און ווילאנג מ'האט נישט ארויס די פראבלעם איז דא זייער שוואכע שאנסן אז די לעזונג זאל זיין ווירקזאם.

והנה,
אינטערנעט ווערט באניצט דורך רובא דרובא חרדישע אידן און דאס גייט זיך נישט אפשוואכן. אדרבה, כסדר ווערן מער און מער מענטשן אנגעוויזן אויף די אינטערנעט. די זעלבע מיט סמארטפאון, דאס איז א מציאות here to stay. דער וואס האט חלומות אז מ'וועט עס אויסרייסן, קען צוריק גיין שלאפן ווייל דאס גייט נישט פאסירן. אזוי אויך, די וואס ווילן מאכן א טייילונג קענען געזינטערהייט גיין ווי זיי ווילן אבער די מציאות וועט זיך נישט טוישן.

על כן, דארף מען ארבעטן מיט די מציאות אז די פראבלעם עקזיסטירט און די פאוקעס דארף זיין צו אפהאלטן מענטשן פון באזיכען אומאויסגעהאלטענע סייטס, נישט אפצוהאלאן מענטשן פון בכלל באניצן אינטערנעט. איינער וואס איז בכלל נישט פארבינדן מיט די אינטערנעט איז קדוש יאמר לו, אזויווי איינער וואס טוט זיך אויס די ברילען ווען ער גייט אין גאס, אבער ער איז א יוצא מן הכלל.

די קאמפיין קעגן טעכנאלאגיע איז ביז יעצט געפירט געווארן בעיקר דורך בני תורה וואס פארשטייען נישט די נסיון בכלל. גיטס א קוק אויף די לעצטענס ערשינענע קול קורא פון רבני מאנסי אז מ'זאל נישט ארויסנעמען א סמארטפאון ברבים, אריינגערעכנט אין גראסערי, אויפ'ן מאנסי באס, וואקענדיג אויפ'ן גאס און אזוי ווייטער. רבוש"ע, ווי אומוויסענד דארף מען זיין צו האבן א הו"א אז דאס וועט זיך אויסארבעטן?

ומכאן הקריאה יוצאת: אלע וואס פארשטייען נישט דערצו זאלן פליז אויפהערן דרייען א קאפ און מאכן חוזק פון די גאנצע מערכה. מ'האט שוין אזויפיל דערלייגט מיט'ן נעמען די נישט ריכטיגע שריט און מיר קענען נישט עפארדן נאך מיסטעיקס

אוועטאר
שעפעריש
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפעריש » זונטאג ינואר 14, 2018 1:05 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
שעפעריש האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
שעפעריש האט געשריבן:אייוועלט איז צורך פרנסה?

איז וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז מ׳זאל עס יא אסר׳ן?

חס מלהזכיר אזא זאך. עס איז ביי מיר לצורך פרנסה, אויב לופטער איך מיר נישט אויס אויף אזא כשרע וועג, איז מיין ארבעט אסאך שווערער

כ׳מוז דיר זאגן. ביסט צוקער זיס

באמת א גרויסן שכח פאר די שיינע קאמפלימענטן! איי ריעלי עפרישיעט!

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 14, 2018 1:08 pm

אנטרעסאנט אז קיינער האט דא נישט גערעדט פון
קהילת גור ווי זיי באגייען זיך מיט טעכנעלאגיע
אלעס ארום די מיסטעריע פון דוי

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג ינואר 14, 2018 1:37 pm

שעפעריש האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
שעפעריש האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
איז וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז מ׳זאל עס יא אסר׳ן?

חס מלהזכיר אזא זאך. עס איז ביי מיר לצורך פרנסה, אויב לופטער איך מיר נישט אויס אויף אזא כשרע וועג, איז מיין ארבעט אסאך שווערער

כ׳מוז דיר זאגן. ביסט צוקער זיס

באמת א גרויסן שכח פאר די שיינע קאמפלימענטן! איי ריעלי עפרישיעט!

דו ביסט היבש שפעט. אבער עניוועיס איך פריי מיך אז כ׳האב דיר געקענט דערפרייען.
ליין די נייעס וועסטע אויך אלעס וויסן.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » זונטאג ינואר 14, 2018 5:09 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אנטרעסאנט אז קיינער האט דא נישט גערעדט פון
קהילת גור ווי זיי באגייען זיך מיט טעכנעלאגיע

וויאזוי?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג ינואר 14, 2018 5:16 pm

ווען דו רעדסט פון גור, זאג אויך איבער אנדערע זאכען מיט זיי זיינען אזוי מיאוס דורכגעפאלען אז עס לאזט זיך נישט גלייבען. א גורער וואס פאלט, בלייבט נישט קיין אידישען זכר פון אים/איר
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 14, 2018 5:18 pm

צו געזונט האט געשריבן:ווען דו רעדסט פון גור, זאג אויך איבער אנדערע זאכען מיט זיי זיינען אזוי מיאוס דורכגעפאלען אז עס לאזט זיך נישט גלייבען. א גורער וואס פאלט, בלייבט נישט קיין אידישען זכר פון אים/איר

למשל ?
אלעס ארום די מיסטעריע פון דוי

Haklal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 14, 2018 5:39 pm

ווי איך האב פארשטאנען פין רעדן מיט א גערען זאגט ער מיר אז ביי אונז האט מען א פילטער אין קאפ, נישט אז מען דארף נישט האבן א פילטער נאר עס איז נישט קיין נייער פראבלעם, זיי האבן געהאט א פראבלעם נאך פאר די אינטערנעט ווען מען איז געגאנגען פלעין אויף די גאס אין גארנישט האט זיך נישט געטושט יעצט ער גייט צי דערצו אן היי אלערט אזוי ווי ווען ער גייט אין גאס..

נ. ב. איך ווייס נישט צי דאס פארטרעט גאנץ גור נאר נאכגעזאגט וואס איך האב געהערט פין 2 גורער יודן

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 14, 2018 5:41 pm

Haklal האט געשריבן:ווי איך האב פארשטאנען פין רעדן מיט א גערען זאגט ער מיר אז ביי אונז האט מען א פילטער אין קאפ, נישט אז מען דארף נישט האבן א פילטער נאר עס איז נישט קיין נייער פראבלעם, זיי האבן געהאט א פראבלעם נאך פאר די אינטערנעט ווען מען איז געגאנגען פלעין אויף די גאס אין גארנישט האט זיך נישט געטושט יעצט ער גייט צי דערצו אן היי אלערט אזוי ווי ווען ער גייט אין גאס..

נ. ב. איך ווייס נישט צי דאס פארטרעט גאנץ גור נאר נאכגעזאגט וואס איך האב געהערט פין 2 גורער יודן

ער האט גערעדט לגבי טעכנעלאגיע אדער לגבי סתם שמירת עינים ?
אלעס ארום די מיסטעריע פון דוי

Haklal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 14, 2018 6:18 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ווי איך האב פארשטאנען פין רעדן מיט א גערען זאגט ער מיר אז ביי אונז האט מען א פילטער אין קאפ, נישט אז מען דארף נישט האבן א פילטער נאר עס איז נישט קיין נייער פראבלעם, זיי האבן געהאט א פראבלעם נאך פאר די אינטערנעט ווען מען איז געגאנגען פלעין אויף די גאס אין גארנישט האט זיך נישט געטושט יעצט ער גייט צי דערצו אן היי אלערט אזוי ווי ווען ער גייט אין גאס..

נ. ב. איך ווייס נישט צי דאס פארטרעט גאנץ גור נאר נאכגעזאגט וואס איך האב געהערט פין 2 גורער יודן

ער האט גערעדט לגבי טעכנעלאגיע אדער לגבי סתם שמירת עינים ?

ער האט מדמה געווען טעכנעלאגיע צי שמירת עינים אז אזוי ווי ער איז אן אלערט ווען ער גייט ארויס אויף די גאס אזוי גייט ער צי א קאמפיוטער.

ווען ער דארף ניצן א קאמפיוטער איז אזוי ווי ער דארף גיין אין מאנהעטן אין. מען נאכדעם דארף מען קיינעם גארנישט מער מסביר זיין נישט קיין חילוק סמארטפאון /קאמפיוטער /טעבלעט יו נעם איט יא לצורך נישט לצורך וכו'...

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:47 am

Haklal האט געשריבן:

וויפיל פארצענט גור'ע חסידים אנשים/ נשים האבן סמארטפאון'ס ?
אלעס ארום די מיסטעריע פון דוי

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:09 pm

Haklal האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ווי איך האב פארשטאנען פין רעדן מיט א גערען זאגט ער מיר אז ביי אונז האט מען א פילטער אין קאפ, נישט אז מען דארף נישט האבן א פילטער נאר עס איז נישט קיין נייער פראבלעם, זיי האבן געהאט א פראבלעם נאך פאר די אינטערנעט ווען מען איז געגאנגען פלעין אויף די גאס אין גארנישט האט זיך נישט געטושט יעצט ער גייט צי דערצו אן היי אלערט אזוי ווי ווען ער גייט אין גאס..

נ. ב. איך ווייס נישט צי דאס פארטרעט גאנץ גור נאר נאכגעזאגט וואס איך האב געהערט פין 2 גורער יודן

ער האט גערעדט לגבי טעכנעלאגיע אדער לגבי סתם שמירת עינים ?

ער האט מדמה געווען טעכנעלאגיע צי שמירת עינים אז אזוי ווי ער איז אן אלערט ווען ער גייט ארויס אויף די גאס אזוי גייט ער צי א קאמפיוטער.

ווען ער דארף ניצן א קאמפיוטער איז אזוי ווי ער דארף גיין אין מאנהעטן אין. מען נאכדעם דארף מען קיינעם גארנישט מער מסביר זיין נישט קיין חילוק סמארטפאון /קאמפיוטער /טעבלעט יו נעם איט יא לצורך נישט לצורך וכו'...

סזאגט זיך זייער גרינג. די חילוק איז אויפן גאס ווען די יצר הרע רעדט אים איבער, פאלט ער דורך מיט א 'פלעינע' ראי' אסורה. אויפן אינטערנעט פאלט ער דורך מיט א 'גראבע' ראי' אסורה.
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 16, 2018 8:22 pm

אין נין יארק סיטי איז פארבאטן צו רייכערן אין עפנטליכע פלעצער, צב''ש אין אדער נעבן א שפיטאל, פארק, וכדו'. אין אסאך גרויסע ארבעטס פלעצער איז דעריבער דא אזא קליין שטיבל מיוחד צום רייכערן. מיימאנידיס שפיטאל פלעגט אויך האבן אזא שטיבל.
ויהי היום, און עוכר ישראל בלומבערג שר''י האט גענצליך פארבאטן דאס רייכערן אין אזעלכע פלעצער, און מיימאנידיס האט פארמאכט דאס שטיבל. וואס מיינט איר, האבן די רויכערער בלית ברירה מותר געווען אויפ'ן ציגארעטל? א נעכטיגן טאג! זיי האבן אנגעהויבן רייכערן ביים טיר פון בנין, אזויווי פאר דעם פארבאט...
יש ברירה האט געשריבן:נישט יעדע דעבאטע האט איין זייט וועלכע איז א הענעטי.

אוועטאר
shimon7323
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 16, 2018 10:59 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:אין נין יארק סיטי איז פארבאטן צו רייכערן אין עפנטליכע פלעצער, צב''ש אין אדער נעבן א שפיטאל, פארק, וכדו'. אין אסאך גרויסע ארבעטס פלעצער איז דעריבער דא אזא קליין שטיבל מיוחד צום רייכערן. מיימאנידיס שפיטאל פלעגט אויך האבן אזא שטיבל.
ויהי היום, און עוכר ישראל בלומבערג שר''י האט גענצליך פארבאטן דאס רייכערן אין אזעלכע פלעצער, און מיימאנידיס האט פארמאכט דאס שטיבל. וואס מיינט איר, האבן די רויכערער בלית ברירה מותר געווען אויפ'ן ציגארעטל? א נעכטיגן טאג! זיי האבן אנגעהויבן רייכערן ביים טיר פון בנין, אזויווי פאר דעם פארבאט...

;l;p- ;l;p-

אזוי ווי ביי יעדע בילדינג און נ"י וואס עס שטייט אז מען טאר נישט רייכענען אין די 25 פיס פונעם בילדינג, שטייט יעדע נאר דארט און רייכערט
Others say: Don't confuse me with the facts I've already made up my mind

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:44 am

סיז מסודר האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:.

באקומען אין אישי
אישי האט געשריבן:
גער איז א קהילה ווי אלע קהילות, עס איז דא ביי זיי תקנות אזוי ווי ביי אלע קהילות, אויב עפעס איז דארט דא גאר שטרענגע תקנות, כידוע איז די גערער רבי געווען די עומד בראש אין ארץ ישראל מיט איינפירן די כשר'ע טלפונים, און עד היום לאזט ער נישט נאך די פרייז, כשר=נאר רעדן, אן קען טעקסט און אן קיין פיקטשערס.

אזוי ווי איבעראל, ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די סמארטפאון עפאכע האט מען ארויס געשטעלט שטארקע תקנות אז עס זאל נאר זיין פאר ארבייט, און מען מוז האבן א צווייטע טלפון צום רעדן. ביי פרויען טאר זיך אינגאנצן נישט געפינען קיין סמארט פאון. שאפינג איז אסור (במקום הפסד מרובה, קען מען אריינרופן צו די ועדה נעמען א היתר חד פעמי).

די תקנות ווערן אינפארסירט היפש שטארק, עס איז דא א ספעיצעלע 'ועדת הטכנולוגיה' וואס גייען נאך אז די מוסדות זאלן אויספירן די תקנות.

אין ארץ ישראל איז ממש נישט צום זעהן א גערע מיט א סמארטפאון. נישט ביים דאוונען און נישט ביים א שמחה. די וואס האבן א היתר ניצן עס נאר לצורך הפרנסה און נישט מער. (וואטסאפ איז אסור אינגאצן, און פאר וועיז מוז מען האבן א באזונדערע כלי נאר פאר וועיז מיט אזא גאנצע קעסטל ארום דעם משום מראית העין).

אין אמעריקא איז דא זאך נישט אזוי שטארק געווען, און טאקע איז נישט געווען קיין עצה, און מ'האט געמוזט עפענען א נייע תלמוד תורה אין ב"פ, וואס דארט שטייט מען שטארק אויף די תקנות. און יעדער איינער מוז האבן 'משומר-מסלול גור' אויף אלע כלים.

אבער צו גיין זאגן אז מ'מאנט וויינגער ווי אין אנדערע פלעצער. און נאך בויען א גאנצע שיטה אז מ'האלט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם וואס די עולםנ איז איינגעוואוינט זיך אפצוהיטן, איז ווייט ווייט פון די מציאות.
אלעס ארום די מיסטעריע פון דוי

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אפענע קאפ, געדענקסט נאך, הערשקא, יאיר גאלד, נעכטיגן טאג, שליו ודגים און 21 געסט