אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שווערע מענטש, ראשית שטעל איך א לינק צו דיין אשכול כדי מען זאל נישט מיינען אז ביזט גערעכט viewtopic.php?f=3&t=34706

צווייטנס, שקר וכוזב אז דאס איז פארמעקט געווארן צוליב די רעזולטאטן, והא ראיה דער אנדערער אלטע אשכול איז נאך קאי וקיימי. דאס איז פארמעקט געווארן צוליב וואס די ציל פון יענעם אשכול איז געווען קאלט צו מאכן [און מן הסתם די זעלביגע וואס איר ווילט דא, ווייל איר האט גארנישט מוסיף געווען דא].

די רעזולטאטן איז בכלל נישט קיין סורפרייז, ס'איז נישט קיין סוד אז דא דרייען זיך אידן וואס ווילן שווארץ מאכן דעם סייט ווי כאילו דא דרייען זיך רח"ל, ממילא ווען עס קומט אזא אנקעטע איז אן קיין שום ספק אז זיי וועלן שטימען אויף 'נישט' אפי' די אמת איז אנדערש.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

א. טראכטער האט געשריבן:
שווערע מענטש האט געשריבן:נאך א אנעקדאט, פאר א צייט צוריק האביך געמאכט א אנקעטע דא אויף אייוועלט, וויפיל אינטערנעט באנוצער האבן פילטערס, די שאלה איז געגאנגן בערך אזוי.

1) איך האב די קהילה פארלאנגטע פילטער אויף אלע מיינע כלים.
2) איך האב פילטערס אין אלע מיינע כלים אבער נישט די קהילה פילטער.
3) איך האב נאר פילטערס אויף טיילווייז פון מיינע כלים.
4) איך האב בכלל נישט קיין פילטער.

וואס די רעזאלטאטן זענען געווען וויל איך נישאט זאגן, איך וויל דער תגובה זאל האבן א קיום, וויבאלד די אויבן דערמאנטע אנקעטע רעזאלטאטן האט געצווינגן די מנהלים צו פארמעקן דעם גאנצע אשכול.

סוי ווער ער איז צופרידן פון די תקנות הקהלות אז אלעס פארט כשורה, איז צייט זיך אויפצווועקן און אביסל זיך געבן שאקל בעוד מועד.

ווער עס האט נישט קיין פילטער אדער האט א שוואכע פילטר דרייט זיך נישט דא אויף אייוועלט

אזוי שפירט זיך פארזיכערט צי טראכטען און גלייבען.

ווען מ'טוט תשובה קומט מען אהער :lol:

מענטשען אנע פילטערס באלאנגען נישט אין קיין ספעציעלע קאטעגאריע, זיי זענען דא איבעראל.
שווערע מענטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע מענטש »

למעלה משבעים האט געשריבן:שווערע מענטש, ראשית שטעל איך א לינק צו דיין אשכול כדי מען זאל נישט מיינען אז ביזט גערעכט http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=34706

צווייטנס, שקר וכוזב אז דאס איז פארמעקט געווארן צוליב די רעזולטאטן, והא ראיה דער אנדערער אלטע אשכול איז נאך קאי וקיימי. דאס איז פארמעקט געווארן צוליב וואס די ציל פון יענעם אשכול איז געווען קאלט צו מאכן [און מן הסתם די זעלביגע וואס איר ווילט דא, ווייל איר האט גארנישט מוסיף געווען דא].

די רעזולטאטן איז בכלל נישט קיין סורפרייז, ס'איז נישט קיין סוד אז דא דרייען זיך אידן וואס ווילן שווארץ מאכן דעם סייט ווי כאילו דא דרייען זיך רח"ל, ממילא ווען עס קומט אזא אנקעטע איז אן קיין שום ספק אז זיי וועלן שטימען אויף 'נישט' אפי' די אמת איז אנדערש.

א גרויסע ישר כח פארן אהער ברענגן די לינק פונעם גרויסע תגובה, האסט מיך פשוט אויסגעכאפט, איך האב געפלאנט אליינס צו לייגן. (כאטש איך פראביר צו דערגיין וויאזוי דו ווילסט אויפווייזן אז כבין נישט גערעכט).

צווייטנס, די ערשטע מאל איך הער א סיבה פארוואס מהאט געמעקט די אנקעטע אשכול, איך האב פראבירט צו קלאפן טירן, קיינער האט נישט געהעריג געענפערט, עניוועיז, סקומט מיר נאכנישט קיין "שקר וכזב" טיטל, די פאקט אז מהאט געמעקט וויבאלד איך האב "קאלט" געמאכט, איז עס דאך גענוי זי זעלבע וואס איך זאג אז די רעזאלטאטן זענען געווען צו מיאוס.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

א. טראכטער האט געשריבן: ווער עס האט נישט קיין פילטער אדער האט א שוואכע פילטר דרייט זיך נישט דא אויף אייוועלט

שטארק אקטיווע שרייבער מסתם אלע.
נישט שטארק אקטיווע, און ליינער איז מסתם דא פון ביידע סארטן. ווי נישט ווי, זאל די הייליגע ״אידישע וועלט״ מצליח זיין מער און מער בכמות ובאיכות - און כמותו - ווי די סייט - ירבה בישראל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ניין, נישט די רעזולטאטן האבן קאלט געמאכט, ווייל ווי געשריבן די רעזולטאטן איז באמת נישט קיין שום ראיה [און פאר מיר איז דאס געווען ערווארטעט], נאר דער ציל פון דעם אשכול איז דאס געווען. כ'ווייס נישט וועלכע טיר איר האט פראבירט קלאפן [יענעם אשכול אין פארברענגן איז נישט קיין פלאץ צו פרעגן שאלות פון די הנהלה און ערווארטן אן ענטפער, פאר א סיבה איז עס אין פארברענגן, צו פרעגן פון די הנהלה דארף מען זיך ווענדן צו זיי דירעקט].
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הרב @שווערע איך בין מוחה אויף אייערע הנחה צו זאגן אז ריזיגע חלקים פון די חסידישע היימישע יודן פון כלל ישראל האבן נישט - אדער האבן א שוואכע פילטער.

חס ושלום אזוי צו זאגן! היימישע חסידישע יודן לייגן גוטע פילטערס און פאלגן די דעת פון די ערליכע יודן. און זענען נישט עובר אויף די איסור התורה פון לא תתרו אחרי לבבכם - וואס איז א קלארע הלכה גע׳פסק׳נט אן קיין שום חולק.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:הרב @שווערע איך בין מוחה אויף אייערע הנחה צו זאגן אז ריזיגע חלקים פון די חסידישע היימישע יודן פון כלל ישראל האבן נישט - אדער האבן א שוואכע פילטער.

חס ושלום אזוי צו זאגן! היימישע חסידישע יודן לייגן גוטע פילטערס און פאלגן די דעת פון די ערליכע יודן. און זענען נישט עובר אויף די איסור התורה פון לא תתרו אחרי לבבכם - וואס איז א קלארע הלכה גע׳פסק׳נט אן קיין שום חולק.

אויב אזוי קענט איר מיר זאגן פארוואס די מוסדות שטעלן זיך אזוי דעראויף מער ווי שמירת שבת און טהרת המשפחה?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:הרב @שווערע איך בין מוחה אויף אייערע הנחה צו זאגן אז ריזיגע חלקים פון די חסידישע היימישע יודן פון כלל ישראל האבן נישט - אדער האבן א שוואכע פילטער.

חס ושלום אזוי צו זאגן! היימישע חסידישע יודן לייגן גוטע פילטערס און פאלגן די דעת פון די ערליכע יודן. און זענען נישט עובר אויף די איסור התורה פון לא תתרו אחרי לבבכם - וואס איז א קלארע הלכה גע׳פסק׳נט אן קיין שום חולק.

עם עם עם...
וויפיל יונגעלייט קענט איר וואס זייער טעגליכער שחרית-תפלין לייגן, נעמט נישט מער ווי צען מינוט אדער ווייניגער [ליידער]?.....
Yankel
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yankel »

למעלה משבעים האט געשריבן:שווערע מענטש, ראשית שטעל איך א לינק צו דיין אשכול כדי מען זאל נישט מיינען אז ביזט גערעכט http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=34706

צווייטנס, שקר וכוזב אז דאס איז פארמעקט געווארן צוליב די רעזולטאטן, והא ראיה דער אנדערער אלטע אשכול איז נאך קאי וקיימי. דאס איז פארמעקט געווארן צוליב וואס די ציל פון יענעם אשכול איז געווען קאלט צו מאכן [און מן הסתם די זעלביגע וואס איר ווילט דא, ווייל איר האט גארנישט מוסיף געווען דא].

די רעזולטאטן איז בכלל נישט קיין סורפרייז, ס'איז נישט קיין סוד אז דא דרייען זיך אידן וואס ווילן שווארץ מאכן דעם סייט ווי כאילו דא דרייען זיך רח"ל, ממילא ווען עס קומט אזא אנקעטע איז אן קיין שום ספק אז זיי וועלן שטימען אויף 'נישט' אפי' די אמת איז אנדערש.

איר זאלט מיר מוחל זיין אז איך בין נישט באקאנט וואס זיינע מאטיוון זענען. ער זאגט אבער דברים של טעם. דער גאנצע מהלך פון אראפשטעלן געפילטערטע סמארטפאון באניצער ווי צווייטע קלאס אידן (כלשון אחד הרבנים אצל האסיפה בק״י א׳ שמות) ברענגט אז מענטשן זאלן נישט לייגן קיין פילטער בכלל וויסענדיג אז קיין לכתחלה׳דיגער איד איז ער שוין סייווי נישט.
און דער וואס לייגט יא איזעס פשוט ווייל ער אנערקענט אליינס און די פראבלעם און נישט צילוב די רבנים.. ומה הועילו בתקנתן?
און צו די וואס טענה׳ן, פרעג נישט קיין שאלות אויף די רבנים זאלן קודם חזר׳ן ״איך בין א צווייטע קלאס איד״ ווייל איך ליין נייעס אויף אייוועלט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איר האט שוין באגעגענט א איד וואס די סיבה פארוואס ער האט 'בכלל נישט' קיין פילטער איז ווייל קיין לכתחילה'דיגע איד וועט ער ממילא נישט זיין?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יאפ ליידער. און בפרט ביי די יונגערע..

ווען מען גייט ווען צי אביסל אנדערש וואלטן זיי זיך העפליך צי געשטעלט. יעצט זענען זיי סייוי אפגעפרעגט און קימערען זיך נישט מיט די גאנצע זאך...
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

חס ושלום צו קאלט מאכן אבער א בת היענה דארף מען נישט זיין..
איך האב חבירים וואס שיקן אין סאטמאר ווילי און האבן נישט קיין פילטער.
איך פרעג געווענטליך צוויי שאלות
1. וואס געט מען זיך אן עצה מיט די מוסדות, די תירוץ איז עפי״ר כופר הכל דהיינו זיי געבן אן אז זיי נוצן עפעס א פליפ פאון...
2. וואס גייט דיר אן?
איז די תירוץ אז מען לאזט נישט לעבן למשל די פאון ארבייט שטייט, אדער אז וואטסעפפ קען מען נישט זען קיין ווידיאוס פון גראפס וכדו׳

פון די אנדערע זייט קען איך אינגעלייט וואס ריפארטען נישט פאר די מוסדות און מאכן זיך א אייגענע פילטער , צו עפל רעסטריקשאן צו וועבחבר אדער וואס גייען אליינס אריין צו טעג...

בקיצור עס איז א שווערע דור, מען דארף משיח...
הכל לטובה!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

shimon7323 האט געשריבן:יאפ ליידער. און בפרט ביי די יונגערע..

ווען מען גייט ווען צי אביסל אנדערש וואלטן זיי זיך העפליך צי געשטעלט. יעצט זענען זיי סייוי אפגעפרעגט און קימערען זיך נישט מיט די גאנצע זאך...

דאס איז א תירוץ פארן באבנ'ס קאץ!!!
דוק וטישטעך
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ניס קראכער האט געשריבן:

מען האט געפרעגט אויב מען ווייסט, האב איך געשריבן אז יא.

און אויב זיכט מען נישט תכלית בין איך אקעי דערמיט, אבער אויב יא, דארפן זיך זאכען אביסעלע טוישן
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

ווי אזוי ווערט געמאסטען אויב די אינטערנעט מערכה איז מצליח? (איז דא א וועג צי וויסען אויב וואס מ'פראבירט אזוי שטארק העלפט טאקע?)

דורך...
א קלענערע פראצענט אינגעלייט פארמאגען סמארטפאון'ס?
ווייניגער סמארטפאון'ס ביי די נשים?
א רעדעצירונג אין די צאל וואס פארען ליידער אפ?
א רעדיצירונג אין די צאל מענטשען וואס מיטשענען זיך מיט קדושה ענינים?
די צאל פין אקאונטס מיט די היימישע פילטערס?
פעלט נישט אויס צי מעסטען, מ'דארף נאר טוהן?
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

ניס קראכער האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:יאפ ליידער. און בפרט ביי די יונגערע..

ווען מען גייט ווען צי אביסל אנדערש וואלטן זיי זיך העפליך צי געשטעלט. יעצט זענען זיי סייוי אפגעפרעגט און קימערען זיך נישט מיט די גאנצע זאך...

דאס איז א תירוץ פארן באבנ'ס קאץ!!!
דוק וטישטעך

די אינטערנעט מערכה דארף גיין אויף א מיטל וועג. טאמער ווערט עס געפירט מיט עקסטרימיזם אדער דורך עקסטרעמיסטן האט עס א פנים ווי נטורי קרתא אדער די וואס גייען צו די אראבער און עס ווערט א ליצנות. די מערכה דארף האבן א ברייטע טענט און דעמאלץ וועלן זיך רוב צושטעלן. טאמער עס רערפזענטירט נאר די בליק פון מענטשן פון די עקסטרים ענד וועט די המון עם זיך נישט אידעטיפיצירן מיט דעם.

וואס די מיטל וועג איז דאס דארף מען דן זיין בכובד ראש און דארף אריין נעמען די מיינונג פון מענטשן אינדערמיט און נישט "כל המרבה בעקסטרימיזם הרי זה משובח".
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

Don't worry האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
די אינטערנעט מערכה דארף גיין אויף א מיטל וועג. טאמער ווערט עס געפירט מיט עקסטרימיזם אדער דורך עקסטרעמיסטן האט עס א פנים ווי נטורי קרתא אדער די וואס גייען צו די אראבער און עס ווערט א ליצנות. די מערכה דארף האבן א ברייטע טענט און דעמאלץ וועלן זיך רוב צושטעלן. טאמער עס רערפזענטירט נאר די בליק פון מענטשן פון די עקסטרים ענד וועט די המון עם זיך נישט אידעטיפיצירן מיט דעם.

איך מיין אז ביי קהילת סאטמאר מהרי''י ווערט עס געפירט אויף א מיטל וועג
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום מיטוואך יאנואר 24, 2018 12:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

א. טראכטער האט געשריבן:
Don't worry האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
די אינטערנעט מערכה דארף גיין אויף א מיטל וועג. טאמער ווערט עס געפירט מיט עקסטרימיזם אדער דורך עקסטרעמיסטן האט עס א פנים ווי נטורי קרתא אדער די וואס גייען צו די אראבער און עס ווערט א ליצנות. די מערכה דארף האבן א ברייטע טענט און דעמאלץ וועלן זיך רוב צושטעלן. טאמער עס רערפזענטירט נאר די בליק פון מענטשן פון די עקסטרים ענד וועט די המון עם זיך נישט אידעטיפיצירן מיט דעם.

איך מיין אז ביי קהילת סאטמאר מהר''י ווערט עס געפירט אויף א מיטל וועג

דאוטנט ווארי
די זאגסט גארנישט אנדערשט ווי איך האלט
ס'דארף זיין א נארמאלע וועג ווי אזוי מען באהאנדעלט די פראבלעם
דהיינו אז נאר די רבני הקהילה זאלן דן זיין וואס די ריכטיגע וועג איז
יעדע קהילה האט זיך זיין מהלך וואס ער האט באשלאסן ס'איז ריכטיג צו טוען

אין איך האב שוין ערגעץ אויבן געשריבן
דאס וואס די זאגסט
אז די גרעסטע חורבן פון די מערכה איז אז ס'איז דא פריוואטע מענטשן וואס האבן דיסיידעט אז זיי פארשטייען בעסער ווי די רבנים
אין זיי וועלן שוין זאגן פארן עולם וואס פינקטליך מען מעג אין מען טאר נישט טוען
איך וויל נישט רעדן אויף קיינעם פערזענדליך אבער יעדע פעולה וואס איינער פריוואט נעמט אינטער קעגן טעכנעלאגיע קען מען זאגן בפה מלא אז ס'האט געהארגעט די מערכה
ועל זאת ליבנו דוה
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

shimon7323 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:יאפ ליידער. און בפרט ביי די יונגערע..

ווען מען גייט ווען צי אביסל אנדערש וואלטן זיי זיך העפליך צי געשטעלט. יעצט זענען זיי סייוי אפגעפרעגט און קימערען זיך נישט מיט די גאנצע זאך...

דאס איז א תירוץ פארן באבנ'ס קאץ!!!
דוק וטישטעך

מען האט געפרעגט אויב מען ווייסט, האב איך געשריבן אז יא.

און אויב זיכט מען נישט תכלית בין איך אקעי דערמיט, אבער אויב יא, דארפן זיך זאכען אביסעלע טוישן

דיין תשובה איז אז די קענסט אזעלכע וואס די "סיבה" פארן נישט לייגן קיין פילטער איז צוליב וואס ער גייט קיין לכתחילה'דיגער איד ממילא נישט זיין? אדער דיין תשובה איז אז די קענסט אזעלכע וואס לייגן נישט קיין פילטער?

פארוואס איך פרעג? ווייל איינער וואס זאגט אז דאס איז זיין סיבה, אזא איינער איז אן קיין ספק אז ער האלט נישט קיין אידישקייט בכלל! און דאס ניצט ער ניטאמאל פאר א תירוץ נאר פשוט אלץ ליצנות, משוגע דארף מען זיין אים צו גלייבן אז דאס איז זיין סיבה...

ווייל פארוואס זאל דאס זיין אנדערש ווי, אויב גייט אים אויסקומען צו פארשלאפן די ערשטע זמן קרי"ש וועט ער קיין קרי"ש בכלל נישט ליינען, אויב גייט אים אויסקומען אז ער פארשפעטיגט זמן תפילה וועט ער שוין נישט דאוונען, קיין לכתחילה'דיגער איד וועט ער שוין ממילא נישט זיין, און די זעלבע איז מיט אלע סארטן הלכות וואס מען איז מתיר בדיעבד, וועט ער שוין די הלכה נישט האלטן בכלל כדי נישט צו זיין קיין לכתחילה'דיגער איד, א מין היפאקריטישע וועג פון טראכטן.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

איך האב נישט אלעס געליינט דא, אבער איך וועל צולייגן מיינע צוויי סענס.

אינטערנעט איז א פאקט! א חלק פון לעבן, עס האט נישט קיין שום זין דאס צו אסר'ן אויב מען קען מאכן א וועג מען זאל לעבן דערמיט.

די פאקט איז א מען קען אהערשטעלן גיטע סמארטפאונס מיט גיטע פילטער'ס, און דאס וואלט געדארפט זיין די לעזונג. אפשר קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעים פון א סמארטפאון מיט א גיטע פילטער? איך האב טאקע נישט קיין סמארט פאון ווייל איך בין נישט דער מענטש צו טוהן זאכן אנדערש און קלוגער פון יעדן, אבער למעשה איז דאס א נארישע מערכה, מען דארף אהערשטעלן גיטע סמארטפאונ'ס מיט גיטע פילטער'ס און שוין.

א סמארטפאון איז היינט צו טאגס א קאמיוניקעישאן מיטל, א וועג פון לעבן, א געצייג צו פירן די חשבונות פון באנק, און נאך ניצבארע זאכן. איי עס האט אויף זיך שמיץ אויך? זאל מען טאקע אהערשטעלן געזינטע פילטער'ס און שוין.

די עיקר פראבלעים פון סמארטפאונס איז אז עס איז גרינג זיך צו מאכן כאילו מען האט א פילטער און למעשה האט מען נישט, עס וואלט געדארפט זיין אזא סארט סמארטפאון וואס די עצם סמארטפאון קוקט אויס אנדערש ווי א אלגעמיינע סמארטפאון אן א פילטער, אזוי וואלט יעדער זיך געשעמט צו האבן אן אנדערע סארט פאון, ווייל יעדער וואלט געוויסט אז ער האט נישט קיין פילטער, אבער בעצם צו שרייען א גאנצן טאג קעגן סמארטפאון איז נאריש, ווייל דאס איז היינט די מציאות פון לעבן צו מען וויל יא צו מען וויל נישט, און מען דארף דיעלן דערמיט, און אויסארבעטן א וועג אז יעדער זאל קענען האבן א סמארטפאון נאר מיט א גיטע פילטער.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:די פאקט איז א מען קען אהערשטעלן גיטע סמארטפאונס מיט גיטע פילטער'ס

אויף וואס איז געבויעט דעם פאקט?

אפשר זאלט איר דעפיינען וואס גוט מיינט עמער בעסער פארשטיין אויף וואס דאס איז געבויעט.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

למעלה, אויף וואס איז געבויעט א פאקט אז מען קען נישט אהערשטעלן גיטע פילטערס?

אין די היינטיגע טעכנעלאגישע וועלט קען מען אלעס אהערשטעלן, און גדר משומר טעג פילטער'ס זענען טאקע א דוגמא פאר דעים.

איך האב נאר צוגעלייגט, אז ווען מען לייגט זיך אריין דערין (מען אינוועסט געלט וכו') וואלט מען געקענט אפילו אויפקומען מיט א סמארטפאון וואס קוקט אויס אנדערש ווי אלגעמיינע סמארפאונ'ס, וואס די סמארטפאונ'ס זאלן אטאמאטיש זיין געפילטערט, כדי יעדער זאל זיך שעמען צו האבן אן אנדערע סמארטפאון. דאס איז נאך א נושא, אבער בעצם איז זיכער אז מען קען אהערשטעלן, און מען שטעלט אהער, גיטע פילטער'ס, נו אויב אזוי וואס איז די פראבלעים אז דער עולם זאל האבן סמארטפאונ'ס?
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איך וויל נישט אריין רעדן דא ווייל מיין שיטה איז גאר ווייט פון רוב וואס רעדן דא,
נאר צופעליג בין איך נעכטן געווען ביי גדר האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי רעדן זיך אפ אז ס'ווערט שווערער און שווערער צי פילטערן די סמארטפאונס. ווייל זייער אסאך עפפס קען מען נישט פילטערן.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

כא כא כא האט געשריבן:איך וויל נישט אריין רעדן דא ווייל מיין שיטה איז גאר ווייט פון רוב וואס רעדן דא,
נאר צופעליג בין איך נעכטן געווען ביי גדר האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי רעדן זיך אפ אז ס'ווערט שווערער און שווערער צי פילטערן די סמארטפאונס. ווייל זייער אסאך עפפס קען מען נישט פילטערן.

רעד יא אריין, אפילו דיין שיטה איז גאר ווייט פון וואס מען רעד דא.

אפשר האלט איך אויך ווי דיר? איך האלט אז מיט די פילטער איז א סמארטפאון א פראבלעים, קודם כל אלס מענטשליכקייט, מען לעבט נישט רואיג, מען איז כסדר פארנומען מיט די דרויסנדיגע וועלט, (א פשוט'ע סעל האט אויך די פראבלעים, אבער א סמארטפאון סאך מער)

און אלס אידישקייט, איז לכאורה אויך נישט אזוי פשוט, ליידער איז דער עולם היינט צוגעבינדען צו נייעס, וואס איז קלאר פול מיט די ערגסטע שמיץ, און עס איז דא א פארלאנג פון מענטשן צו לאזן אפן נייעס, דאס מיינט אז דער עולם איז בכלל נישט געבויעט אין אידישקייט, דער פראבלעים איז מיט די מענטשן, זייערע שוואכע יסודות אין אידישע לעבן, די פראבלעים איז נישט אזוי ווייט די סמארטפאון אליין.

איך שמועס נאר אויס דא איין נקודה קטנה פון די ברייטע סובזשעקט, ועוד חזון אי"ה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

סידיראם האט געשריבן:
און אלס אידישקייט, איז לכאורה אויך נישט אזוי פשוט, ליידער איז דער עולם היינט צוגעבינדען צו נייעס, וואס איז קלאר פול מיט די ערגסטע שמיץ, און עס איז דא א פארלאנג פון מענטשן צו לאזן אפן נייעס, דאס מיינט אז דער עולם איז בכלל נישט געבויעט אין אידישקייט, דער פראבלעים איז מיט די מענטשן, זייערע שוואכע יסודות אין אידישע לעבן, די פראבלעים איז נישט אזוי ווייט די סמארטפאון אליין.

איך שמועס נאר אויס דא איין נקודה קטנה פון די ברייטע סובזשעקט, ועוד חזון אי"ה.

יפה דיברת, עס וועט נישט העלפען מערכות אויב די פראבלעמן זענען נישט דארט ווי מען פארפירט.

למעלה משבעים האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:

מען האט געפרעגט אויב מען ווייסט, האב איך געשריבן אז יא.

און אויב זיכט מען נישט תכלית בין איך אקעי דערמיט, אבער אויב יא, דארפן זיך זאכען אביסעלע טוישן

דיין תשובה איז אז די קענסט אזעלכע וואס די "סיבה" פארן נישט לייגן קיין פילטער איז צוליב וואס ער גייט קיין לכתחילה'דיגער איד ממילא נישט זיין? אדער דיין תשובה איז אז די קענסט אזעלכע וואס לייגן נישט קיין פילטער?

פארוואס איך פרעג? ווייל איינער וואס זאגט אז דאס איז זיין סיבה, אזא איינער איז אן קיין ספק אז ער האלט נישט קיין אידישקייט בכלל! און דאס ניצט ער ניטאמאל פאר א תירוץ נאר פשוט אלץ ליצנות, משוגע דארף מען זיין אים צו גלייבן אז דאס איז זיין סיבה...

ווייל פארוואס זאל דאס זיין אנדערש ווי, אויב גייט אים אויסקומען צו פארשלאפן די ערשטע זמן קרי"ש וועט ער קיין קרי"ש בכלל נישט ליינען, אויב גייט אים אויסקומען אז ער פארשפעטיגט זמן תפילה וועט ער שוין נישט דאוונען, קיין לכתחילה'דיגער איד וועט ער שוין ממילא נישט זיין, און די זעלבע איז מיט אלע סארטן הלכות וואס מען איז מתיר בדיעבד, וועט ער שוין די הלכה נישט האלטן בכלל כדי נישט צו זיין קיין לכתחילה'דיגער איד, א מין היפאקריטישע וועג פון טראכטן.

יא און סאיז ליידער דא אסאך פון די, זענען אבער די עסקנים פארנומען מיט די סמארטפואנס און עס פאלט שטיקער.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”