א נשמה אין געפענגעניש, בימים ההם ובזמן הזה!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

א נשמה אין געפענגעניש, בימים ההם ובזמן הזה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בעזהי"ת

דרייט זיך א אידעלע, אינגאנצן צעקלאפט, פארקלעמט און צעבראכן, ער זעהט נישט די לעכטיגקייט, ער שפירט נישט די ווארעמקייט, די הסתר פנים איז גרויס, אלעס איז מיטען פיטם אראפ.

ער גייט אריין אין שוהל, ער רפאבירט צי אויסגיסען די הארץ צום טאטען אויבען אין הימעל, אבער עס גייט נישט, ער קעו נישט מכוין זיין אפילו צוויי ווערטער, ער פראבירט זיך צי זעצן לערנען, אבער זין קאפ פליהט איהם אוועק, ער שפירט נישט קיין קרבת אלוקים, קיין יראת שמים, א פינסטערקייט.

א הסתר פנים!!!

צי זענען מיר אין גלות?


כלל ישראל במשך איהר עקסיזטענץ, איז דורך געגאנגען ביטערע גלות'ען, שווערע רדיפות, פאגראמען און רציחות, נאכאנאנדע עלילות, גירושים און וואס נישט.

נאכנישט געווען אין די גלות היסטאריע אזא רואיגע תקופה ווי די שנות הת"ש, כן יעזור ה' הלאה, א דעמאקראטישע וועלט, אידן לעבן על המנוחה ועל הנחלה, אהן קיין רדיפות און פלאג, מען איז באקוועם, מיט א שפע, פעלט ב"ה גארנישט, איז ווער זאגט אז מען איז היינט אין גלות? פארשטייט זיך, משיח איז נאכנישט דא, עס איז ווייט פון די עולם התיקון, אבער מיט וואס איז דאס א גלות?

די שאלה קען פארענטפערט זיך מיט אן אנדער שאלה, פארוואס טאקע, אין די לאנגע יארן פון פיין און פלאג, האבן אידן געהאט א ישוב הדעת, א רואיגקייט, א קירבת אלוקים, און דוקא ביי די גאלדענע יארן, פעלט ישטב הדעת, פעלט רואגקייט, מערט זיך ליידער - אויף אלע אונזערע שונאים - גייסטישע שוועריגקייטען?

גלות מצרים


ווען מען זיצט פסח ביינאכט אויפען היסב בעטל, זאגט מען "ואילו לא הוציא הקב"ה את אבותינו ממצרים הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו לפרעה במצרים", שטעלט זיך א פראגע, איז מען טאקע נישט משועבד פאר פרעה, איז מען דען פריי? מען איז דאך שוין ווידער משועבד, מען איז דאך שוין ווידער אין גלות, פאר נבוכדנצר, פאר אחשוורוש, פאר אנטיוכס, פאר אדום, וואס איז א חילוק פאר וועהם מען איז משועבד?

שטייט אין ספרים הקדושים א מורא'דיגע נקודה, ווי עס וועט זיך פארשטיין מיט וואס מען האט געהערט פון הצדיק הרה"ח ר' שלום מרדכי רובאשקין שליט"א וואס איז בחסדי ה' יתברך באפרייט געווארן פון טורמע, האט ער אויסגערופען מיט א שטארקייט אז ער איז קיינמאל נישט געווען אין טורמע, זיין גוף איז טאקע געווען אין טורמע, אבער נישט די הייליגע אידישע נשמה, אויף דעהם האבן זיי נישט געהאט קיין שליטה.

דאס איז א דורך אויף כלל ישראל אין גלות בבל, גלות מדי, יון און אדום, מען איז טאקע גע'רודפ'ט געווארן און געפייניגט געווארן, אבער נאר די גופים, נישט די נשמות, מען האט געהאט א ישוב הדעת, קדושה, אבער ביי גלות מצרים ווערט געברענגט אין אלע ספרים, איז געווען א "גלות הדעת", די דעת פון א איד, די נשמה איז געווען אין גלות געפאנגען, מען איז געווען "משועבד" בעצם פאר פרעה, פאר די מ"ט שערי טומאה, וועגן דעהם זאגט מען "ואילו לא הוציא וכו' הרי אנו ובנינו ובני בניניו משועבדים היינו", מען וואלט געווען אינגאנצען משועבד, די דעת וואלט ווען אויך געווען משועבד.

בימים ההם ובזמן הזה


שטייט פון אר"י הק' אז די גלות מצרים וועט זיך איבער חזר'ען איידער ביאת המשיח, די גלות הדעת, די טירוף הדעת, און דאס איז אונזער גלות בזמן הזה, די שווערסטע גלות פון אלע גלות'ער, ווייל טירוף הדעת איז דער מקור פון אלע פורעניות, אזוי ווייט אז צדיקים האבן געזאגט, אז מער ווי די יצה"ר וויל מכשיל זיין א מענטש מיט א חטא, וויל ער די טירוף הדעת וואס דער מענטש האט צוליב די חטא.


דארפן מיר נעמען די גלות מצרים און זיך אפלערנען פאר אונז.

וואס זעהן מיר ביי גלות מצרים? די הייליגע מראה נבואה ווי הקב"ה האט זיך אנטפלעקט פאר משה רבינו איז געווען ביי די סנה "וְהִנֵּה הַסְּנֶה בֹּעֵר בָּאֵשׁ", שטייט אין רש"י, און אלע ספרים הקדושים קאכען זיך דערמיט, אז דער אייבישטער האט זיך מגלה געווען מתוך הסנה, דוקא פון די נידעריגע שטעכעדיגע בוים, וואס האט לכאורה נישט קיין תועלת, צי ווייזען אז אפילו אין די נידעריגע שטעכעדיגע גלות, איז די אייבישטער מיט אונז, "עמו אנכי בצרה", אפילו אין די גלות הדעת, די הסתר פנים, איז השי"ת דא, מיט אונז אינאיינעם.

משה רבינו האט דאן געפרעגט פונעם אייבישטער, אז כלל ישרל וועט פרעגן וואס איז דיין נאמען, "מה אומר אליהם"? האט השי"ת איהם געענטפערט, "אהי' אשר אהי'", דער עצם נאמען פון השי"ת שרייט ארויס, אז איך בין מיט כלל ישראל אין גלות מצרים, און איך בין מיט ענק אין אלע גלות'ען, אין בין מיט ענק ביי גלות הגופים, און איך בין מיט ענק אין די גלות הדעת, און די הסתר פנים, אין ווען מען זעהט נישט קיין קירבת אלוקים, מען שפירט נישט קיין העכער'ס, דארט איז השי"ת, "זֶה שְּׁמִי לְעֹלָם וְזֶה זִכְרִי לְדֹר דֹּר".

יציאת מצרים פאר יעדן איד, יעדן טאג


איינער פון די מצוות אין די תורה, איז "זכירת יציאת מצרים" יעדן טאג בייטאג און ביינאכט, אין ספרים הק' שמועסט מען אויס אז דאס איז נישט בלויז צי זאגן מיט די מויל, נאר יעדער איד קען דורך גיין יעדן טאג א פערזענליכע "יציאת מצרים", ער קען יעדן טאג ארויס גיין פון זיין אייגען גלות, פון די גלות הדעת.

וואס זעהן מיר דעמאלט, "וְעַתָּה הִנֵּה צַעֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בָּאָה אֵלָי" שטייט אין ספה"ק ישמח ישראל אז אפילו כלל ישראל איז געווען אזוי טיעף אין די גלות הדעת, זיי האבן אפילו נישט געקענט דאווענען, אבער איין קרעכץ פון טיעפען הארץ האט אויפגעטוען, און ער פירט אויס, אז אויב א איד קען חלילה נישט דאווענען, זיין קאפ איז נישט אויפען פלאץ, אויב וועט אבער פון זיין תפילה עולה זיין נאר איין קרעכץ, איין "אוי", פון טיעפן הארץ, נעמט דאס השי"ת אהן.

די הסתר פנים, דער מיטל צי שטייגען


און נאך עפעס, ווען מען זייעט איין א פרי, לייגט מען אריין א קערינדל אין די ערד, מען באוואסערט עס, ביז די קערינדיל ווערט גוט פארדארבן, און נאר דעמאלט הייבט עס אהן שפראצן, און ער וואקסט ארויס א ביימל, אבער אויב עס וועט נישט ווערן שטארק פארדארבן וועט די ביימל קיינמאל נישט אנהייבן וואקסן.

זאגן אונזערע צדיקים אז די שרעקליכע גלות הדעת וואס איז געווען אין מצרים, דאס גופא איז געווען די הכנה פאר מתן תורה, פאר די "והייתם לי סגולה", דאס איז געווען די פארדארבענקייט וואס אויף דעהט האט ארויס געשפראצט די הערליך ביימל, וואס וואקסט נאך עד היום הזה, דאס איז דאך"כלל ישראל".

איז פארשטייט זיך, אז אויך היינט ווען א מענטש שפירט זיין גלות הדעת, זאל ער וויסן אז דאס גופא וועט איהם העלפן בליעהן, ער קען אנקומען גאר הויעך, נישט "טראץ" די שוועריגקייט, נאר דוקא "צליב" די שוועריגקייטן, אזוי ווי חז"ל זאגן "כל שאינו בהסתר פנים אינו באחד מהן" ווער עס שפירט נישט קיין הסתר פנים איז א סימן אז עס פעלט עפעס איז זיין אידשיקייט, און וועגן דעהם האבן צדיקין געזאגט אז די נשמות פון אונזער דור איז הייליגער ווי די נשמות פון די פריערדיגע דורות, ווייל ווי גרויס די הסתר פנים איז, ווי מער די פארדארבענקייט איז, אלץ הייליגער וועט ער אנקומען ווען ער גייט ארויס פון זיין גלות.

זאל מען בקרוב זוכה זיין, אז עס זאל מקויים ווערן "כימי צאתנו ממצרם אראנו נפלאות" בב"א

[size=85]מלוקט מספרים הק'
[/size]
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום פרייטאג יאנואר 05, 2018 1:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

הערליך
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

זייער שיין ישר כח.
חזק חזק ונתחזק...
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

גאר שטארק שכח
#איך-פארק-מענטשליך
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

וואו געוואלדיג
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

זייער שטארק, א חיזוק, געבלענדעד מיט מוסר.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

הייליג און טייער יעדעס ווארט!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תחשוב טוב »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:בעזהי"ת

דרייט זיך א אידעלע, אינגאנצן צעקלאפט, פארקלעמט און צעבראכן, ער זעהט נישט די לעכטיגקייט, ער שפירט נישט די ווארעמקייט, די הסתר פנים איז גרויס, אלעס איז מיטען פיטם אראפ.

ער גייט אריין אין שוהל, ער רפאבירט צי אויסגיסען די הארץ צום טאטען אויבען אין הימעל, אבער עס גייט נישט, ער קעו נישט מכוין זיין אפילו צוויי ווערטער, ער פראבירט זיך צי זעצן לערנען, אבער זין קאפ פליהט איהם אוועק, ער שפירט נישט קיין קרבת אלוקים, קיין יראת שמים, א פינסטערקייט.

א הסתר פנים!!!

צי זענען מיר אין גלות?


כלל ישראל במשך איהר עקסיזטענץ, איז דורך געגאנגען ביטערע גלות'ען, שווערע רדיפות, פאגראמען און רציחות, נאכאנאנדע עלילות, גירושים און וואס נישט.

נאכנישט געווען אין די גלות היסטאריע אזא רואיגע תקופה ווי די שנות הת"ש, כן יעזור ה' הלאה, א דעמאקראטישע וועלט, אידן לעבן על המנוחה ועל הנחלה, אהן קיין רדיפות און פלאג, מען איז באקוועם, מיט א שפע, פעלט ב"ה גארנישט, איז ווער זאגט אז מען איז היינט אין גלות? פארשטייט זיך, משיח איז נאכנישט דא, עס איז ווייט פון די עולם התיקון, אבער מיט וואס איז דאס א גלות?

די שאלה קען פארענטפערט זיך מיט אן אנדער שאלה, פארוואס טאקע, אין די לאנגע יארן פון פיין און פלאג, האבן אידן געהאט א ישוב הדעת, א רואיגקייט, א קירבת אלוקים, און דוקא ביי די גאלדענע יארן, פעלט ישטב הדעת, פעלט רואגקייט, מערט זיך ליידער - אויף אלע אונזערע שונאים - גייסטישע שוועריגקייטען?

גלות מצרים


ווען מען זיצט פסח ביינאכט אויפען היסב בעטל, זאגט מען "ואילו לא הוציא הקב"ה את אבותינו ממצרים הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו לפרעה במצרים", שטעלט זיך א פראגע, איז מען טאקע נישט משועבד פאר פרעה, איז מען דען פריי? מען איז דאך שוין ווידער משועבד, מען איז דאך שוין ווידער אין גלות, פאר נבוכדנצר, פאר אחשוורוש, פאר אנטיוכס, פאר אדום, וואס איז א חילוק פאר וועהם מען איז משועבד?

שטייט אין ספרים הקדושים א מורא'דיגע נקודה, ווי עס וועט זיך פארשטיין מיט וואס מען האט געהערט פון הצדיק הרה"ח ר' שלום מרדכי רובאשקין שליט"א וואס איז בחסדי ה' יתברך באפרייט געווארן פון טורמע, האט ער אויסגערופען מיט א שטארקייט אז ער איז קיינמאל נישט געווען אין טורמע, זיין גוף איז טאקע געווען אין טורמע, אבער נישט די הייליגע אידישע נשמה, אויף דעהם האבן זיי נישט געהאט קיין שליטה.

דאס איז א דורך אויף כלל ישראל אין גלות בבל, גלות מדי, יון און אדום, מען איז טאקע גע'רודפ'ט געווארן און געפייניגט געווארן, אבער נאר די גופים, נישט די נשמות, מען האט געהאט א ישוב הדעת, קדושה, אבער ביי גלות מצרים ווערט געברענגט אין אלע ספרים, איז געווען א "גלות הדעת", די דעת פון א איד, די נשמה איז געווען אין גלות געפאנגען, מען איז געווען "משועבד" בעצם פאר פרעה, פאר די מ"ט שערי טומאה, וועגן דעהם זאגט מען "ואילו לא הוציא וכו' הרי אנו ובנינו ובני בניניו משועבדים היינו", מען וואלט געווען אינגאנצען משועבד, די דעת וואלט ווען אויך געווען משועבד.

בימים ההם ובזמן הזה


שטייט פון אר"י הק' אז די גלות מצרים וועט זיך איבער חזר'ען איידער ביאת המשיח, די גלות הדעת, די טירוף הדעת, און דאס איז אונזער גלות בזמן הזה, די שווערסטע גלות פון אלע גלות'ער, ווייל טירוף הדעת איז דער מקור פון אלע פורעניות, אזוי ווייט אז צדיקים האבן געזאגט, אז מער ווי די יצה"ר וויל מכשיל זיין א מענטש מיט א חטא, וויל ער די טירוף הדעת וואס דער מענטש האט צוליב די חטא.


דארפן מיר נעמען די גלות מצרים און זיך אפלערנען פאר אונז.

וואס זעהן מיר ביי גלות מצרים? די הייליגע מראה נבואה ווי הקב"ה האט זיך אנטפלעקט פאר משה רבינו איז געווען ביי די סנה "וְהִנֵּה הַסְּנֶה בֹּעֵר בָּאֵשׁ", שטייט אין רש"י, און אלע ספרים הקדושים קאכען זיך דערמיט, אז דער אייבישטער האט זיך מגלה געווען מתוך הסנה, דוקא פון די נידעריגע שטעכעדיגע בוים, וואס האט לכאורה נישט קיין תועלת, צי ווייזען אז אפילו אין די נידעריגע שטעכעדיגע גלות, איז די אייבישטער מיט אונז, "עמו אנכי בצרה", אפילו אין די גלות הדעת, די הסתר פנים, איז השי"ת דא, מיט אונז אינאיינעם.

משה רבינו האט דאן געפרעגט פונעם אייבישטער, אז כלל ישרל וועט פרעגן וואס איז דיין נאמען, "מה אומר אליהם"? האט השי"ת איהם געענטפערט, "אהי' אשר אהי'", דער עצם נאמען פון השי"ת שרייט ארויס, אז איך בין מיט כלל ישראל אין גלות מצרים, און איך בין מיט ענק אין אלע גלות'ען, אין בין מיט ענק ביי גלות הגופים, און איך בין מיט ענק אין די גלות הדעת, און די הסתר פנים, אין ווען מען זעהט נישט קיין קירבת אלוקים, מען שפירט נישט קיין העכער'ס, דארט איז השי"ת, "זֶה שְּׁמִי לְעֹלָם וְזֶה זִכְרִי לְדֹר דֹּר".

יציאת מצרים פאר יעדן איד, יעדן טאג


איינער פון די מצוות אין די תורה, איז "זכירת יציאת מצרים" יעדן טאג בייטאג און ביינאכט, אין ספרים הק' שמועסט מען אויס אז דאס איז נישט בלויז צי זאגן מיט די מויל, נאר יעדער איד קען דורך גיין יעדן טאג א פערזענליכע "יציאת מצרים", ער קען יעדן טאג ארויס גיין פון זיין אייגען גלות, פון די גלות הדעת.

וואס זעהן מיר דעמאלט, "וְעַתָּה הִנֵּה צַעֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בָּאָה אֵלָי" שטייט אין ספה"ק ישמח ישראל אז אפילו כלל ישראל איז געווען אזוי טיעף אין די גלות הדעת, זיי האבן אפילו נישט געקענט דאווענען, אבער איין קרעכץ פון טיעפען הארץ האט אויפגעטוען, און ער פירט אויס, אז אויב א איד קען חלילה נישט דאווענען, זיין קאפ איז נישט אויפען פלאץ, אויב וועט אבער פון זיין תפילה עולה זיין נאר איין קרעכץ, איין "אוי", פון טיעפן הארץ, נעמט דאס השי"ת אהן.

די הסתר פנים, דער מיטל צי שטייגען


און נאך עפעס, ווען מען זייעט איין א פרי, לייגט מען אריין א קערינדל אין די ערד, מען באוואסערט עס, ביז די קערינדיל ווערט גוט פארדארבן, און נאר דעמאלט הייבט עס אהן שפראצן, און ער וואקסט ארויס א ביימל, אבער אויב עס וועט נישט ווערן שטארק פארדארבן וועט די ביימל קיינמאל נישט אנהייבן וואקסן.

זאגן אונזערע צדיקים אז די שרעקליכע גלות הדעת וואס איז געווען אין מצרים, דאס גופא איז געווען די הכנה פאר מתן תורה, פאר די "והייתם לי סגולה", דאס איז געווען די פארדארבענקייט וואס אויף דעהט האט ארויס געשפראצט די הערליך ביימל, וואס וואקסט נאך עד היום הזה, דאס איז דאך"כלל ישראל".

איז פארשטייט זיך, אז אויך היינט ווען א מענטש שפירט זיין גלות הדעת, זאל ער וויסן אז דאס גופא וועט איהם העלפן בליעהן, ער קען אנקומען גאר הויעך, נישט "טראץ" די שוועריגקייט, נאר דוקא "צליב" די שוועריגקייטן, אזוי ווי חז"ל זאגן "כל שאינו בהסתר פנים אינו באחד מהן" ווער עס שפירט נישט קיין הסתר פנים איז א סימן אז עס פעלט עפעס איז זיין אידשיקייט, און וועגן דעהם האבן צדיקין געזאגט אז די נשמות פון אונזער דור איז הייליגער ווי די נשמות פון די פריערדיגע דורות, ווייל ווי גרויס די הסתר פנים איז, ווי מער די פארדארבענקייט איז, אלץ הייליגער וועט ער אנקומען ווען ער גייט ארויס פון זיין גלות.

זאל מען בקרוב זוכה זיין, אז עס זאל מקויים ווערן "כימי צאתנו ממצרם אראנו נפלאות" בב"א

[size=85]מלוקט מספרים הק'
[/size]

לעכטיג, לעכטיג.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אה געוואלדיג שכח פאר די דברי חיזוק
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

א גרויסן ישר כח, וואונדערליכע חיזוק

חזון-איש'ניק האט געשריבן:וואס זעהן מיר דעמאלט, "וְעַתָּה הִנֵּה צַעֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בָּאָה אֵלָי" שטייט אין ספה"ק ישמח ישראל אז אפילו כלל ישראל איז געווען אזוי טיעף אין די גלות הדעת, זיי האבן אפילו נישט געקענט דאווענען, אבער איין קרעכץ פון טיעפען הארץ האט אויפגעטוען, און ער פירט אויס, אז אויב א איד קען חלילה נישט דאווענען, זיין קאפ איז נישט אויפען פלאץ, אויב וועט אבער פון זיין תפילה עולה זיין נאר איין קרעכץ, איין "אוי", פון טיעפן הארץ, נעמט דאס השי"ת אהן.

עס איז כדי צו צוברענגען וואס דער אור החיים הק' ברענגט די וואך אויפן פסוק וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעֲבֹדָה וַיִּזְעָקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹהִים מִן הָעֲבֹדָה, אז די קרעכץ ברויך נישט זיין אפילו צוליב וואס מען קען נישט דאווענען, אפילו דער קרעכץ איז פשוט צוליב די שווערע ווייטאג פונעם די עבודת הפרך קומט עס אויך אהן הויעך און ווערט אויך דערהערט.

וזל"ק: מן העבודה. פי' לא שצעקו לאל שיושיעם אלא צעקו מן הצער כאדם הצועק מכאבו. ומודיע הכתוב כי אותה צעקה עלתה לפני ה', והוא אומרו שועתם וגו' מן העבודה פי' מצער העבודה וישמע ה' את נאקתם פירוש הרמת קול כאבם
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

בערך די בחינה שטייט אין ספר זרע קודש פרשת בשלח ביי תפשו אומנות אבותם

כדאי לעיין בדבריו שם שהם דברי חיזוק מאוד לאנשים כערכינו
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

פיין שכח דבר בעתו מה טוב
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

געוואלדיג!
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער זייער שיין, און א שטארקע חיזוק אינעם היינטיגן שווערן דור!
---
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

לכבוד זמן חרותינו
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”