"ברוקלין של קודש" דאקומענטאציע פון חרדיש'ן לעבנסשטייגער

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
לוינט זיך צי א באזוך געבן ביי די היימישע עולם אין ארץ ישראל, זעהן א חילוק צווישן טומאת ארץ העמים, און אווירא דארץ ישראל, זעהן א עולם ריין פון אייפון'ס און סמארטפון'ס, פון קעמרע'ס און אפילו עס עמ עס און וואטסאפס, קענסט זיך ציפלאמען ביים דאווענען און זיך נישט שעמען, קענסט טרעפן פשוט'ע יונגעלייט, וואס אינטערסירט זיי גארנישט נאר הוויות דאביי ורבא, א ודאי איז דארט נאכנישט די עולם התיקון, אבער די חילוק בין לן ולהו איז ריזיג.


אט די זעלבע פארגראף, שרייב עס איבער אויף די חשובע הונדערטער און טויזענטער בני תורה אין אמעריקע, און דאן זאג מיר וואס איז די חילוק בין לן ולהו.
רוב אמעריקאנע בני תורה - כולל יונגעלייט - מגידי שיעור - מלמדי תינוקות - און אפילו הונדערטער פשוטע ארבעטערס, זענען ריין פון אייפון'ס און סמארטפון'ס, פון קעמרע'ס און אפילו עס עמ עס און וואטסאפס. יא, קענסט טרעפן פשוט'ע יונגעלייט, וואס אינטערסירט זיי גארנישט נאר הוויות דאביי ורבא.
אלזא וואס איז ריזיג די חילוק בין לן ולהו??????????????????

די חילוק איז אזוי,

אמת, אין אמעריקא איז אויך דא פולע לומדי תורה לשמה באמת ב"ה, דער וואס זאגט אז נישט איז א פשוט'ער מוציא לעז, און ב"ה מיר ווייסען די אמת, אבער, דאך איז עס א מיעוט, פולע בני תורה האבן דעהם פראבלעם, אז ווען מען האט א געשמאער שטיקל תורה, און מען וויל עס מיט איינעם דורך שמועסן, פוע מאל טרעפט מען נישט מיט וועהם, נאר אין ספעציפישע שוהלען, קעגן ארץ ישראל וואס מען קען זאגן אז דאס איז א רוב, איך רעד שוין נישט פון די פולע אידן וואס קענען ממש כל התורה כולה וואס דרייען זיך דארט ב"ה, נאר אפילו סתם בני תורה ווי מען האט אויווען געשמועסט איז דאך אויך א געוואלדיגע מעלה.

ממילא אז די רוב איז פון די בני תורה, איז די רוח אין די חרדי'שע גאס אזוי, און די פועל יוצא איז,

אז די שאיפות פון יעדעם איז צי זיין אזוי, אז פולע אידן ווערן בני תורה נאר ווייל די ווינט איז אזוי, און אין אמעריקא ווער ווייסט וואס וואלט ווען געוואן פון זיי.

אז אפילו אזעלכע וואס זענען נישט ממש בני תורה, נאר די מיטעלע, שעמען זיך צי זיין פראסט און מגושם, האבן נישט קיין כלים טמאים, ווייל דאס איז די ווינט, און אויב זיי וועלן פראסט זיין וועט מען זיי אראפ קוקען.

אין ארץ ישראל ווערט די מגושם אראפ געקוקט, און אין אמעריקא איז ער א חלק פון אונז, עכ"פ ער שפירט זיך נישט אראפ געקוקט.

ממילא, איז פולע זאכן וואס עס איז ליידער דא אמעריקא, נישט דא אין אר"י, ווי למשל די 'אינטערן' שפיהלען, ווי פולע היימישע קינדער גייען אהין, און א סך וויסען אפילו נישט וואס איז די פראבלעם, נישטא ביי די היימישע ציבור אין ארץ ישראל.

גרויסע "נישט אזעלכע איידעלע געשעפטן", וואס איז ליידער דא אין אמעריקא, און היימישע יונגעלייט גייען דארט איינקויפען, צימאל אהן א בגד עליון, נישטא ביי די היימישע ציבור אין ארץ ישראל.

לאידך גיסא, די פראטעקשאן וואס מען האט ווען מען גייט ארויס ארבעטן פון די גוי'שע פרייע גאס, איז ליידער זייער שוואך דארט, מען איז דאך איין פאלק, און פוהלע רעדן די זעלבע שפראך, ממילא איז זייער לייכט צי ווערן נשפע פון די פרייע, און נאכדערצו אז מען ווערט אראפ געקוקט דורך די היימישע ציבור, ותוצאותיו מי ישורנה, ה' ירחם.

ממילא די אלע וואס אטאקירען די ארץ ישראל'דיגע ציבור פארן נישט גיין ארבעטען, דארפן אין באטראכט נעמען די פרט.

למעשה, דער יצר הרע שלאפט נישט אין ערגעץ, און אין יעדער פלאץ ארבעט ער אויף אנדערע אופנים, ממילא זאל יעדער ארבעטן אויף זיין יצר הרע, און נישט אויף יענעם'ס, און אז א בן ארץ ישראל רעדט קעגן די אמעריקאנער יצה"ר, אדער פארקערט, איז פשוט זינלאז.

שיינע, זיסע חלומות וואס האבן מיט'ן מציאות ווי טראמפ האט מיט'ן חתם סופר.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

יעדער לאנד האט זיך טאקע איהר יצה"ר'עס, גשמיות און פראסטקייט איז די אמעריקאנער יצה"ר, און אפילו ביי די אוה"ע איז דאס באקאנט, און ווי עס גוי'שט זיך, אידיש'ט זיך, די נארמאלע מענטשן אין אמעריקא ווייסן דאס, און די מגידים רעדן דערפון, אבער אייך איז א שאד די ויכוחים, ענק נעמען די ויכוחים אלס איידעאליגיש, מען קען חלילה נישט מסכים זיין צי די אמת אז... ווייל אויב יא חלילה... א דעבאטע איז נאר שייך ווען איינער וויל וויסן די אמת, אבער אויב די אמת איז קלאר פאר ווער עס וויל וויסן, און ווער עס וויל נישט וויסן גייט זיך עקש'נען קאפ אין וואנט, איז פשוט נאריש צי דעבאטירען.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

בענאק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:שטעלט אייך פאר הערשל שרייבער עפענט א ברענטש אין תל אביב און ברענגט היימישע אינגעלייט פון בית שמש זאלן דארט ארבעטן. איר ווייסט וואס פארא מחאות און פשקוילים עס וואלט פארגעקומען ?

אבסאלוט!
זעה נאר די פעסטע מערכה וואס מען פירט מיט ארגון "מפתח" וואס איז בס"ה א ארגאניזאציע צו העלפן אינגעלייט טרעפן ארבעט

די וואך האט איינער פון די גדולי הרבנים אין א"י געזאגט א דרשה, און צאמגעקלאפט... מוחה זיין קעדן חיטוטי שכבי, חילולי שבת, ארגון מפתח, און אלע פירצות.

(כבודו הרב במקומו מונח, אבער אז דער ענין ווערט דא דעבאטירט, זאל טאקע מיר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט)


בערך 30 יאר צוריק האט מען אויסגעשאסן די פענסטערס פאר לי עוועניו פיצא סטאר אין וויליאמסבורג !
אין ווילי איז דא 50 משוגעים
אין ירושלים איז דא 500 אזעלכע

מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן. נישט קיין פרעשער ביטע
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

לחם לשובע האט געשריבן:יעדער לאנד האט זיך טאקע איהר יצה"ר'עס, גשמיות און פראסטקייט איז די אמעריקאנער יצה"ר, און אפילו ביי די אוה"ע איז דאס באקאנט, און ווי עס גוי'שט זיך, אידיש'ט זיך, די נארמאלע מענטשן אין אמעריקא ווייסן דאס, און די מגידים רעדן דערפון, אבער אייך איז א שאד די ויכוחים, ענק נעמען די ויכוחים אלס איידעאליגיש, מען קען חלילה נישט מסכים זיין צי די אמת אז... ווייל אויב יא חלילה... א דעבאטע איז נאר שייך ווען איינער וויל וויסן די אמת, אבער אויב די אמת איז קלאר פאר ווער עס וויל וויסן, און ווער עס וויל נישט וויסן גייט זיך עקש'נען קאפ אין וואנט, איז פשוט נאריש צי דעבאטירען.

איך וויל אייך פרעגן א נארישע שאלה: איז בכלל דא א מעגליכקייט אז איר זענט נישט גערעכט?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

ברוקלין של קודש -ערשטע טייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

פריער האבן מיר ארויפגעלייגט דעם פערטן טייל, יעצט וועלן מיר גיין על הסדר קודם דעם ערשטן טייל, ווי ער רעדט בכלליות איבער די שטעט: בארא פארק, וויליאמסבורג, און לעיקוואד.

ער קוקט זיך אום א נאכט אין בארא פארק מיט חברה שומרים, ער שטאט אפ א באזוך ביים באקאנטן פיגור ר' עזרא פריעדלענדער, רעדט מיט'ן פראפעסער היודיע לשמצה שמואל היילמאן, פארט קיין וומסב"ג, רעדט מיט א דארטיגן תושב הפראדזשעקטס, פארט קיין לעיקוואד באזוכן די נייע שכונות וואס מען בויעט, און ענדיגט צו מיט עפעס א "חוקר" יאיר עטינגער, און קומט צו די מסכנה אז די עיקר נקודה פון דעם חילוק צווישן דעם יהדות החרדית באמעריקא און אין ארץ ישראל, איז אז דא צווינגט מען נישט ארויף אידישקייט אויף קיינעם, מען לעבט און מלאזט יענעם לעבן. (איי דא רעדט מען פון גוים און אין מדינת ישראל רעדט מען פון אידן, ועוד דא אין אמעריקא צווינגען די גוים אונז אויך נישט צו לעבן ווי זיי, משא"כ אין מדינת ישראל הערשט א מורא'דיגע ווינט פון "אנטי-דת" די פרייע פון ערד און קרית יובל שלאגן זיך נישט אריינצולאזן פרומע אידן?!.. א קאשע אויפאמאסע...)

האטס הנאה!

לתועלת האבן מיר געלייגט צוויי דראפבאקס לינקס, איינס מיט א הויכע רעזילוציע, די צווייטע פאר די וואס דאונלאודן עס און עס נעמט אויף ציפיל פלאץ, האבן מיר דאס קליין געמאכט.

הויכע רעזעלוציע https://www.dropbox.com/s/0g9ew52d29k2s ... 0.mp4?dl=0

שוואכע רעזעלוציע https://www.dropbox.com/s/1gem5iycyeinq ... 0.mp4?dl=0

https://drive.google.com/file/d/1S2rm2I ... sp=sharing
לעצט פארראכטן דורך פריילעך אידל אום דינסטאג יאנואר 09, 2018 3:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

דאנק אייך, זאל אייך שטענדיג זיין פריילעך
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

אמן!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

א גראבע שכח !
!!THANK YOU BANAA#
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

זייטיגע נקודה
איך קען נישט קיין עברית,
אבער אויף לשון קודש איז דע נאמען "ברוקלין של קודש" א מין קלאמזי נאמען עפעס א צוזאמשטעל פין ווערטער וואס קלעבט בכלל נישט,
אויב וואלט מיר איינער געקענט איבערטייטשען די נאמען אויף בלויז אידיש וואלט איך הנאה געהאט
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

די הייליגע ברוקלין = ברוקלין של קודש ווער"ס ברוקלין של חול
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

לכאורה וואלט מען געדארפט זאגן ברוקלין הקודש
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

א הארציגע שכוח מר. פריילעך אידל!!!
זכות הרבים בשמירת עינים תלוי בך!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

פאראינטערסירט האט געשריבן:א הארציגע שכוח מר. פריילעך אידל!!!
זכות הרבים בשמירת עינים תלוי בך!
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

פרידן האט געשריבן:לכאורה וואלט מען געדארפט זאגן ברוקלין הקודש

אזוי איז עס אויף די טרייפענע שפראך...

...
פיאות איז א זעלטענע זאך ביי די מוסרחי, אויסער ביי די מתנחלים, אינטערסאנט צי דער מזרחי'סטישער זשורנאליסט האט זיך געלאזט וואקסן פיאות ספעציעל פאר די פילם.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

ישכ פרלייך אידל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

די פארברעכן אין בארא פארק איז געווען באשטעלט? פונקט געמאכ, צי זיין גוטער מזל? מאכט זיך טעגליך?
אחד תם
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 21, 2014 9:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד תם »

פריילעך אידל האט געשריבן:גראדע ווערעצקי, האסטו אנגעכאפט עכט א שלעכטע משל...

טרעף מיר א ווידיעא שיעור פון א תולדות אהרן/דושינסקי/פינסק קארלין/לעלוב/פאנאוויזש און אזוי ווייטער און ווייטער, נישטא!

בעלזא לגבי טעכנעלאגיע (כשר'ע) שאני ודו"ק.


וועכנטליכע שיעורים אין וידיאו פין הרב הצ' אלימלך בידערמאן שליט"א [נישט קיין בעלזער] אויף אידיש
http://www.kolhalashon.com/New/Shiurim. ... entLessons

וועכנטליכע שיעורי וידיאו פין ר"א בידערמאן אויף שפת לה"ק בהברה ספרדית:
http://www.kolhalashon.com/new/Media/Pl ... ShiurNum=9
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

כשלחן הערוך ומוכן לאכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

א קאמישע אנעקדאט וואס איז ווערט צו באצייכענען.
ווען דער מצילי אש יונגערמאן זאגט אים: יעדע נאכט איז דא דא א דיין, מ'לערנט שולחן ערוך", טייטשט עס איבער די סובטייטל: "כל לילה אנחנו עורכים כאן סעודה, עם שלחן ערוך"...

סעודה.JPG
סעודה.JPG (34.11 KiB) געזען 2032 מאל
לעצט פארראכטן דורך צד תמות אום מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אחד תם האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:גראדע ווערעצקי, האסטו אנגעכאפט עכט א שלעכטע משל...

טרעף מיר א ווידיעא שיעור פון א תולדות אהרן/דושינסקי/פינסק קארלין/לעלוב/פאנאוויזש און אזוי ווייטער און ווייטער, נישטא!

בעלזא לגבי טעכנעלאגיע (כשר'ע) שאני ודו"ק.


וועכנטליכע שיעורים אין וידיאו פין הרב הצ' אלימלך בידערמאן שליט"א [נישט קיין בעלזער] אויף אידיש
http://www.kolhalashon.com/New/Shiurim. ... entLessons

וועכנטליכע שיעורי וידיאו פין ר"א בידערמאן אויף שפת לה"ק בהברה ספרדית:
http://www.kolhalashon.com/new/Media/Pl ... ShiurNum=9

און וואס איז מיט דעהם חשוב'ער אמעריקאנער משפיע וואס געבט טעגליכע חיזוק מיט ווידיאו, און מאכט אפיציעלע ווידיאו קליפ'ס?

האקט'ס נישט אין קאפ, דאס איז די מצב היינט.
לעצט פארראכטן דורך לחם לשובע אום מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

להודיע האט געשריבן:
אין א"י איז דאך נאך א פראבלעם אז יעדע ארגאניזאציע וואס וויל ברענגען פאר'ן עולם פרנסות וועט באלד געלעבעילד אלס א שמד גרופע וואס וויל אויסמישן די פרומע מיט די פרייע געזעלשאפט. והדברים עתיקין.


די מציאות אין א"י איז אז נאר די וואס ארבעטן מיט די אינטערעסן פאר מד"י זיי שטעלן צו א מהלך פון מאכן דעם עולם טוישן זייער מהלך החיים

צו העלפן סתם אידן מאכן געלט ווי אין אמעריקא איז נישטא דערווייל
און בדרך הטבע זענען די מושלים באר"י די וואס מאנעווירען וויאזוי צו מאכן דעם עולם ארבעטן.

אויב ווילסטו עפעס טון זיי צו העלפן זעה א מהלך וויאזוי זיי ארויסצוברענגן פון דארט צו b&h קאמפעני.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

כ״האב יעצט געטראפן די שומרים מעמבער וואס רעדט ספאניש (כ״מיין ער הייסט וואקס) זאגט ער מיר אז ס״איז עכטע קאללס די יאיר שרקי איז מיטגעגאנגען מיט עם א גאנצע נאכט
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

ברוקלין של קודש -צווייטע טייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

ילכו מחיל אל חיל...

מיט גרויס פרייד שטעלן מיר פאָר דעם צווייטן טייל פון דעם ציוני'סטישע מזרחי'סטישן דאקעמענטאציע "ברוקלין של קודש", דאסמאל א באזוך אין דעם הייליגן שטעטל, און כהיום, די ערשטע אידישע "שטאט" אין אמעריקא, העיר הצדק "קרית יואל", ווי ער מאלט אראפ מיט גאר שיינט פארבן דאס לעבן אין קרית יואל, און טראצדעם וואס א גרויס חלק תושבים זענען פאררעכנט אלס "ארים", לעבט מען אבער נישט אין "ארימקייט", צוליב די ברייטהארציגע צדקה וחסד וואס גייט ארויס פון דעם שטאט.

מיר זענען זיכער אז דער ציבור וועט הנאה האבן, ובפרט תושבי קרית יואל דא אויפן וועלטל (וועלכע, אגב, זענען פארהאן אסאך...) וועלן גאר שטארק הנאה האבן, און קוועלן ווי מברענגט ארויס זייערע מעלות אויפן אויבערפלאך, פונעם קוק-ווינקל פון א דרויסענדיגער.

נ.ב. צום סוף איז דער 'סאונד' פארשווינדען געווארן, ואתכם הסליחה.

האטס הנאה!

כנ"ל האבן מיר געשטעלט צוויי דראפבאקס לינקס.

הויכע רעזעלוציע https://www.dropbox.com/s/czimu4hy4x8ad ... 1.mp4?dl=0

שוואכע רעזעלוציע https://www.dropbox.com/s/qpufh5om5prrf ... 1.mp4?dl=0

https://drive.google.com/file/d/17uhYUy ... sp=sharing
לעצט פארראכטן דורך פריילעך אידל אום דינסטאג יאנואר 09, 2018 3:28 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

may the Zechus protect you and your family פריילעך אידל Thank you so much
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

חכמים הזהרו בדבריכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

נאכן זעהן די גאנצע פילם אין זיינעגיג באהאווענט אין איזראלי איינגעלעגענהייטן טוט מיך זייער וויי איין ליין

א אינגערמאן רופט זיך אן אז ער לערענט ביינאכט א שעה און עס מאכט אים די זעלבע קליג וואו די אינגערמאן וואס לערענט א גאנצע טאג
עס איז איבעריג צו מסביר זיין וואו אומאויסגעהאלטען די סטעיטמענט איז און די שאדן וואס דאס קען האבן נאכדערצו ווען עס ווערט געהערט ביי פילע פרייע אידן

איך בין דן לכף זכות
אז די אינגערמאן האט מיט זיין צעהאקטע ענגליש נישט געכאפט וואס ער זאגט
על כגון זה נאמר ״ חכמים הזהרו בדבריכם״
אז די האסט א חשש אז עס קען ארויסקומען א היפוך קידוש השם דאן אנטלויף פון די מידיע און פארמאך דאס מויל
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

לחם לשובע האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:לכאורה וואלט מען געדארפט זאגן ברוקלין הקודש

אזוי איז עס אויף די טרייפענע שפראך...

...
פיאות איז א זעלטענע זאך ביי די מוסרחי, אויסער ביי די מתנחלים, אינטערסאנט צי דער מזרחי'סטישער זשורנאליסט האט זיך געלאזט וואקסן פיאות ספעציעל פאר די פילם.

https://www.yediot.co.il/articles/0,734 ... 24,00.html
מהיום שכף רגלו דרכה בעולם התקשורת, יאיר שרקי בלט למרחוק. ולא רק בזכות הכישרון, אלא גם בגלל שכתב הדתות הצעיר של חדשות 2, שהחל את דרכו בגלי מדינת ישראל מיליטער, הסתובב בכל מקום עם פאות מסולסלות לתפארה. פאות של בן של רב, שנולד וגדל בשכונת גבעת שאול המתחרדת בירושלים, בלי טלוויזיה. מראה לא סטנדרטי לכתב חדשות בעיתונות המיינסטרים הישראלית. "בישיבה הלכו עם פאות — זה גם לוק יהודי כזה — ומאז לא ראיתי סיבה לשנות", הוא אומר. "כשהייתי בכיתה י' לא ידעתי שזה ייחד אותי מאחרים. אבל כן, הפאות הן גם קצת הסמל המסחרי שלי. אני מקווה שמודדים אותי גם מעבר לזה. אני לא חרדי, אבל יש גם הרבה דתיים עם פאות".



כשהגעת לחדשות 2 מישהו דיבר איתך על הפאות?




"דיברנו על זה, אבל אף אחד לא רצה או חשב לבקש ממני שאוריד אותן. היה ברור שאני נשאר איתן. האם אני אוריד אותן מתישהו בעתיד? בקרוב אהיה בן 25, אז להגיד לך דברים לכל החיים יהיה מוגזם. נחיה ונראה".



עוד לא בן 25, ושרקי הוא כבר אחד הפרצופים המוכרים והמוערכים על מסך הטלוויזיה שלכם. מאחוריו שורת ידיעות בלעדיות וכתבות שסיפקו לציבור הישראלי הרחב הצצה מרתקת לנבכי העולם החרדי. הערב עולה סדרת הכתבות החדשה שלו, "ברוקלין של קודש", שתחשוף טפח מעולמם של החרדים מעבר לים, ואת ההבדלים בינם לבין החרדים הישראלים.



שרקי הוא הרביעי מבין שבעת ילדיהם של הרב אורי שרקי, ראש בית המדרש במכון מאיר ודמות משמעותית בציונות הדתית, וד"ר רונית שרקי, חוקרת בתחום הביולוגיה. הוא למד בישיבת "מקור חיים" של עדין שטיינזלץ בגוש עציון, ובמקום להמשיך במסלול תורני החליט להתגייס לגלי מדינת ישראל מיליטער. "ידעתי שאני טוב בזה, אבל החברים והמשפחה אמרו לי שאין לי סיכוי להתקבל לגלי מדינת ישראל מיליטער", הוא אומר. "עברתי שלב ועוד שלב ולשמחתי התקבלתי".
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”