קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:53 pm

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
צוגעלייגטע
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזעהן 294 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:56 pm

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.

בס"ד

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:58 pm

המשך פון פר' ואתחנן



עש"ק – שב"ק: נחמו

פרייטאג צופרי איז געווען א גרופע בחורים תלמידי ישיבות פון אר"י (וואס זענען אין די ימי בין הזמנים ביז ר"ח אלול) צוגעשטעלט דורך "דרכי שלמה" עס האבן זיך געשטעלט 3 מנינים שחרית דורך די בחורי הישיבות, בנוסף מיט די אידן וואס זענען געוועהן אויף'ן יא"צ מהרה"ק מ'ליסקא זי"ע און זענען געבליבען אויף לינת לילה בבניני הכנסת אורחים, מיט א גרויס חלק פון די שובתי שב"ק בצה"ק הבעעל"ט.

אויף שבת קודש איז געווען א גרויסער עולם קרוב צו הונדערט אידען כ"י, ובתוכם חשוב'ע רבנים שליט''א, ה"ה הרבני החסיד ר' חיים אלעזר פאזען שליט''א בן הגה"צ אבד"ק שאפראן זצ''ל מיט זיינע חשובע קינדער אין אייניקלעך ובתוכם הרה''ג ר' יודא פאזען שליט''א ר''מ בישיבת סאטמאר ווילאמסבורג, הגה''צ ר' יוסף יונה גבריאל ווייסבלום שליט''א אב''ד שעדליץ נכד רבינו, הרה''ג ר' ברוך מרדכי מינצבורג שליט''א רב דקהל מתמידים בירושלים עיה''ק, הרה''ג ר' דוד הערצאג שליט''א בעל מחנך בירושלים עיה"ק, ווי מען האט געפראוועט גאנץ שבת אלע תפילות אינאיינעם. עס איז געוועהן א הערליכער שבת, ביים זמן הדלקת הנרות איז געוועהן איין מנין מנחה, און נאכדעם א האלבע שעה נאך'ן זמן האט זיך געשטעלט די צווייטע מנין, און קבלת שבת האט שוין דער גאנצער עולם געדאווענט אינאיינעם, און עס איז געוועהן צוגעשטעלט די סעודות שב"ק אין אלע צימערען אין די הייליגע הויז פאר יעדע משפחה/חבורה באזונדער און די אנדערע געסט האבען געגעסען אינאיינעם אין די מלוה מלכה שטוב ווי עס האט אויפגעטרעטן –סעודת ליל שב"ק- נכד רבינו הרה''צ רבי אברהם משה חיים רובין שליט''א, און דורכ'ן שבת האבן די אנדערע חשובע רבנים אויפגעטרעטן, שלש סעודות האט דער גאנצער עולם געפראוועט אינאיינעם און הגה''צ אב''ד שעדליץ לעיקוואד שליט''א הנ"ל נכד רבינו האט אויפגעטרעטן, און מל"מ איז צוגעשטעלט געווארען פון פריש ווי עס איז געפראוועט געווארען לאנגע שעות אין די נאכט בזמירות וסיפורי צדיקים.



שלש סעודות מוצש"ק
צוגעלייגטע
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (50.52 KiB) געזעהן 290 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:50 pm

סעודת מלוה מלכה מוצש"ק ווערט געזעהן הרב אברהם משה חיים רובין נכד רבינו, אב"ד שעדליץ לעיקוואד און הרה"ג רבי ברוך מרדכי מינצברג אב"ד מתמידים
צוגעלייגטע
Kerestir_9_10__3_.jpg
Kerestir_9_10__3_.jpg (44.83 KiB) געזעהן 258 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (55.51 KiB) געזעהן 261 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:20 pm

הרה"ג רבי ברוך מרדכי מינצברג שליט"א, אב"ד מתמידים (מולבש בלבוש ירושלים עיה"ק)- בחצר הקודש
צוגעלייגטע
Kerestir_9_10__2_.jpg
Kerestir_9_10__2_.jpg (46.79 KiB) געזעהן 231 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:25 pm

פר' עקב


זונטאג:

עס האבען זיך געשטעלט 5 מנינים שחרית דורך די שובתי השב"ק עס איז געוועהן גאר א פארנומענער טאג אין חצר בע"ה, אזוי ווי עס איז בין הזמנים אין א''י און וואקאציע וואכען אין אייראפע איז די גאנצע וואך געווען פול מיט באזוכער כ"י, עס האבען זיך געשטעלט מנינים מנחה ומעריב איבער די מיטאג און נאכט שעות ממש נאכאנאנד.

מניני מנחה זונטאג איבער'ן טאג
צוגעלייגטע
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (51.85 KiB) געזעהן 227 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:09 pm

שיקט א קוויטל קיין קערעסטיר 24 שעה אין טאג


דרוקט דא
www.kerestir.com

קוויטל 1.PNG
קוויטל 1.PNG (265.55 KiB) געזעהן 194 מאל



קוויטל 2.PNG
קוויטל 2.PNG (314.02 KiB) געזעהן 194 מאל



קוויטל 3.PNG
קוויטל 3.PNG (447.62 KiB) געזעהן 194 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:10 pm

מאנטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א גרויס מנין שחרית , אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען הרב אברהם יחיאל אייזענצווייג שליט''א רב ב'אמסטערדאם, וועלכער האט געוויילט עטליכע טעג בצל הקודש, נאכמיטאג איז געוועהן א חבורה בחורים פון ישיבת זעוויהל ב''ב אינאיינעם מיטן ר''מ הישיבה הרה''ג ר' יעקב יוסף גאלדמאן שליט''א, און ווי אויך איז געוועהן הרב מאיר ראזענבוים שליט"א בן כ"ק אדמו''ר מ'קרעטשניף סיגעט שליט''א און הרב שמשון גרויס שליט''א נכד רבינו.
מען האט געדאווענט 2 מנינים מנחה, ומעריב, סעודת ערב און לינת לילה, און ווי אויך האבען די בחורים פון ישיבת זעוויהל הנ"ל גענעכטיגט אין בניני הכנסת אורחים.



הרב אברהם יחיאל אייזענצווייג שליט"א רב באמסטערדאם
צוגעלייגטע
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (55.37 KiB) געזעהן 194 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:12 pm

דינסטאג:

צופרי האבן זיך געשטעלט 2 מנינים שחרית, שפעטער האט מען אויפגענומען א חבורה ה"ה הרבני הנגיד הרב אלכסנדר אשכנזי שליט''א יו"ר משמחי לב, נכד רבינו, מיט א גרופע עסקנים פון אמעריקא וואס זענען געקומען גלייך פון פלוגהאפען ווי מען האט זיך געשטעלט נאך א מנין שחרית, און נאכמיטאג –נאכען ארום גיין לפקוד ציונים הקדושים אשר בארץ המה- איז מען צוריקגעקומען פאר מנחה מעריב וסעודת ערב, אזוי אויך איז איבער'ן טאג געוועהן א גרופע בחורים פון ישיבת נייטרא, ווי מען האט סועד געוועהן און זיך געשטעלט א מנין מנחה.

מנינים שחרית ומנחה דינסטאג איבער'ן טאג
צוגעלייגטע
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (59.95 KiB) געזעהן 192 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (47.12 KiB) געזעהן 192 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:14 pm

מיטוואך:

צופרי האבן זיך געשטעלט עטליכע מנינים שחרית איינס נאכען צווייטען בליעה"ר און אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה''צ שמעי' יעקב פיש שליט''א מ'ביקסאד ומשפחתו און ביינאכט הרה''צ חיים ישראל ערבליך שליט''א אב''ד סאסוב, פארנאכטס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה, און בזמן, א מנין מעריב.



הרה"צ רבי שמעי' יעקב פיש שליט"א מביקסאד
צוגעלייגטע
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (40.71 KiB) געזעהן 192 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:17 pm

דאנערשטאג:

צופרי האבן זיך געשטעלט 2 מנינים שחרית און נאכדעם איז אנגעקומען א גרופע פון ארץ ישראל לרגל הילולת הרה"ק הרה''ק ר' סענדער'ל מ'קאמארנא זי''ע מקום מנוחתו בשכינות אין שטאט אוהעל, פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען ביותרת הכבוד הגאון הגדול רבי מנחם זכרי' זילבער שליט''א גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים ובעמ''ס מאזני צדק, וועלעכער איז געקומען און באגלייטונג עם בניו ונכדיו החשובים ווי מען האט געדאווענט מעריב דערנאך איז געוועהן צוגעשטעלט א פריוואט'ע סעודה פאר די רב שליט"א ובני משפחתו און זיי זענען געבליבען אויף לינת לילה בבניני הכנסת אורחים.



גאב"ד פריימאן שליט"א ובני משפחתו ביי תפילת מעריב
צוגעלייגטע
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (53.75 KiB) געזעהן 191 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:18 pm

ביים סעודת ערב אין איינע פון ציממערען אין די הייליגע הויז
צוגעלייגטע
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (62.88 KiB) געזעהן 189 מאל
unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (49.43 KiB) געזעהן 189 מאל
unnamed (11).jpg
unnamed (11).jpg (60.02 KiB) געזעהן 189 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:14 pm

הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים ובעמ''ס מאזני צדק ביים ציון הק'
צוגעלייגטע
unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (54 KiB) געזעהן 104 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:17 pm

עש"ק-שב"ק:

צום ערשט איז געוועהן א מנין ותיקין דורך הגה"צ גאב''ד פריימאן שליט"א ובני משפחתו הנ"ל און נאך פת שחרית האבען זיי זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ליזענסק ווי זיי האבן געוויילט אויף שבת.

מען האט אויפגענומען די שובתי השב"ק בצל הקודש ה"ה הרה"ג ר' יצחק משה שטערן שליט"א ראש ישיבת אור תורה היטשען בלאנדאן, הרה"ג ר' יעקב נחמי' פאדווא שליט"א בן הגה"צ גאב"ד לונדון שליט"א, הרב ר' לוי יצחק קלוגהופט שליט"א נכד האדמו"ר מסקולען זי"ע, און הרב ר' דוד גרויס שליט"א נכד רבינו וראש כולל סקווירא בני ברק, הרב יצחק אייזיק קעפעטש שליט"א א קבוצה גדולה חסידישע בחורים מישיבת מיר, און אזוי אויך א קבוצה מישיבת בריסק, ובמיוחד האט מען אויפגענומען הרבני הנגיד ר' שמעון יחזקאל וויינשטאק הי"ו פון קרית יואל, וועלעכער האט אנגעפירט "ר' ישעי'לעס הייליגע קאך" דעם שב"ק, און ער האט עס בעזהי"ת זייער געניט אויסגעפירט, אלעס אינאיינעם בערך 70 אידן בליעה"ר, דער שב"ק איז געפראוועט געווארען –כמובן- אויף גאר א געהויבענעם און הויכען שטייגער בע"ה, נאך הבדלה איז געוועהן צוגעשטעלט א שיינע פרישע מלוה מלכה ווי מען האט פארציילט סיפורי צדיקים פון רבי ישעי'לע זי"ע בשייכות עם הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע, (יומדה"ל כ"ו אב) און ספעציעל האט מען דארמאנט די מעשה ווי דער הייליגער רבי ישעי'לע זי"ע האט געטיילט לחיים פון א קליין פלעשעל פאר א גרויסע ציבור בנוכח פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע כמבואר באריכות בספר מופת הדור, פר' ט' "צנצנת המן" עמ' ר"ו, און אזוי אויך פון אנדערע צדיקים וועלעכע די יא"צ געפאלט די קומענדיגע וואך, די סעודת דוד מלכא משיחא האט זיך פארצויגען ביז קרוב צו 3 פארטאגס בסיפורי צדיקים וזמירות.



ביי שלש סעודות נאכען זמן מוצש"ק
ווערט געזעהן הרה"ג ר' יעקב נחמי' פאדווא שליט"א און הרב ר' דוד גרויס שליט"א ראה"כ סקווירא ב"ב נכד רבינו
צוגעלייגטע
unnamed (13).jpg
unnamed (13).jpg (44.49 KiB) געזעהן 102 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:19 pm

הרה"ג ר' יצחק משה שטערן שליט"א ר"י היטשען פראוועט מיט די בחורים תלמידי הישיבות פון ארץ ישראל - און ביי הבדלה
צוגעלייגטע
unnamed (14).jpg
unnamed (14).jpg (54.48 KiB) געזעהן 101 מאל
unnamed (15).jpg
unnamed (15).jpg (54.05 KiB) געזעהן 101 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:21 pm

.
צוגעלייגטע
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזעהן 101 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:22 pm

סעודת מלוה מלכה אין ר' ישעי'לעס הייליגע מלוה מלכה שטוב
צוגעלייגטע
unnamed (16).jpg
unnamed (16).jpg (68.3 KiB) געזעהן 100 מאל
unnamed (17).jpg
unnamed (17).jpg (65.02 KiB) געזעהן 100 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:24 pm

ווערט געזעהן הרב ר' לוי יצחק קלוגהופט שליט"א נכד האדמו"ר מסקולען זי"ע - צווישען די ציבור ביי סעודת מל"מ
צוגעלייגטע
unnamed (18).jpg
unnamed (18).jpg (63.29 KiB) געזעהן 97 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:30 pm

פר' ראה


זונטאג:

און די פריע פארטאגס שעות איז אנגעקומען 60 בחורים פון תלמידי הישיבות אין ארץ ישראל, וועלכע האבן יעצט בין הזמנים, וועלעכע האבען געזינגען זמירות ותשבחות עד תפילת שחרית ברגש גדול. נאכדעם האבן זיך געשטעלט 4 מנינים שחרית און איבער'ן טאג 7 מנינים מנחה בליעה"ר כ"י, מען האט אויפגענומען הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מבני ברק חתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א נכד רבינו, און א קבוצה גדולה בחורים פון סאטמאר ירושלים, נאכמיטאג איז אנגעקומען די יערליכע –זומער'דיגע- בנות ישראל חבורה, וועלעכע האט געציילט דאס מאל פון העכער 40 בנות כשירות, בראשות הרבנית שטערנבוך תליט"א פון אנטווערפען ווי עס איז געוועהן צוגעשטעלט פאר זיי באזונדער אין די שאטער און עס האט אויפגעטרעטען פאר זיי (דורך א ספיקע"ר אין טענט) הרב ר' דוד גרויס שליט"א נכד רבינו הנ"ל.

הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א בן כבוד אדמו"ר מויזניץ שליט"א מבני ברק חתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א נכד רבינו, אין הייליגען קוויטל שטוב
צוגעלייגטע
0.PNG
0.PNG (508.04 KiB) געזעהן 91 מאל
01.PNG
01.PNG (284.87 KiB) געזעהן 91 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:31 pm

די קבוצה בחורים פון סאטמאר ירושלים
צוגעלייגטע
unnamed (19).jpg
unnamed (19).jpg (44.25 KiB) געזעהן 90 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:32 pm

מאנטאג:

איז געוועהן 3 מנינים שחרית, איבער'ן טאג איז געוועהן פול מיט באזוכער און עטליכע מנינים למנחה ולמעריב, ביינאכט נאך מעריב, אור ליום כ''ו אב איז געוועהן א סעודת הילולא צום יארצייט פון הרה''ק מ'סאטמאר זי''ע. עס האט פארציילט סיפורים הרה''ח ר' ישראל יצחק פריעד הי"ו מחסידי וויזניץ - לאנדאן וואס ער האט געהערט געווען פון זיין טאטע הרה'''ח ר' מאיר פריעד ע"ה וועלכע האט משמש געווען הרה''ק מ'סאטמאר זי''ע אויפ'ן וועג פון שווייץ קיין א"י זומער תש''ה, און אויך די ערשטע שטיק צייט דארט בארץ הקודש. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער משגיח תמידי הרב יואל לאנדא הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר – אנטווערפן.



די מודעה לכ' די סעודת הילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
צוגעלייגטע
unnamed (20).jpg
unnamed (20).jpg (73.67 KiB) געזעהן 90 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:34 pm

די יארצייט סעודה לזכרו הבהיר של מרן הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע
צוגעלייגטע
unnamed (21).jpg
unnamed (21).jpg (65.18 KiB) געזעהן 89 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:36 pm

דינסטאג:

איז געווען 3 מנינים שחרית, נאך שחרית האט הרה''ג ר' משה יצחק שטערן שליט''א פארציילט סיפורים פונעם בעל הילולא זי''ע, אינמיטען טאג איז אנגעקומען דער געטרייער קעכער ר' אפרים שלמה טאמבור הי"ו פון אנטווערפן, נאכמיטאג איז געוועהן א גרויסע גרופע פון 40 בחורים צוגעשטעלט דורך "ללכת טורס" די חבורה איז באשטאנען פון בחורי ישיבות תושבי חוץ לארץ וועלעכע לערנען אין ארץ ישראל.



גרופע פון תלמידי הישיבות פון "ללכת טורס"
צוגעלייגטע
unnamed (22).jpg
unnamed (22).jpg (55.23 KiB) געזעהן 87 מאל
unnamed (23).jpg
unnamed (23).jpg (63.3 KiB) געזעהן 87 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:37 pm

.
צוגעלייגטע
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (485.78 KiB) געזעהן 83 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:38 pm

האלט מיט די ווייטערדיגע באריכטען בקרוב אי"ה אין די אשכול




צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
updates@kerestir.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט