קערעסטירער טאג בוך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז
נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
(המשך) מוצש"ק פר' ויגש:
מוצש"ק עטליכע שעה נאכען זמן איז געוועהן צוגעגרייט א פרישע מל"מ פאר א חבורה פון "ישיבת אור תורה מאנטשעסטער" בראשות הרה"ג ר' יצחק ווינד שליט"א, זיי האבן געלאנדעט אינמיטען די נאכט, מען האט אויפגענומען די חבורה בחורים וועלעכע זענען געקומען אין באגלייטונג פונעם ראש ישיבה שליט"א הנ"ל, און הרה"ג ר' מרדכי ליכטיגער שליט"א מגי"ש, און מען האט זיך געזעצט לסעודת דוד מלכא משיחא ווי מען האט שיין פארברענגט בשירה ובזמרה א זמן רב, און דאן געבליבען אויף לינת לילה.

תלמידי ישיבת אור תורה ביי מלוה מלכה מוצש"ק
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__1_.jpg (58.09 KiB) געזען 1207 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פר' ויחי
זונטאג:
צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית פון די בחורים פון ישיבת "אור תורה מאנטשעסטער" הנ"ל, איבער'ן טאג איז געוועהן 3 מנינים שחרית, נאכפאלגענדיג מיט א פת שחרית, שפעטער נאכדעם וואס די בחורים האבען געענדיגט עסן האט זיך געשטעלט א התעוררות'דיגע מנין תהילים אינעם מקום הישועות, וקיבל תפילות, "דער הייליגער קוויטל שטוב".
תלמידי ישיבת אור תורה ביים זאגן תהלים אין קוויטל שטוב
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__3_.jpg (59.48 KiB) געזען 1207 מאל
-
- Kerestir1_6_19__4_.jpg (53.95 KiB) געזען 1207 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
אינמיטען טאג האט מען אפגעשיקט א סעודה לכ' א משפחה חבורה –משפ' קרויס החשובה- קיין אוהעל הסמוכה, ווי מען האט צוגעשטעלט -דארט אין א אפגעדינגענע האטעל- א סעודת ערב בתחלית הכשרות בע"ה.
א סעודת ערב צוגעשטעלט דורך די הכנסת אורחים אין האטעל אין דערנעבעדיגן שטאט אוהעל
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__5_.jpg (65.77 KiB) געזען 1204 מאל
-
- Kerestir1_6_19__6_.jpg (60.69 KiB) געזען 1204 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פארנאכט'ס האט זיך געשטעלט נאך א מנין מנחה און שפעטער בזמן 2 מנינים מעריב איינס נאכען צווייטען, אינמיטען נאכט האט מען אויפגענומען מיט גרויס כבוד הגה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזשניץ בני ברק, חתן הרה"ק ישועות משה מ'וויזשניץ זצ"ל, וועלעכער איז געקומען אין באגלייטונג מיט בני משפחתו החשובה באלד 30 נפשות אנשים ונשים; ה"ה חתנו הרה"ג ר' ברוך שטרנבוך שליט"א רב דקהילת וויזשניץ ברכפלד - מודיעין עילית, בנו הרב ר' ישראל ערנסטער שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, חתנו הרב בנציון אריה לייביש מייזליש שליט"א ר"מ בישיבת באבוב בת ים, בנו הרב יעקב שמשון ערנסטער שליט"א ר"מ בישיבת וויזשניץ אלעד, בנו הרב ברוך שמעון ערנסטער שליט"א רב דקהילת וויזשניץ אנטווערפן, חתנו הרב חיים מרדכי אשכנזי שליט"א, נכדו הרב אשר יוסף שטרנבוך שליט"א (בן הרב ברוך) ונכדו הרב אלעזר ערנסטער שליט"א (בן הרב יעקב שמשון וחתן הרב בנציון אריה לייביש מייזליש), קומענדיג פון פוילן נאכען פראווענען א געהויבענעם שבת אין ליזענסק.
ראש ישיבת ויזניץ שליט"א קומט אן אין הייליגן הויז
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__11_.jpg (49.66 KiB) געזען 1163 מאל
-
- Kerestir1_6_19__12_.jpg (59.31 KiB) געזען 1163 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
דער ראש ישיבה שליט"א ובני חבורתו האבן זיך צום ערשט געזעצט צו א סעודה וואס איז געווארען שיין צוגעשטעלט לכבודם, נאכדעם האט מען זיך ארויסגעלאזט ארויף צו גיין לציון הק', אבער ווען מען איז אנגעקומען צו די גרויסע בארג איידער די בית החיים, איז געוועהן אוממעגליך ארויפצוגיין צוליב די שווערע שניי וועטער וואס האט זיך פונקט דאן אראפ געלאט האט מען זיך בלית ברירה צוריקגעדרייט צום הייליגען הויז, און מען האט זיך געשטעלט א מנין תהילים אין הייליגען קוויטל שטוב מיט גאר א שטארקע התעוררות, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אויסגעדריקט נאכן שפירען די געוואלדיגע התעוררות, דאס עס "איז לכאורה א לכתחילה מתפלל צו זיין טאקע דייקא אין קוויטל שטוב", כידוע איז דא א שטארקע השראת קדושה אויף א מקום ווי דער צדיק האט אפגעראכטען זיין עבודת הקדש, נאך דערצו אז עס דא די הבטחה הקדושה פונעם הייליגען רבי ישעי'לע זי"ע, דאס מען קען ווייטער קומען מתפלל זיין דא, איז דאך זיכער א מקום קיבל תפילות. שפעטער באישון לילה האט מען זיך געזעגענט און געפארען גלייך צום עירפארט בסל מלא ברכות.
ראש ישיבת ויזניץ ובני משפחתו ביי סעודת ערב-און הרה"ג ר' ברוך שטערנבוך שליט"א אב"ד קרית ויזניץ ברכפלד ביי תפילת מעריב אין קוויטל שטוב
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__13_.jpg (45.77 KiB) געזען 1163 מאל
-
- Kerestir1_6_19__14_.jpg (47.8 KiB) געזען 1163 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
מאנטאג:
צופרי איז געוועהן 2 מנינים שחרית און תיכף צופרי האבען די עוסקים בחצר הקודש שליחי בית רבינו, תיכף ארגאנעזירט א זאלץ טראק און א שניי קערער אויפצורוימען און צו מאכען די וועג ארויף גרינגער לכל הפוקדים הציון הק', און מען האט שיין אויפגעקערט די גאנצע בארג ביז די אוהל הק', ווייל עס איז געוועהן שווער אנצוקומען כנ"ל.

שחרית - און די זאלץ טראק אויפצורוימען די וועג צום בית החיים
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__15_.jpg (36.45 KiB) געזען 1149 מאל
-
- Kerestir1_6_19__17_.jpg (69.56 KiB) געזען 1151 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען א משפחה חבורה אנשים ונשים, משפחת וויינבערגער החשובה, בתוכם הרה"ג ר' שלמה זלמן שליט"א מגי"ש בישיבת סאטמאר קרית יואל נכדי הרה"ק בעל ערך ש"י זצ"ל וועלעכע זענען געקומען לרגל די יודה"ל וועלעכעס געפאלט אויס די קומענדיגע מיטוואך ומנוח"כ בעיר סיגוט, זיי זענען געקומען גלייך פון עירפארט, אזוי ווי זייער אסאך חבורות רעכענען זיך אויס צו קומען גלייך קיין קערעסטיר (אזוי ווי מען קען מיטהאלטען דא אין די שפאלטענעס פון די "טאג בוך נייעס באריכטען") עס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה, מיט השלמת קריאת התורה, און עס איז געוועהן צוגעשטעלט סועד צו זיין פאר דעם גאנצען ציבור.
משפחת וויינבערגער החשובה נכדי הרה"ק בעל ערך ש"י זצ"ל
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__19_.jpg (41.06 KiB) געזען 1146 מאל
-
- Kerestir1_6_19__20_.jpg (47.91 KiB) געזען 1146 מאל
-
- Kerestir1_6_19__22_.jpg (43.13 KiB) געזען 1146 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פארנאכט'ס האט זיך געשטעלט א צווייטע מנין מנחה, שפעטער איז משפחת קרויס החשובה הנ"ל אנגעקומען, ווי מען האט זיי בכבוד אויפגענומען, עס איז געוועהן צוגעשטעלט לכבודם א סעודת ערב, און נאכדעם בזמן האט זיך געשטעלט א גרויס מנין מעריב.
משפחת קרויס ביים סעודת ערב
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__25_.jpg (45.34 KiB) געזען 1144 מאל
-
- 24.jpg (188.96 KiB) געזען 1144 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
דינסטאג: -עשרה בטבת
צופרי איז געווען א מנין שחרית, סליחות, קריאת ויחל, עס איז געוועהן א שטילערער פארמיטאג ווי געווענליך צוליב דעם צום עשרה בטבת, עס איז געקומען א משפחה חבורה פון א"י נכדי להרה"ק מ'שינאווא זי"ע, וועלעכע זענען געקומען למקומות הקדושים לרגל די יודה"ל וועלעכע איז געוועהן די פארגאנגענע עש"ק, און נאך שבת איז מען אריינגעקומען קיין אונגארן. נאכען מתפלל זיין האט מען איינגעפאקט צידה לדרך פעקלעך בהרחבה אויף אויסצופאסטען אינטערוועגענס.
נאכמיטאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה"ג ר' משה טובי' ווייסבערגער שליט"א מלפנים אב"ד בודאפעסט יצ"ו

הרה"ג ר' משה טובי' ווייסבערגער שליט"א ווערט אויפגענומען דורך הרב אלי' גרויס שליט"א מ'בערבעשט נכד רבינו
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__26_.jpg (52 KiB) געזען 1140 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
אביסעל דערויף איז אנגעקומען א חשובע חבורה, חברי חברה קדישא דקהל יטב לב סאטמאר, עס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה מיט ויחל אין הייליגען קוויטל שטוב, און בזמן האט זיך געשטעלט א גרויס מנין מעריב
קריאת ויחל - מנחה - הרה"ג ר' משה טובי' ווייסבערגער שליט"א ביי הגבה
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__27_.jpg (37.62 KiB) געזען 1136 מאל
-
- Kerestir1_6_19__28_.jpg (41 KiB) געזען 1136 מאל
-
- Kerestir1_6_19__29_.jpg (43.68 KiB) געזען 1136 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
און נאכדעם איז שוין געוועהן גרייט א ברייטע אויספאסטען פאר אלע געסט, שפעטער האט מען זיך געשטעלט מחדש זיין די לבנה אין הויף פון הייליגען חצר, און נאכדעם האט מען ארויסגעברענגט פרישע ווארעמע נאכטמאל פאר'ן גאנצע עולם.
די רייכע 'אויספאסטן' - קידוש לבנה אין הייליגן חצר
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__30_.jpg (57.15 KiB) געזען 1131 מאל
-
- Kerestir1_6_19__32_.jpg (48.64 KiB) געזען 1131 מאל
-
- Kerestir1_6_19__33_.jpg (47.54 KiB) געזען 1131 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
דער זכות פרנס השבוע פון דעם היינטיגען וואך איז נתנדב געווארן דורך די עסקנים לזכות אז די "פריזען ריפארם ביל" אין אמעריקע זאל אדורך גיין מיט הצלחה, ווי בע"ה עס איז טאקע –בחסדי השם- געווארען אנגענומען ביי די רעגירונג און עס איז אריין אין קראפט טאקע אין זעלבען טאג בע"ה.
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__34_.jpg (47.6 KiB) געזען 1130 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
מיטוואך:
צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית דורך די וואס האבען גענעכטיגט די פארגאנגענע נאכט בבנין הכנסת אורחים, אינמיטען טאג האט מען אויף גענומען הרה"ג רבי נתן אלי' שטערן שליט"א, בן הגה"צ המפו' ראש ישיבת תורת חסד זצ"ל, ראש ישיבת "עריבות התורה" בירושלים עיה"ק, עס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה, און שפעטער נאך א מנין מנחה און בזמן א מנין מעריב.
דאנערשטאג:
צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, איבער'ן טאג איז געוועהן 3 מנינים מנחה און בזמן האט זיך געשטעלט א גרויס מנין מעריב, ביינאכט האט מען אויפענומען הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א אין באגלייטונג פון מוה"ר נחמן פרוכטער הי"ו און מוה"ר ישראל פרוש הי"ו, ווי צום ערשט האט מען טועם געווען אין מל"מ שטוב, און נאכען באזוכען אין הייליגען הויז, קאך, בניני הכנסת אורחים, איז מען אריין בחרדת קודש אין הייליגען קוויטל שטוב, און צוערשט דארט געשריבען א קוויטל, מרבה געוועהן בתפילה בהתעוררות רב, און ארויף לציון הק' באימה וביראה, ווי מען האט זיכער אויסגעבעטן אלעס גוטס.

הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א מיט הרב ר' אלי' גרויס שליט"א אין מלוה מלכה שטוב
ביים שרייבן א קוויטל אין קוויטל שטוב
ביים ציון הק'
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
עש"ק-שב"ק:
דאנערשטאג נאכט און פרייטאג איז געוועהן גאר א שווערע שניי, און אסאך אידן וואס האבען זיך געמאלדען צו וויילען שב"ק בחצר הקודש זענען נישט אנגעקומען צוליב דעם שווערען וועטער, ועכ"ז איז בע"ה געוועהן א געהעריגע מנין און עס איז געפראוועט געווארען גאר א שיינער שב"ק ברוחניות ובגשמיות.
מוצש"ק:
נאך הבדלה האט מען צוגעגרייט א שיינעם מל"מ פאר די שובתי השב"ק העעל"ט, שפעטער אינמיטען נאכט האט מען פון פריש צוגעשטעלט א מלוה מלכה פאר א חבורה פון חסידי קארלין סטאלין פון ביתר, וואס נאכען פראווענען שב"ק אין דינוב, זענען זיי ספעציעל געקומען צופארען קיין קערעסטיר, צו פראווענען מלוה מלכה אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", ווי מען האט שיין פארברענגט בשירה ובזמרה מיט סיפורי צדיקים, און נאכדעם איז מען געבליבען אויף לינת לילה בבנין הכנסת אורחים.
זונטאג:
צופרי האבן זיך געשטעלט 2 מנינים שחרית -איינס נאך די צווייטע- דורך די שובתי השב"ק, און די חסידי קארלין סטאלין וואס האבען דא גענעכטיגט די פארגאנגענע נאכט, איבער'ן טאג זענען געוועהן פול מיט באזוכער, און בזמן האט זיך געשטעלט א גרויס מנין מנחה און מעריב.

פר' שמות

- בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזען 1106 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
מאנטאג:
צופרי גלייך נאך שחרית האט מען אויפגענומען א גרופע בחורים יוצאי ישיבת "עץ חיים מאנטשעסטער", מיט דעם משגיח הישיבה הרב ר' אברהם קופיץ שליט"א, וועלעכער האט אויפגעטרעטען פאר זיי אין הייליגען קוויטל שטוב, און מסביר געוועהן מגודל קדושת המקום, מיט א שטארקע התעוררות מסביר געוועהן מה נורא המקום הזה אין זה כי אם בית אלהים וזה שער השמים און זיך אויסגעדריקט פאר די טייערע בחרים מיט גרויס התעוררות מיט די פסוק "של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קדש הוא", און נאך אזא הכנה דרבה איז מען ארויף לציון הק' און מתפלל געוועהן א משך זמן, און בזמן מנחה גדולה איז מען צוריק געקומען דאווענען מנחה אין הייליגען קוויטל שטוב בהתעוררות רב.
אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען משפחת שניצלער החשובה פון בארא פארק נכדי הרה"ק ארי' דבי אילעי' זי"ע, וואס זענען געוועהן אויף'ן וועג לציונו הק' וואס מנוח"כ אין בריגל-פוילן לקראת די יומדה"ל וועלעכע געפאלט אויס דעם מארגענדיגען טאג. נאכמיטאג האט מען אויפגענומען א קלענערע גרופע משפחת נידערמאן הי"ו נכדי להרה"ק מ'טשענגער זי"ע, ולהרה"ק ר' נתן פייטל ריינוץ זי"ע , מנו"כ במאד הסמוכה, ווי עס איז געוועהן צוגעשטעלט לכבודם א שיינע סעודת ערב, פארנאכטס איז געוועהן א מנין מנחה, און מעריב בזמן, און א גרויסער עולם איז געבליבן ללינת לילה בבנין הכנסת אורחים.

הרב אברהם קופיץ שליט"א טרעט אויף פאר יוצאי ישיבת עץ חיים מאנטשעסטער
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__39_.jpg (39.6 KiB) געזען 1105 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
דינסטאג:
צופרי נאך שחרית איז אנגעקומען א משפחה גרופע פון ניו יארק גלייך פון פלוגהאפען, נכדי להרה"ק בני יששכר זי"ע לקראת די הילולא קדישא, ווי נאכען סועד און מתפלל זיין אין הייליגען קוויטל שטוב האט מען זיך ארויסגעלאזט ווייטער אין וועג קיין פוילן.
מען האט במשך די טעג גע'ענדיגט צובויען נאך עטליכע צימערען בבנין הכנסת אורחים, צוליב דעם ריבוי עם בליעה"ר, וועלעכע קומען כסדר לבקר בהיכלו צו "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", און עס האט זיך וויכטיג אויסגעפעהלט שוין צוצובויען כדי צו קענען אקאמאדירען די פולע באזוכער לשביעת רצון.

די בוי ארבעט און רענעוואציעס אין די בנין הכנסת אורחים
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__40_.jpg (47.95 KiB) געזען 1067 מאל
-
- Kerestir1_6_19__41_.jpg (44.63 KiB) געזען 1067 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
עס האט געהאט באשטעלט פון פריער און מען האט זיך געגרייט אויף די גרויסע זכיה אויפצונעמען כ"ק אדמו"ר מ'פרעמישלאן שליט"א על ישראל הדרתו בבני ברק, מיט די באגלייטונג פון איבער 100 חסידים, נאר צוליב דעם שווערען וועטער אין איירופע, האט זיך זייער נסיעה פארצויגען, און מען האט אריינגערופען, דאס אנשטאטס אנגצורייטען די סעודה אין הייליגען הויז זאל מען ביטע איינפאקען די סעודה און אפשיקען גלייך צום עירפארט, און אונזער געטרייער קעכער מוה"ר אבא גרינבוים הי"ו האט איינגעפאקט די גאנצע סעודה זייער שיין און מסודר און גלייך אפגעשיקט צום עירפארט, ווי מען הערט נאך כסדר צוריק גריסען פון די חסידי פרעמישלאן ווי מען האט זיי מחיה געוועהן ב"ה נאכען זיין אפגעמיטשעט מטילטול הדרך וכו', און פארן אפרייזען האט מען בע"ה געהאט א פיינע כשר'ע סעודה.
אינמיטען טאג האט זיך געשטעלט א מנין מנחה, און שפעטער נאך א מנין מנחה און בזמן מעריב.

דער געטרייער קעכער ר' אבא גרינבוים הי"ו ביים איינפאקן די סעודה פאר חסידי פרעמישלאן
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__42_.jpg (45.81 KiB) געזען 1065 מאל
-
- Kerestir1_6_19__43_.jpg (50.29 KiB) געזען 1065 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום מאנטאג יאנואר 07, 2019 4:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
די געגרייט גיפאקטע מאלצייטען (איינגעפאקט אויף די ספעציעלע געסילט"ע אופן, כדי עס זאל זיך נישט גיסן) גרייט אפצושיקען צום פלוגהאפטען פאר די חסידי פרעמישלאן
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__44_.jpg (79.78 KiB) געזען 1065 מאל
-
- Kerestir1_6_19__45_.jpg (96.71 KiB) געזען 1065 מאל
-
- Kerestir1_6_19__46_.jpg (76.65 KiB) געזען 1065 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
מיטוואך:
צופרי נאך שחרית איז געוועהן א גרויסער לחיים לרגל די יומא דהילולא קדישא של הרה"ק בני יששכר זי"ע, אינמיטען טאג האט זיך אנגעזעהן א גרעסערער פארקער פון די פולע אידן וואס זענען געקומען לקראת די יא"צ, עס האט זיך איבערן טאג געשטעלט עטליכע מנינים מנחה פון אידן וואס זענען געוועהן אויף'ן וועג צו/פון דינוב וואס שם מנוח"כ.
ביינאכט זענען אנגעקומען (גלייך פון עירפארט) עטליכע אינגעלייט פון ירושלים עיה"ק, מלומדי כולל שומרי החומות, לקראת די יא"צ פון כתב סופר זי"ע ממיסדי הכולל, צום ערשט האט מען זיך געשטעלט א מנין מעריב און נאכדעם האט מען זיך געוואשען צו א יא"צ סעודה, און בשעת'ן סעודה האט מען פארציילט מעשיות מגודל קדושתו, און נאך ברכת המזון האט מען זיך תיכף ארויסגעלאזט קיין פרעשבורג להתפלל על ציון קדשו.
עש"ק-שב"ק:
נאך דעם מנין וותיקין זענען אנגעקומען די איבריגע שובתי השב"ק בחצר הקודש, עטליכע משפחות פון ארץ ישראל חסידי תולדות אברהם יצחק, מיט א חבורה בחורים פון ישיבת מיר, עס איז געוועהן א שיינער דערהויבענעם שב"ק, און מוצ"ש נאך הבדלה האט מען צוגעשטעלט א שיינעם מלוה מלכה, און שפעטער האט מען צוגעגרייט נאך א מלוה מלכה פאר די וועכענטליכע חבורה וואס קומען צופליען ספעציעל פון לאנדאן, צו פראווענען מל"מ אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", און ווי אויך איז אנגעקומען א חבורה פון ניו יארק וועלעכע האבן געפראוועט שבת אין בודעפעסט און זענען געקומען צו פארען נאכען זמן מוצ"ש קיין קערעסטיר, ווי מען האט פארברענגט מיט סיפורי צדיקים וזמירות א לענגערע זמן מיט א שטארקע געהויבענקייט.

מז"ט לנכדי רבינו מטעם הכנסת אורחים שע"י ר' ישעי'לעס הייליגע הויז
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__49_.jpg (649.21 KiB) געזען 950 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
נטפי תנחומים לכ' אונזער איבערגעגעבענע קאך איינגעשטעלטע, די גאר געטרייע קעכער בחצר רביה"ק "ר' ישעי'לעס הייליגע קאך" מוה"ר אבא ואחיו כמר הערשל גרינבוים הי"ו - הרה"צ רבי מאיר יוסף רובין שליט"א מייסד מפעלינו ביים מנחם אבל זיין משפחת גרינבוים החשובה
- אטעטשמענטס
-
- Kerestir1_6_19__47_.jpg (720.87 KiB) געזען 948 מאל
-
- Kerestir1_6_19__48_.jpg (38.83 KiB) געזען 948 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען, דא אין די אשכול
צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
[email protected]