קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:34 pm

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
צוגעלייגטע
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזעהן 394 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:35 pm

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.

פאר א פי די עף פון די גאנצע אימעיל ביטע דריקט דא:

https://www.dropbox.com/s/kb7ey6tewk332 ... 8.pdf?dl=0
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:41 pm

איידער מיר גייען ווייטער מיט די טאג בוך נייעס, וועלן מיר צוריק גיין ווי מיר האבען זיך אפגעשטעלט, תיכף פאר די "ספעציעלע חנוכה בצל הקודש נייעס"



אבער פאר מיר טרעטן צו, צו באשרייבען דעם געהויבענעם באזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'טאהש שליט"א, איז כדאי מקדים צו זיין מיט א הקדמה, בנוגע דעם קשר צווישען טאהש און קערעסטיר. דער קשר איז באמת א רוחניותדיגער, וואס גייט נאך צוריק מיט באלד 90 יאר. אין די צייטען פון הרה"ק ר' אלימלך "הסבא קדישא" מ'טאהש זי"ע מיט רביה"ק ר' מאיר יוסף רובין הי"ד זי"ע, אדמו"ר האחרון מ'קערעסטיר קודם המלחמה.

צו פארשטיין וועלן מיר אביסעל אויפמישען זכרונות מימי קדם בהילו נרו על ראשינו, ווען דער הייליגער רבי, ר' ישעי'לע זי"ע האט פארשיינט די וועלט א משך פון 50 יאר מיט מופתים, ישועות, און קדושה וטהרה, און עס האבען זיך געקלאמערט לאורו טויזענטער אידן, ווי עס איז טאקע אריינגעקריצט על מצבת קדשו "נהרו אליו רבבות אלפי ישראל מאפסי ארץ ואיים" און ליידער בעונותינו הרבים אין דעם טאג ג' אייר תרפ"ה האט די וועלט געכאפט א מוראדיגע קלאפ בכלל, און אונז קערעסטיר בפרט, אבער מען האט זיך מחזק געוועהן מיט דעם הניח בן כמותו, און מכתיר געוועהן ע"פ צוואתו הקדושה זיין איינציג זוהן רביה"ק ר' אברהם'לע זי"ע, און נאך פאר מען האט זיך געקענט שטעלן אויף די פיס געהעריג איז ליידער נצחו אראלים את המצוקים און מען האט פארלוירען אונזער קרוין פון קאפ, א בחינה פון שבר ע"ג שבר און קוים 22 חדשים נאך די גרויסע אבידה וואס כלל ישראל האט געליטן מיט די פטירה פון רבי'ן ר' ישעי'לע זי"ע האט מען שוין באגלייט למנוחת עולמים דעם הייליגען רבין ר' אברהם'לע זי"ע. קערעסטיר איז דעמאלטס געשטאנען אין זייער א שווערער מצב, און מיט אויסטערלישע כוחות האט מען זיך צוזאם גענומען אויסגעפאלגט די צוואה פון רבי'ן ר' אברהם'לע זי"ע -וועלעכע מען האט נאך געדענקט פון פאר'ן פטירה פון רבי'ן ר' ישעי'לע אז דאס איז געוועהן זיין הייליג רצון אויך- ווי באקאנט האט מען האט געזעהן פאר די פטירה אז דער רבי ר' ישעי'לע זי"ע האט געבענטשט דעם רבין ר' אברהם'לע זי"ע, און דאן דעם רבין ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, פאר א לענגערע זמן ווי דעם רבי'ן רבי אברהם'לע, שוין דאן האבן די "בני בינה" פארשטאנען אז דער רבי ר' אברהם'לע זי"ע וועט נישט מאריך ימים זיין, און דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, וועט תיכף איבערנעמען, (כמבואר באריכות בספר מופת הדור פרק כ' עמוד תקמ"ה) האט מען טאקע אויסגעפאלגט זייער הייליג רצון און מכתיר געוועהן רביה"ק ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, אלס ממלא מקום אויף דעם גרויסען הייליגן בענקל פון זקינו וחותנו הקדושים נ"ע.

אבער ווי פארשטענדליך איז דענסמאל דער קערעסטירער הויף געוועהן זייער צוקלאפט, אסאך פון די אידן וואס פלעגן קומען תמידין כסדרן זענען שוין נישט געקומען, און דאס געפארעכטס איז נישט געווען ווי אויף דעם אלטען שטייגער, האט דער הייליגער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, זיך צוזאמגענומען און אנגעהויבען פון דאסניי צוריק אויפבויען "חצר הקודש קערעסטיר", און טראץ זיין גאר אינגע עלטער –זייענדיג קוים 30 יאר- האט זיך דער רבי אריינגעווארפען לנצח על מלאכת בית ה', און האט פונקט ווי אסאך אדמורי"ם בימים ההם, זיך ארויסגעלאזט ארום צו גיין אויף שבתים און פראווענען אין דער פרעמד, אין די ארומיגע אונגארישע שטעטלעך און דערפלעך, און פלעגט אויך אנקומען קיין ניר-טאהש הסמוכה בקביעות איין שבת פון יאר.

געוועהן איז עס נאך עטליכע יאר בערך בשנת תרצ"א אדער שנת תרצ"ב (דאס מיינט צו זאגען אז די רבי איז נישט געוועהן מער ווי 35 יאר אלט) נאכען פירען דאס אדמו"רות קוים 5 יאר בערך, און דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד איז געוועהן –ווי אויף'ן סדר- א שבת אין טאהש, און נאך שבת איז דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד אריינגעגאנגען צום "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע, זיך געזעגענען, און דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע, האט פארגעשטעלט א קשיא פאר'ן רבי'ן, פרעגענדיג, "קערעסטיר'ער רבי וויפיל מאכט איהר א שבת דא אין טאהש"? און דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, האט פארגעלייגט א פונקטליכען חשבון, וויפיל עס קאסט און וויפיל מען מאכט, און וויפיל עס בלייבט איבער וכו', האט זיך דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע אנגערופען "קערעסטיר'ע רבי, איך בעט אייך, פון היינט און ווייטער בלייבט אינדערהיים און קומט מער נישט אויף שבת קיין טאהש, און מיר וועלן אייך שיקען דאס געלט וואס איר פלעגט דא מאכען! אזוי אז איר וועט קיין היזק האבען! דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד איז געשטאנען און געשטוינט פון די ווערטער, האט זיך דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע מסביר געוועהן און אויסגעשמועסט, זאגענדיג "מיר האבן מורא פון הקב"ה! ווייל מיר שפירען אז מיר קענען אייך נישט מכבד זיין מיט'ן כבוד הראוי, און מיר גייען באצאלען פאר דעם! דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד האט טאקע אויסגעפאלגט און פון דאן אן און ווייטער האט דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, צוביסלעך אויפגעהערט ארום צו פארן, אויך נישט צו די אנדערע שטעטלעך און דערפלאך נאר ער איז שוין רעגעלמעסיג געבליבען אין קערעסטיר. דא האט מען הערשט פארשטאנען דאס עמקות הכוונה פונעם "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע, וואס פון דעם האט זיך ארויסגעשטעלט סוף מעשה זיין הייליגע מחשבה מתחילה (ווי הייליג, קלוג, און אויפן איידעלען אופן, דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע, האט "מסביר" געווען פאר קערעסטירער רבי'ן זיין מיינונג, אזוי אז דער קערעסטירער רבי האט דאס בלית ברירה געמוזט אנ-נעמען).

דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע, האט באמת גאר שטארק געהאלטען פונעם רבין ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד און ער האט ברוב חכמתו פארשטאנען אז ווילאנג דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, וועט ארום פארען אין דער פרעמד וועט דאס "הייליגער קערעסטירער חצר" זיך נישט קענען אוועק שטעלן געהעריג, און ברוב ענותנותו פון רבי'ן ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד האט דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע געוואוסט אז ער קען אים דאס נישט מסביר זיין, ווייל דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע האט זיך געהאלטען זייער זייער קליין כידוע, ממילא האט דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע, מרוב ידידותו אויף זיין אייגנארטיגען אופן אזוי "מסביר" געוועהן. ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט, איז קערעסטיר צוביסלעך צוריק געווארען א חצר, מיט א געפארעכטס ממש כימי רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, עס זענען געקומען אידן להתברך מפה קדשו, און דער רבי זי"ע האט משפיע געוועהן מופתים גלוים למעלה מדרך הטבע, (כדי פארשטיין צו געבען וויאזוי דער הייליגער חצר האט אויסגעזעהן בתפארתו קען מען פארשטיין פון דעם וואס דאס לעצטע יאר פאר'ן דעפארטירען, ווען דער מצב אין גאס איז שוין געוועהן זייער שווער און ליידער רוב אידן זענען שוין געוועהן אין מונקא טאבור, האט אבער קערעסטיר געהאט איבער 200 אידן וואס זענען געקומען צו פארן מיט מסירת נפש ממש! צו זיין אויף שבת במחיצת הצדיק רביה"ק ר' מאיר יוסף זי"ע,) און אט דאס איז געוועהן דער רצון פונעם "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע.

נו, אז דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע, האט ארויסגעזאגט די דאזיגע ["מיר האבן מורא פון הקב"ה! ווייל מיר שפירען אז מיר קענען אייך נישט מכבד מיט'ן כבוד הראוי, און מיר גייען באצאלען פאר דעם!"] ווערטער פון זיין מויל, איז זיכער אז דאס איז אמת, און ער האט זייער געהאלטען פון רבי'ן רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד.

נאך דערציילען די אלטע חסידים, ווען דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד האט חתונה געמאכט זיין טאכטער הרבנית מרת חי' פרי' ע"ה-הי"ד מיט ש"ב הגה"צ ר' אשר ישעי' רובין זצ"ל בשנת תרח"ץ, איז דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע געקומען צו פארן צו די שמחה, און איז מכובד געווארן מיטן ערשטען מצוה טאנץ, די אידן וואס זענען דארט געוועהן האבען גערעדט פון דעם מעמד נשגב יארען שפעטער, ווי דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע האט געטאנצט דעם כיצד מרקדין, מיט אן אויסטערלישען דביקות אריבער א ¾ שעה, און דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, האט נישט אראפגענומען זיינע אויגען פון אים, און זיין הייליגע צורה איז געוועהן פלאם פייער רויט. ווי אויך האבען די אדערען זיך ארויסגעשטעקט פון האלז, און מיט אש קודש זיך נישט גערירט נאר מיט די אויגען נאכגעגאנגען די ריקודין קדישין פונעם "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע, און נאך די הייליגע עבודה איז דער "סבא קדישא" הרה"ק ר' אלימלך זי"ע אריינגעפאלען אין א בענקל און עס האט געהערשט א שטארקע התעוררות, וואס די אידן וואס געדענקן, דערציילן אז "אלע אנוועזענדע האבן געוויינט".

דאס זעלבע קען מען אויך זעהן פון די מעשה וואס דער קערעסטירער רבי הרה"צ ר' בעריש זצ"ל האט דערציילט, אז זיין טאטע ה"ה כ"ק דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, האט אמאל געשיקט מזכיר זיין מחברתו הטהורה הרבנית הצדיקת מרת רבקה צירל ע"ה הי"ד, פאר'ן טאהש'ע רבי זי"ע, האט דער טאהש'ע רבי זי"ע, צוריק געשיקט מאנדלען און געהייסען איבערגעבען לשון קדשו בזה הלשון: "הגם לית את צריך לדידי (דארפסט בכלל נישט אנקומען צו מיר) די האסט דאך דארט דעם הייליגן זיידען ר' ישעיל'ע זי"ע, אעפ"כ מחמת ידידות שיק איך דיר מאנדלען זאלסט געבען צו עסען פאר די רעבעצין" ווי מען האט טאקע געזעהן א באלדיגע ישועה בע"ה.

מיט די הקדמה, נאכען פארשטיין אז דער קשר פון טאהש מיט קערעסטיר איז שוין א אלטער שטארקער קשר נאך מימי קדם, וועלן מיר צוגיין און באשרייבען דעם ביקור קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'טאהש שליט"א

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:46 pm

ביקור קודש של כ"ק מרן אדמו"ר מ'טאהש שליט"א


טיעף אינמיטען די נאכט פון מוצש"ק פר' וישב האט מען זוכה געווען אויפצונעמען כ"ק מרן אדמו"ר מ'טאהש שליט"א, וועלעכער האט געוויילט אויף שב"ק אין שטאט טאהש-אונגארן לרגל הילולת זקינו הק' "הסבא קדישא הרה"ק ר' אלימלך מ'טאהש זי"ע" ושם מנוח"כ, דער רבי שליט"א האט נאך מלוה מלכה זיך אויסגעדריקט, אז ער וויל זיין אין קערעסטיר, מתפלל צו זיין במקום שהתפללו אבותיו, דער רבי שליט"א מיט די פמליא זענען אנגעקומען קיין קערעסטיר און קודם ארויף לציון הק', און נאך'ן מרבה זיין בתפילה, א משך זמן בהתעוררות רב, איז געוועהן צוגעשטעלט א לחיים אין הייליגען הויז לכבודו פונעם גרויסען גאסט, טאקע אויף דעם זעלבן ארט ווי דער סבא קדישא האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין.


די רבי שליט"א ביים ציון הק'
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (72.74 KiB) געזעהן 390 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:48 pm

צום ערשט – גלייך איז דער רבי שליט"א אריין אין הייליגן קוויטל שטוב און מיט התרגשות געצינדען לעכט ביים מקום המיוחד לכך, און ארום גערעדט מגודל קדושת המקום מיט א התרגשות

דער רבי שליט"א אין קוויטל שטוב ביים צינדען לעכט
צוגעלייגטע
2.jpg
2.jpg (54.38 KiB) געזעהן 388 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:50 pm

די רבי שליט"א רעדט צו די ארומיגע מגודל התרגשות
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (43.84 KiB) געזעהן 387 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:52 pm

און נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט געצינדען לעכט אין קוויטל שטוב איז מען אריין -אינעם מסוגל'דיגען זמן פון מוצש"ק- אינעם מלוה מלכה שטוב טרינקען לחיים, ווי דער רבי שליט"א האט נאכגעזאגט מאביו הרה"ק מ'טאהש זי"ע ענינים נפלאים על רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, און ווי אביו הרה"ק מ'טאהש זי"ע פלעגט רעדען פון דעם הייליגען מקום, און יעצט אז ער האט די זכי' צו זיין אין דעם מקום, איז אים –פאר'ן רבי'ן שליט"א- א געוואלדיגע זכי' און התעוררות. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, געטרינקען לחיים, און געטיילט שריים

שלחן לחיים אין מלוה מלכה שטוב
צוגעלייגטע
4.jpg
4.jpg (51.53 KiB) געזעהן 386 מאל
3.jpg
3.jpg (49.76 KiB) געזעהן 386 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:54 pm

די רבי שליט"א ביים אפגעבען ברכת הקודש פאר הערשל גרינבוים הי"ו מגודל עסקני חצר הקודש
צוגעלייגטע
5.jpg
5.jpg (61.27 KiB) געזעהן 385 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:56 pm

דאן האט דער רבי שליט"א זיך אומגעקוקט אינעם הייליגען חצר, און פאר'ן אוועק גיין איז דער רבי שליט"א זיך געגאנגען טובל זיין אין די מקוה טהרה, און זיך געגרייט צו פארלאזען אונגארן, צו זיין צוריק אין קרית טאהש לקראת יומי דחנוכה, אפצורעכטען דארט די עבודת הקודש. פאר'ן פארלאזען דאס הייליג ארט האט דער רבי שליט"א זיך נאכאמאל באדאנקט און אנגעוואונטשען ברכת קדשו להעוסקים בעבודת הק' בחצרינו הקדש, און זיך משתתף געוועהן בהוצאות, זאגענדיג אז ער וויל האבען א חלק אין אזא הייליגע פעולה, און בסל מלא ברכות פארלאזט קערעסטיר האבענדיג געפויעלט אלעס גוטס, אמן.

ארויסקומענדיג פון בנין המקוה באשמורת הבוקר
צוגעלייגטע
6.jpg
6.jpg (90.64 KiB) געזעהן 384 מאל
7.jpg
7.jpg (79.68 KiB) געזעהן 384 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:59 pm

די רבי שליט"א ביים אנוואונטשען די עסקני חצר הקודש "ר' ישעי'לעס הויז" פאר'ן אפרייזען צירוק אהיים קיין טאהש אויף'ן יו"ט חנוכה
צוגעלייגטע
8.jpg
8.jpg (54.18 KiB) געזעהן 382 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:19 am

גלייך נאכדעם איז מען אריין אין די געהויבענע ימי החנוכה בצל הקודש ווי שוין באריכטעט געווארען אינעם פארגאנגענעם ספעציעלען חנוכה "טאג בוך" נייעס, ווי מען קען מיטהאלטען דא אין די אשכול אויף די פארגאנגענע בלאט, דרוקט דא

viewtopic.php?f=3&t=35807&start=1050

פר' ויגש


במשך דעם זונטאג נאכמיטאג, און מאנטאג דורכאויס דעם גאנצען טאג ביז אין די טיעפע נאכט שעות, זענען 100'טער אידן געקומען אין דעם מסוגל'דיגן טאג זאת חנוכה, לבקר בהיכלו אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" אינעם הייליגן קוויטל שטוב, און מאנטאג ביינאכט האט א גרויסער עולם גענעכטיגט אין די בניני הכנסת אורחים.


דינסטאג:

צופרי האבן זיך געשטעלט עטליכע מנינים שחרית, פון די אידן וואס האבן דא גענכטיגט די פארגאנגענע נאכט, פארמיטאג האט מען אויפגענומען אונזער איבערגעגעבענעם קעכער מו"ה ר' אפרים שלמה טאמבער הי"ו פון אנטווערפען, וועלעכער איז געקומען לשרת בקודש אין "ר' ישעי'לעס הייליגע קאך".

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען א משפחה חבורה הגה"צ ר' מאיר יודא טענענעבוים שליט"א אב"ד נטע שורק טשאטא -קרית יואל- ומשפחתו החשובה, בתוכם חתנו הרב ר' אהרן יודא כ"ץ שליט"א בן הגה"צ ר' אברהם שליט"א גאב"ד טאהש מאנסי ונכד להרה"ק בעל עבודת עבודה מ'טאהש זי"ע, די חבורה איז געפירט געווארען דורך "היי ענד לוי טרעוול" אנגעפירט דורך מוה"ר חיים הערש וויינשטיין הי"ו, ווי עס איז געוועהן צוגעשטעלט פאר זיי א סעודת ערב אין א באזונדערע צימער, און נאך א התלהבות'דיגען מנין מעריב איז מען געבליבען אויף לינת לילה, אין די בניני הכנסת אורחים.

עס האט זיך געשטעלט אלעס צוזאמען 3 מנינים שחרית, 2 מנינים מנחה, און 3 מנינים מעריב.



הגה"צ אב"ד טשאטא שליט"א
צוגעלייגטע
9.jpg
9.jpg (33.72 KiB) געזעהן 336 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:20 am

הגה"צ די טשאטא רב שליט"א עוסק בלימוד התורה אין די הייליגע הויז
צוגעלייגטע
10.jpg
10.jpg (62.67 KiB) געזעהן 336 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:22 am

מיטוואך:

צופרי האבן זיך געשטעלט 3 מנינים שחרית בתוכם הגה"צ מ'טשאטא -קרית יואל- שליט"א ומשפחתו וואס האבען גענעכטיגט דא די פארגאנגענע נאכט כנ"ל. נאכמיטאג איז אנגעקומען א גרופע בחורים פון ישיבת קובנה-מבקשי השם, א ישיבה פאר בעלי תשובה, ווי די בחורים האבען ווארעם פארברענגט בשירה וזמרה בשעת די סעודת אחה"צ, און דאן זיך געשטעלט א מנין מנחה, מיט גרויס התעוררות.

פארנאכט'ס האט מען אויפגעונמען א משפחה חבורה, משפחת טירער החשובה, מחשובי חסידי סערעט-וויזשניץ פון חיפה אייניקלעך בא"ב מהרה"ק באר מים חיים זי"ע, נאכען א מנין מנחה און מעריב האבען זיי סועד געווען, די סעודה וואס איז געוועהן צוגעגרייט לכבודם.



משפחת טירער מחשובי חסידי סערט וויזשניץ, ביים דאווענען אין הייליגען קוויטל שטוב
צוגעלייגטע
11.jpg
11.jpg (54.6 KiB) געזעהן 336 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:32 am

.
צוגעלייגטע
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזעהן 331 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:36 am

ביינאכט האט מען אויפגענומען, שוין די דריטע משפחה חבורה היינט אליינס –חוץ פון די פילצאליגע יחידים, און די בחורים גרופע וכדומה- משפחת שעהנברוין החשובה פון קרית יואל, ווי צום ערשט האט מען זיך געשטעלט נאך א מנין מעריב און נאכען סועד זיין געבליבען אויף לינת לילה

אלעס צוזאמען האט זיך געשטעלט 3 מנינים שחרית, 2 מנינים מנחה, און 2 מנינים מעריב.

משפחת שעהנברוין ביים סעודת ערב, און התרגשות'דיגע טאנץ
צוגעלייגטע
12.jpg
12.jpg (59.74 KiB) געזעהן 330 מאל
13.jpg
13.jpg (42.99 KiB) געזעהן 330 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:39 am

דאנערשטאג:

גאר צופרי איז געוועהן א מנין שחרית דורך משפחת שעהנברוין הי"ו פון קרית יואל וואס האבען דא גענעכטיגט די פארגאנגענע נאכט כנ"ל, און נאך א גרויסע פת שחרית האט מען זיך ארויסגעלאזט ווייטער אין וועג בסל מלא ברכות און אוודאי געפויעלט אלעס גוטס,

אביסעל שפעטער האט מען אויפגענומען א גרופע עסקנים למען המוסד "בוני עולם" בראשות הרב ר' שלמה באכנער שליט"א מנהל ומייסד המוסד, קומענדיג גלייך פון די שטאט ווינא יע"א, -ווי עס איז מיט גרויס הצלחה אפגעראכטען געווארען די פארגאנגענע נאכט דער דינער לטובת המוסד-, [וואס כידוע אין צוגאב צו די אויסעגעווענליכע שטיצע וואס דער מוסד שטעלט צו פאר אחב"י המחכים לישועה, טוען זיי אויך מתפלל זיין מיט מנין פאר אלע נצרכים, הנזקקים לישועה], און זיי האבן אוודאי געפויעלט כל מיני ישיעות. עס האט זיך געשטעלט נאך 2 מנינים שחרית.



הרב ר' שלמה באכנער שליט"א מנהל ומייסד בוני עולם ביים עולה זיין לתורה ביי תפילת שחרית אין קוויטל שטוב
צוגעלייגטע
14.jpg
14.jpg (98.08 KiB) געזעהן 327 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:40 am

הרב ר' שלמה באכנער שליט"א ביים ציון הק'
צוגעלייגטע
16.jpg
16.jpg (88.05 KiB) געזעהן 327 מאל
15.jpg
15.jpg (153.9 KiB) געזעהן 327 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:44 am

24 שעה א קוויטעל אין קערעסטיר



דרוקט דא
https://www.kerestir.com/kerestir/

קוויטל 1.PNG
קוויטל 1.PNG (265.55 KiB) געזעהן 325 מאל


קוויטל 2.PNG
קוויטל 2.PNG (314.02 KiB) געזעהן 325 מאל


קוויטל 3.PNG
קוויטל 3.PNG (447.62 KiB) געזעהן 325 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:47 am

איבער'ן טאג איז געוועהן א גרויסער פארקער, אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען מיט גרויס כבוד, הרב המקובל ר' מנחם פינטוי שליט"א, ווי עס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה מיט גרויס דביקות. און ביים זמן הט מען זיך תיכף געשטעלט א דביקות'דיגער מנין מעריב, דאן איז דער רב שליט"א ארומגעגאנגען א באזוך אין די הייליגע קאך, ווי אויך אין אלע אנדערע אפטיילונגען פונעם הייליגען חצר, און געוואלדיג נתפעל געווארן פון אלעס וואס עס טוט זיך דארט אף! דער רב שליט"א האט איבערעלאזט ברכת קודשו פאר אלע עוסקים בעבודת הקודש. שפעטער האט זיך געשטעלט נאך א מנין מעריב.



ביים אויפנעמען המקובל הרב מנחם פינטוי שליט"א
צוגעלייגטע
17.jpg
17.jpg (65.82 KiB) געזעהן 324 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:51 am

המקובל הרב מנחם פינטוי שליט"א ביים ארום גיין אין אלע אפטיילונגען אין חצר, און ביים באזוך אין הייליגען קאך
צוגעלייגטע
18.jpg
18.jpg (71.82 KiB) געזעהן 320 מאל
19.jpg
19.jpg (69.89 KiB) געזעהן 320 מאל
20.jpg
20.jpg (61.73 KiB) געזעהן 320 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 11:49 am

מז"ט לאנשי שלומינו
צוגעלייגטע
אנש.jpg
אנש.jpg (168.14 KiB) געזעהן 283 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 11:49 am

מז"ט לנכדי רבינו
צוגעלייגטע
נכדי.jpg
נכדי.jpg (122 KiB) געזעהן 283 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 11:58 am

באמערקונג! צילוב די גרעסערע אינהאלט אין די אימעיל'ס, האבען אסאך אידן געבעטען עס צוצושטעלן אין א אנדערע פארמאט, וואס איז גרינגער צו ליינען, וועט מען אי"ה פון היינט און ווייטער -לתועלת הציבור- עס אויך צושטעלן אין א פי די עף
צו עפענען דעם אימעיל אין די פי די עף פארמאט ביטע טועט דרוקען אויף די דראפבאקס עטעטשמענט, און דיינלויט עס פון דארט

https://www.dropbox.com/s/kb7ey6tewk332 ... 8.pdf?dl=0

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:01 pm

.
צוגעלייגטע
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (49.32 KiB) געזעהן 271 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:05 pm

פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען, דא אין די אשכול






צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
updates@kerestir.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 18 געסט