קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:02 pm

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
צוגעלייגטע
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזעהן 481 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:06 pm

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.


יום גמר החתימה 'זאת חנוכה'


זייטס אייך מזכיר ביום המסוגל "זאת חנוכה" אין הייליגען קוויטל שטוב, די מקום ווי די רבי ר' ישעי'לע זי"ע האט מבטיח געוועהן פאר'ן פטירה, דאס אויב וויל מען א ישועה זאל מען אריין קומען אהין מתפלל זיין, און ער -רביה"ק זי"ע- וועט ממלא זיין די בקשות! און ווי אויך וועט מען פארליינען די קוויטעל בציון הק' ע"י אחד מנכדי רבינו


דרוקט דא:
https://www.kerestir.com/kerestir/
צוגעלייגטע
Capture.png
Capture.png (351.57 KiB) געזעהן 482 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:08 pm

פר' וישלח


זונטאג:

צופרי נאך שחרית איז אנגעקומען א משפחה חבורה נכדי הרב ר' יואל אשכנזי זצ"ל מ'צפת, מיטאג צייט האט מען אויפגענומען הרב חיים שלמה בן הרב ר' משה גרויס שליט"א נכד רבינו, און באגלייטונג מיט בני משפחתו, מען האט זיך געשטעלט א מנין מנחה און נאכדעם ארויף לציון הק' בהתעוררות רב, און שפעטער א מנין מעריב בזמן נאכפאלגענדיג מיט א סעודת ערב, און מען איז געבליבען אויף לינת לילה.

מעריב זונטאג נאכט
צוגעלייגטע
5.jpg
5.jpg (38.53 KiB) געזעהן 479 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:10 pm

מאנטאג:

צופרי האבן זיך געשטעלט צוויי מנינים שחרית, פון די וואס זענען געבליבען אויף לינת לילה ובתוכם הגה"צ ר' יעקב רובין שליט"א אב"ד סוליצא, נכד רבינו, און הרב ר' חיים שלמה גרויס שליט"א הנ"ל והרב ר' יחזקאל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א, נאכפאלגענדיג מיט א ברייטע פת שחרית פאר אלע.

שחרית קריאת התורה, פת שחרית מאנטיג צופרי
צוגעלייגטע
6.jpg
6.jpg (64.09 KiB) געזעהן 479 מאל
8.jpg
8.jpg (55.08 KiB) געזעהן 479 מאל
9.jpg
9.jpg (52.2 KiB) געזעהן 479 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:13 pm

איבער'ן טאג איז געוועהן א מנין מנחה, און פארנאכט'ס איז געקומען נאך א משפחה חבורה פון ווינא יע"א אנשים ונשים, מען האט זיי סערווירט א סעודת ערב, און דאן האט זיך געשטעלט א מנין מעריב, שפעטער זענען געווען פרישע פוקדי הציון והבית, און עס האט זיך געשטעלט נאך א מנין מעריב.



דינסטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, נאכדעם איז געוועהן גאר א שיינע לחיים לרגל די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגען בת עין זי"ע ווי מען האט עוסק געווען אין סיפורי צדיקים, ובמיוחד האט מען ארום גערעדט פון היי' בת עין זי"ע, און איבער'ן טאג איז געוועהן שטילער ווי געווענליך, אינמיטען טאג איז געוועהן א מנין מנחה, און ביינאכט נאך מערב איז געוועהן צוגעשטעלט א שיינע סעודת ערב פאר א באשטעלטע משפחה וועלעכע איז געבליבען אויף לינת לילה.

פת שחרית שיין צוגעשטעלט אין מלוה מלכה שטוב
צוגעלייגטע
Kerestir_12__6_.jpg
Kerestir_12__6_.jpg (52.57 KiB) געזעהן 305 מאל
Kerestir_12__5_.jpg
Kerestir_12__5_.jpg (101.66 KiB) געזעהן 305 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:19 pm

מיטוואך:

צופרי איז געוועהן א גרעסערער ווי געווענליכער געווירבעל פון מערערע משפחה'ס, און חבורות, און עס האבען זיך געשטעלט דריי מנינים שחרית, נאכפאלגענדיג מיט א ברייטע פת שחרית, איבער'ן טאג איז געוועהן א חבורה חתנים יוצאי ישיבה גדולה סאטמאר וומסב"ג, עס האט זיך געשטעלט א התעוררות'דיגע מנין מנחה, און עס איז צוגעשטעלט געווארען לכבודם א סעודה, ביים פארלאזן דעם הייליגען מקום האט ספאנטאן אויסגעבראכן א התלהבותדיגער ריקוד "האט געפויעלט אלעס גוטס, אלעס גוטס!" ויה"ר אז זיי און אלע פוקדי הציון והבית זאלן טאקע שטענדיג האבן געפויעלט אלעס גוטס!

שפעטער נאכמיטאג/פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען א משפחה חבורה פון אמעריקע –קומענדיג גלייך פון עירפארט- [ווי מען קען מיטהאלטען אין די שפאלטענעס פון די "קערעסטירער טאג בוך" איז דאס שוין א געווענליכע ערשיינונג, אז פילצאליגע חבורה'ס און משפחות רעכענען זיך אויס צו קומען גלייך פון די פליגער –אלס די ערשטע סטאנציע- קיין קערעסטיר צו ר' ישעי'לעס הייליגע הויז, א סטאנציע וואס שטעלט צו אלעס, ברוחניות ובגשמיות, כסדר'דיגע מנינים אינעם הייליגען קוויטל שטוב, מקוה, שויער'ס, לייכטע איבערבייס, סעודות, לשביעת רצון פון אלע בע"ה,] אייניקלעך להרה"ק בעל אפסי ארץ זי"ע מנוח"כ ב'נאנאש, וועלעכע די יומא דהילולא געפאלט אויס דעם קומענדיגען פרייטאג, צום ערשט איז מען געגאנגען אין מקוה און נאכען טובל זיין, און איבערפרישען האט מען זיך געשטעלט א מנין מנחה און מעריב, און נאכדעם א סעודת ערב, און ווען יעדער איז געוועהן מסודר, איז מען ארויף לציון הק' און דאן זיך געלאזט ווייטער און וועג לציונים הקדושים זי"ע.


דאנערשטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, נאכדעם איז אנגעקומען א משפחה חבורה משפחת מיללער הי"ו אנגעפירט דורך "ללכת טורס" ווי עס האט זיך געשטעלט נאך א מנין שחרית, נאכפאלגענדיג מיט א ברייטע פת שחרית, אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען הרב ליפא גרויס שליט"א נכד רבינו, וועלעכע איז געקומען לשרת בקודש אויף שב"ק הבעעל"ט.

ביותרת הכבוד האט מען געהאט די גרויסע זכיה אויפצונעמען אינמיטען טאג כ"ק אדמו"ר מ'לעלוב ניקלשבורג שליט"א וועלעכער האט פארוויילט אין ר' ישעי'לעס הייליג הויז אויף שב"ק און אויף נאך א גאנצע וואך שפעטער, ווי דער רבי שליט"א האט אפגעראכטען די תפילות, טישן, ועבודת הקודש. דער רבי שליט"א האט זיך באלד געשטעלט מתפלל זיין תפילת מנחה. שפעטער אין טאג איז משפחת מיללער הי"ו הנ"ל צוריקגעקומען (די וואס זענען געוועהן צופרי פאר פת שחרית) ווי מען האט זיך געשטעלט דאווענען נאך א מנין מנחה און נאכדעם איז געוועהן צוגעגרייט פאר זיי א סעודת ערב, און דאן האבן זיי זיך געשטעלט א מנין מערב. נאך שפעטער האבן זיך געשטעלט נאך 2 מנינים מעריב. אלעס אינאיינעם איז היינט געווען 2 מנינים שחרית 2 מנינים מנחה און 3 מנינים מעריב.

עש"ק:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית בהשתתפות אורחינו הדגול כ"ק אדמו"ר מ'לעלוב ניקלשבורג שליט"א, איבער'ן טאג האט מען אויפגענומען די איבריגע שובתי השב"ק בצל הקודש, צווישען די געסט האט מען מקבל פנים געוועהן משפחת לאנדא בני הרה"ג ר' אלימלך לאנדא שליט"א ר"מ בישיבה גדולה סאטמאר קרית יואל, וואס האבן געוויילט אין אונגארן לכבוד די יודה"ל פון זייער זיידע הרה"ק בעל אפסי ארץ מ'נאנאש זצ"ל, און מוה"ר שמשון בן הרב ר' שמואל גרויס שליט"א מ'בערבעשט, נכד רבינו.


שב"ק:

אריינקומענדיג אין חצר שוין פון א היבשע וויילע בעפאר כניסת שב"ק, איז מען אריין געצויגן אין א העכערע אטמעספעהרע, בשעת עס אנטפלעקט זיך א הערליכע בילד, ווי מען ווארט אפ דעם שב"ק בדחילו ורחימו מיט לימוד התורה, ספרי חסידות, ואמירת שיר השירים, א קורצע זמן נאכען הדלקה"נ איז דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען מעוטף בטלית אין הייליגן קוויטל שטוב, און יורד געווען אלס ש"ץ בנוסח המקובל מאבותיו הק', נאכדעם האט דער ציבור געדאווענט ווייטער קבלת שבת. און א מספר מצומצם זענען געבליבען אויסווארטען אויף'ן דאווענען פון דעם רבי שליט"א, אזוי האט ווייטער אנגעהאלטן דאס התלהבות דורכאויס די געהויבענע סעודות. נאך א שטיק צייט (בערך כחצות הלילה) איז דער רבי שליט"א צוריק אריין געקומען לקבל את השב"ק, און נאכען דאווענען איז דער רבי שליט"א גלייך אריינגעקומען לעריכת השלחן הטהור, וועלעכע האט זיך פארצויגען ביז אין די פארטאגס שעות בקדושה עילאה. אזוי אויך שב"ק בבוקר איז געוועהן צוויי באזונדערע מינינים, און דאס דאווענען געווען מיט א שטארקע ברען. נאכפאלגנדיג מיט גאר דערהויבענע באזונדערע סעודות, דער רבי שליט"א האט גומר געווען די תפילות פון שב"ק בבוקר קרוב בצאתו מן הקודש, ווי מען האט תיכף געמאכט קידוש און די סעודה, און דאן אריינגעקומען צו מנחה, און תיכף זיך געוואשען צו שלש סעודות וואס האט זיך פארצויגן מיט שירות ותשבחות ביז גאר טיעף אין די נאכט בערך א 4 שעה נאכען זמן מוצש"ק.



ברוכים הבאים מטעם בית רביה"ק ר' ישעי'לעס הייליגע הויז לכבודו פון רבי'ן שליט"א, די רבי שליט"א ביי ברכת המזון פון של"ס, און אפגעבען ברכת קודשו פאר הרב ליפא גרויס שליט"א נכד רבינו
צוגעלייגטע
11.jpg
11.jpg (133.79 KiB) געזעהן 477 מאל
12.jpg
12.jpg (52.22 KiB) געזעהן 477 מאל
13.jpg
13.jpg (47.52 KiB) געזעהן 477 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:29 pm

במוצאי מנוחה ארויסגייענדיג פונעם גרויסן שבת, גלייך נאך מעריב און הבדלה האט דער רבי שליט"א גערייכערט א ציגאר כמנהג לעלוב, שפעט ביינאכט ווען דער רבי שליט"א איז אריינגעקומן פראווענען (די 2טע היינט) מל"מ איז אנגעקומען די וועכענטליכע חבורה פון לאנדאן, צו פראווענען מל"מ אין" ר' ישעי'לעס הייליג הויז" אינעם הייליגן "מלוה מלכה שטוב" וואס המקום והזמן גורם געהאלפן צו ווערן מיט כל מיני ישועות, די דערהויבענע מלוה מלכה האט זיך פארצויגען ביז אין די פארטאגס שעות.

הבדלה דורך'ן רבי"ן שליט"א
צוגעלייגטע
14.jpg
14.jpg (60.5 KiB) געזעהן 467 מאל
15.jpg
15.jpg (47.48 KiB) געזעהן 467 מאל
16.jpg
16.jpg (44.03 KiB) געזעהן 467 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:33 pm

די רבי שליט"א ביים צוזאם לייגען די טלית בשעת'ן זינגען "המבדיל", און ביים אפרעכטן די עבודת הקודש מוצ"ש רייכענען די ציגערעטעל - כמנהג לעלוב
צוגעלייגטע
17.jpg
17.jpg (46.38 KiB) געזעהן 461 מאל
18.jpg
18.jpg (53.71 KiB) געזעהן 461 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:35 pm

הר"ר שמשון גרויס הי"ו נכד רבינו בן הרב ר' שמואל שליט"א מ'בערבעשט ביי הבדלה
צוגעלייגטע
19.jpg
19.jpg (62.73 KiB) געזעהן 461 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:37 pm

באישון לילה האט מען צוגעגרייט פריש פאר די חבורה פון ביהמ"ד מהרש"א ראצפערט, בארא פארק, בראשות הרה"צ ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד ונכד כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, "זייענדיג שוין די דריטע מלוה מלכה דעם מוצש"ק אליינס" בליעה"ר, [ווי מען קען מיטהאלטען דא אין די "קערעסטירער טאג בוך" אז עס קומען פאר מערערע מל"מ'ס אינעם הייליגען הויז].
צוגעלייגטע
20.jpg
20.jpg (116.18 KiB) געזעהן 457 מאל
21.jpg
21.jpg (50.71 KiB) געזעהן 457 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:39 pm

.
צוגעלייגטע
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזעהן 456 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:43 pm

פר' וישב


זונטאג:

צופרי איז געווען א גרויסע מנין ותיקין, בעיקר פון די לאנדאן'ער אידן הנ"ל. שפעטער האט זיך געשטעלט נאך 2 מנינים שחרית דורך די שובתי שבת העעל"ט נאכפאלגענדיג מיט א פת שחרית.

איבער'ן טאג, איז געוועהן גאר א גרויסער עולם בליעה"ר, בעיקר פון ארצינו הקדושה, ווי עס האבען זיך כסדר געשטעלט מנינים מנחה און שפעטער מעריב, אלעס צוזאמען איז געוועהן 6 מנינים מנחה און 5 מנינים מעריב.


מאנטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, במשך'ן טאג איז געוועהן צוויי באזונדערע גרופע'ס פון א"י ביידע אנגעפירט דורך "ציוני הדרך טורס". אין איינס פון די 2 גרופע'ס האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה"ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט"א מנהל ישיבה קטנה סאטמאר ב"ב.

ביים משלים זיין קריאת התורה פאר איינע פון די חבורה'ס, מערקט אהן די רבי שליט"א נאך מעוטר בטלית ותפילין
צוגעלייגטע
22.jpg
22.jpg (63.59 KiB) געזעהן 452 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:46 pm

שפעטער אין די נאכמיטאג שעות איז אנגעקומען א גרויסע גרופע בחורים תלמידי "מתיבתא בעלזא" ד'בארא פארק בראשות דעם חשובען ראש ישיבה הרה"ג ר' צבי אלימלך לאנגזאם שליט"א, וועלעכע זענען צוליב א טעכנישע סיבה מיט זייער באס געבליבען שטעקען אסאך שעות –זייענדיג אויפען וועג קיין קראקא פולין- אינמיטען וועג, און אזוי ווי מען האט מסדר געוועהן דעם פראבלעם האט מען זיך גלייך ארויסגעלאזט קיין קערעסטיר צו "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" -וועלעכעס איז שוין ברייט באקאנט היינט צוטאגס פאר א תל תלפיות, ווי מען קען אלעמאל קומען "ווען אימער",- אביסעל צו זיך קומען פונעם שווערען וועג. אזוי ווי זיי זענען אנגעקומען איז געוועהן פאר זיי צוגעשטעלט מכל טוב וטב, א ברייטע סעודה ווי זיי האבען זיך מחיה געוועהן, נאכען זיין אויסגעמאטערט און הונגעריג פונעם טלטול הדרך, און נאכען זיך איבערפרישען, טובל זיין, סועד זיין, און קומען צו זיך. האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה און מעריב, מיט א חיות און א ברען, [עס איז געווען א מחזה הוד וויאזוי די בחורים האבן אויפגעפירט מיט דרך ארץ און סבלנות.] און נאכדעם זיך געלאזט ווייטער אין וועג אריין, צו פויעלן אלעס גוט'ס.

ס"ה איבער'ן טאג איז געוועהן בליעה"ר א גרויסער עולם, אלעס אינאיינעם "איבער 180 אידן" און עס האבען זיך געשטעלט מערערע מנינים מנחה און מעריב.


דינסטאג:

צופרי נאך שחרית האט מען געהאט די זכיה אז כ"ק אדמו"ר מ'לעלוב ניקלשבורג שליט"א –וועלעכע האט געוויילט די טעג בבית רביה"ק, און רעכט דא אפ די עבודת הקודש- האט אפגעשטאט א באזוך אין די בארימטע "קערעסטירער קאך", און בהשגחה פרטית האט מען דאן געהאלטען אינמיטען זיך גרייטען צו באקען חלות לכ' ש"ק, האט מען מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט מצות הפרשת חלה, "אה" די וואס האבן די זכי' געהאט מיטצוהאלטען מיט דעם דערהויבענעם מעמד, ווי דער רבי מאכט די ברכה מיט אזא דביקות! וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן!. אשרי עין ראתה וכו'.



די רבי שליט"א אין הייליגען קוויטעל שטוב, ביים אפרעכטען די עבודת הקודש עוסק רוב שעות בלימוד ובתפילה


Kerestir_12__23_.jpg
Kerestir_12__23_.jpg (69.98 KiB) געזעהן 306 מאל


ביים הפרשת חלה אין די הייליגע קערעסטירער קאך


24.jpg
24.jpg (62.36 KiB) געזעהן 446 מאל


25.jpg
25.jpg (55.15 KiB) געזעהן 446 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 2:57 pm

שפעטער נאכמיטאג איז געווארען אביסעל שטילער ווי געווענליך, און פארנאכט'ס איז געקומען א משפחה פון לאנדאן, און געדאווענט א מנין מנחה און מעריב, עס איז געוועהן צוגעגרייט א סעודה אין א באזונדערע צימער לכבודם, און זענען געבליבן אויף לינת לילה בבניני הכנסת אורחים.


מיטוואך:

צופרי איז געוועהן א מנין ותיקין דורך די לאנדאן'ע משפחה, און נאכדעם איז געוועהן נאך א מנין שחרית. עס איז באשטעלט געווארען פאר שפעט נאכמיטאג א סעודה לכ' א גרויסע חבורה בראשות הגה"צ ר' אברהם לויפער שליט"א אב"ד דאראג, לרגל הילולת זקינו הרה"ק מ'סעטשע זצ"ל אביו של הרה"ק מ'טשענגער זצ"ל, ולרגל כ"א כסליו יום הצלה של רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, און מען האט עס אנגעגרייט פאר זיי, אבער למעשה האט זיך פארצויגען זייער נסיעה, האט מען אריינגערופען דאס מען זאל עס ביטע איינפאקען און אפשיקען, און דער וועד הכנסת אורחים האט עס תיכף מסדר געוועהן עצהיו"ט לשביעת רצון פון אלע משתתפי הנסיעה.

לכ' די סעטשע נסיעה בראשות הגה"צ אב"ד דאראג שליט"א
צוגעלייגטע
27.jpg
27.jpg (104.26 KiB) געזעהן 425 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:00 pm

פארנאכט'ס איז געווען א מנין מנחה, צו מעריב האט דער לעלוב ניקלשבורג'ע רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה, אום נאך מעריב געפירט א יא"צ טיש לרגל הילולא קדישא של זקינו הק' הרה"ק ר' יוחנן מ'סטאלין זצ"ל.


די לעלוב-ניקלשבורג רבי שליט"א ביים דאווענען פאר'ן עמוד און ביים שלחן הטהור לרגל הילולא
צוגעלייגטע
29.jpg
29.jpg (78.56 KiB) געזעהן 422 מאל
28.jpg
28.jpg (43.29 KiB) געזעהן 422 מאל
30.jpg
30.jpg (44.37 KiB) געזעהן 422 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:05 pm

די מודעות בולעטין בבית רבינו מיטוואך פר' וישב
צוגעלייגטע
26.jpg
26.jpg (76.94 KiB) געזעהן 417 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:07 pm

דאנערשטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, און אביסעל שפעטער איז אנגעקומען די דאראג'ע חבורה בראשות הגה"צ ר' אברהם לויפער שליט"א הנ"ל, -וועלעכע האבען ווי באריכטעט געזאלט אנקומען א נאכט פריער-, זיי זענען זיך געגאנגען טובל זיין און משלים געוועהן שחרית, פון קריאת התורה און ווייטער, אזוי ווי זיי זענען געווען מהיר בדרכם, -ווי פריער באריכטעט, האבן זיי נישט אנגעיאגט אלעס לויט'ן פלאן- איז געוועהן גרייט איינגעפאקט פאר זיי א רייכע פת שחרית מיטצונעמען אויפ'ן וועג ווייטער.

די דארג'ע חבורה ביים משלים זיין שחרית אין הייליגען קוויטל שטוב
צוגעלייגטע
31.jpg
31.jpg (43.43 KiB) געזעהן 416 מאל
32.jpg
32.jpg (42.45 KiB) געזעהן 416 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:09 pm

ביי קראית התורה - הגה"צ ר' אברהם לויפער שליט"א אב"ד דאראג מארגון הנסיעה לרגל הילולת זקינו הק' מ'סעטשע זי"ע איז עולה לתורה
צוגעלייגטע
33.jpg
33.jpg (42.86 KiB) געזעהן 413 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:13 pm

נאכמיטאג איז געקומען הרה"ח ר' משה ראטטמאן שליט"א משב"ק אדמור"י בית טאהש, און שפעטער האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרב ר' אהרן ענגל שליט"א יו"ר קרן הבנין ת"ת בעלזא בארא פארק בן הרה"ח הרבני הנגיד ידידינו ר' יושע ענגל שליט"א נכד להאי חסיד הנודע ר' שלמה ענגעל מטאקאי הי"ד, מהיושבים ראשונים במלכות במחיצות רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע ובניו אחריו נ"ע, עס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה און מעריב בזמן, און שפעטער ביינאכט איז אנגעגעקומען די חבורה חסידי צאנז-נתני' לשבות בצה"ק אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", ווי עס האט זיך געשטעלט נאך א מנין מעריב, און נאכען סועד זיין איז מען געגאנגען שלאפען בבנין הכנסת אורחים.

די ערשטע מנין מעריב דארנישטאג נאכט אין קוויטל שטוב
צוגעלייגטע
34.jpg
34.jpg (55.87 KiB) געזעהן 407 מאל

חיים אשר
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 08, 2018 7:15 pm

תגובהדורך חיים אשר » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:15 pm

אורחים בורחים דורכים האט געשריבן:פארנאכט'ס איז געווען א מנין מנחה, צו מעריב האט דער לעלוב ניקלשבורג'ע רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה, אום נאך מעריב געפירט א יא"צ טיש לרגל הילולא קדישא של זקינו הק' הרה"ק ר' יוחנן מ'סטאלין זצ"ל.


די לעלוב-ניקלשבורג רבי שליט"א ביים דאווענען פאר'ן עמוד און ביים שלחן הטהור לרגל הילולא

זקינו??
ויי אזוי??

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:25 pm

עש"ק:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית נאפאלגענדיג מיט א רייכע פת שחרית, און נאכדעם האט מען אויפגענומען די איבריגע שובתי השב"ק, -א צווייטע חבורה וועלעכע זענען געקומען לקראת יומא דהילולא של הרה"ק מ'סעטשע זי"ע- וואס אויף שב"ק איז מען געקומען צו "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", מיט נאך עטליכע משפחות.

פרייטאג צופרי פת שחרית דורך די חבורה חסידי צאנז-נתני' און די באגריסונג פאר די צווייטע חבורה שובתי שבת בצל הקודש
צוגעלייגטע
35.jpg
35.jpg (62.8 KiB) געזעהן 385 מאל
36.png
36.png (317.04 KiB) געזעהן 387 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:29 pm

שב"ק:

דער שבת איז געפראוועט געווארען אויף זייער א שיינעם און דערהויבענעם פארנעם, ווי מען האט געדאווענט אלע חבורה'ס אינאיינעם בהתעוררות רב, און ביי די סעודות שב"ק, וואס זענען געפראוועט איעדע חבורה באזונדער, האבן אויפגעטרעטען הרבנים הגאונים ה"ה הרה"ג ר' נתנאל ווייל שליט"א ר"י בית דוד בקרית גת, הרה"ג ר' אלעזר שימון שליט"א בעמח"ס "פאר הבית" ומרבני קריית צאנז נתני', ווי יעדער האט אויפגעטרעטען בסעודת שב"ק ביי זייער חבורה.

מוצש"ק:

נאך הבדלה האט מען פריש געדעקט די טישען לכ' סעודתא דדוד מלכא משיחא ווי עס האבען זיך צום ערשט געוואשען די שובתי השב"ק, און נאכדעם שפעט ביינאכט זענען אנגעקומען די וועכענטליכע גרופע'ס פון לאנדאן, און גאר שפעט/באלד פארטאגס איז געקומען א פרישע חבורה פון אנטווערפען, אלעס אינאיינעם איז געווארען צוגעשטעלט "3 מלוה מלכה'ס" אין די הייליגע מל"מ שטוב פון ר' ישעיל'ע זי"ע.


חסידי צאנז פון ארץ ישראל ביי הבדלה מוצש"ק-איינע פון די מערערע מלוה מלכה'ס
צוגעלייגטע
37.jpg
37.jpg (72.08 KiB) געזעהן 382 מאל
38.jpg
38.jpg (51.23 KiB) געזעהן 382 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:32 pm

24 שעה א קוויטל קיין קערעסטיר


דרוקט דא:
https://www.kerestir.com/kerestir/

1.PNG
1.PNG (265.55 KiB) געזעהן 376 מאל



2.PNG
2.PNG (314.02 KiB) געזעהן 376 מאל



3.PNG
3.PNG (447.62 KiB) געזעהן 376 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:33 pm

.
צוגעלייגטע
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (49.32 KiB) געזעהן 376 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:37 pm

ביקור קודש של כ"ק מרן אדמו"ר מ'טאהש שליט"א וועט אי"ה קומען אין די נאכפאלגנדיגע נייעס בלעטל.


24.jpg
24.jpg (144.29 KiB) געזעהן 373 מאל



פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען, -די ספעציעלע חנוכה בצל הקודש נייעס באריכט- דא אין די אשכול





צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
updates@kerestir.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 26 געסט