קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

אגב אז מען רעדט שוין, ווער פארטעגאפירט די אלע בילדער איבער'ן יאר?
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מיר ווילען זייער בעטען "בלשון של בקשה" נאכאמאל און נאכאמאל, ווי מען האט שוין עטליכע מאל געבעטען דא ברבים און ב'אישי, ביטע נישט קאמעטירען און ארום שמועסן אויף די אשכול, עס איז דא א אשכול ספעציעל פאר די זאכען עס געפינט זיך אונטער "היימישע פארברענגען" עס ווערט גערופען "בילדער פון קערעסטיר ג' אייר און אגאנץ יאר"

http://www.ivelt.com/forum/viewt ... ef240ab4f9

די אשכול איז בלויז "כשמו כן הוא" די קערעסטירער טאג בוך וואס קומט אהן אויף בליץ פאסט כסדר ווערט אריבערגעלייגט להנאת הציבור חשוב התושבים עמנו פה, ביטע פארשטיין און נישט אריינהאקען מיט פראגעס וכדומה, פאר וואס מען וויל שמועסן קען מען גיין דארט, אדער אין אישי, ישר כח פאר'ן פארשטיין און צושטיין


ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
אטעטשמענטס
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזען 1947 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.

פר' נשא


דינסטאג אסרו חג:

פארמיטאג, אזוי ווי דער משגיח הכשרות מטעם כדתיא איז נאר אנגעקומען האט מען תומ"י צוריק געעפענט די קאך און דאס הייליג הויז. ידידינו ר' הערשל ראטטער הי"ו צוזאמען מיטן קעכער ר' אבא גרינבוים הי"ו זענען געקומען לשרת בקודש, נאכמיטאג זענען געקומען די ת''ת קינדער פון די נייע ישוב אין לאנדאן "קענווי איילענד" צוזאמען מיט די מלמדים הרב יודא אליעזר יונגער הי"ו און הרב דוד עליאס הי"ו, מען האט זיך געשטעלט א מנין מנחה און מעריב, נאכפאלגענדיג מיט א סעודת ערב, און נאכדעם איז מען געבליבען אויף לינת לילה בבניני הכנסת אורחים, שפעטער האט מען אויפגענומען הרב ר' ישראל מאיר גבאי שליט"א יו"ר אהלי צדיקים ווי עס האט זיך געשטעלט נאך א מנין מעריב.



די ילדי התלמוד תורה ד'קענווי איילענד
אטעטשמענטס
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (58.57 KiB) געזען 1947 מאל
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (52.93 KiB) געזען 1947 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (43.02 KiB) געזען 1947 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מיטוואך:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית, צוזאמען מיט די קינדער פון ת"ת ד"קענווי איילענד" הנ"ל. נאכמיטאג האט מען אויפגענומען הרב החסיד הישיש ר' אברהם שלום קרויס שליט"א פון אנטווערפען, ובני משפחתו פון לאנדאן און אנטווערפן, לרגל די יארצייט פון הרה''ק מ'סטראפקאוו זי''ע וועלכע איז געווען שבועות, ומנוח"כ בעיר קאשוי, וואס זיין זיידע איז געוועהן משב"ק אצל הרה"ק הנ"ל זי"ע, און ער אליין איז נקרא על שמו, פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען א גרויסע משפחה גרופע משפחת הורוויץ החשובה איבער 50 מענטשן צוגעשטעלט דורך ללכת, וועלעכע זענען געקומען צופארען לרגל די הונדערטסטע (100'סטע) יארצייט פון זקינם הרה"ק רבי שמואל ראזענבערג זצ''ל מ'אונסדארף - בעמח''ס באר שמואל, עס האט זיך געשטעלט איבער'ן טאג צוויי מנינים מנחה און א מנין מעריב בזמן נאכפאלגענדיג מיט א קודיש לבנה.

משפחת הורוויץ החשובה נכדי להרה"ק רבי שמואל ראזענבערג זצ''ל מ'אונסדארף - בעמח''ס באר שמואל
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__5_.jpg
Kerestir7_18_19__5_.jpg (43.38 KiB) געזען 1940 מאל
Kerestir7_18_19__6_.jpg
Kerestir7_18_19__6_.jpg (45.61 KiB) געזען 1940 מאל
Kerestir7_18_19__7_.jpg
Kerestir7_18_19__7_.jpg (42.78 KiB) געזען 1940 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

משפחת הורוויץ הנ"ל ביים סעודת ערב
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__9_.jpg
Kerestir7_18_19__9_.jpg (63.5 KiB) געזען 1932 מאל
Kerestir7_18_19__8_.jpg
Kerestir7_18_19__8_.jpg (40.68 KiB) געזען 1932 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (728.74 KiB) געזען 1928 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג:

איבער די צופרי שעות איז געוועהן 3 גרויסע מנינים שחרית בתוכם די נעכטיגע משפחת הורוויץ החשובה נכדי להרה"ק מ'אונסדורף זצ"ל, איבער'ן טאג האט מען אויפגענומען הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו בן הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו ראש הקהל קיט"ל סאטמאר, פארנאכטס איז געקומען הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א מו''ץ בקהל יטב לב ד'סאטמאר אנטווערפן.

שחרית ופת שחרית דארנישטאג צופרי
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__10_.jpg
Kerestir7_18_19__10_.jpg (55.96 KiB) געזען 1926 מאל
Kerestir7_18_19__4_.jpg
Kerestir7_18_19__4_.jpg (77.79 KiB) געזען 1926 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ער"ש-שב"ק:

פארטאג'ס האט זיך געשטעלט א מנין שחרית כותיקין און שפעטער נאך א מנין, בתוך הבאים לשבות בצלה"ק האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' שלום יצחק קרויס שליט"א ר"מ בישיבת סאטמאר אנטווערפן, דער שבת איז געוועהן זייער געהויבען, מען האט געדאווענט און געגעסען די גאנצע ציבור אינאיינעם, מיט פרקי אבות איז נתכבד געווארען די סאטמאר אנטווערפנ'ע דיין שליט''א הנ"ל.

של"ס
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__11_.jpg
Kerestir7_18_19__11_.jpg (32.92 KiB) געזען 1925 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שיקט 24 שעה א קוויטל קיין קערעסטיר


דרוקט דא:
http://www.kerestir.com

קוויטל 1.PNG
קוויטל 1.PNG (265.55 KiB) געזען 1884 מאל


קוויטל 2.PNG
קוויטל 2.PNG (314.02 KiB) געזען 1884 מאל


קוויטל 3.PNG
קוויטל 3.PNG (447.62 KiB) געזען 1884 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' בהעלותך


זונטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית דורך די שובתי השב"ק העעל"ט נאכמיטאג איז פארגעקומען א מסיבת שמחה של מצוה! ווי מען האט צוגעגרייט א שיינעם סעודת שבע ברכות אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", לכ' חתן וכלה למשפחת לעפקאוויטש - ומשפחת רייס פון ירושלים עיה"ק, נאכדעם וואס ביידע משפחות האבען (נישט וויסענדיג דערווייל איינער פון אנדערען) זיך אונטערגענומען על ציון הק' אז ווען בעזהשי"ת וועט זיין א שמחה וועט מען צוריק קומען דאנקען, און מה' מצעדי גבר כוננו האבען זיי זיך משדך געוועהן צווישען זיך בע"ה, האט מען געברענגט די גמר השמחה (ע"ש שאין המצוה נקראת אלא על שמו של גומרה) קיין קערעסטיר און געפראוועט די אונטערשטע שבע ברכות אינעם "בית הישועות" "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" אין דעם מקום ווי די צדיק האט געפויעלט ישועות און ווי זיי אליינס האבען געפויעלט די ישעוה בשעה טובה, איז אפגעראכטען געווארען א הערליכע שמחה מיט א גרויסע ציבור פון איבער 70 נפשות בליעה"ר, ווי מען האט פארברענגט בשירה ובזמרה און נאכען שמחה איז מען געבליבען אויף לינת לילה דער גאנצער ציבור החשוב, חתן כלה, מחותנים ושושבינין, בבניני הכנסת אורחים בחצר הקודש.



סעודת שבע ברכות הערליך צוגעגרייט
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__12_.jpg
Kerestir7_18_19__12_.jpg (50.65 KiB) געזען 1877 מאל
Kerestir7_18_19__13_.jpg
Kerestir7_18_19__13_.jpg (45.43 KiB) געזען 1877 מאל
Kerestir7_18_19__14_.jpg
Kerestir7_18_19__14_.jpg (54 KiB) געזען 1877 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מאנטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א גרויסע מנין שחרית נאכפאלגענדיג מיט א סעודת פת שחרית ווי מען האט נאכאמאל געפראוועט מיט שמחה און געזאגט שבע ברכות ביים בענטשען, און בסל מלא ברכות האט מען זיך צוריק געקערט קיין ארץ ישראל ווי מען וועט בעזהשי"ת אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, מיט אלע ברכות וישועות אמן.

נאכמיטאג איז געוועהן אויף מער א שטילערע פארנעם, עס האבן זיך געשטעלט 2 מנינים מנחה און שפעטער בזמן א מנין מעריב דערנאך האט מען זיך געוואשען דער גאנצער עולם אינאיינעם –די אלע אידן וואס האבען געוויילט בחצר הקודש- צום סעודתא דהילולא קדישא של אדמו"ר רביה"ק ר' מאיר יוסף ב"ר ברוך זי"ע-הי"ד, (האדמו"ר בקערעסטיר ביז צום קריג בעת שעלה על המוקד יחד עם בני עדתו הי"ד) וכל קדושי קערעסטיר שעלו עמו על המוקדה בשנות הזעם, -נתנדב געווארן דורך הרה"ח ר' גרשון ענגעל הי"ו לע"נ זקינו הבלתי נשכח מו"ה ר' שלמה ב"ר משה הכהן ענגעל ז"ל- ווי מען האט פארציילט סיפורי צדיקים מרבותיה"ק לבית קערעסטיר נ"ע.


דינסטאג:

צופרי נאך דעם מנין שחרית איז געוועהן צוגעשטעלט א גרויסער תיקון לכבוד די הילולא קדישא, נאכפאלגענדיג מיט א סעודת פת שחרית, מיטאג צייט האט מען אויפגענומען מוה"ר ר' ליפא גראס שליט"א פון קרית יואל ומשפחתו החשובה, וועלעכע זענען געקומען לקראת א יארצייט פון א זיידע ע"ה, זיי האבען זיך געשטעלט א מנין מנחה אין הייליגען קוויטל שטוב, שפעטער בזמן איז געוועהו נאך 2 מנינים מנחה, און א מנין מעריב.
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__15_.jpg
Kerestir7_18_19__15_.jpg (47.45 KiB) געזען 1864 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

אור ליום ט"ו סיון אין אמעריקא:


דינסטאג פארנאכט'ס ט"ו סיון יומא דהילולא קדישא של מרן רביה"ק ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד בן הרה"ק ר' ברוך רובין זצוק"ל, חתן ומ"מ רביה"ק ר' אברהם'לע זי"ע, איז פארגעקומען מטעם הכנסת אורחים קערעסטיר א שיינע יא"צ סעודה אין צוזאמענהאנג מיט א מסיבת הכרת הטוב פאר אלע עסקנים ביי די פארגאנגענע יא"צ ג' אייר העעל"ט, וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע זאל פון דעם "פוינט פלאזא" האטעל אין וויליאמסבורג. תשואת חן להנגיד התורני מו"ה ר' אלעזר קליינבערגער הי"ו פארן זיך שיין צושטעלען.

צום באשטימטען זמן זענען די געלאדענטע עסקנים מחצר הקודש קערעסטיר זיך צוזאמגעקומען, ווי משפחת רובין החשובה נכדי רבותיה"ק, האט זיי אפגעווארט מיט שיינע רייכע געדעקטע טישן. געעפענט דעם מעמד האט הרב זלמן לייב בן הרה"צ ר' מאיר יוסף רובין שליט"א נכד רבותיה"ק, מיט א סיום מסכת, און די ברודערס למשפחת קליין ני"ו די קינדער פון מו"ה ר' צבי ב"ר יצחק אייזיק ז"ל –יליד קערעסטיר- וואס זיין יארצייט איז דעם זעלבען טאג! האבן געזאגט קדיש.

דערנאך האט מען מכבד געווען הרה"ח הישיש ר' מאיר שלום קליין הי"ו יליד קערעסטיר וואס האט נאך זוכה געווען אויפצווואקסן אין די שטאט קערעסטיר במחיצתו של בעל ההילולא זי"ע, ווי ער האט ארויפגעברענט זכרונות און הערליכע סיפורי צדיקים פונעם בעל ההילולא זי"ע וואס ער האט אליינ'ס זוכה געווען מיטצוהאלטן, און דאן האט מען מכבד געוועהן הגה"צ ר' ישעי' רובין שליט"א אב"ד קערעסטיר וומסב"ג מיט די דרשה לכבוד הנאספים, דער רב שליט"א האט אויף זיין אייגנארטיגן וועג ארויסגעברענגט טיפע הרגשים ביי אלע נאספים.

נאכדעם האט מען ביותרת הכבוד אויפגערופען הגה"צ ר' יצחק אייזיק טירנויער שליט"א אב"ד שומר שבת חתן הרה"צ ר' מענדל רובין זצ"ל, וועלעכער האט אויף זיין אייגנארטיגן אופן הערליך שיין אויסגעשמועסט טרעפליכע ענינים פון די פרשה משולב מיט די עניני דיומא, נאך דעם האט די רב שליט"א דערמאנט זכרונות פון זיין גרויסען שווער הרה"צ ר' מענדל רובין זצ"ל וועלעכער איז מיט מסירות נפש ממש צוריקגעפארען און געשתדל'ט לטובת חצר הקודש קערעסטיר. אויספירענדיג אז אלעס וואס מען זעהט היינט איז נזקף לזכותו, און ארויסגעברענגט לכ' העסקנים דאס דורך דעם וואס מען העלפט צו די הייליגע מקום האט מען א חלק און א זכות אין זיינע גרויסע מעשים.

צום שלוס האט מען געהערט א הערליכע דרשה פון הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א מגיד מישרים בקהל יטב לב דסאטמאר, און מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארען ר' ברוך יודא קליין הי"ו, דער מעמד האט איבערגעלאזט א שטארקען רושם אויף אלע משתתפים, און מען איז זיך צוגאנגען מיט א שבח והודי' אז מען איז זוכה ווייטער אנצוהאלטען די הייליגע ירושה וואס ווערט געפירט דורך יוצאי חלציו אין די זעלבע הייליגע מקום אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" און מען האט די זכיה צו האבען א חלק אין די עבודת הקודש


הרה"ח הישיש ר' מאיר שלום קליין שליט"א צינדט ליכט - הרב ר' זלמן לייב רובין ביים מאכען די סיום מסכת
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__16_.jpg
Kerestir7_18_19__16_.jpg (60.24 KiB) געזען 1839 מאל
Kerestir7_18_19__17_.jpg
Kerestir7_18_19__17_.jpg (71.32 KiB) געזען 1839 מאל
Kerestir7_18_19__18_.jpg
Kerestir7_18_19__18_.jpg (64.75 KiB) געזען 1839 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

הרה"צ רבי ישעי' רובין שליט"א אב"ד קערעסטיר טרעט אויף
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__19_.jpg
Kerestir7_18_19__19_.jpg (63.18 KiB) געזען 1837 מאל
Kerestir7_18_19__20_.jpg
Kerestir7_18_19__20_.jpg (56.13 KiB) געזען 1837 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

הרה"צ רבי יצחק אייזיק טירנויער שליט"א אב"ד שומרי שבת טרעט אויף
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__21_.jpg
Kerestir7_18_19__21_.jpg (61.18 KiB) געזען 1766 מאל
Kerestir7_18_19__23_.jpg
Kerestir7_18_19__23_.jpg (58.88 KiB) געזען 1766 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

הרה"ח הישיש ר' מאיר שלום קליין שליט"א ביים פארציילן זכרונות פונעם בעל הילולא
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (67.23 KiB) געזען 1763 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א מגי"ש בקהל יטב לב דסאטמאר טרעט אויף
אטעטשמענטס
ה.jpg
ה.jpg (60.21 KiB) געזען 1761 מאל
Kerestir7_18_19__22_.jpg
Kerestir7_18_19__22_.jpg (67.66 KiB) געזען 1761 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזען 1755 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מיטוואך:

צופרי איז געוועהן צוויי מנינים שחרית, נאכמיטאג האט מען אויפגענומען א חבורה חשובה חסידים פון כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א מארה"ק וועלעכע זענען געוועהן אויף די וועג צום שטאט מאקאווא לקראת הילולא קדישא של הרה"ק בעל אהל משה זי"ע, די חבורה איז געוועהן בראשות הרה"צ ר' אהרן שמואל לעמבערגער שליט"א בן כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מען האט זיך געשטעלט א התעוררותדיגע מנין מנחה און נאכען טועם זיין האט מען זיך געלאזט ווייטער אין וועג צום שטאט מאקאווא, ווי אויך זענען געוועהן תלמידים פונעם חסידישען חדר בעיר הבירה ווינא, מיט די איבערגעגעבענע מלמדים -הרב שרגא גרינבוים שליט"א- הרב ארי' ראטה שליט"א- ווי נאכען דאווענען מעריב איז מען געבליבען אויף לינת לילה, אלעס אינאיינעם איז געוועהן 2 מנינים שחרית, 3 מנינים מנחה און א מנין מעריב בזמן.

הרה"צ ר' אהרן שמואל לעמבערגער שליט"א בן כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין מל"מ שטוב און אין הייליגען קוויטל שטוב - אידן פון ארה"ק זענען עסק בתורה
אטעטשמענטס
א.jpg
א.jpg (48.49 KiB) געזען 1739 מאל
0.jpg
0.jpg (39.33 KiB) געזען 1739 מאל
Kerestir7_18_19__24_.jpg
Kerestir7_18_19__24_.jpg (50.9 KiB) געזען 1739 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

די עלטערע קינדער פון תלמוד תורה אין שטאט ווינא ביים סעודת ערב און בשעת לימוד התורה/שעות רציפות
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__27_.jpg
Kerestir7_18_19__27_.jpg (35.05 KiB) געזען 1734 מאל
Kerestir7_18_19__28_.jpg
Kerestir7_18_19__28_.jpg (46.45 KiB) געזען 1734 מאל
Kerestir7_18_19__29_.jpg
Kerestir7_18_19__29_.jpg (52.15 KiB) געזען 1734 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית דורך די תלמידים הנ"ל נאכדעם איז געווען נאך 3 מנינים בליעה"ר, איבערן טאג איז געוועהן א שטארקע פארקער, עטליכע אידן פון ניו יארק מחסידי מאקאווא, עס האבען זיך געשטעלט 3 מנינים מנחה, אלעס צוזאמען איז געוועהן 4 מנינים שחרית, 3 מנינים מנחה און א גרויס מנין מעריב בזמן.

און שפעטער נאכמיטאג האט מען שוין אנגעהויבן אויפצונעמען די שובתי שב"ק בצל הקודש.

די ערשטע מנין דורך די בחורים כיתה ט' תלמידי תלמוד תורה פון שטאט ווינא
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__30_.jpg
Kerestir7_18_19__30_.jpg (49.25 KiB) געזען 1729 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מניני שחרית אין הייליגען קוויטל שטוב, במשך די דארנישטאג צופרי שעות
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__32_.jpg
Kerestir7_18_19__32_.jpg (76.35 KiB) געזען 1728 מאל
Kerestir7_18_19__31_.jpg
Kerestir7_18_19__31_.jpg (58.69 KiB) געזען 1728 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

עש"ק-שב"ק:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית אין הייליגן קוויטל שטוב, נאכדעם האט מען זיך געגרייט צום שב"ק וועלעכעס איז געפראוועט געווארען אויף גאר א דעהויבענעם פארנעם בע"ה, מען האט געדאווענט און געפראוועט די סעודות שב"ק אלע אורחים אינאיינעם בראשות א חבורה פון נכדי הרה''ג ר' מענדל אטיק שליט''א ראש ישיבת ארץ צבי מירושלים עיה"ק, און נאך הבדלה איז געפראוועט געווארען א הערליכע מל"מ וואס איז פריש צוגעשטעלט געווארען מוצש"ק, בסיפורי צדיקים, וזמירות שירות ותשבחות פאר לאנגע שעות.

הבדלה מוצ"ש
אטעטשמענטס
Kerestir7_18_19__34_.jpg
Kerestir7_18_19__34_.jpg (41.3 KiB) געזען 1726 מאל
Kerestir7_18_19__33_.jpg
Kerestir7_18_19__33_.jpg (47.11 KiB) געזען 1726 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מז"ט לנכדי רבינו
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (521.94 KiB) געזען 1724 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (485.78 KiB) געזען 1724 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

האלט מיט די ווייטערדיגע באריכטען בקרוב אי"ה אין די אשכול



צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”