קערעסטירער טאג בוך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4275
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
כבור הרב אורחים בורחים דורכים:
קודם כל פאר די שיינע באריכטן וואס עס טוט זיך ביי כלל ישראל'ס רבי, רבי ישעי'לע קערעסטירער. איך האלט מיט אייערע באריכטן, און איך האב באמת הנאה.
איך וואלט זייער געוואלט האבן א פאר שיינע בילדער פון די שוהל, אוהל, הכנסת אורחים פאר מיין ליסטינג דא:
http://koshertravelinfo.com/listings/co ... -kerestir/
וואלט איהר געקענט פאוסטען דא אפאר קלארע, גרויסע בילדער?
ווי אויך, אויב איהר ווילט, די גאנצע נוסח און אינפארמאציע אויפן ליסטינג?

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
נישט קיין פארבלעם, אבער ביטע נישט שמוסען דא ברבים, ווייל עס פארט די די נייעס כסדרן בחצר הקודש "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" און עס איז נישט בעטעמט צו ווערן איבערגעהאקט פאר די וואס האלטען כסדר מיט, פארבינט אייך בפרטי מיט אונז אויף אימעיל, און לאזט דאס פריי פאר די כסדר'דיגע באריכטען, ישר כח
ידידך, אורחים בורחים דורכים
[email protected]
ידידך, אורחים בורחים דורכים
[email protected]
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז
נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 4:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פר' בראשית
מיטוואך – אסרו חג:
ווי מען האט געמאלדען אינעם פארגאנגענעם "טאג בוך", האבען די שליחי בית רבינו אפגעשפארט דאס הויז אויף יו"ט סוכות –אזוי ווי אלע ימים טובים- איבערלאזענדיג א נומבער ווי מען קען זיך פארבונדען כדי צו עפענען דאס הייליג הויז פאר די מבקרים אין די טעג וואס אונזערע שליחים געפונען זיך נישט אויף'ן פלאץ, ווי עס האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט, זענען געוועהן מערערע באזוכער און זיי האבן נהנה געווען פון די צוגעשטעלטע לייכטע איבערבייס.
תיכף נאך יו"ט האבען זיך די שליחי בית רבינו צוריק געקערט לשרת בקודש. מען האט פריש איינגערישט דעם הייליגען חצר, צו זיין גרייט אויפצונעמען די אלע חבורה'ס וואס זענען אויף'ן וועג צו און פון פרעשבורג, בארדיטשוב. לקראת די יומי דהילולא קדישא, פון הייליגען חת"ס זי"ע, און פון הייליגען קדושת לוי זי"ע.
די מודעה וואס איז געהאנגען במשך די ימי חול המועד סוכות
- אטעטשמענטס
-
- 1.jpg (78.6 KiB) געזען 1417 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 3:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
דאנערשטאג:
צופרי איז געוועהן 3 מנינים שחרית, און איבער'ן טאג איז געווען א גרויסער עולם בליעה"ר, לרגל די יא"צ פון די הייליגע שרפי מעלה זי"ע הנ"ל, עס זענען געוועהן אסאך יחידים און ווי אויך עטליכע גרופע'ס, ובתוכם.
א גרופע פון תלמידי ישיבה גדולה שאפראן בראשות הרה"ג ר' שלום גליק שליט"א דומ"ץ טאהש וויליאמסבורג ומרמ"י הישיבה.
א גרופע פון קרוב צו 30 אידן, די גרופע איז אנגעפירט געווארען דורך "היי ענד לוי טרעוול" די וואויל בארימטע פירמע פון מו"ה חיים הערש וויינשטיין הי"ו, בראשות הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יו"ט סאטמאר וומסב"ג, זיי האבן זיך געשטעלט א התעוררותדיגע מנין מעריב אינעם הייליגען קוויטל שטוב און -נאכען סועד זיין- געבליבען אויף לינת לילה אין די ביניני הכנסת אורחים.
א קבוצה פון חסידי גור אנגעפירט דורך הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאנן שליט"א מגדולי בעל הדרשנים מירושלים עיה"ק.
א חבורה פון איבער הונדערט פופציג אידן תלמידי וחסידי ערלוי, זייענדיג אויף'ן וועג צוריק פון פרעשבורג, מקום מנוחת קודשו פון הייליגען חתם סופר זי"ע. וועלעכע האבען אונטער גענומען א נסיעה בראשות רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מ'ערלוי שליט"א נכד בעל הילולא זצוק"ל.
דער שטראם האט אנגעהאלטען ביז אין די טיעפע נאכט שעות. עס איז צוגעשטעלט געווארן ברייטע סעודות פאר אלע אורחים, און עס האט זיך כסדר געשטעלט מנינים מנחה און מעריב אינעם הייליגען קוויטל שטוב, און ווי אויך אין די אנדערע שטובער אינעם הייליגען הויז.

די פילע מנינים שחרית פון תלמידי וחסידי ערלוי
- אטעטשמענטס
-
- unnamed (1).jpg (66.12 KiB) געזען 1353 מאל
-
- unnamed (2).jpg (64.49 KiB) געזען 1353 מאל
-
- unnamed (3).jpg (65.18 KiB) געזען 1353 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פרייטאג:
צופרי איז געוועהן 2 מינינים שחרית, צום ערשט א מנין ותיקין דורך די חבורה פון "היי ענד לוי טרעוועל" הנ"ל וועלעכע האבען גענעכטיגט דא די פארגאנגענע נאכט, און נאך שחרית איז מען געפארען ווייטער צום עיר האבות "סיגעט" ווי מען האט דארט געפראוועט שב"ק, און שפעטער האט זיך געשטעלט נאך א מנין שחרית פון די שובתי שב"ק הבעל"ט.
שב"ק-מוצש"ק:
דער שב"ק איז געפראוועט געווארען אויף זייער א שיינעם און דערהויבענעם פארנעם, איבער 50 אידן פון אלע שיכטען און קרייזען בתוכם עטליכע חשובע געסט ה"ה, הרב ר' אשר פריעדמאן בן הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א, הרב משה יחיאל טייטלבוים שליט"א, מגי"ש בקהל בעלעד, נכד להרה"ק מ'פלאנטש זי"ע –וועלעכער איז געקומען לרגל הילולת זקינו הק' הנ"ל כ"ט תשרי ומנו"כ בעיר ריישע יצ"ו- הרב משה קאוואלסקי שליט"א מייסד וראש ארגון מאורות דף היומי, הרב ישראל מאיר רובין שליט"א ר"מ בישיבת היכל התורה סאטמאר וומסב"ג, הרב שמעון שמש שליט"א רב ויו"ר בית חינוך לבנות "אור חדש" לעדת ספרד, מיט א נאך א קבוצה פון א"י. אלע געסט האבען געדאווענט אינאיינעם מיט א שטארקע התעוררות, און געפראוועט די סעודות בצוותא, מיט גרויס ווארעמקייט, און נאך הבדלה איז פריש צוגעשטעלט געווארען סעודת דוד מלכא משיחא און וואס איז געפראוועט געווארען מיט א שטארקע דערהויבענקייט ביז אין די שפעטע שעות מיט סיפורי צדיקים, און שירות ותשבחות.

הבדלה און מלוה מלכה מוצ"ש בראשית
- אטעטשמענטס
-
- unnamed (8).jpg (45.16 KiB) געזען 1346 מאל
-
- unnamed (9).jpg (42.46 KiB) געזען 1346 מאל
-
- unnamed (10).jpg (38.89 KiB) געזען 1346 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פר' נח
זונטאג:
צופרי איז געוועהן א מנין שחרית פון די שובתי שב"ק העעל"ט, איבער'ן טאג האט באזוכט מוה"ר יעקב וואלצער הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ בני ברק, און ווי אויך האט מען אויפגענומען מוה"ר מרדכי אלעזר הירש הי"ו מהנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, און עס האבען זיך געשטעלט 2 מנינים מנחה, און א גרויסע מנין מעריב בזמן.
מאנטאג:
צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, און איבער'ן טאג איז געוועהן גאר א גרויסער עולם, פון אידן (קרוב צו 500 כ"י) וועלעכע זענען געוועהן אין איירופע לרגל די גרויסע יארצייטען פון חת"ס און קדושת לוי כנ"ל, און דירעקט אויסגעשטעלט זייער נסיעה, צו זיין ער"ח אין קערעסטיר לפקוד ציון קודשו, ולבקר במעון קודשו, ר' ישעי'לעס הויז.
מיטאג צייט איז געקומען א חבורה פון ארום 30 אידן פון געיטסהעד ווי מען האט געמאכט א מנין מנחה מעריב און-נאכען סועד זיין- געבליבען אויף לינת לילה בבנין הכנסת אורחים.
מוה"ר יעקב וואלצער הי"ו - און די חבורה פון געיטסעהד ביים דאווענען און סועד זיין
- אטעטשמענטס
-
- unnamed (11).jpg (42.46 KiB) געזען 1342 מאל
-
- unnamed (12).jpg (57.5 KiB) געזען 1342 מאל
-
- unnamed (13).jpg (63.43 KiB) געזען 1342 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
שפעטער האט מען אויפגענומען א חבורה פון ארום 25 חסידי וויזשניץ וועלעכע האבען געפראוועט א געהויבענעם שב"ק אין שטאט מעזשעביש יצ"ו נאכען פוקד זיין ציון הק' אין בארדיטשוב ביומא דהילולא, די נסיעה איז צוגעשטעלט געווארען דורך "אדלער טורס" און עס איז געוועהן בראשות הרה"ג ר' מנחם שלמה האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ-לאנדאן שליט"א, ווי צום ערשט האט מען זיך געשטעלט מנחה, נאכדעם זיך געזעצט צו א סעודת ערב אין א באזונדערע צימער און דאן האט מען זיך געשטעלט א מנין מעריב אין קוויטל שטוב.
חבורה פון חסידי וויזשניץ ביי תפילת מעריב און סועד זיין - ווערט געזעהן הרה"ג ר' מנחם שלמה האגער שליט"א ראש החבורה
- אטעטשמענטס
-
- unnamed (14).jpg (35.25 KiB) געזען 1339 מאל
-
- unnamed (15).jpg (37.21 KiB) געזען 1339 מאל
-
- unnamed (16).jpg (44.55 KiB) געזען 1339 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
דינסטאג:
צופרי האט זיך געשטעלט צוויי מנינים שחרית, די ערשטע פון די אידן פון געיטעסהעד הנ"ל וואס האבען דא גענעכטיגט די פארגאנגענע נאכט און שפעטער האט געשטעלט נאך א מנין שחרית, ובתוכם הרב ישראל מאיר גבאי הי"ו יו"ר "אגודת אהלי צדיקים" און איבער'ן טאג האט זיך געשטעלט 2 מנינים מנחה, און שפעטער ביינאכט האט נאכאמאל 2 מנינים מעריב, טראץ עס איז ר"ח און שיירות זענען נישט אזוי מצוי דאך האט זיך געווירבעלד איבער'ן טאג מיט אידן וואס זענען אריינגעקומען מתפלל זיין און טועם זיין, אין ר' ישעי'לעס הויז.

הרב ישראל מאיר גבאי הי"ו יו"ר אגודת אהלי צדיקים נאך שחרית ביים פת שחרית
- אטעטשמענטס
-
- unnamed (18).jpg (70.98 KiB) געזען 1335 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
עס איז געוועהן אן ערהאבען בילד מיטצוהאלטען ווי די 100'טער אידען פוקדי ציוני הקדושים פון הייליגען חת"ס און קדושת לוי זי"ע, וואס זייענדיג אויף מקומות הקדושים לענגאויס איירופע, איז שוין נאטורליך אז מען קומט קיין קערעסטיר לפקוד ציון קודשו, ולבקר במעון קודשו, ר' ישעי'לעס הויז.
און מען ווערט דא אויפגענומען און סערווירט מיט'ן גרעסטן כבוד, אויף א ברייטן פארנעם, פונעם בעסטן און שענסטן, נארהאפטיגע מאכלים, פריש געקאכט אין ר' ישעי'לעס קאך, דורך די חשובע עוסקים במלאכת הקודש במסירה נפלאה, וואס געפינען זיך שטענדיג אויפן פלאץ, און בע"ה יעדער פארט אהיים שטארק צופרידען, מיט פולע זעק ישועות ורפואות, ווי מיר הערן כסדר צוריק פון די משתתפי ופוקדי הציון הק', ומעון קודשו.

מיטוואך:
עס איז געוועהן א אביסעל א שטילערע טאג –צוליב ר"ח- אבער דאך איז געוועהן צופרי א מנין שחרית אין הייליגען קוויטל שטוב, און אינמיטען טאג 2 מנינים מנחה און א מנין מעריב בזמן.
דאנערשטאג:
צופרי איז געוועהן א מנין שחרית אין קוויטל שטוב פון א חבורה בחורים וועלעכע האבן אויסגערעכנט זייער נסיעה "אין ישיבה אריין" זיך אפצושטעלן אין קערעסטיר לפקוד ציון קודשו, ולבקר במעון קודשו, ר' ישעי'לעס הויז, און זענען תיכף צוריק געפארען צום עירפארט ממשיך זיין דעם וועג, צום נייעם זמן. נאכמיטאג האט מען אויפגענומען די שובתי השב"ק בצל הקודש און עס איז געוועהן א מנין מנחה, ומעריב בזמן.
- אטעטשמענטס
-
- בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזען 1333 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
עש"ק-שב"ק:
פרייטאג צופרי איז געוועהן א מנין שחרית און נאכדעם האט מען זיך געגרייט צום שב"ק, וועלעכעס איז געפראוועט געווארען אויף א שיינעם פארנעם מיט א שטארקע התעוררות און א געהויבענקייט, די תפילות און די סעודות. מוצש"ק האט מען פריש געדעקט די טישען לכ' סעודת דוד מלכה משיחא, ווי הרב ר' אלי' גרויס שליט"א מ'בערבעשט און הרב ר' אהרן קויפמאן שליט"א מגי"ש בישיבת תורת משה סאטמאר מאנטריאל האט אויפגעטרעטען מיט סיפורי צדיקים.

חסידים ואנשי מעשה ביי סעודת מלוה מלכה מוצ"ש נח
- אטעטשמענטס
-
- unnamed (19).jpg (54.64 KiB) געזען 1332 מאל
-
- unnamed (21).jpg (50.61 KiB) געזען 1332 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פר' לך לך
עס איז געוועהן א שטילערע וואך ווי געווענטליך צוליב אנפאנג זמן אין די ישיבת, און א וואך נאך די הייליגע יארצייטען פון קדושת לוי און חת"ס זי"ע. און די אלע נסיעה חבורה'ס, זענען שוין צוריק געפארען נאכען פויעלען אלעס גוטס, אבער "דאך, איז געוועהן ממש יעדע איינציגע טאג מנינים צו אלע 3 תפילות, און עס איז געוועהן אפילו טעג ווי עס האט זיך געשטעלט עטליכע מנינים דורך אסאך יחידים און ווי אויך משפחות וואס האבען באזוכט און מתפלל געוועהן", מער צום סוף וואך איז שוין געוועהן א גרעסערער עולם און דאנערשטאג נאכט איז געוועהן 3 מנינים מעריב בתוכם די חשובע געסט וועלעכע זענען געקומען לשבות בצל הקודש.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
שב"ק-מוצש"ק:
עס איז געוועהן א הערליכער שבת בהשתתפות הרה"ג ר' פנחס כף שליט"א רב דביהמ"ד קדושת צבי וויליאמסבורג, און ווי אויך איז געוועהן הרב ר' דניאל שטערן שליט"א בן הרה"ג ר' שמואל אליעזר שליט"א גאב"ד שערי הוראה, ורב מערב ב"ב, ווי עס איז געפראוועט געווארען א הערליכער שב"ק ווי אלע געסט האבן אינאיינעם פארברענגט און געהערט דברי תורה פון די חשובע רבנים במשך די סעודות, נאך הבדלה איז פריש צוגעשטעלט געווארען א שיינע מלוה מלכה ווי מען האט ארום גערעדט סיפורי צדיקים און פארברענגט אונטער א הערליכע און געהויבענע אטמעספערע.

קידוש לבנה מוצש"ק
- אטעטשמענטס
-
- unnamed (23).jpg (44.57 KiB) געזען 1326 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm
פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען, דא אין די אשכול
צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
[email protected]