קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
אטעטשמענטס
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזען 1165 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פרשת בא


זונטאג – ערב ראש חודש שבט:

זייענדיג ביום המסוגל פון ערב ראש חודש וואס איז געפאלן אין א זונטאג טאג, האט א גרעסערער ציבור פוקד געווען בית רבינו און דער ציון הק'. באזונדער האט מען פוקד געווען דעם ציון פון כ"ק הרגה"צ רבי רפאל גרויס זצ"ל אבד"ק בערבעשט בעצם היומא דהילולא קדישא ער"ח שבט, וועלכער ליגט אינעם הייליגן אהל.
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__1_.jpg
Kerestir_1_20__1_.jpg (77.51 KiB) געזען 1165 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

אין די פארטאגס שעות איז אנגעקומען הגאון הגדול רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא ומח"ס חיי הלוי אינאיינעם מיט א גרופע חסידי סקווירא, קומענדיג פון פרעשבורג ווי זיי האבן געוויילט אויף שב"ק בצ"ק כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.



הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א אין הייליגן קוויטל שטוב
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__2_.JPG
Kerestir_1_20__2_.JPG (63.99 KiB) געזען 1164 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

אויך איז געווען א גרעסערע גרופע פון משפחת ראטטער שיחי' קומענדיג צו די יארצייט פון זקינם הגה"צ רבי יחזקאל ראטטער זצ"ל מח"ס זכרון יחזקאל מנו"כ אין קלויזענבורג.

עס איז געווען 4 מנינים שחרית, א מנין פאר יו"כ קטן, און 4 מנינים מנחה, און 2 מנינים מעריב, און אלע אורחים זענען סערווירט געווארן מיט סעודות לשובע ולא לרזון, אונטער די געטרייע פירערשאפט פון ר' אהרן משה ריינער הי"ו, און א שיינע צאל אורחים זענען פארבליבן אויף לינת לילה.


מאנטאג – ראש חודש שבט:

אינדערפרי איז אנעקומען א גרופע וואס האבן געדאוונט אין הייליגן קוויטל שטוב , ווי אויך א גרופע אידן פון בראזיל, און האבן דערנאך געגעסן א ברייטע פת שחרית און סעודת ר"ח.



שחרית ראש חודש
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__3_.jpg
Kerestir_1_20__3_.jpg (64.25 KiB) געזען 1161 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאכמיטאג איז אנגעקומען א גרופע אידן פון צפת און ירושלים עיה"ק, וואס האבן געדאווענט מנחה מיט קריה"ת אינעם הייליגן קוויטל שטוב.

ביינאכט איז אנגעקומען הרה"ג רבי דניאל שטערן שליט"א פון ארה"ק ואחיו הרה"ג רבי אביגדור שטערן שליט"א אב"ד קאנסטאנץ, דייטשלאנד, בני הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שליט"א רב דמערב בני ברק, וואו זיי זענען סערווירט געווארן ביותרת הכבוד און זענען פארבליבן אויף לינת לילה.

אויך איז ערשינען א משפחה פון קרית טאהש, און נאך מערערע געסט וואס האבן פארמירט א מנין מעריב, און א באזונדערע גרויסע גרופע פרויען, ווי אלע זענען סערווירט געווארן מיט געשמאקע ווארעמע סעודות, און א שיינע צאל אורחים זענען פארבליבן אויף לינת לילה.


דינסטאג:

אינדערפרי איז געקומען הרב אברהם צפני' שליט"א ראש ישיבת טבריה (אויפן ציון פון התנא רבי עקיבא זי"ע) און האט מתפלל געווען אינעם הייליגן קוויטל שטוב א לאנגע צייט.

טראץ די שווערע שניי וואס האט זיך אראפגעלאזט אינעם ראיאן, איז בכלל נישט שטיל געווארן די כסדר'דיגע פלייץ פון אורחים וואס האט אנגעהאלטן א גאנצן טאג.

אין די מיטאג שעה'ן איז אנגעקומען א גרויסע קבוצה קרוב צו 40 מיידלעך פון ניו יארק, (דורך יחד טורס) ווי זיי זענען באזונדער סערווירט געווארן מיט געשמאקע סעודות כיד המלך, קומענדיג אין באגלייטונג פון א חשוב'ע רעבעצין שתחי' אין שפיץ פון הרב יוסף כהן שליט"א, וועלכע האבן בשעת'ן עסן אויפגעטרעטן מיט ווארימע ווערטער בגודל קדושת וסגולת המקום. די גאנצע גרופע זענען שפעטער אריבער אין די הייליגע קערעסטירער קאך ווי זיי האבן לעבעדיג מיטגעהאלטן די מאסיווע פעולות החסד לשובע ולא לרזון.

אויך איז במשך היום ערשינען א קבוצה פון חסידי גור פון ארה"ק, און עס האבן זיך געשטעלט עטליכע מנינים מנחה. ביינאכט איז געווען א מנין מעריב.

ביינאכט איז אנגעקומען הרב יצחק ווייסבלום שליט"א נכד רבינו ובני משפחתו, ווי זיי האבן באקומען אש"ל מלא כיד המלך.

בחצות הלילה איז אנגעקומען א קבוצה חסידי סאטמאר מיט חתנים תלמידי סאטמאר, בראשות הגה"צ רבי בן ציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה ד'סאטמאר וומסב"ג, ובתוכם החתן בנש"ק חיים מייזליש נ"י בן הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטריאל שליט"א, המיול"ח הרה"ג רבי קלמן הלברשטאם שליט"א מנהל בישיבה לצעירים סאטמאר, וואס האבן אראפגעלייגט א תפלת מעריב אינעם הייליגן קוויטל שטוב מיט גרויס התעוררות. דערנאך זענען זיי סערווירט געווארן מיט א ברייטע סעודת ערב, און זענען פארבליבן אויף לינת לילה.



קבוצה פון סאטמאר'ער חתנים ביים געהויבענעם תפילת מעריב
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__6_.jpg
Kerestir_1_20__6_.jpg (50.92 KiB) געזען 1161 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

די חבורה ביי סעודת ערב בראשות הגה"צ רבי בן ציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה ד'סאטמאר וומסב"ג
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__4_.jpg
Kerestir_1_20__4_.jpg (48.14 KiB) געזען 1160 מאל
Kerestir_1_20__5_.jpg
Kerestir_1_20__5_.jpg (46.3 KiB) געזען 1160 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מיטוואך:

פרי פארטאגס האבן די קבוצה חתנים זיך ארויסגעלאזט אין וועג, מיטנעמענדיג א ברייטע פת שחרית פאר שפעטער אויפן וועג.

עס איז געווען א מנין ותיקין דורך א שיינע צאל פרישע אורחים פון ניו יארק און ארה"ק, ובתוכם הרב בנש"ק ר' שמואל ישעי' פריעדמאן שליט"א נכד רבינו, און דערנאך איז סערווירט געווארן פת שחרית. נאכמיטאג איז געווען 2 מנינים מנחה, און דערויף 2 מנינים מעריב.

לטובת די פילע אורחים אין קערעסטיר, האבן מען ספעציעל געדונגען א שניי שארער טראק צו רייניגן די וועגן פון די שווערע שנייען, נאך עטליכע שעה שווערע ארבעט האט מען באוויזן אויפצושארן די ראוד'ס פון בית רבינו ביזן ציון הקדוש, לשמחת לב פון די מאסיווע פלייץ פון אורחים בליעה"ר וואס זענען פאבליבן אויף לינת לילה.



מען רוימט די שניי אין חצר הקודש
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__7_.jpg
Kerestir_1_20__7_.jpg (65.03 KiB) געזען 1155 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

אין די אווענט שעה'ן האט מען מקבל פנים געווען ביותרת הכבוד הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א ובני משפחתו, ווי זיי זענען סערווירט געווארן אין א באזונדערן צימער. דער חשוב'ער גאסט האט מיט גרויס התפעלות צוגעזעהן די עבודת הקודש אין די הייליגע קערעסטירער קאך און די בעקעריי, און איז געבליבן אויף לינת לילה.

שפעטער האט מען אויפגענומען ביותרת הכבוד הגה"צ רבי הילל וויינבערגער שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ודומ"ץ נייטרא מאונט קיסקא אין באגלייטנדיג פון בנו הרה"ג ר' דוד יצחק שליט"א, מיט א דעלעגאציע פון מערכת הכשרות פון התאחה"ר, ביים פארן אויף א כשרות מיסיע אין אונגארן, אינאיינעם מיט הרה"ג רבי ליפא קליין שליט"א ראש המשגיחים דהתאחדה"ר, וועלכע האבן געדאווענט מעריב אינעם הייליגן קוויטל שטוב. דערנאך האט דער חשוב'ער רב שליט"א פארפירט א שיינע שיחה של ת"ח מיט הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א.



הגה"צ אב"ד סערדאהעלי שליט"א ביי תפילת מעריב אין קוויטל שטוב
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__8_.jpg
Kerestir_1_20__8_.jpg (32.6 KiB) געזען 1153 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

24 שעה א קוויטל קיין קערעסטיר


דריקט דא:
https://www.kerestir.com/kerestir/

קוויטל 1.PNG
קוויטל 1.PNG (265.55 KiB) געזען 1115 מאל


קוויטל 2.PNG
קוויטל 2.PNG (314.02 KiB) געזען 1115 מאל


קוויטל 3.PNG
קוויטל 3.PNG (447.62 KiB) געזען 1115 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

הגאוה"צ הרבנים אבד"ק מסערדאהעלי שליט"א און אבד"ק קראסנא שליט"א אין א תורה'דיגע שמועס אין הייליגען קוויטל שטוב נאך מעריב
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__9_.jpg
Kerestir_1_20__9_.jpg (40.06 KiB) געזען 1115 מאל
Kerestir_1_20__10_.jpg
Kerestir_1_20__10_.jpg (63.54 KiB) געזען 1115 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__12_.jpg
Kerestir_1_20__12_.jpg (60.78 KiB) געזען 1113 מאל
Kerestir_1_20__11_.jpg
Kerestir_1_20__11_.jpg (62.49 KiB) געזען 1113 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאן האט די הייליגע הויז געדינט אלס א בית וועד לחכמים ווען עס איז דערביי אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה למען הכשרות, ווי עס האבן זיך באטייליגט עטליכע משגיחים זייענדיג אויף כשרות מיסיעס ברחבי אייראפע, וואס האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט צו הערן וויכטיגע הדרכות בשדה הכשרות פונעם רב שליט"א, וועלכער האט דערביי מעלה געווען בכבוד האכסניא, אז ווי פאסיג איז אפצוהאלטן די אסיפה למען חיזוק הכשרות בתכלית ההידור, דא אינעם הייליגן הויז פונעם גרויסן בעל משפיע הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע וועלכער האט געברענגט אזויפיל שפע פאר אידישע קינדער לשובע ולא לרזון בלי חשש ומכשול, וואס זיין זכות וועט זיכער מגין זיין שלא יצא מכשול מתחת ידינו.

שפעט ביינאכט נאך חצות איז ערשינען א גרויסע קבוצה פון 30 בחורים פון ישיבת באר התורה ד'געיטסהעד, אינאיינעם מיט די מגידי שיעור ובראשם הרה"ג ר' יעקב יוסף שפירא שליט"א מנהל הישיבה.

גלייך איז סעווירט געווארן א ברייטע סעודה פארן גאנצן עולם, און בשעת'ן עסן האט מען משמיע געווען ווארימע דרשות, און מען האט מען ממשיך געווען מיט ווארימע שירה וזמרה, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ א לענגערע צייט וואס האט יעדן מרומם געווען.



תלמידי ישיבת באר התורה ד'געיטסהעד
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__14_.jpg
Kerestir_1_20__14_.jpg (36.45 KiB) געזען 1113 מאל
Kerestir_1_20__13_.jpg
Kerestir_1_20__13_.jpg (42.45 KiB) געזען 1113 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזען 1112 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאן איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד בקשת רחמים אינעם הייליגן קוויטל שטוב. מען האט געזאגט תהלים און נשמת מיט א געוואלדיגע התלהבות וואס האט געשפאלטן הימלען. פון דארט זענען זיי ארויף צום ציון הק' ווי מען האט ממשיך געווען מיט תהלים מיט גרויס התעוררות.



מעמד בקשת רחמים אין הייליגן קוויטל שטוב
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__15_.jpg
Kerestir_1_20__15_.jpg (30.3 KiB) געזען 1112 מאל
Kerestir_1_20__16_.jpg
Kerestir_1_20__16_.jpg (56.62 KiB) געזען 1112 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג:

א מנין שחרית איז פארגעקומען פאר די אורחים בבית רבינו, בראשות הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א, מיט נאך פרישע געסט פון לאנדאן און ארה"ק.

איבערן טאג איז געווען א היבשע שטראם פון אורחים פון ארה"ק און אנדערע מקומות, און א פרישע קבוצה בחורים פון ארה"ק, וואס האבן פארמירט א מנין מעריב. במשך די גאנצע נאכט זענען ערשינען פרישע אורחים בבית רבינו. אויפדערנאכט איז אנגעקומען אויפ'ן וועג קיין פרעשבורג -לשבות בצל כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א- הרבני הנגיד מוה"ר משה דיימאנד הי"ו מראשי קהילת סקווירא אין בארא פארק.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (53.45 KiB) געזען 1110 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

עש"ק:

פרי פארטאגס איז אנגעקומען א גרויסע קבוצה פון ארגון נקודה טובה שע"י חסידי ברסלב בארה"ק צו פראווען דעם שב"ק בבית רבינו, בראשות הרב חנני' עהרמאן שליט"א. ס'איז געווען א גרויסע מנין ותיקין, און דערויף נאך א גרויסע מנין שחרית. דאן איז סערווירט געווארן פת שחרית און מען האט צוגעטיילט אכסניות פאר די געסט אין אלע פליגלען פון די הכנסת אורחים שע"י בית רבינו.



עש"ק מיטאג איז אנגעקומען עטליכע משפחות פון לעיקוואד, און שפיץ פון הרה"ג ר' משה דוב ניימאן שליט"א פון קליוולאנד, וועלכע האבן אויך געפראוועט א געהויבענע שב"ק בבית רבינו. עס איז געווען צוגעגרייט א ברייטע טועמי', און ס'איז געווען 2 מנינים מנחה גדולה.

בכניסת השב"ק האט מען זיך געשטעלט דאווענען בבית רבינו. אין לויף פונעם שב"ק איז געווען א באזונדערע גרויסע מנין דורך ארגון נקודה טובה, און א באזונדערע מנין פון די אנדערע חשוב'ע געסט. אזוי אויך איז די געהויבענע סעודות שב"ק אפגעהאלטן געווארן באזונדער אויף א רייכע פארנעם, ווי די משתתפים פון ארגון נקודה טובה האבן פארברענגט בשירות ותשבחות לאנגע שעה'ן מיט שמחה און דביקות.


שב"ק:

אינדערפרי איז געווען א גרויסע מנין שחרית כותיקין דורך ארגון נקודה טובה, נאכפאלגענדיג א ברייטע קידוש מיט שירה וזמרה א לענגערע צייט, וואס דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט אמירת תהילים אינעם הייליגן קוויטל שטוב. דאן ביי די סעודת היום האט מען ווידער פארברענגט מיט שמחה און התעלות א לענגערע צייט.

אזוי אויך איז געווען שפעטער א מנין שחרית מיט א קידושא רבא, און א געהויבענע סעודת שב"ק דורך די אנדערע געסט.

אזוי האט ווייטער אנגעהאלטן די התרוממות הנפש ביי מנחה ושל"ס, באזונדער דורך ארגון נקודה טובה, וועלכע האבן שפעטער מוצש"ק געפראוועט א הערליכע מלוה מלכה ברנה ובצהלה ביז עטליכע שעה נאך חצות הלילה וואס האט איבערגעלאזט אומבאשרייבליכע השפעות של שמחה ביי אלע משתתפים.

מוצש"ק איז אויך ערשינען געסט פון ארה"ק וואס זענען געווען אויף שבת אין בודאפעסט, ווי אויך עטליכע אברכים חסידי סקווירא, וואס זענען געווען אויף שב"ק בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין פרעשבורג.



די קבוצה פון ארגן נקודה טובה מוצש"ק ביי מלוה מלכה
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__17_.jpg
Kerestir_1_20__17_.jpg (40.93 KiB) געזען 1108 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דינסטאג יאנואר 22, 2019 9:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פרשת בשלח


זונטאג:

אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית כותיקין, און דערנאך איז געווען נאך 2 מנינים שחרית, דורך פרישע געסט פון מאנטשעסטער, און חסידי גור פון ארה"ק. אויך איז געקומען הרב ברוך שרגא פייוויש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א, לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים מסיגעט זי"ע. עס איז געווען צוגעגרייט א ברייטע פת שחרית בהרחבה גדולה.

שחרית זונטאג צופרי
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__24_.jpg
Kerestir_1_20__24_.jpg (58.24 KiB) געזען 1105 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

איבערן טאג זענען געקומען מערערע געסט פון לאנדאן און ארה"ק. באזונדער האט מען מקבל פנים געווען בכבוד הראוי הגה"צ רבי אברהם יפה שלעזינגער שליט"א אבד"ק בצל החכמה בירושלים עיה"ק ומלפנים אב"ד גענף-שווייץ, מיט בניו הרבנים הרה"ג ר' עקיבא שלעזינגער שליט"א ראה"כ טשאבא לאנדאן, והרה"ג ר' שמואל צבי שלעזינגער שליט"א מרבני כולל טשאבא לאנדאן, וועלכע זענען געווען אויף שבת אין פרעשבורג בצ"ק כ"ק אדמו"ר מסקווירא, און מען האט זיי סערווירט א רייכע סעודה אין א חדר מיוחד.

עס איז געווען 5 מנינים מנחה און 4 מנינים מעריב.

ביינאכט איז פארגעקומען א הערליכע סעודת סיום דורך די קבוצה פון ארגון נקודה טובה, לרגל סיום מסכת תענית, ווי מען האט פארברענגט בשירות ותשבחות א לאנגע צייט, ווי דער חשוב'ער גאסט הגה"צ רבי אברהם יפה שלעזינגער שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק וואס האט געלאזט א שטארקע רושם.

ביינאכט איז געקומען מוה"ר יעקב בער פריעדמאן הי"ו ומשפחתו, פון די גדולי תומכי בית רבינו, ווי אויך מוה"ר שמואל ישעי' ווייסמאן הי"ו פון לאנדאן מיט עטליכע שוואגערס ממשפחת שווארץ. די געסט האבן זיך דערקוויקט מיט א רייכע סעודה, און זענען פארבליבן אויף לינת לילה.



הגה"צ אב"ד גענף שליט"א ביים אנוואונטשען הרב ר' מוטה פראנק שליט"א ממשפיעים חסידי ברסלב נאך די סיום מסכת דורך חבורת נקודה טובה
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__19_.jpg
Kerestir_1_20__19_.jpg (29.81 KiB) געזען 1103 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מאנטאג:

אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית כותיקין און קריה"ת בראשות הגה"צ רבי אברהם יפה שלעזינגער שליט"א ובניו הרבנים שליט"א. דער חשוב'ער גאסט האט עולה געווען לתורה, און דערנאך איז סערווירט געווארן פת שחרית.



הגה"צ אב"ד גענף שליט"א איז עולה לתורה
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__20_.jpg
Kerestir_1_20__20_.jpg (61.54 KiB) געזען 1102 מאל
Kerestir_1_20__21_.jpg
Kerestir_1_20__21_.jpg (63.01 KiB) געזען 1102 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאכמיטאג איז אנגעקומען הגה"צ רבי ישעי' רובין שליט"א אבד"ק קערעסטיר, און עס איז געווען 3 מנינים פאר מנחה און 2 מנינים מעריב.

עס איז געווען א שטארקע פלייץ פון געסט כ"י. אויך איז אנגעקומען עטליכע גרופעס פון דרכי ישרים פון ארה"ק, און א באזונדערע גרופע פון משפחת הגה"צ רבי חיים שלמה ראטטענבערג שליט"א נכדי רבינו, ה"ה בנו הרב ר' יעקב דוד ראטטענבערג שליט"א, און די אייניקלעך הרב יודא מאנדערער שליט"א, הרב מרדכי שמואל שיף שליט"א און החתן בנש"ק מאיר יהוסף שיף נ"י וועלכער האט דאן געמאכט א סיום אויף מסכת כתובות, וואס לרגל המאורע איז פארגעקומען א שיינע סעודת סיום, ובראש המסובין האט באשיינט הגה"צ רבי ישעי' רובין שליט"א אבד"ק קערעסטיר.



סעודת סיום מס' דורך נכדי רבינו
אטעטשמענטס
Kerestir_1_20__22_.JPG
Kerestir_1_20__22_.JPG (82.46 KiB) געזען 1047 מאל
Kerestir_1_20__23_.jpg
Kerestir_1_20__23_.jpg (32.73 KiB) געזען 1047 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ביינאכט איז אנגעקומען א חשוב'ע קבוצה פון אברכי הכולל בית יוסף פון מעלבארן אויסטראליע, בראשות הגה"צ רבי יודל כ"ץ שליט"א דומ"ץ עדת ישראל מעלבארן חתן הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי בעק זצ"ל אבד"ק מעלבארן. די געסט זענען סערווירט געווארן מיט א סעודת ערב און זענען פארבליבן אויף לינת לילה, און הרב הגה"צ רבי יודל כ"ץ שליט"א ה'דומ"ץ האט אפגעשטאט א באזוך אין הייליגען קאך ווי עס ווערט אפגעראכטען די עבודת הקודש פאר אלופי אלפי ישראל בכל ימות השנה, און איז ארויס פון התפעלות פון די מעשה החסד און די זהירות בכשרות ב"ה.


הגה"צ רבי יודל כ"ץ שליט"א דומ"ץ עדת ישראל מעלבארן ביים באזוך אין הייליגען קאך
אטעטשמענטס
23.PNG
23.PNG (391.37 KiB) געזען 1044 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מז"ט מטעם הכנסת אורחים לכ' נכדי רבינו ר' ישעי'לע זי"ע
אטעטשמענטס
מזט.PNG
מזט.PNG (450.25 KiB) געזען 1044 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (49.32 KiB) געזען 1044 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען, דא אין די אשכול





צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”