קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

צוגרייטונגען צום באזוך פון כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א
אטעטשמענטס
da9b0075-a6bc-4223-80d0-3eb93b39584a.jpg
da9b0075-a6bc-4223-80d0-3eb93b39584a.jpg (204.26 KiB) געזען 1943 מאל
9b69945e-7551-475e-b9ee-b8945cff49e9.jpg
9b69945e-7551-475e-b9ee-b8945cff49e9.jpg (124.29 KiB) געזען 1943 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

מהרי״י שליטא אין קוויטעל שטוב
אטעטשמענטס
50666C88-72AE-46AA-82DD-96DD64FD0F53.jpeg
50666C88-72AE-46AA-82DD-96DD64FD0F53.jpeg (139.81 KiB) געזען 1888 מאל
..
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

.
6.jpg
6.jpg (123.87 KiB) געזען 1816 מאל
4.jpg
4.jpg (80.71 KiB) געזען 1816 מאל
3.jpg
3.jpg (69.13 KiB) געזען 1816 מאל
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

.
2.jpg
2.jpg (52.96 KiB) געזען 1813 מאל
1.jpg
1.jpg (45.24 KiB) געזען 1813 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פאר מיר גייען ווייטער יעצט אריבערלייגען די נארוואס אנגעקומע אימעיל פון חצר הקודש, ווילען מיר בעטן און דערמאנען דאס ביטע נישט ארום מישען דא קיין יוצרות, די אשכול איז בלויז נאר געפענט געווארען צו אריבערלייגען די "קערעסטירער טאג בוך" וואס קומט ארויס כסדר און ווערט געשיקט אין בליץ פאסט -אויב מען פארלאנגט עס צו באקומען- אלע אנדערע נייעס בילדער וכו' האבען מיר געבעטן -מיט רשות פון די מנהלים ואחראים- ביים פותח זיין די אשכול, און מיר וועלן עס בעטן יעצט נאכמאל בכל לשון של בקשה, ביטע נאר מעלדען די נייעס און ווי אויך לייגען בילדער א. א. וו. נאר די אשכול וואס איז דיעזגעגנירט פאר די צוועק, עס הייסט "בילדער פון קערעסטיר ג' אייר און א גאנץ יאר" און ביטע לאזען דא אין "קערעסטירער טאג בוך" פריי, כדי עס זאל נישט שטערן די ציבור חשוב הקוראים ונהנים

ישר כח פאר אייער קאפעראציע, ידידכם
אורחים בורכים דורכים

ווייטערדיגע נייעס גענומען פון דא:
אטעטשמענטס
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזען 1714 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.

בס"ד



פר' חוקת

זונטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין ותיקין, ווי אויך א ברייטע פת שחרית, נאך'ן דאווענען און פת שחרית איז די פריימאן'ע חבורה אהיימגעפארען. מיטנעמענדיג מיט זיך כל השפעות טובות.

איבערן טאג איז געוועהן א חבורה פון חסידי וויזשניץ בני ברק מיט נאך עטליכע משפחה חבורות פון ירושלים עיה"ק, נאכמיטאג האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' אברהם יושע לעוו שליט"א מגי"ש בביהמ"ד קיט"ל סאטמאר לאנדאן ובני משפחתו עס זענען געוועהן 2 מנינים מנחה, און א גרויס מנין מעריב בזמן, נאך מעריב האט מען אויפגענומען הרב ר' מרדכי רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'בעלזא-מכנובקא שליט"א.

מאנטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית אין קוויטל שטוב מיט די אידן וואס האבן גענעכטיגט בבנין הכנסת אורחים,

איבער'ן טאג האט מען אויפגענומען אידן פון א"י, און פון לאנדאן, אינמיטען טאג איז געוועהן א מנין מנחה אין כהנים שטיבעל ביים ציון הק' און א מנין מנחה אין הייליגן קוויטל שטוב, ביינאכט איז געוועהן א גרויס מנין מעריב.

דינסטאג:

אין די פארטאגס שעות, איז אנגעקומען א חבורה פון 40 בחורים מישיבת עץ חיים מאנטשעסטער בראשות הרה"ג ר' ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשארקוב, מיטן משגיח הישיבה, הרב ר' אברהם קופיץ שליט"א, ווי צום ערשט איז געוועהן א סדר הלימוד, פון שעות רציפות לסיים מסכת, דערנאך האט מען זיך געשטעלט א התלהבות'דיגע תפילת שחרית אין קוויטל שטוב נאכפאלגענדיג מיט א סיום מסכת וסעודת סיום אין מל"מ שטוב.

אב"ד טשארטקוב מאנטשעסטער מיט די תלמידי הישיבה עץ חיים - איבערפילענדיג אלע שטובער צו תפילת שחרית בליעה"ר
אטעטשמענטס
123456789.PNG
123456789.PNG (607.28 KiB) געזען 1619 מאל
Kerestir 7.16 (11).jpg
Kerestir 7.16 (11).jpg (68.33 KiB) געזען 1619 מאל
Kerestir 7.16 (9).jpg
Kerestir 7.16 (9).jpg (37.24 KiB) געזען 1703 מאל
לעצט פארראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דינסטאג יולי 17, 2018 1:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען הרב יוסף שווארץ שליט"א, דומ"ץ מישקאלץ בן הרה"ג ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד ווינא, וועלעכער האט געוויילט אין אונגארן לתקן אהל זקינו הק' הרה"ק יגל יעקב גאב"ד מישקאלץ זצ"ל וועלעכע די יארצייט געפאלט אויס אויפדערנאכט.
איבער'ן טאג זענען געוועהן מערערע אידן בליעה"ר פון ענגלאנד, אנטווערפעהן, ווינא, און ארץ ישראל.

פארנאכטס האט מען אויפגענומען משפחת גאטליעב החשובה פון מאנסי נכדי הרה"ק יגל יעקב מ'מישקאלץ זצ"ל לרגל די הילולא קדישא, אלעס אינאיינעם איז געוועהן דריי מנינים מנחה און מעריב.

מיטוואך:

צופרי איז געווען א גרויס מנין שחרית פון אלע געסט, צוזאמען מיט די אייניקלעך פון הרה"ק יגל יעקב זצ"ל נאבפאלגענדיג מיט א לחיים לרגל די יומדה"ל. במשך'ן טאג זענען געוועהן מערערע אידן בליעה"ר. אלעס אינאיינעם זענען געוועהן 3 מנינים מנחה און 2 מנינים מעריב.

דאנערשטאג:

צופרי איז געווען א גרויס מנין שחרית .
דורכ'ן טאג האט מען אויפגענומען עטליכע מנינים אידן פון לאנדאן און מאנטשעסטער, בתוכם הרה"ג ר' חנוך עהרנטרוי שליט"א רב וחבר הבי"ד בבית דין צדק ב'לאנדאן, וחתנו הרב דוד דוננער שליט"א דומ"ץ ב'גאלדערס גרין ובני משפחתם, ווי צום ערשט האט מען געזאגט תהילים מיט גרויס התעוררות אין קוויטל שטוב, און נאכדעם איז געוועהן אנגעגרייט א סעודה אין 2 באזונדערע צימער'ן, און פאר'ן ארויף גיין לציון הק' אויס צו פויעלן אלעס גוטס האט מען געדאווענט א התרוממות'דיגע תפילת מנחה אין קוויטל שטוב, אלעס צוזאמען איז געוועהן 2 מנינים מנחה און א גרויס מנין מעריב בזמן.

הגר"ח עהרנטרוי שליט"א וחתנו הר"ד דוננער שליט"א ביי מנחה און באזיכען די הייליגע קאך
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (2).jpg
Kerestir 7.16 (2).jpg (65.92 KiB) געזען 1646 מאל
Kerestir 7.16 (8).jpg
Kerestir 7.16 (8).jpg (45.3 KiB) געזען 1646 מאל
Kerestir 7.16 (1).jpg
Kerestir 7.16 (1).jpg (57.11 KiB) געזען 1646 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ערב שב"ק:

דורך'ן טאג האט מען אויפגענומען די שובתי השב"ק, הרב ישראל מרדכי גליק שליט"א רב דקהל אבי עזרי ב'בארא פארק ובני קהילתו בתוכם מו"ה ר' מאיר יודא גרינוואלד הי"ו יליד קערעסטיר, און אויך האט מען אויפגענומן הרב אליעזר ברוך כהן שליט"א ראש הכולל בבני ברק ובני משפחתו, און ווי אויך נאך א קבוצה אידן פון א"י וואס זענען געוועהן אופ'ן וועג אהיים פון מקום מנוחתו של הרה"ק ר' מרדכי קוזמיר'ער זי"ע לרגל הילולא קדישא, און ווי אויך איז געוועהן הרב יעקב אליעזר שישא הי"ו יו"ר מפעל טוב וחסד בירושלים עיה"ק וחותנו הרב משה פערל שליט"א מחשובי חסידי תולדות אהרן, מיט נאך א קבוצה בחורים פון ישיבת מיר, מיט נאך יחידים. "אלעס אינאיינעם זענען געוועהן איבער 50 אידן כ"י."

די סעודה'ס שיין אנגעגרייט לכ' שבת אין הייליגען הויז
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (3).jpg
Kerestir 7.16 (3).jpg (56.67 KiB) געזען 1640 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שב"ק-ומוצש"ק:

ווי פארשטענדליך, איז געוועהן א געהויבענער שב"ק בצל הקודש, וועלעכעס איז געפראוועט געווארען מיט א שטארקע התעוררות און התרומומות, די תפילות, און די סעודת. וואו מען האט פארברענגט מיט סיפורי צדיקים און ד"ת אינעם הייליגען הויז. נאך הבדלה האט מען געפראוועט א גרויסע מלוה מלכה כנוסח קערעסטיר מיט זמירות, שירות ותשבחות, און סיפורי צדיקים ביז אין די שפעטע נאכט שעות, ספעציעל האט געהערשט א שטארקע התעוררות בשעת ר' מרדכי שווארץ הי"ו פון לאנדאן (משובתי השבת בצה"ק) האט פארציילט ערשט האנטיג, די באקאנטע גאר מוראדיגע מעשה פון זיין טאטע ר' יצחק און זיידע ר' מיכאל טאקאי'ער בשייכות עם רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, (המבואר באריכות בספר "מופת הדור" תולדות רבינו פרק כ"א גדולים צדיקים במיתתם עמוד תקע"ה)

די שובתי שב"ק ביי קידוש לבנה און ביים זאגען ויתן לך אין הייליגען קוויטעל שטוב - מקום מקור הישועות
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (6).jpg
Kerestir 7.16 (6).jpg (33.77 KiB) געזען 1634 מאל
Kerestir 7.16 (5).jpg
Kerestir 7.16 (5).jpg (40.73 KiB) געזען 1634 מאל
Kerestir 7.16 (7).jpg
Kerestir 7.16 (7).jpg (56.37 KiB) געזען 1634 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' בלק

זונטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית אין הייליגן קוויטל שטוב פון די שובתי השבת, נאכפאלגענדיג מיט א פת שחרית אין מלוה מלכה שטוב, דערנאך איז געוועהן נאך א מנין שחרית.

איבער'ן טאג איז געוועהן א גרויסער עולם בליעה"ר, מיטאג האט מען אויפגענומען א חבורה פון ישיבת מחזיקי הדת פון מאנטשעסטער אין באגלייטונג פון די רמ"י הישיבה שליט"א ווי זיי האבען סועד געוועהן און געדאווענט מנחה, אינאיינעם איז געוועהן 2 מנינים מנחה און 2 מנינים מעריב.


די חבורה פון ישיבת מחזיקי הדת פון מאנטשעסטער ביי מנחה און סועד זיין
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (14).jpg
Kerestir 7.16 (14).jpg (37.09 KiB) געזען 1624 מאל
Kerestir 7.16 (10).jpg
Kerestir 7.16 (10).jpg (57.57 KiB) געזען 1624 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מאנטאג:

צופרי איז געוועהן 2 מנינים שחרית, קודם א מנין ותיקין און שפעטער נאך א מנין פון א קבוצה אבריכם מ'קרית טאהש, ווי זיי זענען געוועהן אוף'ן וועג צוריק פון זידיטשויב לרגל די יומדה"ל פון הרה"ק עטרת צבי זצוקללה"ה, די נסיעה איז געווארען אנגעפירד דורך ר' מענדל אדלער הי"ו פון די בארימטע "אדלער'ס טורס" און עס איז געווארען באגלייט דורך הגה"צ ר' הערשל פיש שליט"א משפיע רוחני, נכד להרה"ק מ'טאהש זי"ע ונכד לבעל הילולא עטרת צבי זצוקללה"ה, נאכמיטאג איז געוועהן נאך א מנין מנחה און 2 מנינים מעריב.

הרה"צ רבי הערשל פיש שליט"א נכד להרה"ק מ'טאהש זי"ע עולה לתורה
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (16).jpg
Kerestir 7.16 (16).jpg (44.97 KiB) געזען 1613 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דינסטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, איבער'ן טאג איז געוועהן א שיינער עולם בליעה"ר.

מיטאג צייט האט מען אויפגענומען א קבוצה אינגעלייט פון אמעריקע שליחים פונעם מוסד קרן תולדות אלעזר שע"י כולל חבת ירושלים וואס זיי זענען ספעציעל געקומען צופארען קיין סאקאלאוו מתפלל זיין פאר די תומכי המוסד על ציון קודשו פון הרה"ק ר' אלעזר ריישא'ער זי"ע לרגל די הילולא קדישא וואס די קרן איז נקראת על שמו הק', פארנאכט'ס האט זיך געשטעלט נאך א מנין מנחה און א א גרויס מנין מעריב בזמן.

מיטוואך:

צופרי האבן זיך געשטעלט 3 מנינים שחרית, איבער'ן טאג איז געוועהן בערך 100 אידן, נאכמיטאג איז געקומען נאך א חבורה פון ענגלאנד, עס איז געוועהן א מנין מנחה און מעריב בזמן.

דאנערשטאג:

צופרי נאך שחרית זענען געוועהן עטליכע באזוכער, און נאכמיטאג האט מען אויפגענומען הרב משולם זושא טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'טשערנאבעל אשדוד שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קאסאן לאנדאן שליט"א נכד רבינו, ביינאכט האט מען שוין אויפגענומען א חלק פון די שובתי שבת בצל הקודש און מען האט זיך געשטעלט א מנין מעריב.

ערב שב"ק:

צופרי נאך שחרית האט זיך שוין אנגעזעהן דער פארקער פון די חשובע געסט וואס זענען געקומען לעשות את השבת אין ר' ישעי'לעס הייליג הויז, ספעציעל האט מען אויפגענומען מיט כבוד הגה"צ ר' יעקב ראטטענבערג שליט"א אב"ד סאלקא-מאנסי ובניו החשיבים.
והגה"צ ר' מרדכי יודא דושינסקי שליט"א אב"ד דושינסקי בית שמש, וועלעכער איז געקומען לרגל הילולת הרה"ק בעל לבושי מרדכי זי"ע
וואס מקום מנחותו איז אין מאד יע"א.

די ברוכים הבאים לכבוד הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א מטעם הכנסת אורחים לרגל בואי בצה"ק לשבות בשבת קודש
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (18).jpg
Kerestir 7.16 (18).jpg (48.06 KiB) געזען 1605 מאל
Kerestir 7.16 (17).jpg
Kerestir 7.16 (17).jpg (46.36 KiB) געזען 1605 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שב"ק:

דער שב"ק איז געפראוועט געווארען זייער דערהויבען, די סעודות זענען געפראוועט געווארן, איש על מחנהו ואיש על דגלו אין באזונדערע צימערען אינעם הייליג הויז, בראשות הרבנים הגאונים הנ"ל שליט"א, און די תפילות זענען געפראוועט געווארען אינאיינעם, מיט א ווארעמקייט אינם הייליגען קוויטל שטוב.

רעוין דרעוין האט מען געפראוועט אינאיינעם ווי עס איז געוועהן איין חטיבה פון העכערקייט און התעוררות, עס איז געוועהן א מחזה הוד מיטצוהאלטען די הייליגע מינוטען אין דעם הייליגען מקום.

מוצש"ק:

נאך הבדלה, איז צוגעשטעלט געווארען א מלוה מלכה אינעם הייליגען מלוה מלכה שטוב באותו מקום ווי דער הייליגער רבי ר' ישעי'לע זי"ע פלעגט צו פראווענען, און משפיע זיין כל טוב, ווי עס איז געפראוועט געווארען גאר דערהויבן אינאיינעם די גאנצע חברייא, בראשות די רבנים שליט"א ווי מען האט פארברענגט א לענגערע זמן מיט סיפורים און זמירות.

הגה"צ סאלקא רב שליט"א מיט הגה"צ אב"ד דושינסקי בי"ש שליט"א ביי של"ס - הגה"צ סאלקא רב שליט"א ביי הבדלה
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (21).jpg
Kerestir 7.16 (21).jpg (36.7 KiB) געזען 1588 מאל
Kerestir 7.16 (20).jpg
Kerestir 7.16 (20).jpg (42.16 KiB) געזען 1588 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' פנחס


זונטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית מיט סליחות-שבעה עשר בתמוז (נדחה) איבער'ן טאג איז צוליב דעם תענית, נישט געוועהן קיין סאך באזוכער, אין די נאכמיטאג שעות צו מנחה און קריאת ויחל האט זיך צוריק אנגעהויבען דער פארקער, און צום זמן מעריב איז שוין געוועהן צוגעגרייט א ברייטע אויספאסטען, שפעטער ביינאכט איז געוועהן נאך א צווייטע מנין מעריב מיט הגה"צ אב"ד דושינסקי בית שמש שליט"א הנ"ל וועלעכע איז ארומגעפארען איבערן טאג על קברי צדיקים, נאכען אויספאסטען איז געוועהן צוגעגרייט א סעודת ערב כנוסח קערעסטיר לשביעת רצון פון אלע געסט.


מנחה און צוגעגרייט צום אויספאסטען
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (65.53 KiB) געזען 1582 מאל
Kerestir 7.16 (24).jpg
Kerestir 7.16 (24).jpg (47.75 KiB) געזען 1582 מאל
Kerestir 7.16 (23).jpg
Kerestir 7.16 (23).jpg (46.77 KiB) געזען 1582 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מאנטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, און איבער'ן טאג זענען געוועהן מערערע באזוכער, עס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה, און שפעטער בזמן האט זיך געשטעלט נאך א מנין מנחה און תיכף מעריב און עס איז געבליבען נעכטיגען א גרויסער עולם בבניני הכנסת אורחים.

דינסטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט 2 מנינים שחרית, בתוכם הרב ר' נפתלי הירצקא בערגער שליט"א נכד רבינו ורב בעיר מישקאלץ והרבני הנגיד הרה"ח ר' פנחס קליין הי"ו ראה"ק וויזשניץ מאנסי.

הרב נפתלי הירצקא בערגער שליט"א און הרה"ח ר' פנחס קליין ראה"ק וויזשניץ מאנסי ביי שחרית און פת שחרית
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (26).jpg
Kerestir 7.16 (26).jpg (72.3 KiB) געזען 1577 מאל
Kerestir 7.16 (27).jpg
Kerestir 7.16 (27).jpg (34.8 KiB) געזען 1577 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאכמיטאג איז אנגעקומען א משפחה חבורה פון בערך 60 נפשות אנשים ונשים משפחת ליכטענשטיין החשובה, בראשות הרה"ג ר' יעקב שלמה ליכטענשטיין שליט"א ראה"כ בראד וומסב"ג, מען האט זיך געשטעלט מנחה און מעריב אינעם הייליגען קוויטל שטוב, און עס איז געבליבען נעכטיגען א ציבור ובתוכם הרה"ג ר' שמואל דוד ווייזער שליט"א אב"ד נייפעסט, עס איז געוועהן איבער'ן טאג א סך הכל פון איבער 150 אידן בליעה"ר. אינמיטען די נאכט זענען אנגעקומען נאך אידן וואס מען האט זיי שיין פלאצירט בבנין הכנסת אורחים.

מיטוואך:

צופרי איז אנגעקומען א חבורה פון ניו יארק און מען האט זיך געשטעלט א מנין שחרית נאכפאלגענדיג מיט א פת שחרית, פארמיטאג איז געוועהן א שטיקעל פארקער, בזמן מנחה גדולה האט זיך געשטעלט א מנין.

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' אהרן לאפיאנסקי שליט"א ר"מ בישיבת מיר וועלעכער איז געקומען מיט א קבוצה נגידים תומכי הישיבה ווי עס האט זיך געשטעלט די צווייטע מנין מנחה, שפעטער בזמן איז געוועהן נאך א מנין מנחה און מעריב,

במשך פונעם טאג איז געוועהן א גרויסער פארקער פון איבער 80 נפשות בליעה"ר בתוכם הרב ר' משה ישעי' קרויס שליט"א אב"ד אפטא נכד רבינו, והרב מענדל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ-מאנסי שליט"א, און מו"ה ר' יושע קליין הי"ו יליד קערעסטיר, און אינמיטען די נאכט זענען אנגעקומען נאך אידן אנשים ונשים, ובתוכם נכדי רבינו וואס זענען געקומען לרגל די יארצייט פון די רעבעצין ע"ה מחברתו הטהורה פון הייליגען רבי'ן ר' ישעי'לע זי"ע, ווי עס האט זיך געשטעלט נאך א מנין מעריב, און נאכדעם זיך געזעצט צו א יארצייט סעודה "אינעם זעלבען מקום ווי די בעלת הילולא פלעגט צושטעלן די סעודת פאר טויזענטע אידן וואס פלעגען קומען קיין קערעסטיר" דערנאך איז מען געבליבען נעכטיגען, אלעס אינאיינעם איז געוועהן 3 מנינים מנחה און 2 מנינים מעריב.

דאנערשטאג:

לכ' די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מרת שרה ב"ר יצחק יונה ע"ה וואס ליגט אין אוהל הק' גלייך נעבען איהר גרויסען מאן. איז געוועהו א גרויסער פארקער פון אייניקלעך. גלייך נאך שחרית איז געוועהן צוגעשטעלט א ברייטע לחיים ווי מען האט זיך געזעצט און פארציילט מעשיות א לענגערע זמן.

אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען נאך 2 גרעסערע גרופע'ס איינס פון מאנטשעסטער און די צווייטע פון אנטווערפען, איבער'ן טאג איז געוועהן 2 מנינים מנחה און א גרויס מנין מעריב בזמן.

די הייליגע קאך באקט און שטעלט צו לכ' די יא"צ פון הרבנית הצ' שרה ע"ע מחברתו הטהורה של רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (29).jpg
Kerestir 7.16 (29).jpg (60.34 KiB) געזען 1564 מאל
Kerestir 7.16 (28).jpg
Kerestir 7.16 (28).jpg (103.78 KiB) געזען 1564 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פרייטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית בעיקר פון נכדי רבינו וואס זענען געקומען לכ' די יא"צ פון די רעבעצין ע"ה, און זענען געבליבען וויילען בחצר ובביתו נאוה קודש, אויף שב"ק, בתוכם הרב ר' שמואל גרויס שליט"א בן כ"ק הרה"צ ר' נפתלי מ'קערעסטיר פלארידא זצ"ל, און ספעציעל האט מען אויפגענומען הרבנית הצדיקת מרת צלאווא דבורה גרויס תליט"א א"ח פון יבל"ח הרה"צ ר' ישעי' זצ"ל אדמו"ר מ'קערעסטיר-בערבעשט, וועלעכע האבן אסאך געלייסטעט און געטוען לחצר הקודש בשנים קדמניות, די רעבעצין תחי' איז געקומען און באגלייטונג פון בנה חורגה דער גר צדק ובן ביתם הרב ר' ראובן גרויס שליט"א מירושלים עיה"ק.

אוחזין במעשה אבותיו - הרב ר' שמואל גרויס שליט"א ביים סערווירען פת שחרית לכל הבאים לבקרו בבית זקינו הק'
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (34).jpg
Kerestir 7.16 (34).jpg (44.63 KiB) געזען 1553 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שב"ק- מוצש"ק:


עס האט געוויילט א שיינער ציבור בעיקר פון נכדי רבינו ווי מ'האט פארברענגט א געהויבענעם שבת אינעם הייליגען הויז בשירה ובזמרה און א תענוג רוחני.

אלעס אינאיינעם איז געוועהן אויף שב"ק בערך 40 אידן ווי דער גאנצע ציבור האט געגעסען און געדאווענט אינאיינעם. נאך הבדלה איז געוועהן צוגעשטעלט א שיינע מלוה מלכה ווי מען האט פארברענגט בשירה ובזמרה מיט סיפורי צדיקים.

ביי הבדלה, ויתן לך אין קוויטל שטוב, און מל"מ
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (32).jpg
Kerestir 7.16 (32).jpg (50.12 KiB) געזען 1552 מאל
Kerestir 7.16 (33).jpg
Kerestir 7.16 (33).jpg (50.59 KiB) געזען 1552 מאל
Kerestir 7.16 (31).jpg
Kerestir 7.16 (31).jpg (42.25 KiB) געזען 1552 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזען 1549 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' מטות-מסעי


זונטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית נאכפאלגענדיג מיט א גרויסע פת שחרית און צידה לדרך פעקלעך פאר אלע געסט, איבער'ן טאג איז געוועהן אביסעל א שטילערע טאג, אזוי ווי א געווענליכע זוטאג איבער'ן יאר, ביינאכט בזמן איז געוועהן א מנין מנחה ומעריב.

מאנטיג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, ובתוכם הגה"צ מו"ה שמעון זאב מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ישמח משה קרית יואל, צוזאמען מיט הרה"ג יואל פריעד שליט"א מו"ץ התאחדה"ר, ואתו עמו הרה"ג ר' יצחק חיים ענגלענדר שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר תולדות יודא סטוטשין און הרב פנחס ענגלענדער שליט"א מנהל תלמוד תורה בעלזא מכנובקא לאנדאן נכדי הרה"ח הרב אלי'ש ענגלאנדער שליט"א לאנדאן יע" א. אויפן ווע אהיים פון קרעניצא יע"א (עיר מולדתו פון ר' אלי'ש שליט"א) ווי זיי האבן געוויילט אויף שב"ק, צוזאמן מיט ר' אליש שליט"א ובני משפחתו.
שפעטער אינם טאג האט מען אויפגענומען א חבורה בחורים פון ישיבת וויזשניץ לאנדאן בראשות הרה"ג ר' חיים מאיר שטערנבוך שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ לאנדאן שליט"א, און באגלייטונג מיט די מגי"ש ה"ה, הרב מנחם זכרי' זארגער שליט"א והרב שמעון דייטש שליט"א, ווי מען האט זיך געשטעלט א מנין מנחה אין קוויטל שטוב מיט א שטארקען ברען, נאכדעם איז פארגעקומען א -מעמד שירות ותשבחות- מיט ווארעמע הארציגע ניגוני געוגעי הגאולה, נאכפאלגענדיג מיט א ברייטען סעודת ערב און זיי זענען געבליבען אויף לינת לילה בבניני הכנסת אורחים, שפעטער איז געוועהן נאך א מנין מנחה ומעריב בזמן.

די וויזשניץ'ע בחורים ביי מנחה
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (36).jpg
Kerestir 7.16 (36).jpg (47.55 KiB) געזען 1546 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאכטמאל מאנטיג נאכט, עס ווערט געזעהן די וויזשניץ'ע בוחרים
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (35).jpg
Kerestir 7.16 (35).jpg (55.22 KiB) געזען 1535 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דינסטאג:

צופרי איז געוועהן 3 מנינים שחרית בתוכם די וויזשניץ לאנדאן'ע בחורים הנ"ל, נאכען דאווענען איז פארגעקומען א גרויסער לחיים לזכר נשמת הרה"צ ר' מנחם מענדל רובין זצ"ל לרגל די יארצייט, א זוהן פון לעצטען רבי'ן פאר'ן קריג כ"ק מרן רביה"ק ר' מאיר יוסף זי"ע, הי"ד -דער טאטע פון די מייסדים וממשיכים פונעם הייליגען און ברייט פארצווייגטען- הכנסת אורחים קערעסטיר, וועלעכעס ווערט געפירט כימות רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, -עס איז צום באטאנען אז הרה"צ ר' מענדל זצ"ל הנ"ל איז געוועהן פון די ערשטע וועלעכע זענען צוריקגעקומען קיין קערעסטיר נאך די ביטערע מלחמה און אנגעהויבען צוריקצושטעלען די הייליגע יסודות.- און מען האט ארום גערעדט פון זיינע מעשים טובים יהא זכרו ברוך, אמן.

די חבורה וויזשניץ לאנדאן ביי פת שחרית
אטעטשמענטס
Kerestir 7.16 (37).jpg
Kerestir 7.16 (37).jpg (41.56 KiB) געזען 1532 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (49.32 KiB) געזען 1530 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען אין די נאנטע טעג, דא אין די אשכול


מיר האפען ארויסצושיקען די קומענדיגע באריכט תיכף נאך שבת, וואס דאס וועט ערהאלטען די ימי כ"ח תמוז יומא דהילולא קדושה של הרה"ק מרן הישמח משה זי"ע וואס עס האט זיך אפגעטוען אין קערעסטיר הסמוך לציון הק', ווי הונדערעטע אידן און חשובע רבנים און אדמורים האבען זיך אפגעשטעלט אין ר' ישעי'לעס הייליג הויז לבקר בהיכלו
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”