קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

קערעסטירער טאג בוך

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:31 pm

מיט גרויס פרייד טוען מיר אייך פארשטעלען די נייע אשכול "קערעסטירע טאג בוך" וואס די ציל איז בלויז צו אינפארמירען די חשובע ציבור מיט די כסדר'דיגע באריכטען וואס קומט ארויס יעדע קורצע שטיק צייט, די נייעס בלעטעל מהנעשה ונשמע אין ר' ישעי'לעס הייליגע הויז אין די שטאט קערעסטיר, מיר ווילען קלאר מאכען פאר'ן ציבור, ביטע נישט מישען די יוצרות, די אשכול איז בלויז ק/פ אריבערלייגען די אימעיל וואס עס קומט פון הכנסת אורחים ד'קערעסטיר, פאר אלע בילדער און נייעס און קאמענטירען פון קערעסטיר בלייבט ווייטער אונטער די אשכול "בילדער פון קערעסטיר ג' אייר און א גאנץ יאר" און דא איז ק/פ די טאג בוך בלויז, מיט פארשטענדעניש, ליינט און האלט מיט און האט הנאה.

פון יעצט און ווייטער וועט עס געמאלדען ווערען בלויז דא, מיר הייבען אהן מיט די לעצטע אימעיל וואס איז ארויסגעשיקט געווארען אין די פארגאנגענהייט, פאלגט נאך די ווייטערדיגע באריכטען אי"ה בקרוב דא אויף די אשכול, די נייעס בלעטעל גענומען פון דא:
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (62.01 KiB) געזעהן 3142 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:32 pm

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:34 pm

בס"ד

השלמה פון די פארגאנגענע אימעיל, פר' תולדות


זונטאג:

באישון לילה האט מען מיט כבוד אויפגענומען עטליכע קינדער פון הגה"צ ר' אליעזר הורוויץ זצ"ל מ'מעליץ, ה"ה, הרה"ג ר' יהושע שליט"א אב"ד מעליץ-ב"פ, הרה"ג ר' יצחק דוד שליט"א אב"ד ראצפערט - בראזיל, און הרה"ג ר' יהודה שליט"א אב"ד טורנא-פלעטבוש, וועלעכע זענען געוועהן על ציון הק' און נאכדעם אראפגעקומען אין הייליגען הויז ווי זיי האבען סועד געוועהן און זיך דערקוויקט דאס הארץ און פארברענגט מיט סיפורי צדיקים, און דערנאך זיך געזעגנט פון דעם חצר מיטנעמענדיג השפעות טובות, רפואות, ישועות וכל טוב, אמן.



פר' ויצא

זונטאג-ר"ח כסליו:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית-הלל-מוסף אין קוויטל שטוב נאכפאלגענדיג מיט א גרויסע פת שחרית-סעודת ר"ח.

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען ביותרת הכבוד כ"ק אדמו"ר מ'דעעש שליט"א על ישראל הדרתו בעיר ב"ב, ואתו עמו בני המשפחה ובתוכם אחיו האדמורי"ם הצדיקים שליט"א און מיט זיי זענען געווען 70 אידן מכל קצוי תבל, ווי זיי האבען געפראוועט א געהויבענע היסטארישע שב"ק העעל"ט אין די שטאט דעעש יצ"ו,
צוגעלייגטע
2.jpg
2.jpg (27.72 KiB) געזעהן 3133 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:35 pm

דער רבי שליט"א מיט די גאנצע קבוצה זענען צום ערשט אריין דאווענען מנחה אין דעם קוויטל שטוב, און נאכדעם זיך געוואשן צו א רייכע ר"ח סעודה ווי עס האבען זיך באטייליגט פון צווישען די דעעש'ע אייניקלעך עטליכע אייניקלעך פון רבי ישעי'לע זצוקלה"ה, ה"ה הרב יוסף גרינפעלד שליט"א, הרב שלום יחזקאל פאנעט שליט"א, הרב יהודה ראטטענבערג שליט"א. ביי די סעודה האט דער רבי שליט"א מכבד געוועהן הרב ר' יוסף שליט"א הנ"ל מיט ברכת המזון .
צוגעלייגטע
3.jpg
3.jpg (39.4 KiB) געזעהן 3132 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:36 pm

הרב ר' יוסף שליט"א הנ"ל מכובד מיט ברכת המזון
צוגעלייגטע
4.jpg
4.jpg (38.49 KiB) געזעהן 3130 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:36 pm

דערנאך האט דער רבי שליט"א באזוכט די קאך און אויסגעדריקט געוואלדיגע התפעלות פון דעם פאקט, אז דער כח פון די הייליגע עבודה בימים ההם, איז משפיע אז דער הייליגער קאך פיבערט נאך בזמן הזה 24 שעה אהן א אפשטעל. נאכדעם האט מען געדאווענט מעריב.
צוגעלייגטע
5.jpg
5.jpg (42.34 KiB) געזעהן 3127 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:37 pm

דאן איז דער רבי שליט"א ארויף מיט די גאנצע קבוצה על ציון הק' ווי מען האט מתפלל געוועהן בהתעוררות רב, און געפויעלט אלעס גוטס, אהיימטראגענדיג ישועות ורפואות פאר כלל ישראל.
צוגעלייגטע
6.jpg
6.jpg (45.01 KiB) געזעהן 3124 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:37 pm

.
צוגעלייגטע
7.jpg
7.jpg (43.64 KiB) געזעהן 3125 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:39 pm

מאנטאג:

פארמיטאג איז געוועהן עטליכע קבוצות פון א"י און פון לאנדאן. עס זענען געווען מערערע מנינים למנחה ולמעריב.

פארנאכטס האט מען אויפגענומען מיט כבוד דעם באקאנטען מגיד מישרים הרה"ג ר' יוסף חיים גרינואלד שליט"א ומשפחתו, צוערשט האבן זיי געדאווענט מעריב ,דאן האט מען פאר זיי ספעציעל צוגעגרייט נאכטמאל אין איינע פון די צימערען, דערנאך זענען זיי אריין אין קוויטל שטוב און פארברענגט מיט תפלות, שירות ותשבחות בהשתפכות הנפש.

ביינאכט איז געקומען הרב ר' יואל פאגעל שליט"א מנהל כולל אברכים ד'סאטמאר אנטווערפען ומשפחתו, וואס נאכ'ן סועד זיין און זיך דערקוויקען דאס הארץ, איז מען געבליבען אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים.



דינסטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית און עס האט זיך שוין אנגעהויבען אנצוזעהן אסאך אייניקלעך פון הייליגען מנוחת אשר זי"ע מנו"כ אין טשענגער. נאך שחרית איז געווען א שיינע מסיבת לחיים ווי הרה"ג ר' יוסף חיים שליט"א האט דערווארעמט דעם עולם מיט סיפורי צדיקים פון די קדושים אשר בארץ המה, און בפרט פון הייליגען רבי ר' ישעי'לע זי"ע ומ"מ רביה"ק ר' אברהם'לע ורביה"ק ר' מאיר יוסף זי"ע.
צוגעלייגטע
8.jpg
8.jpg (27.91 KiB) געזעהן 3120 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:40 pm

במשך פונעם טאג האט זיך נישט אפגעשטעלט די אנגייענדיגע שטראם, בתוכם האט זיך אנגעזעהן הרב ר' שמשון בן הרב שמואל גרויס שליט"א נכד רבינו זי"ע וועלכע האט נישט געקענט אפשטעלען זיין וואונדער פון די מאסיווע הכנסת אורחים אפעראט, זאגענדיג אז עס איז גענוי ווי זיין באבע הרבנית הצדיקת מרת מלכה ע"ה בת הרה"צ ר' אברהם'לע זי"ע פלעגט איבער פארציילען.

פאר מעריב האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' ישי ליעברמאן שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד דושינסקי וומסב"ג שליט"א, ראה"כ דושינסקי, ויו"ר וועד הכשרות שע"י קיט"ל סאטמאר וומסב"ג, וואס איז געקומען אין באגלייטונג פון עטליכע בני המשפחה. נאכ'ן סועד זיין האבן זיי גענעכטיגט אין די הערליכע בנין שע"י הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:42 pm

מיטוואך:

צופרי איז געווען א מנין שחרית ובתוכם הרה"ג ר' אלישע יונגרייז שליט"א אב"ד טעפליק - ירושלים, דערנאך איז געווען א סעודת לחיים ופת שחרית ווי מען האט דערציילט סיפורי צדיקים.

איבערן טאג איז געוועהן א שטארקע שטראם פון אידן, אייניקלעך, פון הרה"ק מנוחת אשר זי"ע. זייענדיג אויפן וועג פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש אין טשענגער ביומדה"ל, האבן זיי זיך אפגעשטעלט אין קערעסטיר מתפלל זיין ביים ציון הקדוש, ווי אויך אין קוויטל שטוב בביתו נאווה קודש, און זיך דערקוויקט דאס הארץ פון די כסדר צוגעשטעלטע פרישע איבערבייס. עס זענען געווען עטליכע מנינים צו מנחה און מעריב.

אין די מיטאג שטונדען האט מען אפגעשיקט קיין טשענגער די מאכלים ומזונות לכבוד די הילולא פון בעל מנוחת אשר זי"ע וואס איז צוגעשטעלט געווארען דורך כ"ק אדמו"ר מ'גארליץ ב"פ שליט"א נכד להרה"ק מ'טשענגער זי"ע, וואס האט אפגעקויפט און איבערגעפרישט דעם בית החיים אין טשענגער, און אויפגעשטעלט אויף'ן פלאץ א בנין הכנסת אורחים פאר די אלע וואס קומען על ציון קדשו פון הייליגען מנוחת אשר זי"ע, און פון הכנסת אורחים ד'קערעסטיר שע"י נכדי רבינו זי"ע האט מען אפגעשיקט דאס עסן מיט אלע צוגעהערן וואס איז געווארען געקאכט אין די ארגינעלע קערעסטירער קאך אין ר' ישעי'לעס הויז.
צוגעלייגטע
10.jpg
10.jpg (24.53 KiB) געזעהן 3115 מאל
11.jpg
11.jpg (40.31 KiB) געזעהן 3115 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:43 pm

פארנאכט'ס האט מען מקבל פנים געוועהן א קבוצה פון ארום 50 אידן בראשות הרה"צ אברהם לויפער שליט"א אב"ד דאראג-וומסב"ג ונכד להרה"ק מ'טשענגער זי"ע, וועלכע האבן נאכן פוקד זיין דעם ציון הקדוש אין קערעסטיר, געפראוועט א גרויסארטיגע יארצייט סעודה, צוגעשטעלט מיטן קערעסטירער טעם, ווי מען האט פארברענגט מיט שירות ותשבחות. מיט דברי תורה האבן אויפגעטרעטען הרה"צ אב"ד דאראג-וומסב"ג שליט"א והרה"ג ר' מנחם נתנאל יונגרייז שליט"א מו"ץ בבית הוראה שע"י קיט"ל סאטמאר וומסב"ג.
צוגעלייגטע
12.jpg
12.jpg (30.28 KiB) געזעהן 3114 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:45 pm

בשעת די סעודה, איז אנגעקומען נאך א קבוצה פון ארץ ישראל וועלכע מען האט צוגעשטעלט א ברייטע סעודה אין א באזונדערע שטוב.

שפעט ביינאכט האט מען געהאט די זכיה מקבל פנים זיין כ"ק הרה"צ אדמו"ר מ'מאקאווא שליט"א פון ארה"ק. ער איז געקומען אין באגלייטונג פון זיין ברודער הגה"צ אב"ד מאקאווא- אשדוד שליט"א מיט א חבורה פון איבער 50 אידן, וועלעכע זענען געקומען לרגל הילולת זקינם הרה"ק מ'טשענגער זי"ע. צום ערשט זענען זיי ארויף צום ציון הק' און מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות, דאן האט מען זיך געוואשען צו א יארצייט סעודה אין דעם הייליגען מל"מ שטוב פון רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, ווי עס האט געהערשט א מוראדיגע חדרת קודש און ערנסקייט מגודל קדושת המקום והזמן. דער רבי שליט"א האט מכבד געוועהן הרב אלי' גרויס שליט"א מ'בערבערשט נכד רביה"ק זי"ע צו פארציילען סיפורים פון הייליגען זיידען ר' ישעי'לע זי"ע און פון זיינע הייליגע קינדער ממשיכי דרכו לבית קערעסטיר זי"ע, און נאכדעם האט אויפגעטערעטן הגה"צ אב"ד מאקאווא-אשדוד שליט"א. נאכן פותח זיין בכבוד האכסניא האט ער ארויס געברענגט דאס התקשרות פון זייער פאטער דער מאקאווא רב זצוק"ל צום גרויסן זיידע דער בעל הילולא הרה"ק מ'טשענגער זי"ע.
צוגעלייגטע
13.jpg
13.jpg (25.27 KiB) געזעהן 3111 מאל
14.jpg
14.jpg (28.77 KiB) געזעהן 3111 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:45 pm

.
צוגעלייגטע
15.jpg
15.jpg (32.19 KiB) געזעהן 3107 מאל
16.jpg
16.jpg (43.29 KiB) געזעהן 3107 מאל
17.jpg
17.jpg (35.15 KiB) געזעהן 3107 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:46 pm

דאן האט מען גענעכטיגט אין דעם בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר, און כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א אריין אין קוויטל שטוב און עוסק געווען בעבודת הקודש. פאר'ן אוועק פארען האט דער רבי שליט"א איינגעקויפט די ספרי מופת הדור אויף עטליכע שפראכן, אויסדריקענדיג אז עס איז א חוב צו האלטען אזא הייליג ספר אין יעדע אידישע שטוב. דערנאך האט די קבוצה זיך ארויסגעלאזט פרי פארטאגס קיין טשענגער צו פויעל'ן כל טוב סלה, לכלל ולפרט.
צוגעלייגטע
18.jpg
18.jpg (26.31 KiB) געזעהן 3104 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:47 pm

דאנערשטאג:

צופרי איז געוועהן עטליכע מנינים שחרית און במשך פונעם טאג האט זיך נאך אנגעזעהן דער שטראם פון פילע אייניקלעך און משתטחים צום ציון הק' פון בעל מנוחת אשר זי"ע. עס איז כסדר געווען צוגעשטעלט ווארעמע עסן פאר די פילע באזיכער. עס איז געווען עטליכע מנינים למנחה ולמעריב.
צוגעלייגטע
19.jpg
19.jpg (38.62 KiB) געזעהן 3105 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:49 pm

עש"ק-שב"ק

צופרי האט מען אויפגענומען א קבוצה פון יונגעלייט מתפללי ביהמ"ד בית שלום-קערעסטיר אין מאנסי ובתוכם מוה"ר יואל בנציון ווערצבערגער נ"י, מראשי העסקנים לטובת דעם קערעסטירער הויף, ואתו עמו מוה"ר יואל אינדיג הי"ו נכד רבינו זי"ע. אויך האט מען מקבל פנים געווען אויף שבת הרב שלום יעקב ברילל שליט"א מנהל רוחני פון ת"ת שומרי אמונים אין בני ברק, ווי עס איז געפראוועט געווארען א הערליכע געהויבענע שב"ק מיט א התרוממות הנפש. פרייטאג צו נאכט'ס איז אפגעראכטן געווארן גאר א דערהויבענע באטע בשירות ותשבחות. אויך זענען אלע תפילות און סעודות געווען מיט א שטארקע געהויבענקייט.



מוצש"ק:

איז אפגעראכטן געווארן א שיינע מלוה מלכה פאר אלע משתתפים, פון ווי זיי זענען אהיים געפארן מיטנעמענדיג מיט זיך פעק פון ישועות און רפואות.

כחצות הלילה איז אנגעקומען נאך צוויי קבוצות פון מאקאווא חסידים וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק אין שטאט דינוב-פולין, און עס איז סערווירט געווארן א פריש געקאכטע מל"מ כמנהג רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע.

באשמורה שלישית של הלילה איז אנגעקומען א פרישע קבוצה וואס זענען ספעציעל געקומען צו פארן פון לאנדאן מוצש"ק צו פראווענען מל"מ אין דעם הייליגען הויז און עס איז פאר זיי עקסטער צוגעשטעלט געווארן ברוב פאר והדר פרישע סעודת מל"מ. דערנאך זענען זיי געבליבן נעכטיגן אין די בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.
צוגעלייגטע
20.jpg
20.jpg (42.74 KiB) געזעהן 3102 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:51 pm

פר' וישלח

זונטאג:

איז געווען א גרויס מנין שחרית. נאכ'ן סועד זיין פת שחרית זענען זיי געגאנגען צום ציון הק' און אהיים געפארן לדרכם מיט פעק פון ישועות ורפואות און אלעס גוטס.

במשך פונעם טאג זענען געווען עטליכע משפחות און יונגעלייט פון לאנדאן און ארץ ישראל.

אין די נאכמיטאג שעות איז אנגעקומען א קבוצה פון בני תורה פון געיטסהעד ווי זיי האבן געדאווענט מעריב און דערנאך סועד לבם געווען. זיי זענען צוגעפארען צו די דערנעבענדיגע טאקאי צו נעכטיגען.



מאנטאג:

צופרי צו ותיקין זענען די אידן פון געיטסהעד צוריק געקומען פון די שכינות'דיגע טאקאי, און נאך א ווארעמע מקוה געדאווענט שחרית, שפעטער איז געווען נאך א מנין שחרית נאכפאלגענדיג א גאנצע צייט מיט א ברייטע פת שחרית אין די דערנעבענדיגע מל"מ שטוב.

איבער'ו טאג איז געוועהן א כסדר'דיגע פארקער פון קבוצות פון א"י ובתוכם הרב יהודה קאהן שליט"א פון צפת בן הרה"צ ר' משה קאהן שליט"א ר"י תולדות אהרן, וב"ב, וועלכע האבן מתפלל געווען אין קוויטל שטוב, און דערנאך זיך געזעצט צו א סעודת ערב, וסעדו לבם.

פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה"ח הישיש ר' אהרן זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קיוויאשד זצ"ל, ובנו הרה"ג אלעזר שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, מיט נאך עטליכע קינדער וב"ב שיחיו, וועלעכע זענען געווען אויף'ן וועג קיין לאנדאן צו א משפחה שמחה, ווי עס האט זיי אפגעווארט א ספעציעלע צוגעגרייטע סעודת ערבית. זיי האבען פארברענגט מיט סיפורי צדיקים און געדאווענט מעריב.
צוגעלייגטע
21.jpg
21.jpg (34.22 KiB) געזעהן 3100 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:52 pm

דינסטאג:

איז געווען אביסעלע א שטילער פארמיטאג. נאכמיטאג איז געקומען א קבוצה פון מאנטשעסטער בראשות הרה"ג שמואל אשר שאלמא שליט"א משגיח בישיבת שערי תורה ווי זיי האבען געדאווענט מנחה, נאך'ן אויסבעטען אלעס גוט'ס ביים ציון הק', און סעדו לבם בארוחת צהריים. נאכער האבן זיי געדאווענט מעריב.
צוגעלייגטע
22.jpg
22.jpg (25.15 KiB) געזעהן 3100 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:54 pm

מיטוואך:

פארמיטאג איז געוועהן צווישען די באזוכער עטליכע משפחות פון שיכון סאטמאר ב"ב, און פון אנטווערפען.

טראץ וואס הרה"ג ר' אברהם יפה שלעיזינגער שליט"א אב"ד גענף-שווייץ, מיט זיין זוהן, איז געוועהן אין הויז א קורצע צייט צוריק, ווען ער איז געווען ביי א זיידען'ס יאהרצייט, האט ער איצטערט אויף'ן וועג קיין אייראפע, נאכאמאל אפגעשטאט א באזוך זאגענדיג, "אז דאס התעוררות וואס מען שפירט אין הייליגען רבי ר' ישעי'לעס הויז שפירט מען נישט סתם אזוי", און געשפירט אז ער מוז קומען נאכאמאל! ווי מען האט צו געשטעלט א פיינע סעודה און דערנאך איז מען ארויף צום ציון הקדוש.

נאך מעריב האט מען אויפגענומען הרה"ג מרדכי געלב שליט"א חבר ביד"ץ בעיר חיפה ומשפחתו וועלכע האבן פארברענגט א לענגערע צייט בביתו נאווה קודש ווי עס איז געוועהן צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד אלע געסט, פון וואס דער דיין שליט"א איז אהיים געוועהן מלא התפעלות, צוקוקנדיג די ווארעמע הכנסת אורחים וואס ווערט דא צוגעשטעלט.

שפעט אויפדערנאכט איז אנגעקומען א קבוצה יונגעלייט פון כולל מצוינים סאטמאר ירושלים.

אויך איז געקומען א משפחה פון עיה"ק צפת וועלכע האבן מיט געברענגט זייער קינד ישעי'לע נ"י וואס זיי האבען געפויעלט דא אין קערעסטיר! נאכ'ן סועד זיין האבען זיי גענעכטיגט אין דעם בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.
צוגעלייגטע
23.jpg
23.jpg (27.53 KiB) געזעהן 3098 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:55 pm

דאנערשטאג:

צופרי איז געוועהן א גרויסע מנין שחרית און דערנאך האט מען זיך געזעצט צו א ברייטע פת שחרית.

נאכמיטאג איז צוריקגעקומען אונזער שליח הר"ר יואל לאנדא הי"ו פון אנטווערפן לשרת בקודש אנצופירן מיט די הכנסת אורחים במשך די קומענדיגע וואך.
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:58 pm

.
צוגעלייגטע
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (49.32 KiB) געזעהן 2917 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:42 am

מז"ט לנכדי רביה"ק זי"ע
צוגעלייגטע
24.jpg
24.jpg (30.11 KiB) געזעהן 2916 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:42 am

פאלגט נאך די ווייטערדיגע באריכטען דא אין די אשכול אין די נאנטע טעג אי"ה

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:43 am

צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
updates@kerestir.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט