אפענער בריוו: געוואלד, פארוואס א ניקל??

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

אפענער בריוו: געוואלד, פארוואס א ניקל??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

אפענער בריוו צו מיין חשוב'ער שכן, יא, צו דיר מיין היינטיגער שכן אין בית המדרש, ר' זלמן נייגעריגער..

אנטשולדיג מיר פארוואס איך האב דיר נישט געקענט געבן דעם גאנצן דרשה אין שול באלד נאכ'ן דאווענען, און פארענטפערן דיינע אלע אפענע אומפארשטענדליכע הנהגות, ווייל איך האב געמוזט לויפן פון דארט, עס איז געווען א גאר אומסטאבילער סיטואציע, יעדע מינוט אין ביהמ"ד האט געקאסט נאך אן אפותיקי, די "שלוחי מצוה" וואס זענען אזוי ערליך מקיים דעם מנהג פון גיין נאך געלט חנוכה, זיי זוכן נישט קיין קולות יוצא צו זיין מיט נאר איין טאג חנוכה, און נישט מיט גיין נאר איינמאל צו יעדע מנין, נאר מקיים די מצוה מיט אלע בריסקער חומרות מיט דעם חזון איש'ס שיעור.. סבבוני עדרים רבים, ממש ווי ערוואקסענע ווי חדר אינגלעך, און איך דארף שטיין פון ברוך אתה בבואיך ביז ברוך אתה בצאתך כמו א ראבאטישער "טשעינדזש מאשין" וואס שפייט מטבעות ווי חיים דער נגיד'ס מאלפע..

מיין טייערער שכן הרב נייגעריגער, איך האב באמערקט אז דו האסט כמעט נישט אראפגענומען די אויגן פון מיין אנוועזנהייט ממש דאס גאנצע דאווענען, חוץ ביי שמע ישראל ווען דו האסט ארויפגעלייגט דאס הענטעלע איבער די אויגן, און דאן דאכט זיך אויך האסטו אזוי כיטרערהייט "ארויסגעפיעקט" פון צווישן די פינגער.. געוויס האסטו עס נישט געטון צוליב נייגעריגקייט אדער א חסרון אין ערצויגנקייט, נאר פשוט ווייל דו האסט געוואלט פארשטיין די פארבארגענע סודות התורה פון מיין הייליגע הנהגה, פארוואס א טייל "שלוחי מצוה" האבן באקומען א דיים, אנדערע א דאללער, געוויסע א קוואדער, און אנדערע גאר א ניקל..

די זאכן זענען טאקע נישט סתם אזוי פערצופאל אדער ווי פון זיך אליין, אלעס האט טאקע א טעם בנגלה ובנסתר, איך האב אמת'דיג נישט קיין צייט פאר קיין אריכות, חבל על הזמן, אבער אויפ'ן שפיץ גאפל וועל איך ענטפערן וויפיל עס איז מיר ערלויבט מגלה צו זיין די רזי דרזין..

ווען עס קומט א גרויסער בחור א מבוגר וואס איז נתמלא זקנו על כל גדותיו, און גרייכט שוין באלד דעם זעקסטן פיס, נאטורליך קומט אים כאטשיג א קוואדער, ער האלט אז עס קומט זיך אים א דאללער, ער האט שוין געהערט פון אונטער'ן פלויט ווי די טאטע שושקעט פאר די מאמע אז א שדכן האט אים שוין געפרעגט ווי אלט דער בחור איז, נו אז ער איז שוין באלד אין שידוכים קומט דאך אים געוויס א גאנצער טאללער, אבער אזוי ווי איך האב נישט אונטערגעהערט פון אונטער'ן פלויט, גיב איך א גאנצן קוואדער..

דער איש מכובד מיט'ן גרייז גרויען בארד האב איך נישט געקענט פארשעמען, קיין פינעווער האב איך אים נישט געהאלטן ביי געבן, א דאללער הייסט שוין נישט מבזה געווען.. יעצט ווילסטו דאך געוויס פארשטיין פארוואס דעם קומענדיגן גרויען איד האב איך נאר געגעבן א קוואדער, ווייל אים קומט זיך אינ'אמת'ן א פליק אין די נאז אריין, דער ארץ ישראל'דיגער איד האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן זאטל פון אונזער שול, און קומט יעדן איינצייגן ליבן טאג אונז באפאלן מיט מצוות, גענוי ווי עס טוט יעדן טאג בקביעות דער משמש מיט זיין בלעכענעם פושקע, און דער קיילעכיגער מענדל וואס לויפט ארום מיט'ן זעקל פאר'ן טרויעריג בארימטן מוסד "מחסה לשפנים", און קאפיל וואס שאקלט א זעקל לטובת די קירוב ארגאניזאציע פון מאלדאווע, אזוי קומט דער איד יעדן איינציגן טאג יאוונע ויאסנע, ער איז דא געווען נעכטן, ער איז דא געווען אייער נעכטן, און ער גייט דא זיין מארגן ביז דאס ווייב וועט אים אהיימלאזן צוריק קיין בני ברק, אבער איך ביך דאך נישט אייזל דער פליקער, איך פליק נישט, אזוי איידל בין איך אז אפילו א ווארט זאג איך אים נישט, גיב איך אים נאך לפנים משורת הדין א קוואדערל, איך שפיר זיך ווי דער צדיק פון קרעמל..

איך ווייס דו האסט זיך גאר שטארק געוואונדערט ווען דער בעל הבית'ישער פארמעגליכער אינגערמאן איז געקומען מיט זיין קאזין פון ארץ ישראל האב איך אים טאטאל איגנארירט ווי ער וואלט בכלל נישט געבוירן געווארן, אדער ווי עפעס א נערוועזער פליג וואס גייט פארביי און מ'שענקט אים נישט קיין בליק.. דאס איז געווען א יוצא דופן פאל, ווי איך האב מיך פשוט נישט געקענט מתגבר זיין. דער שיינער אינגערמאן וועלכער איז גארנישט קיין ארעמאן, לעבט א ברייט לעבן, און קויפט אפילו שיינע עליות - פאר זיך, ווען מ'גייט נאך געלט צו אים קוקט ער אזוי אין די לופטן ווי ער נישט ביי זיך אדער פארקלאצט אויף די זון, לבנה און עלף שטערנס, שוין אסאך מאל באמערקט שיינע אידן, רחמנות'דיגע און צובראכענע שטייען ביי אים פאר א נדבה'לע, און ער מאכט ניטאמאל א "תנועה'לע", ער קלאצט ארויף אין די לופטן ווי די אלטע אין נורסינג היים, ער זעט נישט און באמערקט נישט אז עפעס א ווירדיגער באשעפעניש דעכעט נעבן אים.. איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, איך האב געמוזט אים געבן די "געשמאקע און זיסע" געפיל וויאזוי דאס שפירט ווען ער איז טועם פון זיין אייגענע פלעשל וויטאמינען.. איך בין מודה, דא בין איך דורכגעפאלן..

די קליינע בחור'לעך וואס די הוט זינקט נאך אריין אין קאפ איבער די לייכטע מילך האר, ווען איין שיך בענדל האט זיך פארגעסן צוצובינדן, און די קראגן פון דעם נייען בר מצוה מאנטל איז פארדרייט, גיב איך א דיים, די שטייען דאך אין די רייע, איבער א הונדערט פון זיי פאלן אן יעדן מנין, א דיים דארף זיי מאכן גאנץ פרייליך..

ווילסטו דאך יעצט פרעגן פארוואס פאר דעם בחור'ל מיט די גרויסע נייע רינדעכיגע גלעזער האב איך נאר געגעבן א ניקל? נישט ווייל איך האב עפעס קעגן די גלעזער, מיין אינגל גייט דאך אויך מיט די סטיילישע ברילן, אבער דער קליינער וואס איז קוים גרויס ווי א קומץ קטן, זיין נאז גרייכט קוים דעם טיש, ווען נישט דעם הוטל וואס ער גייט אויפ'ן קעפל שטעלט מען אין אריין אין כיתה ה', און ער שטעלט אהער אזא האנט מיט דאלארן.. קיין קליינגעלט האט ער דאך נישט, געוויס גיט אים יעדער א דאללער, נישט אזוי? דו נארעלע, וואס מאכט דיך טראכטן אז איינער זאל מיינען מ'גיט דיר דאלארן? דו האלטסט אמת'דיג אז דו קוקסט שוין אויס ווי א טאטע? פאר די איגנאראנץ באקומסטו א "ניקעלע", ווען דו וועסט אויפוואקסן און אויסשטרעקן דיין הענטעלע מיט קליינגעלט ווי אלע רעגולער בחורים וועט דיין נתינה פארדאפלט ווען, דו וועסט באקומען א דיים, פונקט ווי אלעמען..

אנטשולדיג מיר מר. נייגעריגער פאר מקצר זיין, איך יאג זיך צוריק צו די ארבעט, אבער יעצט אז דו האסט שוין אלע ענטפערס, ביטע מארגן טרעף דיר א פלאץ ביי א צווייטן טיש באטראכטן אן אנדערן צדיק'ס עבודה..
לעצט פארראכטן דורך ראש העיר אום דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 1:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

כככ..

דערמאנסט מיר דאס אלט אידיש ווערטל פון די פעדלער אין די איסט סייד

'וויפיל איז א פיקל? א ניקל. און וויפיל איז דער פיקעלע? אה, נאר א ניקעלע..'
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

זייער שיין און זייער זיס

בדרך אגב, איך זוך א 'דיין' זאל ארויסגעבן א היתר אז אלס א טייל פון ירידת הדורות, מען מעג שוין אריינווארפן אין די צדקה בייטלעך מער ווי א ניקל אדער דיים.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

געוואלדיג!!! הנאה געהאט!

יישר כח פארן שרייבן און מהנה זיין יודען.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

שיין ארטיקל לכבוד יום טוב.

ביי אונז אין ביהמ"ד האמיר די זכי' צו ענטפאנגן עטליכע וועכענטליכע געלט גייער. איינער קומט מאנטאג, א צווייטער קומט דינסטאג א. א. וו.
איך האב אפגעשמועסט אז איך גיב זיי א פיפציגער איין מאל א יאר און איך וויל נישט הערן פון זיי ביז איבערעסיאר. טאמער שטעלן זיי זיך אפ ביי מיר, ווערן זיי איגנארירט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יויש דאס שריפט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווער האט זיך אפגערעדט אז מיר האבן שוין נישט קיין שרייבער?
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פיין געלאכט, א ראש העיר וואס האלט אונז אונטער
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לכבוד ראש העיר.

קודם אנטשולדיגט פאר די אומאנגענעמליכקייט וואס איך האב אייך פאראורזאכט, סתם אזוי צו איך מיר אריבער דעם טלית איבערן שטערן און ס'גייט מיר קנאפ אן דאס גאנצע ארום.

יעצט אבער האט עפעס געצויגן מיינע ברעמען. שטייט דא א אינגערמאנטשיק און פראוועט חשבונות מעשה עושר. פאר איינעם א בחור'ל מסתמא א ברודער פונעם מדוברת וואס מ'האט פאריגע וואך אנגעטראגן פאר דיין ברודער גיסטו א טאללער און פאר די צושויבערטע בחור א ניקל, ווידער פאר חאצקל דער נגיד ממש גארנישט. איינמאל איך האב דאס אויפגעפאסט, האסטו גלייך געכאפט אז איך האב דיך געפאקט ביי די מעשה, און זינט דאן האבן אייערע בליקן זיך צוזאמגעטראפן מיט מיינע ביי יעדע נתינה.

ביי די וועי, די לעדערנע טלית בייטל האסטו יעצט באקומען א מתנה לכבוד חנוכה? ס'זייער שיין.
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

די בריוו איז נאך אפען? לאמיך אריינכאפן...

ראש העיר דו ביסט פיינע נייעס!
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

נא אוודאי, דער ראש העיר פירט חשבונות מיט יעדן אין שטאט...

הערליך שיין!
---
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ראש העיר, פיין אראפגעלייגט דעם גאנצען סומאטאכע!!!!
זוכט איר דוי?
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

געוואלדיג
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

גאר פיין אראפגעלייגט, מ'האמיר הנאה געהאט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

הערליך שיין אראפגעלייגט,
איך וויל שוין לאנג הערן וואס די עולם טוהט ווען עס קומט אזויפיל געלט גייערס אויפאיינמאל.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

זייער בעטעמט! יישר כח
סוף מעשה במחשבה תחילה.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

א גאלדענע פעדער, און ער ברענגט גוט ארויס דעם מצב.
ועם כל זה, לאמיר נישט פירן קיין חשבונות.
1) עס לוינט נישט - אז מיר פירן נישט קיין חשבונות, וועט מען פון אויבן אויך נישט פירן קיין חשבונות.
2) מיר ווייסן נישט - עס קען זיין נאך צעהן סיבות פארוואס יענער פירט זיך אויף אזוי.
3) מיר קענען נישט - אויב ווילן מיר פאריכטן די וועלט, יכלה הזמן והם לא יכלו.
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

very good ;l;p- ;l;p-
music helps your mood
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

דער ראש העיר האט געמאכט א גוטן זשאב, מיט א שפראך איינס אין די וועלט מיט די אמאליגע חן

אבער יעצט דארף עמיצער גוט אראפלייגן די אנדערע זייט פון די מטבע, די בחור'לעך וואס שלעפן זיך ארום שעות אין די קעלט און קראצן צוזאמען נאר אפאר דאלער, א יוד האט מיר געזאגט אז ער לייגט אוועק אויף חנוכה און פורים א עקסטערע סכום צו קענען מחיה זיין די וואס קומען נאך געלט, אזוי ווי סוכות קאסט אים א אתרוג און א סוכה און פסח קאסט אים די מצות, אזוי קאסט אים די חנוכה און פורים א שיינע סכום פון אפאר הונדערט דאלער, וואס ער איז מחי' הונדרעטער יודן מיט.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

RT מחנך!
זוכט איר דוי?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וואס גייט דיר אן אז איך קלאץ? איך דארף עפעס דרייען מיין הענט צו רעכטס און מעלדען פאר די שטאט. אז מיין בערזעל האט נאר קרעדיט קארדס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

מטעמים האט געשריבן:וואס גייט דיר אן אז איך קלאץ? איך דארף עפעס דרייען מיין הענט צו רעכטס און מעלדען פאר די שטאט. אז מיין בערזעל האט נאר קרעדיט קארדס.

יא! קלאר אזוי! פיל כאטשיג מיט מיט יענעם! ווייז עם מיטגעפיל און אז עכט פגר'סטע עם צי געבן נאר יעצט פונקט האסטו נישט אויף דיר!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

יישר כח כבוד ראש העיר!! זייער זיסלעך ארויסגעברענגט,
נאכאמאזעל אז די שרייבסט עס דא ווייל ווען די זאגסט עס ווען גראד נאכן דאווענען פאר מיר אין פנים אריין וואלט איך מיך דיך נאך יעצט ארום גע'טעהנ'עט אז נישט מיט אלעס ביסטו אזוי גערעכט, אבער למעשה האסטעס גוט אראפ געלייגט אז פאלאצטי פלאצטי געדוילע און יעצט קען איך שוין גארנישט ענטפערן...
נאכאמאל גרויסען שעקויעך
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראש העיר, געוואלדיגע ארטיקל, ווי תמיד. א דאנק!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”