לעקציעס פונעם דריידל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

לעקציעס פונעם דריידל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

בס''ד

[align=center][/align]חנוכה תשע''ח לפ''ק

דרייט זיך דער דריידל... זייער שנעל... און אופפס עס טראסקעט, בעסער געזאגט: לאנדעט, מיטן פנים ארויף. די אויגן קוקן מיט נייגער צו זען וואס איז דער אות וואס איז אצינד דער הויפט מחותן.
אויבנאויף איז דער דריידל זייער א פשוטע שפיל, אן איינפאכער קינדער שפיל. יא, עס טראגט טאקע א טראדיציאנאלע סימבאל, עס איז דער פלאטשיגער אינדענטעיט פארן יו''ט חנוכה, אבער נאך אלעם איז דאך עס נאר א שפיל.
פאר מיר, טוט דער דריידל פארציילן עטליכע לעבנ'ס וויכטיגע אנווייזונגען, און טאקע אינעם טיפישען אידישע שטייגער פון מיסטישע באהאלטענקייט וועלכע פונקציענירט אין פשוט-אויסזענדע אויפפירונגן.
קודם טוט פאר מיר דער דריידל דערמאנען אז מיר זאלן אויפגיבן אונזער טרוים פון קאנטראל, נאר טוהן וואס מיר דארפן און דאן אויפהייבן די הענט צו אונזער טאטע אין הימל. וואו זעה איך דאס? דורכדעם וואס מיר זעצן זיך אויפן ערד און מיר דרייען און ווארטען צו זען אויף א תוצאה. דעם פשוטן אקט פון געבן א שנעלקע פארן שיעף שפיציגען דריידל און ווארטן... שפיגלט פאר מיר דעם אנהענגיקייט און געלעגנהייט וואס מיר האבן ווען מיר געפינען זיך אין צייט פון נויט און מיר דארפן דעם סומך נופלים אויף אונזער זייט.
דאן.. ווען דער דריידל קומט צו אן אפרוה נאכן לויפן מיט אן אומגעהויערן שנעלקייט אויפן פאדעלאגע, זעה איך א פעלזן פעסטע לעקציע אויפן לעבן.
וויפל מאל דורכאויס דעם לעבן טוהן מיר זיך טרעפן אין א געוויסע סארט סיטואציע וואו מיר זענען אומבאקוועם אין איר, מיר זענען אומקלאר איבער דעם סיבה וואס מיר זענען דארט, עס ווייטאגט אין אונז, עס דרוקט אין אונז. פארהאן אנדערע צייטן ווען נאכן באשליסן אן החלטה טוהן מיר פרעגן זיך: פארוואס?, פארוואס בין איך באגאנגען א טעות?, צואוואס האט זיך דאס אויסגעפעלט?

מיר זענען אין א ביטערניש קאמף מיטן הוה.
אבער.. בא הדריידל ולמדונו אז לא כן הדבר.
יעדעס פאל פארמאגט אן אות, און מען אדאפטירט יענעם אות. דער שטאטוטן פונעם דריידל זאגט נישט אז אויב עס געלונגט נישט גענוי ווי דער הארץ באגערט זאל מען דאס פון פריש א דריי טאן.. עס זאגט אבער יא אז וואס עס באווייזט זיך אויפן דריידל נאכן ענדיגן טאנצן, אט דאס איז די גורל מיט וואס דו דארפסט דיך ספראווענען. דער דריידל פראקלאמירט, דעמאנסטרירט, און רופט אויס: אין יעדן מצב וואס דו טרעפסט אן געפינט זיך דארט א ווערדפולער מציאות פון וואס דיין נשמה דיין זעהל און דיין נפש קען געבויעט ווערן, כאטש וואס צומאל וועסטו דאס נישט אנקוקן אזוי; ווייל וואס האב איך דען דערפון? ניין זאגט דער דריידל, קוק אויף מיר, מיך דרייט מען, איך פאל אראפ, אבער איך ווייז אייביג אן אות. ס'נישטא אזא זאך ווי ס'איז א טעות געווען! איך וועל דיר קיינמאל ווייזן א ליידיגע פנים!
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

הבהרה: בתגובה הנ''ל אולי נראה זלזול ח''ו במנהג קדוש הלז של דריידל, כי אני רואה אותו רק בהבטה של שכליות וגשמי.

ח''ו ח''ו. מנהג קדוש הוא שרבותינו הק' כתבו עליו דברים עילאים ונוראים. דבריי הם רק כשיחת חולין
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

;l;p- שטארקע ווערטער!
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

מוסר השכל - דריידל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

א מוסר השכל פונעם דריידל ווי לאנג עס דרייעט זיך פאלט עס נישט, אז ס'הערט זיך אויף דרייען פאלט עס גלייך אראפ, דאס זעלבע איז ווען א מענטש ווערט אלט, וק"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”