מיין שכן האט געהאט א מיידל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

מיין שכן האט געהאט א מיידל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

"יאנקל" קלינגט דאס ווייב מיטוואך נאכט; פאר דו קומסט אהיים קענסטו אפשר אריינסטאפען אין גראסערי?
מ'האמיר דאך געשמוסט אז מען גייט איינקויפן אלעס פארן וואך ביים דארנעשטאג'ן ארדער?
יא, אבער ווייסט דאך אונזער שכינים זעקלוויטש האבן געבוירן דעם דריטן מיידל נאך פיר אינגלעך (ס'כאפט א גרויסע נפקא) און איך האב אנגעטראגן צו מאכן סאפער מארגן. איך דארף נישט קיין גרויסע זאכן, נאר צוויי עי קארן סקוואשעס, דריי גראבע מיירן, צוויי סעלערי העדס, א באנטש סעלערי, און עפעס גוטס. (כאילו איך ווייס נישט אז עפעס גוטס מיינט א מיליכיגע אייז קרים, פראבירן זאל איך אהיימקומען מיט א פעקל ליקעריש).


פארשטייט זיך אז די ווייב הייסט פאלגט מען אן צוויי מאל טראכטן, שלום בית איז דאך נישט קיין קלייניגקייט, אב"ע סברא ואב"ע קרא. אב"ע סברא, פראביר נאר צו פארגעסן. ואב"ע קרא, איש אמו ואביו תראו ק"ו לאשתו כמבואר. עכ"פ שלעפ איך מיך צום געשעפט, פארשטייט זיך אליינטס אז קיין עי קארן סקוואש איז נישט געווען בנמצא, ווען יא וואלט זי מיר דאס נישט געהייסן קויפן. אעפ"כ לא פוילאלטי, ווי נישט ווי גיי איך דאך אויך הנאה האבן פונעם פרישן וועטשערע פאר א טויש, נא אויב אזוי מעג איך דאך אביסל שוויצן, נישט אזוי? מרובה מידה טובה, איך האב געהאפט אז איך וועל עס געפונען ביים נעקסטן געשעפט, זעלבסט פארשטענדיג איך האב נישט, נאר נאך א פיר-פינעף געשעפטען האב איך ענדליך ג'נמצאט מה שיגעתית.


שלעפ איך מיך אהיים מיט מיין בזיעת אפיכ'דיגן גוף דערווארגען ווי די זון ביים סוף הליקוי, עטליסט זאל מיין עזר'ל וויסן ווי גוט זי האט צוגעטראפן, כ'גלייב שווער אז נאך אפאר מענער וואס וואלטן זיך אזוי מוסר נפש געווען. נישט ח"ו אריינצופאלן אין גאוה, דאך איז גוט אז דער אמת זאל געזאגט ווערן.


דארנעשטאג האמיר אביסל ממעט געווען פונעם געווענדליכן טשאלענט מיטאג, כדי להשאיר הנייר חלק מיטן חשבון צו לאזן דעם מאגן ליידיג פארן יד המלכ'דיגער נאכטמאל. אזא בחינה פון התירו תחילתן משום סופן, מען מעג דאך אביסל ממעט זיין בתענוג למען ספות הרוה את הצמאה, אזא פיינעם סעודה מעג דאך קומען לתאבון. גענדיגט ארבעטן פינעף דרייסיג, שנעל געלאפן מנחה מעריב'ן, נאך אזא סעודה'לע וועט זיך נישט אזוי גרינג ארויסשלעפן פון דערהיים.


ועני ואביון מגוזלו, קום איך אן אהיים אויסגעהונגערט ווי אן אפרוח שנולד ביום טוב, דער גערוך אינעם האלוועי האט מיך שוין צענומען די גלידער. אהה... מי מלל ומי פלל וואספארא סעודה עס קומט, לאנג לעבן זאל דעמעקראטיע און פלאצן זאלן אלע מתנגדים. טו מעיק עי שארט סטארי שארטער אסיים מעין הפתיחה, אן אריינגיין אין עקסטערע פרטים; טוביה חטא וזיגוד מינגד, מיין שכן האט געהאט א מיידל און איך באנדאש...


#ווען_סאמטינג_איז_טא_גאד_טא_בי_טרא...
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

;l;p-
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

גאר גוט...
געשמאק צו זעהן ווי אנדערע ליידן אויכט מיינע קאשמארן
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יענקל שוסטער ווי אייביג... האבעך אויסגעפלאצט אין א היסטערישע געלעכטער.

איבער אלעם האט מיר געכאפט ס'לעצטע שורה:
yankelshister האט געשריבן:טו מעיק עי שארט סטארי שארטער אסיים מעין הפתיחה, אן אריינגיין אין עקסטערע פרטים; טוביה חטא וזיגוד מינגד, מיין שכן האט געהאט א מיידל און איך באנדאש...

ס'גאנצע מעשה קורץ און שארף מיט א הילכיגן געלעכטער נאכגעפאלגט... :lol:

;l;p-
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פיין געלאכט. נהניתי מאוד.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

שטארק.. גאר שטארק.... פיין געלאכט
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

גיט געזאגט מיט א פיינע פאנטש ליין!


וואס איז טאקע געשען?
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

באנדאש........!!!!!!

יענקל איז גאר גוט, אווי אלעמאל
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

געוואלדיג
ווער רעדט נאך פון די מליצות און אויסדרוקען
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

פיין פיין...
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

א זיס פעדער'ל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

הנאה געהאט
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

פיינע נייעס...
האסט אנגעהויבן מיין טאג מיט א שמייכל
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

אוי איז דאס א גוטע פאנטשליין, איך בין פארגאנגען אין א געלעכטער!
זוכט איר דוי?
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5226
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

מיין ווייב פרעגט מיר פארוואס איך לאך, וואס זאל איך זאגן...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:געוואלדיג
ווער רעדט נאך פון די מליצות און אויסדרוקען

גא"מ
...
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

זייער גוט
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

;l;p- ;l;p-
יאנקל יאנקל, שוין העכסט צייט צו פארמאכן דאס שוסטעריי און זיך אריינלייגן אין שרייבעריי..
זיסע זיסע לשונות!

ביים באנדאש האב איך אויסגעפלאצט
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

חחחחח גוט גוט, זעהר זעהר נאע געהאט.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

א געשמאקע פעדערל
;l;p-
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אן ארטיקל בעסער אוואו א גוט שטיקל באנדאש...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איי זאגט איר גוט, זיס.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

גאר גוט און גאר זיס ;l;p- :lol:

און מזל טוב צו דיין שכן... :-P
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זיס און שמייכלדיג. האסט א פיינעם פעדער!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

יאנקל.png
יאנקל.png (63.58 KiB) געזען 2474 מאל


אוי יאנקל יאנקל, ס'שפעט אין די נאכט, דאס לעכטעלע גייט שוין באלד אויסברענען....

געוואלדיג.... ר' יאנקל!!!
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”