yoy האט געשריבן:לדעתי אויב אין קהלת סאטמאר מהרי"י זענען איבער 50% פון בחורים און מיידלעך פון 19 אהאלב נאך נישט קיין חתנים/כלות. אדער "ווי שדכנים גיבן איבער איז דאס א 'ברוקלין VS מאנרא' אישו" "אין אז עס איז שוין דא היינט 'גיטע ישיבות' פאר עלטערע בחורים" איז עס "נישט קיין קריזיס" 'פינקט פארקערט' אינז הייבען מיר זיך ענדלען, אין צו דערנענטערען צו דו ליטוושע וועלט'ס society, וואס דארט מעג א גיטער בחר, אין מ'ווערט, טאקע בכוונה ביי 23 יאר א חתן, ער לערענט דאך....ווייל ער יאגט זיך אינגאנצען בכלל נישט, פאר א "פשט'ע average" שידך,פארוואס? ווייל ער איז קאנפעדענסט (confidenced), אין ער ווייסט אז ער וועט טרעפען א גיטע זאך אפילו ער ווערט עלטער. ער קען אפילו נעמען א מיידעל פין 18.. וואס דאס מיינט אויך אז עס בלייבט איבער average מיידלעך
סא דעס, אז גיטע בחורים יאגען זיך נישט פאר אן average שידך, איז גאנץ א גיטער זאך
איים סארי באט יו אר ראנג
אז סאיז דא העכער 50% פון די 19 אין העכער וואס זענען נאך נישט קיין חתנים וכלות
איז ביי אונז א חסרון אין נישט קיין שום מעלה זיך צו דערנענטערן צו די ליטווישע סאוסייטו
וואס טוט זיך מיטן בן שמונה עשרה לחופה ? ביי אונז איז דא געווען א שטארקע זאך
משא"כ ביי די ליטאים ! (ווי ס'איז באקאנט די מעשה מיט רבי'ן הדברי יואל זי"ע)
איך געדענק נישט פון וועם איך האב עס דעהערט דעם ווארט
ישיבות פאר עלטערע בחורים וואלט נישט געברויכט צו זיין
נאר וואס קען מען טוען אז ס'איז דא וואס פאר זיי איז נאך נישט אנגעקומען די באשערטע מינוט
דארפן זיי אויך האבן ווי צו לערנען
עכ"פ בלייבט עס נאך אלטס ביי א קריזעס