וויאזוי גיב איך מיר א עצה מיט מיר אליינס??

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

יש"כ נודה ושאר הניקים פארן אשכול.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:ליג איך מיר אזוי אין בעט 8:30 אינדערפרי, מיין זייגער האב איך שוין געדרוקט 'סנוז', איך דריי מיך אהער און אהין, יא אויפשטיין? נישט אויפשטיין?, צו וואס אויפשטיין? בעסער בלייב איך פארשטעקט אונטערן דאכענע.. איך האב נישט קיין כח, א צעמישטע וועלט, פיל מיט ספיקות!

מ'קען אנעליזירן וואס דו שרייבסט דא. צו דו רעדסט פון דיר, צו פון א צווייטן, אבער פון וועם דו רעדסט דא, קוקט אויס ווי איינער וואס פרובירט אגאנצן טאג צו מאכן זאכן 'קלאר', און קען נישט דורכשניידן דעם פארוויקלעניש פון זיין 'אינערליכער' וועלט מיט וואס ער באגעגנט זיך אין זיין טאג. און דאס קאסט אים כוחות. זייער מעגליך אז מ'רעדט דא פון 'פיר' וואס גייט צו 'צוויי', (אדער אפשר פיר מיט א דרייער פליגל). וואס די פירער געפילן מישן צאם די קלארע אבדשעקטיוו וועלט, און ס'ווערט ספיקות. אזוי ווי דו שרייבסט ווייטער...
געפילן רוישן! איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל פון מיר אליין, ס'איז מיר טונקל!

פון דא קוקט אויס, ווי פאר עפעס א סיבה האסטו אוועקגענומען פון דיין אינעווייניג די 'ליכטיגקייט' צו אריינשיינען און אריינקוקן דארט, "וואס וויל איך"? "וואס פיל איך"?. די שאלה איז וויאזוי צינד איך ב"ה דארט אן א ליכט.
דא אונטערן דאכענע, קיינער באדערט נישט,

פון דעם זעהט מען א 'מענטשן' זענען די וואס באדערן דיר. איך טראכט פון 'צוויי', צווייער שפירן אז זיי דארפן מאכן 'יענעם' גוט שפירן. און נאר ווען זיי מאכן יענעם גוט שפירן, ערלויבן זיי זיך צו זיין רואיג. אדער פיר מיט דריי.
קיינער איז מיר גארנישט מחייב, אלעס איז איין שטיק שלוה,

געב א קוק ווי שטארק מענטשן זענען דיר 'מחייב', און ווי שטארק דו דארפסט די שלווה. די שאלה איז, וואסערע חלק פון דיר ווילן 'מענטשן'? וואס זענען מענטשן 'מחייב'? וואס וועקן זיי אויף? אז דו דארפסט דיך פאר זיי אהערשטעלן, געב א קוק ווי שטארק דו פילסט אז מענטשן זענען דיר 'מחייב' עפעס וואס נעמט אוועק דיין שלווה. געב א קוק ווי שטארק שלווה דו האסט ווען דו ביסט נישט נעבן מענטשן.
דריי איך מיך אהער, דריי איך מיך אהין, ענדלך באשלוס איך, נישטא קיין ברירה! ווילאנג קען איך דען בלייבן דא פארשטעקט?

שוין, ענדליך איך שטיי אויף, שוין! מ'דארף גיין דאווענען יוש! איך האב נישט קיין כח צו גיין אין ביהמ"ד וואו איך מוז אריין קומען מיטן גראדן רוקן ווי צו זאגן פאר מיר אליין און פאר מיינע ארומיגע, 'איך בין א נארמאלער מענטש' 'מיך פעלט גארנישט' ווי כאילו איך בין געבוירן אויף א בוים, איך בין א ראבאט! אהן קיין שפיר פון דורכפאל, איך קען נישט! יעדן טאג שפיל איך דעם שפיל, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,

אפשר ליגט דא דעם תירוץ? אפשר איז דער 'שפיל', וואס ציהט פון דיר 'כוחות'? דאס אז דו מוזט דיך אהערשטעלן אלץ 'נארמאל', אז ס'פעלט דיך 'גארנישט', ווי כאילו אן דיינע 'צוגעלייגטע' כוחות וועלן מענטשן 'מערקן' אויף דיר עפעס א 'דורכפאל'? פארוואס איז דיין 'אינערליכקייט א דורכפאל'? פארוואס טארסטו נישט זיין קיין דורכפאל, עכ"פ אין משה גרונמ'ס אויגן, עכ"פ פאר אביסל? זעהסט דאך וויפיל כוחות ס'נוצט פון דיר? און ווער זאגט אז ס'איז וויכטיג? אפשר איז עס ענערגיע וואס ווערט גענוצט פון דיר פאר גארנישט און פאר נישט?
שוין, א ברירה האב איך? איך קען שוין נישט דאווענען אזוי לאנג ביחידות, שוין! צורעכט איך מיר מיינע פיאה'לעך, און איך לויף אין שול שוין היבש נאך זמן תפלה,
שטעל איך מיך דאווענען, צעמישט און צעחושט! איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אוי באשעפער!! מאך מיר שוין ליכטיג מיין הארץ ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל! איך ווייס אליין נישט וואס,

מיין הארץ גייט אויס. דו ווייסט? אזאנע ווערטער? "איך ווייס אליין נישט וואס", מיינט אז דו דארפסט אנצינדן אינערליך א 'ליכטיגקייט', און 'נישט מורא האבן פון דיר אליין' צו זיין מיט דיר אליין. צו זיין דיר אליין. פארוואס קענסטו נישט ברבים זיין 'דיר אליין'? פארוואס מוזטו זיך אהערשטעלן? ווער זאגט בכלל אז איינער אין דיין ארום אפרישיעט דיין פלאג? ווער זאגט דיך אז ס'איז נישטא א בעסערע וועג? צייט צו טראכטן מיסטער.
איך ענדיג דאווענען, איך לויף אין כולל, מיין חברותא א "נארמאלער מענטש" געבוירן אין וויליאמסבורג, ער קומט יעדן טאג און צייט, שוין, יעצט דארף איך שוין פילן שלעכט, זיך אנטשולדיגן פארן קומען שפעט, אוי! איך האב שוין נישט קיין כח!

ווייטער 'יענער', ס'קוקט זייער אויס אז דו לעבסט פאר יענעמ'ס גוטע געפיל.
לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין! איך קען נישט מער אריבער טראגן דעי פאלטשע דאפלטע לעבן פון דארפן באהאלטן אלע מיינע קוועטשענישן אין מיר, אין אינדרויסן באווייזן פאר יעדן א שיינעם פנים ווי כאילו קיינמאל גארנישט, ווייל אויב נישט וועל איך זיין דער אומגעשמאק'ער אומבחנ'טער יונגערמאן,

דא זעהט מען ווי שטארק ס'איז איינגעווארצלט אין דיר דעם 'פחד' פון זיין 'אומגעשמאק', און 'אומבא'חנ'ט'. און ווי שטארק דו אליין באהאלסט דיינע קוועטשענישן אין דיר, און דו אליין ווילסטעך מיט זיי נישט באגעגענען אויס מורא אז ס'וועט ארויסליקן. דאס קאסט דיר 'כוחות' אזוי ווי דו וויינסט נעבעך "איך האב שוין נישט קיין כח". ווי שטארק דו פילסט אז אינערליך ביסטו 'אומבא'חנ'ט און אומבא'טעמ'ט און דו האסט מורא אז מ'וועט עס זעהן, און דו מיינסט אז דו מוזט עפעס באהאלטן. ווי שטארק דו האלסט אז אויב ס'קוועטשט עפעס איז מען 'אומבא'חנ'ט און אומבא'טעמ'ט.
איך פרוביר מיך מצמצם צו זיין אין לערנען, איך בין דאך א שארפער למדן, איך נישט אוועק נעמען דעם אימעדזש פון מיר, אויב יא, פון וואס וועל איך נעמען סיפוק איך וועל מיך פילן ממש ווי א ליידיגע זאק.. א אומגעלונגענע פראדוקט עפעס אראפגעפאלן דא..,

האסט אזוי מורא פון זיין 'אומגעלונגען'. נישט 'אומגעלונגען', נאר אז דו שטעלסט דיך פאר וויאזוי מענטשן קוקן דיך אן. און דערפאר נוצטו אלע דיינע כוחות. טראכט אריין, אינערליך ביסטו אן אומגעלונגען פראדוקט, און דו מוזט עס באהאלטן.
שוין! געענדיגט דאס לערנען, יעצט גייט מען אהיים פאר לאנטש, יעעעצט הייבט זיך עס אהן!! איך מוז אהיים קומען און ארויפציען א שמייכל פון אויער צו אויער,

זעהסט? אבער מ'טאר נישט זיין אמת'דיג. אללללללעס איז גוט. "איך מוז ארויפציען א שמייכל און איך קען נישט אריינקוקן אין מיר און ארויסווייזן דעם אמת".
ווי אזוי איז געווען דיין טאג? פרעגט מיר מיין אשת חיל אזוי שיין, ב"ה קען נישט זיין בעסער! ממש מעין עולם הבא! טשאדאש!, און ווי אזוי איז אריבער דיין טאג? דאאא הייבט זיך עס אן,
איינער האט מיך געזאגט אז זי איז געגאנגען.. און געקומען.. הערסט?! מורא'דיג, און זי האט געמיינט.. און נאכדעם צוריקגעצויגען.. הערסט? חני איז געווען היייייי מיט דעי קלייד (נו שוין! וואס ווייטער? איך בין זייער נייגעריג) זי איז געווען אזוי אימפרעסט!! און איך שמייכל מיט, WOW!! עכט?! ממש צום באוואונדערן דיין גאנצע סטארי דא!
און אויב איז זי באטראפעצט און דעפרעסט דארף איך יעצט דינען אלס פסיכאלאג איר "אויך" צו בארואיגן פארשטייסט? איך האב שוין נישט קיין כח צו אזופיל שעבודים, לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין,

דו האסט ערגעץ ווי פארלאשן דיין אינערליכקייט, און אנגעהויבן לעבן מיט שעבודים, קוקט אויס ווי "צוויי", יענער, איך מוז יענעם צופרידן שטעלן. קוקט זייער אויס ווי דו האסט מורא אויסצודרוקן דיינע אינערליכע געפילן. אזא צווייערישקייט. אדער פיר מיט דריי.
אזוי פארט דער טאג ווי א ראלער קאוסטער, קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף מיר, נישט קיין חילוק און וועלכע מאוד איך בין נישט קיין חילוק וואס פאר א געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ, איך מוז מיט פארן מיטן באן, אז נישט, בלייב איך שטעקן, איך מוז אלעס דעקן,

און אוודאי מוזטו דעקן, אוודאי מוזטו דעקן, "יעדער אויף די וועלט מוז זיין צופרידן". ווען גייסטו אנהייבן לעבן וואס 'דו' פילסט?

קיין מינוט זיך צו מתבודד זיין מיט מיך אליין האב איך נישט, איך קען מיך נישט אראפזעצן טראכטן וואס טו איך דא? וואס איז מיין תפקיד?, א צעמישעניש...! איך בין צושאסן.. באשעפער, ווייז מיר דעם וועג, עפען מיינע אויגן, רעד צו מיר אליין.. און זאג מיר ביטע וואס פארלאנגסטו פון מיר? און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה דא מיט מיר אליין? איך בעט דיר!

פארוואס קענסטו זיך נישט אראפזעצן טראכטן? אפשר האסטו דיך צואגעוואוינט צו לעבן נאר מיט יענעם, און נישט לעבן מיט 'דיך' אביסל?
מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דערעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.

איך ווייס נישט צו דעיס בלאנגט דא, אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין בעסערע פלאץ און איך גלייב אז עס זענען דא "פארשידענע" טייפס פון אניגראם וואס וועלן זיך טרעפן דא דורכאויס זייער טאג טעגליכן (אינערליכע) צומישטן סדר החיים, האב איך עס דא אריין געלייגט, ואתכם הסליחה.

תמיד בשמחה!

נישט קיין חילוק וועכע נומער, אבער דאס איז זיכער אז ערגעץ וואו האסטו באשלאסן 'יענער'! איך אינערליך בין גארנישט! דאס איז זיכער! וועגן דעם 'יענער'! זאג מיר צו די עצה איז צו באשליסן "און וואס פיל איך?" נישט אלץ 'איגו' אויס ח"ו, נאר סתם לעב מיט דיך אליין? בין איך גערעכט?


נשמה קודם מוז איך דיר זאגן WOW!, אינמיטן דעי גאנצע צומישעניש פון רוישיגע געפילן, קומסטו דא אריין און מאכסט אלעס קלאר, געוואלדיג!

יעצט וועל איך דיר ענטפערן, יא, איך רעד פון מיר אליין, און איך בין נישט קיין צווייער און אויך נישט קיין דרייער, לויט מיין ידיעה בין איך א זעקסער, סאו יעצט, די אלע זאכן וואס דו האסט געשריבן וועגן זיך טרעפן מיט מיר אליין, און וויסן וואס איך אליין וויל, און מאכן סדר צווישן מיינע געפילן, דעיס ווייס איך שוין, די פראבלעם איז נאר, אז ביי מיר זענען מיינע געפילן שטערקער ווי מיין שכל, און ס'איז אייביג דא תקופות וואס אפי' מיט די אלע יסודות וואס איך נוץ אין מיין לעבן, זענען מיינע געפילן גובר אויף מיר,

איך מיין אז דו פארשטייסט וואס איך מיין
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מח בקדקדו האט געשריבן:און אויך דארף מען וויסן אז "זוכן", "זיין א מבקש" איז א תכלית פאר זיך, מענטשן האבן א טעות און מיינען אז זוכן איז פשט אז יעצט האט מען עפעס נישט און מען זוכט כדי עפעס צו טרעפן, סאו די גאנצע צייט וואס איך זוך בין איך עפעס..... אזוי בין שמים לארץ, ס'איז פונקט פארקערט, די ענין פון זוכן איז א תכלית פאר זיך, פאר דעם זענען מיר דא, מבקש צו זיין דעם אמת, זוכן און זוכן, און נישט אויפגעבן, הלוואי זאלן מיר קענען זוכן א גאנץ לעבן.


דער תניא איז מאריך בכמה מקומות אז רוב מענטשען האבן שמחה אין עבודת השם נאר פון ביקוש, ישמח לב מבקשי השם אויסער צדיקים מופלגים וואס זענען בבחינת ולישרי לב שמחה . דער תניא זאגט אז די עבודה פון שמיע"צ איז "בקשו פניו" זיכן כביכול דעם רבוש"ע

דאס איז געזאגט געווארן לגבי שמחה בעבןדת השם

חושב מחשבות זאגט זייער ריכטיג, מען קען זיך אויסלערנען אז מיין צוקלאפקייט קוקט אויס זייער עכט, אבער עס איז האלבוועגס דמיונות.
והא ראיה אויב מען קען זיין צוקלאפט פאר 2 טעג דערנאך האט מען איין גוטע שעה (געווענליך אז מען טוט עפעס בגוף א שעה צ.ב.ש. ארויסנעמען עיר קאנדישן אנפאנג ווינטער פון 2 פענסטערס... אדער לערנען 1 בלאט גמרא בחיות מיט א קלארע פארשטאנד.) איז מען ציפרידן און פאזיטיוו געשטימט. ווי אזוי קען 1 שעה שמחה דוחה זיין 2 טעג עצבות? אלא מאי מוז זיין אז די 2 שווארצע טעג זענען שוואכע דמיונות נגד מעט מען האור
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ארויף
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארץ אפעל »

Wow! כ'שפיר מיר און א אנדערע וועלט! ערעדט מעט אידן וואס פארשטייען. סאיז ממש סיעתה דשמיה וואס דא קומט פאר!
כ'האב אזוי אריינגעטראסקעט און דעם מצב. שלאפן אסאך אסאך.... מיר כ'האב אמאל פארגעשטעלט.
מיינע חברים זענען אויף 6:30 יעדן "איינציגסטן" טאג. און שלאף עפעס אוט אף קאנטראל.
די הרגישים אטאקעס ווערן נאר שטערקער.
כאב אפגמאכט שוין א גוטע 20 קבלות זייט דאן....
און מסתם ווייסט עטס די סויף...
אוי! באשעפער!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”