וויאזוי גיי איך פארבעסערן מיין דרייוון נאכן שוידערליכע עקסידענט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

וויאזוי גיי איך פארבעסערן מיין דרייוון נאכן שוידערליכע עקסידענט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

דער עולם איז נאך צושוידערט נאכן הארץ רייסענדע סצענע וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם פרייטאג ווי א זעקס יעריגע מיידעלע איז ליידער טראגיש אומגעקומען געווארן אין א שוידערליכע עקסידענט. ווער קען דען באשרייבן די שרעקליכע צער פון די חשובע עלטערן ווי זייער אויסגעבעטענע קינד איז אזוי יונג פארשניטן געווארן, נאר די באשעפער קען זיי טרייסטן.

מען שמועסט צווישן זיך וויאזוי מען קען דאס פארמיידן מיטן לייגן באס טיטשערס און נאך סעיפטי אויף די באסעס, ווי למשל א שטעקן זאל זיך עפענען ווען מען עפענט אויף די טיר ווי אויך מער סעיפטי מצד די באס דרייווערס/מענעדזשער. אויך זאל מען מער אנזאגן די קינדער נישט נאכלויפן קיין באס און וויאזוי צו קראסן פארנט פון באסעס.

די עקסידענט האט טאקע נישט פאסירט פון דרייוון ווילד,
לאמיר אבער אריינטראכטן פאר א מינוט וויפיל כמעט-עקסידענטן געשעהן יעדן טאג מיט אונזערע אייגענע קארן זייענדיג ביים רעדל?
צו איז עס אין קרית יואל, מאנסי אדער און די סיטי, וואס קען "איך" טהון עס צו פארמיידן?
וויפיל מאל האב איך גערעדט אויפן פאון האלטנדיג די טעלעפאן אין מיין הענט? וויפיל מאל טעקסט איך בשעת'ן דרייוון? ווען האב איך דאס לעצטע מאל אריבער געלאזט א דורכגייער ביי א ביזי אינטעסעקשאן?
לאמיר זיך אלע פארנעמען כאטשיג מיט איין זאך צו דרייוון מער זיכערער און עס זאל זיין לעילו נשמת הילדה פראדל ע"ה בת ר' יעקב קאפיל נ"י!!!

איך גיי דא שרייבן עטליכע קבלות וואס מען קען זיך פארנעמען, עס איז נישט קיין עבירה צו טהון אלעס, סך הכל איז עס די סעיפטי פון אונז מיט אונזערע קינדער און שכינים.

נישט טעקסטן און זיכער נישט קוקן קליפס בשעת'ן דרייוון.
נאר רעדן אויף בלוטוט.
נישט אריבער פארן קיין באס ווען די באס סטאפט אפילו די געל לייט ארבעט נאך.
נישט אריינקאטן און קיין אנדערע קאר אנצוקומען פינעף סעקונדעס שנעלער.
אריבער לאזן -ווען עס איז סעיף- דורכגייער ביי אינטעסעקשאן אדער קראסוואלקס.
מאכן אלע בלינקערס און זיך אפשטעלן ביי סטאפ סיינס.
נוצן די פייפער (אדער סיירינס) נאר ווען עס איז וויכטיג, נישט ווען איך בין נערוועז אויף די קאר פארנט פון מיר.

יעדער קען צולייגן נאך פלעצער ווי מען קען זיך פארבעסערן, און וואס מען נעמט זיך אלס פאר, לאמיר טהון די מינימום היתחייבות פון אונזער זייט, און מען זאל הערן נאר גוטע בשורות!!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שטארקע דיבורים.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

סקוקט מיר אויס ווי איך האב אריינגעוואנדערט אין אן אשכול ווי גוים שרייבען אויף אידיש
דאס איז וואס די גייסט דיר פארנעמען נאכען עקסידענט, דרייווער סעיפטי? דאס גייט אראפנעמען דעם חרון אף פון קרית יואל?
אפילו אויב דער עקסידענט וואלט פאסירט דורך נעגלעקשאן פון א דרייווער וואלט מען זיך אויך געדארפט חזר'ן אז גארנישט געשעהט נישט פון זיך, אלעס איז פון הימל און מדארף מפשפש במעשים זיין, מכש''כ ווען עס איז שוין דורעכגעקייט געווארען אז דא האט פאסירט א מיספארשטענדעניש, קיינער איז נישט שולדיג, איז פארוואס פאקאסען בעסער צו דרייווען, אודאי דארף מען בעסער דרייווען, אבער פאריגע וואך אויך, דאס איז די התעוררות וואס מדארף נעמען,? רבותי וועקטס ענק אויף, איך ווייס נישט וואס מדארף זיך פארבעסערן, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער סוואלט זיך געדארפט עפענען אן אשכול וואספארא קבלה טובה נעם איך זיך אונטער זיך צו פארבעסערן נאכען עקסידענט, איך מיין אז אויף דעם גייט ארויף דער פסוק לשוא הכיתי את בני מוסר לא לקחו, ח''ו סנעמט נישט אראפ דעם חרון אף וואס מקען ליידער טאפען מיט די הענט, איך מיין נישט קיינעם זייטס מיר מוחל
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

תשובה און תיקון המעשים נעמט נישט אוועק די חיוב ההשתדלות אז אזוינס זאל מער נישט פאסירן.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

עטץ זענטץ ביידע שטארק גערעכט
מ'דארף זיך פארנעמען צי דרייווען מער געזעצליך און סיי תשובה ותקון המעשים, און נישט נאר קרית יואל נאר אויך וויליאמסבורג איז שוין דעיס יאר אוועק איינער פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן
אוי וויפיל טראגעידיעס און אזא קורצע צייט אוי פארלאנגט דאס תשובה ותקון המעשים
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כא כא כא האט געשריבן:עטץ זענטץ ביידע שטארק גערעכט
מ'דארף זיך פארנעמען צי דרייווען מער געזעצליך און סיי תשובה ותקון המעשים, און נישט נאר קרית יואל נאר אויך וויליאמסבורג איז שוין דעיס יאר אוועק איינער פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן
אוי וויפיל טראגעידיעס און אזא קורצע צייט אוי פארלאנגט דאס תשובה ותקון המעשים
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

סארקאזי האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי איך האב אריינגעוואנדערט אין אן אשכול ווי גוים שרייבען אויף אידיש
דאס איז וואס די גייסט דיר פארנעמען נאכען עקסידענט, דרייווער סעיפטי? דאס גייט אראפנעמען דעם חרון אף פון קרית יואל?
אפילו אויב דער עקסידענט וואלט פאסירט דורך נעגלעקשאן פון א דרייווער וואלט מען זיך אויך געדארפט חזר'ן אז גארנישט געשעהט נישט פון זיך, אלעס איז פון הימל און מדארף מפשפש במעשים זיין, מכש''כ ווען עס איז שוין דורעכגעקייט געווארען אז דא האט פאסירט א מיספארשטענדעניש, קיינער איז נישט שולדיג, איז פארוואס פאקאסען בעסער צו דרייווען, אודאי דארף מען בעסער דרייווען, אבער פאריגע וואך אויך, דאס איז די התעוררות וואס מדארף נעמען,? רבותי וועקטס ענק אויף, איך ווייס נישט וואס מדארף זיך פארבעסערן, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער סוואלט זיך געדארפט עפענען אן אשכול וואספארא קבלה טובה נעם איך זיך אונטער זיך צו פארבעסערן נאכען עקסידענט, איך מיין אז אויף דעם גייט ארויף דער פסוק לשוא הכיתי את בני מוסר לא לקחו, ח''ו סנעמט נישט אראפ דעם חרון אף וואס מקען ליידער טאפען מיט די הענט, איך מיין נישט קיינעם זייטס מיר מוחל

רעב איד בארוהיגט'ס אייך, דער פותח האשכול איז דאך זייער גערעכט, וואס איז אין הימל ווייסט קיינער נישט, און דאס אז מ'דארף תשובה טוהן אין זיך פארבעסערן ווייסט יעדער, סך הכל האט דער פותח געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט ווען דער ציבור איז ווארעם צו עוסק זיין במצות עשה דאורייתא פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם, א זאך וואס דער ציבור איז פאר סיי וועלכע סיבה שרעקליך נאכלעסיג, און עס געשעען אפענע ריזיגע ניסים יעדע איינציגסטע טאג אז קיינער ווערט נישט געשעדיגט, און ער האט געוואלט דער עולם זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות אין דעם נושא, מעגסט האלטן אנדערש אבער פארוואס רייסטו אים אזוי מיעוס אראפ בשעת הכל מודים אז דאס דארף א באלדיגע גרויסע תיקון? אתמהה
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

צום קעפל: וויאזוי גיי איך "מיך" פארבעסערן נאכן שוידערליכע עקסידענט.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

איכ'ל אריינקוקן אין א פלא יועץ ביים דרייוון, דאס וויל מען פון הימל פון מיר...,
ס'נישט קיין שום שאלה דער אייבערשטער וויל אונז זאל מיר זיך פארבעסערן אין דרייון און דרייוון ווי מענטשן
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סארקאזי האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי איך האב אריינגעוואנדערט אין אן אשכול ווי גוים שרייבען אויף אידיש
דאס איז וואס די גייסט דיר פארנעמען נאכען עקסידענט, דרייווער סעיפטי? דאס גייט אראפנעמען דעם חרון אף פון קרית יואל?
אפילו אויב דער עקסידענט וואלט פאסירט דורך נעגלעקשאן פון א דרייווער וואלט מען זיך אויך געדארפט חזר'ן אז גארנישט געשעהט נישט פון זיך, אלעס איז פון הימל און מדארף מפשפש במעשים זיין, מכש''כ ווען עס איז שוין דורעכגעקייט געווארען אז דא האט פאסירט א מיספארשטענדעניש, קיינער איז נישט שולדיג, איז פארוואס פאקאסען בעסער צו דרייווען, אודאי דארף מען בעסער דרייווען, אבער פאריגע וואך אויך, דאס איז די התעוררות וואס מדארף נעמען,? רבותי וועקטס ענק אויף, איך ווייס נישט וואס מדארף זיך פארבעסערן, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער סוואלט זיך געדארפט עפענען אן אשכול וואספארא קבלה טובה נעם איך זיך אונטער זיך צו פארבעסערן נאכען עקסידענט, איך מיין אז אויף דעם גייט ארויף דער פסוק לשוא הכיתי את בני מוסר לא לקחו, ח''ו סנעמט נישט אראפ דעם חרון אף וואס מקען ליידער טאפען מיט די הענט, איך מיין נישט קיינעם זייטס מיר מוחל

פאר עפעס א סיבה האט די תורה געהיסן א רוצח בשגגה גיין אין גלות אין עיר מקלט אריין
עזריאל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזריאל »

סארקאזי האט געשריבן:אבער סוואלט זיך געדארפט עפענען אן אשכול וואספארא קבלה טובה נעם איך זיך אונטער זיך צו פארבעסערן נאכען עקסידענט

נישט טעקסטן בשעת'ן דרייוון, למשל, איז גאנץ א חשוב'ע קבלה טובה, נישט אזוי?
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובה דורך טשעירמאן »

איך וויל פארשלאגען א נושא וואס איז ביי מיר זייער וויכטיג, און למעשה איז עס א קלייניקייט א גארנישט, און סקען פארמיידען פון אויפרעגן אנדערע מאטאריסטען און אפי' פארמיידען פאלעטעיטן ח''ו, און דאס איז ''נוצען די בלינקערס'' ווען מען צויט זיך אריבער אין אן אנדערע לעין וכדו', איך כאפ נישט פארוואס פאר מאנכע איז עס אזא שוועריקייט?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עזריאל האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אבער סוואלט זיך געדארפט עפענען אן אשכול וואספארא קבלה טובה נעם איך זיך אונטער זיך צו פארבעסערן נאכען עקסידענט

נישט טעקסטן בשעת'ן דרייוון, למשל, איז גאנץ א חשוב'ע קבלה טובה, נישט אזוי?

און נאך וויכטיגער נישט "ליינען" קיין טעקסט בשעת'ן דרייווען!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
געטראכט
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

סארקאזי האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי איך האב אריינגעוואנדערט אין אן אשכול ווי גוים שרייבען אויף אידיש
דאס איז וואס די גייסט דיר פארנעמען נאכען עקסידענט, דרייווער סעיפטי? דאס גייט אראפנעמען דעם חרון אף פון קרית יואל?
אפילו אויב דער עקסידענט וואלט פאסירט דורך נעגלעקשאן פון א דרייווער וואלט מען זיך אויך געדארפט חזר'ן אז גארנישט געשעהט נישט פון זיך, אלעס איז פון הימל און מדארף מפשפש במעשים זיין, מכש''כ ווען עס איז שוין דורעכגעקייט געווארען אז דא האט פאסירט א מיספארשטענדעניש, קיינער איז נישט שולדיג, איז פארוואס פאקאסען בעסער צו דרייווען, אודאי דארף מען בעסער דרייווען, אבער פאריגע וואך אויך, דאס איז די התעוררות וואס מדארף נעמען,? רבותי וועקטס ענק אויף, איך ווייס נישט וואס מדארף זיך פארבעסערן, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער סוואלט זיך געדארפט עפענען אן אשכול וואספארא קבלה טובה נעם איך זיך אונטער זיך צו פארבעסערן נאכען עקסידענט, איך מיין אז אויף דעם גייט ארויף דער פסוק לשוא הכיתי את בני מוסר לא לקחו, ח''ו סנעמט נישט אראפ דעם חרון אף וואס מקען ליידער טאפען מיט די הענט, איך מיין נישט קיינעם זייטס מיר מוחל

זיי מיר מוחל, אבער ס'קיקט מיר אויס אז איך האב אריינגעוואנדערט אין א תגובה וואס דער יצה"ר בקלונו ובעצמו שרייבט אויף אידיש. (איך מיין חלילא נישט פערזענדליך נאר צי די תוכן התגובה)

לאמיר זעהן וואס איז געשעהן, ס'איז רח"ל געשען א שוידערליכע אימגליק, אידען זענען אויפגעשאקלט, מ'איז צירידערט, מ'איז מהרהר בתשובה יעדער לפי השגתו והרגשותיו ולפי מעשיו,

קימט א איד אין איז מציע אז מ'זאל נעמען די התעוררות אין מאכען א כלי מחזיק ברכה אז עס זאל זיך האלטען די התעוררות, אין רירט אהן א נקודה וואס ליידער רוב הציבור איז לקוי אין דעם ווער מער אין ווער ווייניגער, אין זאגט לאמיר זיך מתחזק זיין אין א עניין וואס איז נוגע פאר אינז אלע אין איז סיי א מצוה דאורייתא, סיי פיקוח נפש אין סיי פארבינדען אין דעם עבודה אויף יסודות'דיגע מידות ווי כעס, סבלנות, גאווה, פזיזות, זיך קאנטראלירען דעם שיבוד אין עבדות צים טלפון לפחות אין די מיניטען וואס ס'איז חב לאחרינא וכו' וכו'.

קיקט דער יצר הרע צי אין מאכט זיך א חשבון, מילא די הרהורי תשובה, דאס קען ער דאך נישט קיין סאך טאהן דערוועגען, אבער טרייסט ער זיך אז עס ווער אריבערגיין צייט אין עס וועט אויסוועפען, ועולם כמנהגו נוהג,
אבער אז ס'זאלן קימען אידען אין טיהן למעשה, זיך אנפאנגען אויסלערנען אז מ'קען זיך איינהאלטען פין כעס אפילו יענער האט מיר אריין געשניטען אויפן וועג אדער געפיפען וכדו', אין אז מ'קען זיך מחזק זיין באמונה אין זאגען "גם זו לטובה" ווען ס'דאכט זיך אז וועגען יענער האב איך פארפאסט די גרין לייט וכדו', אין אז מקען זיך קאנטראלירען אין דרייוען בסבלנות אפילו די קינד האט געוויינט א גאנצע נאכט אין אינדערפרי האט די ווייב מיר עפעס באליידיקט אין דערנאך נאך ברוב חוצפתה מיר געצווינגען דרייוען די קינדער אין חדר נאכן פארפאסען די באסעס (אלץ איר שולד, ווייל אנשטאט זיך טעהנען מיט מיר האט זי געקענט ציגרייטען די קינדער באצייטנס), אין אז מ'קען אויסהאלטען צעהן מיניט אהן ליינען די לעצטע טעקסט אדער וואצאפ וואס מהאט מיר געשיקט, ועוד ועוד, כל הנ"ל קען ער שוין נישט אויסהאלטען אין מיז שוין אקטען דערוועגען אין לוחם זיין מיד.

נעמט דער מלך זקן וכסיל שנעל די צדיק קאסטיום אין טיהט זיך אהן די גרויסע קאפעליטש אין דער גראבע גארטל מיט לאנגע נאסע פאות, אין לויפט שנעל אין אייועלט שטיבל אין מאכט א גרויסע געראטשקע אין ויצעקו, וכה דבריו הנלוזים.....
"אידען וואס טיהט זיך דא, עטס ווילטץ תשובה טאהן? עטס זענץ דאך חסידישע אידען,אין א חסידישע איד ווייסט דאך אז תשובה טיהט מען אין שוהל אנגעטין מיטן קיטל, אדער שובבים ביי של"ס מיט די טישוס אין די האנט, דעמאלץ ויין זיך גיט אויס אין נעם זיך אינטער מדרגות אין עניינים נשגבים, אבער סתם א גרינעם וואכן טאג אויפן גאס אין דיין קאר אין נאך אהנגעטין מיט די ארבעטס קליידער גייסט די זיך נעמען מתקן זיין דיינע מעשים אין דיינע מידות מגונות?, לא יעשה כן במקומינו!,
אין נאך בפרט וועלכע נושא האסט די זיך אויסגעקליבן מתקן זיין "דרייבינג סעיפטי"??? ווי קימט דאס בכלל צי א חסידישע יונגערמן ווי דיר, דאס איז דאך נאר פארן גוי אדער אפשר בדיעבד פאר די מאדערנע איד, אין בנוסף איז עס א שווערע שאלה פין "חוקות הגויים" אין "חדש אסור מן התורה", אין נאך דערצי ווי איז דיר נעלם געווארען דעם "ויגבה ליבו בדרכי ה'" די ביסט דאך דער "עם הנבחר" (אין אפשר גאר דעם קרייז הנבחר אויכעט) אין אלע גאסען, ראדס אין הייועיס זענען דאך באשאפען געווארען נאר פאר דיר, אין זיי האבען א זכיה אז א חסידישער יונגערמאן ווי דיר באניצט זיך מיט זיי, אין די ביסט בכלל נישט כפוף לחוקיהם האסורים.
אין אויב ווילסט די זיך דייקא אינטערנעמען עפעס בנוגע צים דרייוען, זאל עס נישט זיין א "פראסטע גוישע" זאך ווי "דרייוינג סעיפטי", נאר נעם דיך אינטער א העכערע עניין, ווי למשל אז פין היינט אין ווייטער זאלסט די מקפיד זיין צי דרייוען נאר מיט א התלהבות אין א ברען אין מיט א גרויסע זריזות, איך חלילא נישט קיקען אדער זיך צעטיהן מאכען פין קיין שום מפריעים אדער מניעות (ווי למשל טרעפיק סיינס, אדער מענשען וואס ווילען אריבערגיין די גאס, ובפרט אם הם קטנים שלא הגיעו למצוות, אדער סתם א פגע וואס פארט צי שטייט לטעמך, וכדומה), וביתר שאת זאלסט די מקפיד זיין נישט נכשל ווערען אין מראות אסורות אויפן גאס ועצה טובה לכך קיק אריין וואס מער אין דיין טלפון בשעתן פירען בכדי לא להיכשל ח"ו.
ובכך וועסט די מקיים זיין דעם וחי ייתן אל ליבו".
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

רבותי! וועקטס ענק אויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט און באויפטראגט דעם מלאך המות מיטן דזשאב פון צונעמען דעם מענטשן'ס נשמה ווען די צייט וואס דער בורא עולם באשטימט קומט אן, איז דער מלאך המות געוועהן זייער טרויעריג און זיך מתמרמר געוועהן אויף זיין תפקיד זאגענדיג אז די מענטשן פון די וועלט וועלן אים נישט וועלן אנקוקען און עס וועט קאנטערדיקטען מיט זיין אנדערע תפקיד פון זיין דער יצה"ר.
האט דער בורא עולם אים געענטפערט אז די טבע וועט אזוי זיין אז מענטשן וועלן אים נישט באשולדיגן נאר עס וועט אייביג זיין א גוטע תירוץ פארוואס דער בר מינן איז אוועק, צום ביישפיל ער האט געהאט יענע מעשה, פראבלעמען מיט די לונגען, מיט די הארץ, זיך אווערדאזעד, הארץ אטאק, אנאריזים, עקסידענט, וכו' וכו'.... די עיקר נישט צו זעהן דעם אמת'ן פאקט , אז דער אויבערשטער האט געשיקט זיין שליח אוועקצונעמען די נשמה פאר עפעס א סיבה.

אונז זעמיר נישט אין הימל און אונז קען מיר נישט און ווילן נישט נאכטראכטן דעם באשעפערס וועגן אבער צו נעמען די טראמא און דערשראקענקייט אין באגראבן אין טעקניקעלס איז אבסורד.

די לעצטע 3 וואכן איז אין ק"י פלוצים אוועקגעריסן געווארן א טאטע, א מאמע, און א קליין קינד, פון אלע דריי עקן פון ק"י און ניין, קיינער פון זיי האט זיך קיינער גערישט דערויף און יעדעם פון זיי אויף א צווייטע פארנעם.

עס איז א צייט צו מאכן אן אייגענע חשבון הנפש ווי מען האלט אויף די וועלט אנטשטאט זיין פארנומען אויסצוניצען די התעוררות אויף טעקניקעלס, מען דארף אוודאי אכט געבן וויאזוי מען דרייווט אבער פרגעסט נישט אז דאס איז ליידער נישט די ערשטע קורבן און עס איז זיכער אז נישט דאס דארף זיין די כלי פאר די התעוררות.

איך האף מען האט מיר פארשטאנען
א גוטע נאכט
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

סארקאזי האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי איך האב אריינגעוואנדערט אין אן אשכול ווי גוים שרייבען אויף אידיש
דאס איז וואס די גייסט דיר פארנעמען נאכען עקסידענט, דרייווער סעיפטי? דאס גייט אראפנעמען דעם חרון אף פון קרית יואל?
אפילו אויב דער עקסידענט וואלט פאסירט דורך נעגלעקשאן פון א דרייווער וואלט מען זיך אויך געדארפט חזר'ן אז גארנישט געשעהט נישט פון זיך, אלעס איז פון הימל און מדארף מפשפש במעשים זיין, מכש''כ ווען עס איז שוין דורעכגעקייט געווארען אז דא האט פאסירט א מיספארשטענדעניש, קיינער איז נישט שולדיג, איז פארוואס פאקאסען בעסער צו דרייווען, אודאי דארף מען בעסער דרייווען, אבער פאריגע וואך אויך, דאס איז די התעוררות וואס מדארף נעמען,? רבותי וועקטס ענק אויף, איך ווייס נישט וואס מדארף זיך פארבעסערן, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער סוואלט זיך געדארפט עפענען אן אשכול וואספארא קבלה טובה נעם איך זיך אונטער זיך צו פארבעסערן נאכען עקסידענט, איך מיין אז אויף דעם גייט ארויף דער פסוק לשוא הכיתי את בני מוסר לא לקחו, ח''ו סנעמט נישט אראפ דעם חרון אף וואס מקען ליידער טאפען מיט די הענט, איך מיין נישט קיינעם זייטס מיר מוחל

סארקאזי דו זאגסט גערעכט, נישט די טרעפיק געזעצן איז די עיקר אוודאי דארף מען זיך דאס פארבעסערן אבער אזויווי געשריבן דאס איז נישט די ריכטיגע אידישע גאנג
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

געטראכט האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי איך האב אריינגעוואנדערט אין אן אשכול ווי גוים שרייבען אויף אידיש
דאס איז וואס די גייסט דיר פארנעמען נאכען עקסידענט, דרייווער סעיפטי? דאס גייט אראפנעמען דעם חרון אף פון קרית יואל?
אפילו אויב דער עקסידענט וואלט פאסירט דורך נעגלעקשאן פון א דרייווער וואלט מען זיך אויך געדארפט חזר'ן אז גארנישט געשעהט נישט פון זיך, אלעס איז פון הימל און מדארף מפשפש במעשים זיין, מכש''כ ווען עס איז שוין דורעכגעקייט געווארען אז דא האט פאסירט א מיספארשטענדעניש, קיינער איז נישט שולדיג, איז פארוואס פאקאסען בעסער צו דרייווען, אודאי דארף מען בעסער דרייווען, אבער פאריגע וואך אויך, דאס איז די התעוררות וואס מדארף נעמען,? רבותי וועקטס ענק אויף, איך ווייס נישט וואס מדארף זיך פארבעסערן, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער סוואלט זיך געדארפט עפענען אן אשכול וואספארא קבלה טובה נעם איך זיך אונטער זיך צו פארבעסערן נאכען עקסידענט, איך מיין אז אויף דעם גייט ארויף דער פסוק לשוא הכיתי את בני מוסר לא לקחו, ח''ו סנעמט נישט אראפ דעם חרון אף וואס מקען ליידער טאפען מיט די הענט, איך מיין נישט קיינעם זייטס מיר מוחל

זיי מיר מוחל, אבער ס'קיקט מיר אויס אז איך האב אריינגעוואנדערט אין א תגובה וואס דער יצה"ר בקלונו ובעצמו שרייבט אויף אידיש. (איך מיין חלילא נישט פערזענדליך נאר צי די תוכן התגובה)

לאמיר זעהן וואס איז געשעהן, ס'איז רח"ל געשען א שוידערליכע אימגליק, אידען זענען אויפגעשאקלט, מ'איז צירידערט, מ'איז מהרהר בתשובה יעדער לפי השגתו והרגשותיו ולפי מעשיו,

קימט א איד אין איז מציע אז מ'זאל נעמען די התעוררות אין מאכען א כלי מחזיק ברכה אז עס זאל זיך האלטען די התעוררות, אין רירט אהן א נקודה וואס ליידער רוב הציבור איז לקוי אין דעם ווער מער אין ווער ווייניגער, אין זאגט לאמיר זיך מתחזק זיין אין א עניין וואס איז נוגע פאר אינז אלע אין איז סיי א מצוה דאורייתא, סיי פיקוח נפש אין סיי פארבינדען אין דעם עבודה אויף יסודות'דיגע מידות ווי כעס, סבלנות, גאווה, פזיזות, זיך קאנטראלירען דעם שיבוד אין עבדות צים טלפון לפחות אין די מיניטען וואס ס'איז חב לאחרינא וכו' וכו'.

קיקט דער יצר הרע צי אין מאכט זיך א חשבון, מילא די הרהורי תשובה, דאס קען ער דאך נישט קיין סאך טאהן דערוועגען, אבער טרייסט ער זיך אז עס ווער אריבערגיין צייט אין עס וועט אויסוועפען, ועולם כמנהגו נוהג,
אבער אז ס'זאלן קימען אידען אין טיהן למעשה, זיך אנפאנגען אויסלערנען אז מ'קען זיך איינהאלטען פין כעס אפילו יענער האט מיר אריין געשניטען אויפן וועג אדער געפיפען וכדו', אין אז מ'קען זיך מחזק זיין באמונה אין זאגען "גם זו לטובה" ווען ס'דאכט זיך אז וועגען יענער האב איך פארפאסט די גרין לייט וכדו', אין אז מקען זיך קאנטראלירען אין דרייוען בסבלנות אפילו די קינד האט געוויינט א גאנצע נאכט אין אינדערפרי האט די ווייב מיר עפעס באליידיקט אין דערנאך נאך ברוב חוצפתה מיר געצווינגען דרייוען די קינדער אין חדר נאכן פארפאסען די באסעס (אלץ איר שולד, ווייל אנשטאט זיך טעהנען מיט מיר האט זי געקענט ציגרייטען די קינדער באצייטנס), אין אז מ'קען אויסהאלטען צעהן מיניט אהן ליינען די לעצטע טעקסט אדער וואצאפ וואס מהאט מיר געשיקט, ועוד ועוד, כל הנ"ל קען ער שוין נישט אויסהאלטען אין מיז שוין אקטען דערוועגען אין לוחם זיין מיד.

נעמט דער מלך זקן וכסיל שנעל די צדיק קאסטיום אין טיהט זיך אהן די גרויסע קאפעליטש אין דער גראבע גארטל מיט לאנגע נאסע פאות, אין לויפט שנעל אין אייועלט שטיבל אין מאכט א גרויסע געראטשקע אין ויצעקו, וכה דבריו הנלוזים.....
"אידען וואס טיהט זיך דא, עטס ווילטץ תשובה טאהן? עטס זענץ דאך חסידישע אידען,אין א חסידישע איד ווייסט דאך אז תשובה טיהט מען אין שוהל אנגעטין מיטן קיטל, אדער שובבים ביי של"ס מיט די טישוס אין די האנט, דעמאלץ ויין זיך גיט אויס אין נעם זיך אינטער מדרגות אין עניינים נשגבים, אבער סתם א גרינעם וואכן טאג אויפן גאס אין דיין קאר אין נאך אהנגעטין מיט די ארבעטס קליידער גייסט די זיך נעמען מתקן זיין דיינע מעשים אין דיינע מידות מגונות?, לא יעשה כן במקומינו!,
אין נאך בפרט וועלכע נושא האסט די זיך אויסגעקליבן מתקן זיין "דרייבינג סעיפטי"??? ווי קימט דאס בכלל צי א חסידישע יונגערמן ווי דיר, דאס איז דאך נאר פארן גוי אדער אפשר בדיעבד פאר די מאדערנע איד, אין בנוסף איז עס א שווערע שאלה פין "חוקות הגויים" אין "חדש אסור מן התורה", אין נאך דערצי ווי איז דיר נעלם געווארען דעם "ויגבה ליבו בדרכי ה'" די ביסט דאך דער "עם הנבחר" (אין אפשר גאר דעם קרייז הנבחר אויכעט) אין אלע גאסען, ראדס אין הייועיס זענען דאך באשאפען געווארען נאר פאר דיר, אין זיי האבען א זכיה אז א חסידישער יונגערמאן ווי דיר באניצט זיך מיט זיי, אין די ביסט בכלל נישט כפוף לחוקיהם האסורים.
אין אויב ווילסט די זיך דייקא אינטערנעמען עפעס בנוגע צים דרייוען, זאל עס נישט זיין א "פראסטע גוישע" זאך ווי "דרייוינג סעיפטי", נאר נעם דיך אינטער א העכערע עניין, ווי למשל אז פין היינט אין ווייטער זאלסט די מקפיד זיין צי דרייוען נאר מיט א התלהבות אין א ברען אין מיט א גרויסע זריזות, איך חלילא נישט קיקען אדער זיך צעטיהן מאכען פין קיין שום מפריעים אדער מניעות (ווי למשל טרעפיק סיינס, אדער מענשען וואס ווילען אריבערגיין די גאס, ובפרט אם הם קטנים שלא הגיעו למצוות, אדער סתם א פגע וואס פארט צי שטייט לטעמך, וכדומה), וביתר שאת זאלסט די מקפיד זיין נישט נכשל ווערען אין מראות אסורות אויפן גאס ועצה טובה לכך קיק אריין וואס מער אין דיין טלפון בשעתן פירען בכדי לא להיכשל ח"ו.
ובכך וועסט די מקיים זיין דעם וחי ייתן אל ליבו".

קוקסט אויס גוט דו. שרייב ביטע עפטער
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

אשאד אז די אשכול איז אזוי פארפארן. דא האט עטץ א ביישפיל ווי פאלשע קנאות מאכט נאר חרוב!
אנשטאט די תגובות דא זאלן זיין מיט קבלות וואס דער עולם נעמט זיך אונטער צו דרייוון מער פארזיכטיג, וואס ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז גראדע א מצות עשה מן התורה, (און מען איז נאכנישט קיין גוי פאר דעם...) איז מען ביזי צו מען מעג זיך יא פארנעמען גשמיות'דיגע זאכן צו נישט. האסט אן אנדערע איידיע אויף וואס זיך צו פארבעסערן, עפן אויף א נייע אשכול, עס איז דא גענוג פלאץ!!

און יעצט א בקשה צו די קריטיקירערס, ביטע זיי מוחל און שרייב וואס די האסט דיר אונטערגענומען זיך צו פארבעסערן מיט דיין דרייוון!!!
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אין מיין גמרא שטייט:

בעון נבלות פה, בנים מתים כשהם קטנים, יתומים ואלמנות צועקים ואינן נענים,
אף השומע ושותק,
אין קרית יואל איז די לעצטע וואך ליידער געווען אלע דריי, געווארן יתומים ליידער, געווארן ליידער אלמנה, און חיידער געווען מצים כשהם קטנים (איינס איז אויך צו סאך) היל"ת,

ליידער איז דא א שטארקע הזנחה אין דעם ענין, ביי אסאך אידן (אנשים ונשים) אין די יארגענג צווישן 14 און 40)
אויף וואטס עפפ
אין ביהמ"ד
אויף טעקסט
אויפן טעלאפן
די השומע ושותק איז ליידער זייער שטארק היינט, די עולם האט מורא זיך אנצורופן,,

יש מקום לאשתבוחי בזה

ודי

נ.ב.
ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, איז פון די שלש חמורות,

נישט מאכן קיין בלינקערס בעפארן זיך איינדרייען און נישט סטאפן ביי סטאפ סיינס איז קרוב לרציחה
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מיסטער "געטראכט" זאגסט דאך אזוי זיס.
יא, מען ברויך טוען למעשה און מאכן א כלי מיט די התעוררת
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

Every parent has to *MUST* show this to there kids

https://app.box.com/s/35gkk8ozpde2vvptuqi6jhs3l567aks5
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

נישט מאכן קיין בלינקערס בעפארן זיך איינדרייען און נישט סטאפן ביי סטאפ סיינס איז קרוב לרציחה

פאקטיש איז עס ביי 20% דרייווערס נאכגעלאזט, (לאו דוקא אידישע) און אפשר ביי א טורן יא, אבער ביים טשעינזשאן א לעין אדער ביים זיך ארויס ציען פון א פארקינג ספאט נוצט מען ווייניגער די בלינקערס, וואס מאכט מיר וואונדערן איז, אז סאיז א קלייניקייט און פארוואס זאל עס זיין אזוי שווער?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
עזריאל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזריאל »

(הגרי''ש אלישיב נשאל ע''י חתנו ר''י זילברשטיין מה הדין במי שקרא טעקסט בשעת נהיגה ובטעות דרך ברכבו על כלי ושברו, ענהו הגרי''ש "פטור, הרי הוא רודף [וקלב''מ]!"...)
געטראכט
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

טשעירמאן האט געשריבן:נישט מאכן קיין בלינקערס בעפארן זיך איינדרייען און נישט סטאפן ביי סטאפ סיינס איז קרוב לרציחה

פאקטיש איז עס ביי 20% דרייווערס נאכגעלאזט, (לאו דוקא אידישע) און אפשר ביי א טורן יא, אבער ביים טשעינזשאן א לעין אדער ביים זיך ארויס ציען פון א פארקינג ספאט נוצט מען ווייניגער די בלינקערס, וואס מאכט מיר וואונדערן איז, אז סאיז א קלייניקייט און פארוואס זאל עס זיין אזוי שווער?

א עניין פין הרגל שבא מתוך זלזול.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

האט איר שוין היינט געלייענט א גוטע ארטיקל?

הלכות נהיגה ברכב לחסיד שוטה ובו כ"ד סעיפים
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”