נייעס פון אונזער דערפל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

נייעס פון אונזער דערפל

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:08 pm

אה! חשובע דארפסלייט - האט חייקל איידל אויסגערופן אריינקומענדיג אין קרעטשמע - איינוואוינער פון אונזער דארף, וויאזוי איז עס עפעס געווען ביי'נייך די טאג? וויאזוי איז די משפחה? איז יעדער אין בעסטען געזונט? זענען מיר אלע פריילאך און גוטמוטיג?

נאך א שווערע טאג ארבייט כאפט זיך חייקל אריין אין דארפישען קרעטשמע צו הערן די לעצטע נייעס, כאפן ד טרינק און זיך דערכאפן דאס הארץ. דאס איז זיין רוטין שוין פאר 15 יאר, כולן שוין לטובה.

ביי חייקל'ן אין שטוב געפונט זיך די עלטסטע טאכטער רחל'ע, דער אכט יעריגער שלמה'לע (וואס טראגט די נאמען פונעם זיידל ר' שלומקה פייגנבוים ז"ל), די דריי יעריגע גיטא'לע שפילט זיך אינעם הויף מיט די הינער און גראזעלעך און ווארט אויף די טאטענס אהיימקומען.

חייקל ‏איז איינע פון די ערליכסטע אידן אין דארף. זיין אמת און תמימות איז גאר גוט באקאנט פאר אידן און גוים צוגלייך. אפילו דער פריץ וועלכע איז געווענליך מער די פארביסענע בעל גאוה האט אבער א געוויסע ציגעלאזענקייט צו חייקל'ן. חייקל - ווייסט יעדער איינער - וועט קיינמאל קיינעם אפ'נערן אדער מבזה זיין. ביי חייקל איז אזאנס נישט פארהאנען! 

שוין די לעצטע 15 יאר צום גוטן איז חייקל דער עמטליכער האלץ האקער אין דערפעל. יעדען פארטאגס קענען מיר טרעפן חייקל אין וואלד נעבן דארף‏ האקן די ביימער פון וועלכע ער וועט אט אט צופירן די אפגעהאקטע העלצער קודם אין בית המדרש אז מען זאל קענען דאס בית המדרש הייצן פאר די יושבים, און דערנאך וועט חייקל טראגן האלץ צום רב, רבי ביינוש זאל זיין געזונט. 

דאן מאכט חייקל זיין וועג מיט א שמייכעלע אויף די הויפט גאס, אוואו עס געפינט זיך די שיינער הויז פון ר קאלמיש דער גביר. ר' קאלמיש זאלט איר וויסן מיינע פריינט איז א גרויסער בעל צדקה און א תלמיד חכם. מאכט זיך א שבת וואס דער רב איז נישט אין דערפל, דאן מאכט ר'קאלמיש קידוש פאר די דארפסלייט אנשטאט דעם רב! איך קען אייך נאר אזויפיל זאגן, אז ווען ר' קאלמיש מאכט קידוש קען מען ממש לעקן די זיסקייט פון יעדעס ווארט!. מיט אזא פלאם פייער אז נאר. 

נאכן אפטראגן די האלץ צום שול, צום רב און צו ר' קאלמיש'ן, טראגט חייקל ארום די העלצער פאר די אנדערע קונים, לויט די סדר אין וועלכע זיי האבן זיך איינגעשריבן די נעכטיגע טאג. איר זעהט, חייקל וועט אפילו גיין פון איין עק דארף צום צווייטען און דערנאך צוריקגיין צום ערשטען עק דארף דארט וואו ער האט אנגעהויבן. אלעס "צו האלטן סדר און יושר"‏ - זאגט חייקל.

נעכטען האט יאסל א שידוך געטון זיין בכור מיט אשר יונה'ס ‏א טאכטער. די גאנצע דארף איז געווען ביים לחיים אין רב'ס שטוב. יעדער שפירט א משפחה שמחה. א קלייניגקייט?! אשר יונה איז נארוואס געווארן געשטעלט דורכ'ן גראף צו פארוואלטן אויף די גראפ'ס גיטער פון וועלכע א שיינע פאר פון די דארפסלייט ציען חיונה. דעריבער ווילן מיר אלע אז אשר יונה זאל אונז צום גוטן געדענקען (ששש... זאגט אים נישט אויס..)

מעכיל האט ווי זיין שטייגער געזאגט קנאקעדיגע דברי בדחנות. דער עולם האט גוטמוטיג געלאכט און זיך געפרייד. דער רב שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשען די נייע פארפאלק זיי זאלן זוכה זיין צו אלעם גוטס.

יאסל'ן קענען מיר אלע אלס א פיינער ארענטליכער בעל בית מיט א גוט הארץ. אויך די רעבעצין זיינע זאל זי זיין געזונט איז א בעלת חסד ווי שרה אמינו. די שטוב זייערע איז אלץ אפען פאר יעדן עובר ושב, ווארימע מאלצייטען קען מען דארט געפונען צו יעדע צייט,. פריי אן אפצאל (אסאך מאל כאפן זיך אריין דארט די קינדער פון משה יאנקעל און ברוך, די שכנים פון יאסל'ן, און זי די צדיקת פארמאכט די אויג און לאזט די קינדער עסן אביסעל. "זאלן זיי נעמען מיט אפעטיט" זאגט זי די צדקניות.

‏הכלל. די דארפסלייט זאגן אז דאס איז ריכטיג ענבי הגפן בענבי הגפן. א דבר נאה ומתקבל. וועלכע ר'וואלף האט פארטייטשט צו באדייטען א הערליכע שידוך פון צוויי שיינע שטובער. מיר זענען מעיד אז ר' וואלף האט אויך דאסמאל גוט מפרש געווען! 

----

אסאך אסאך איז נאך דא צו דערציילען פון פאסירונגען און געשיכטעס פון אונזער דארף. אי"ה עוד חזון למועד.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:12 pm

;l;p- נארוואס אנגעקומען א פרישע סקיט שמאטע'ס...

דאס פירט אונז געהעריג צוריק צום דארפישן לעבן.. גאר גוט אראפגעלייגט!! אמין שפראך דער...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:14 pm

גאנץ א געשמאקע דארף,
ס'איז דא סעקשן 8 סלאטס?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 10:15 am

;l;p- ;l;p-
music helps your mood

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 10:34 am

אה, אן ארטיקל פון שטאמע, יעי! היינט איז מיין טאג... גיימער ליינען.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 10:39 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:גאנץ א געשמאקע דארף,
ס'איז דא סעקשן 8 סלאטס?

קען זיין אז יא. אבער קיין איין כאטקע אדער שטאל קען נישט פעסן די אינספעקשן.

מיר ווארטן מיט שפאנונג צו הערן וואס נאך עס האט פאסירט אין דערפל.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

ההההההההא....

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 10:43 am

האאאאאא ס'צוגיסט זיך אין אלע ביינער, א זעלטענע זיסקייט, א געשמאקע היימליכקייט פון אלטער היים.
כאפ דערשפירט דעם דארפישן שמעק ביז מיינע נאזלעכער.

א מין רואיגער אטמאספערע אין דעם היינטיגן הו הא.

ברענג נאך ברענג נאך, אן קיין אפשטעל.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 12:45 pm

שמאטע האט שוין נאכאמאל די קיבארד אין די האנט! ;l;p-
איזי

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מוצ"ש נובעמבער 11, 2017 9:34 pm

ווארטן מיר מיט שפאנונג, ווען די גלח וועט אריין קומען אין שטאט אין אנרייצן די פריץ קעגן אונזער ר׳ חייקל׳ן, אין אים וועלן אריין ווארפן אין די פריץ לעכעל, די רב׳ס קליינע אינגעל וועט אונטערשמירן איוואן מיט א פלעשל קוניאק, אין די גבאי וועט פארטוישן די קוויטל מיט די טויטע באנקעס, ביז די שפאלער זיידע וועט זיך פארשטעלן ווי א בער אין טרעפן די סם אין די ברויט...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מוצ"ש נובעמבער 11, 2017 10:40 pm

פארוואס איז די אשכול אין קרעטשמע? מנהלים ביטע אריבערפירן צו נייעס.

שמאטע שכח פארן באריכט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מוצ"ש נובעמבער 11, 2017 10:47 pm

דער איז פיינע נייעס
אמאליגע צייטן איז נאך נישט געווען אזעלעכע גוטע שמאטעס.....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג נובעמבער 12, 2017 1:08 am

אין יענע צייטן איז שוין געווען א שמאטע ?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 12, 2017 1:12 am

איך האב געמיינט אז דו קענסט נישט שרייבען גראד, איי געיס דו קענסט יא.

הערליך
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג נובעמבער 12, 2017 10:16 am

אוי שמאטעניו זיסער...

האפעך אז מיטן צוריקפירן אונז צום דערפל וועסטע אויך צוריק ברענגען די אלטע דארפסלייט, יאנאש, איוואן, דארפסמאן, דער דארף דאייען, און מעגליך גאר דעם ארענדער אליינס..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 1:05 am

איך הער אז ס'איז מעגליך אז מ'וועט נישט האבן גענוג אויל אויף חנוכה נאך וואס זאנוועלע איז געבליבן שטעקן א קנאפע 40 קילאמעטער פונעם דארף נאכן האבן פראבלעמען מיט די פאדערשטע רעדער פון זיין וואגן,
העמער זעהן אויב ער וועט זיך אן עצה געבן..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

יום בשורה היא לנו! שבו לכם פה עם החמור!

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:41 am

יום בשורה היא לנו! שבו לכם פה עם החמור!

היינט צופרי האט אונזער הויעכגעשעצטער פריץ געשיקט זיין באדינער אינפארמירען די ראשי קהילה אז צוליב וואס די אידעלעך האבן אים אזוי שיין מכבד געווען ביים יערליכע "ניי יאר הוליעריי" וועט ער אלס הכרת הטוב ערלויבן די קהילה צו אויפבויען די נייע שטאל נעבן בית המדרש!

די בשורה איז גאר פריידיג, צוליב וואס דאס איז עפעס אויף וואס אונזערע געטרייע ראשי קהילה - ובראשם ר טובי'ה - ארבייטען שוין גאר לאנג דערויף.

די פארהאנדלונגען האבן זיך אנגעהויבן קנאפע אנדערטהאלבן יאר צוריק, ווען - ווי מיר אלע געדענקען - האט ר' ישראל מיט זיין אידענע, די געטרייע חנה תחי' מיט זייער גוט הארץ און רייכטום אנגעהויבן א מאסיווע אינטערנעמונג צו פארגרעסערן זייער גאסט הויז צו קענען אקאמאדירען מערערע אורחים.

ווי נאר די גאסט הויז איז פארענדיגט געווארן האט זיך טאקע אנגעזעהן א פארמערטע פארקער אין דערפעל. מער געסט האבן אנגעהויבן איבערנעכטיגען אין דארף אויפן וועג צום יריד אין שכינות'דיגע שטעטעל מיקאשלאץ.

די מערערע געסט האט באדייטעט א פארמערטע צאל מתפללים אין שול פון דארף, און די מתפללים ברויכן דאך האבן ווי אראפצושטעלען זייערע אייזלען, פערד און וואגן נעבן שול. אבער די אלטע שטאל האט ווי געשריגן "אפס מקום".

האבן די ראשי קהילה זיך צוזאמגעזעצט און נאך היסטארישע שארפע ווערטער אויסטוישן זיך פאראייניגט און געשיקט א בקשה צום הויעכגעשעצטען פריץ יאהאן מיכלאש קאנטעלעוויטש יר"ה און געבעטען זיין ערלויבעניש צו בויען א נייע שטאל, אדער כאטש פארגרעסערן די אלטע שטאל.

אין אנהייב האט דער פריץ זיך נישט צופיל אריינגעלייגט אינעם פראיעקט. אבער נאכן מקיים זיין די תורת אביך און מיט הויפענעס לא יחרץ - וועלכע דער חשובער ר' מעכיל דער נגיד האט צושטייער געגעבען, און נאך די שיינע אויפנאמע ביים ניי יאר הוליעריי, האט דער פריץ היינט צופרי באוויליגט און געגעבען זיין ערלויבעניש "מיט זיין זיגל" צו אנהייבען די בוי ארבייט אויף א נייע שטאל! גענצליך ניי!!

וירא העם ויעמדו מרחוק!
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום מיטוואך ינואר 17, 2018 11:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:48 am

וואאףףף די שניי האט זיך שוין אויסגעצאלט...... שמאטע איז אין די דישעס........!!!!!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיין פערד קען שוין קוים ווארטן אויפן נייעם שיינעם קאווע שטיבל/שטאל..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:20 pm

וואס איז נייעס! א שפאציר צוריק עטליכע הונדערט יאר....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:33 pm

שמאטע אז די האסט שלעכטע חלומות זאג זייער ערליך ברכות המפיל פארן גיין שלאפען

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:48 pm

;l;p- ;l;p-
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:39 pm

שמאטע, נישט פארגעסן פון שמרי׳ קערנקרויט וואס וואוינט יעצט אין הקדש שטיבעל. שמואל דער אלץ-ווייסער וואס ארום אים איז אייביג דא א קופקע אין ר׳ זונדלען׳ס שענק. פון בערל קראקאווער וואס פארלאזט אט אט אונזער שטעטל אויפן וועג אהיים קיין קראקע נאכן לערנען מיט די נגיד ר׳ מעכיל׳ס קינדער דורכאויס די ווינטער חדשים. אזוי אויך ר׳ שמעלקא זאפטיגער וואס האט אייביג א גוט ווארט אויף זיינע לעפצן.

ווער פון דא וואס קומט נאך פין דערהיים און איך האב אים אויסגעלאזט זאל זיך ביטע אנרופען.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

א שניי אין דערפלע... נאסטאלגיע...

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מארטש 07, 2018 9:48 pm

"מאמע, ס'שנייט". האט די קליינע לאה'לע געזאגט פאר די מאמע איין טאג. 

מיט פרייד איז זי די קליינע צום הינער שטייג ארויסגעלאפן. נישט איידער זי האט זיך נעגל וואסער ווי די הלכה עהרליך אפ'גע'גאסן. 

"קומט הינעלעך! קומט ארויס" - שרייט לאה'לע מיט עקסטאז.פלינק לויפט זי צום שטייג אין פארענט פונעם ביידל, און פראלט אויף דיר טיר. "קומט! קוקט. עס שנייט! עס שנייט!... קומט הינעלעך זיך שפילן און טאנצן אין די שניי... א מעכיי..." - ‏שרייט זי צו די הינער מיט פרייד.

אין שטוב זיצט איר פאטער רעב קאלמיש. רעב קאלמיש איז דער ממונה איבער די ריינקייט פון דארף‏, אין אזא וועטער איז רעב קאלמיש נישט אויף די גאס. אויך די אנדערע אידן פון אונזער דארף זיצן היינט אין שטוב. 

זיצט רעב קאלמיש און איז נישט א חלק אין זיין טאכטערס פרייד. ער מיט די אידענע זיצן זיך פארזינקען אין זייערע מחשבות. מחשבות וועלכע ברענגט ארויף א וואלקן אויף די שטענדיג פרייליכע פארל. 

לאה'לע קומט אריין מיט אירע נאסע שטיוועל אין הויז. דאס פנים שיינט איר פון קינדערישע שמחה. אבער אוי... וואס זעהט זי?!... 

אירע פרייליכע עלטערן זיצן מיט נישט פריידיגע געזיכט'ן. די קליינע לאה'לע איז א קלוגע. זי שפירט אז 'עפעס' האט דאס מיט די וועטער וואס שפילט זיך אויס אויף די אנדערע זייט פון די באשיידענע ווענט פון זייער ווארעמע ביידל.

"טאטע. מאמע. וואס דריקט אייך?" - פרעגט זי מיט קענטיג מיטגעפיל. "מאמע. טאטע. וואס זענט איר אזוי אנידערגעשלאגן? האב איך אפשר עפעס שלעכט געטון? זיך נישט געפירט ווי איר האט מיר געטריי געלערענט? איך וועל מיינע מעשים אודאי פארבעסערן חשובע עלטערן!.... אלעס אייך צו דערפרייען!.. אלעס!... אלעס!!..." - זאגט זי די קלוגע מיט א הארציגע שטומע.

רעב קאלמיש און זיין בני בית הערן זייער קינד רעדן, און דערכאפן זיך ווי אין א חלום. זיי האבן איר נישט באמערקט ביז איצט, אזוי פארזינקען זענען זיי געווען אין זייערע מחשבות. 

זיי זעהן דאס קינד אין א דערקיטשענדע שטימונג. זיי כאפן זיך שנעל אז זייערע פנימ'ער גיבן ארויס א שטורעמישע כוואליע וועלכע דאס אינג קינד האט מיט איר איידעלע נשמה דערשנאפט. זיי בליקן זיך איבער און ציען ארויס זייער שטענדיגע שמייכל אויפן פנים און הייבן אן שמועסן מיטן קינד, און בארואיגן אז זי האט נישט וואס צו זארגן. אלעס איז ברוך השם אין בעסטן סדר אווי שטענדיג‏.

דאס מיידעלע האט זיך בארואיגט. און אנגעהויבן רעדן מיט אייפער איבער די שניי! די שניי!!... "טאטע, מאמע, צו האט איר געזעהן די שניי אינדרויסן?! ס'גרייכט שוין העכער די שוך פונעם פערדל!‏" - זאגט זי מיט הנאה.. 

די עלטערן אירע האבן נישט מיטגעטיילט איר פרייד. עפעס איבער די וועטער דריקט זיי - האט די קליינע געשפירט. און זי האט געבעטען אירע עלטערן איר צו מיטטיילן וואס דריקט זיי.

מיט א קרעכטץ זאגט איר איר פאטער רעב קאלמיש. אוי אונזער טייערע טאכטער... דו ביסט דאך אזוי לעכטיג און זיך. עהרליך און באשיידן... ווי קענסטו אפילו פארשטיין אונזער דריקעניש? 

אבער הער. מיר וועלן דיר זאגן איבער וואס איז אונזער ווייטאג, און אז דו וועסט עס פארשטיין איז גוט, און אז נישט ברויכסטו צדיקת'ל נישט שפירן צוקלאפט חלילה. 

הוי... - קרעכצט דער פאטער רעב קאלמיש - יעדעס מאל עס פאלט א שניי אין דארף‏ דערמאנען מיר זיך אונזער לעצטער רב זכותו יגן, ער זאל זיך פאר אונז אלע מיען דארט אויבן.... - רעב קאלמיש ווישט אפ א חוצפה'דיגע טרער וועלכע האט זיך ארויסגעשלייכט פון זיינע טיפע אויגן... און דאן א קרעכץ "אוההה.... הייליגע רב....."

אונזער רב איז געווען ווי א געטרייע פאטער פאר אלע דארפסלייד. אלע האבן אים געגליכן. אלע אלע אן אויסנאם! תלמידי חכמים און עמך אידן. בני תורה און בני סחורה. בעלי בתים און פשוטי עם. מיר אלע האבן דאך אזוי ליעב געהאט דעם רב... 

אוי... און צו ווייסטו דען אינג קינד וואס מיר פלעגן טוען אין א שניי'איגע טאג? א טאג אזוי ווי היינט, ווען אונזער באליבטע רב האט נאך געלעבט?... הוי... פון וואנעט זאלסטו געברויכט דאס וויסן... דאס איז דאך איינס פון די מערסט פארווייטאגטע ענין אין אונזער דארף פון וואס כמעט קיינער רעדט נישט, ווייל עס רייסט ביים הארץ!...

אבער היינט קינד מיינס וועל איך דיר מיט-טיילען וואס אונזער חשובע און באליעבטע רב פלעגט טוען אין א שניי טאג.. און דו וועסט פארשטיין פארוואס מיר זענען נישט אזוי פרייליך אין דעם טאג...

איז הער אויס מיין קינד. 

אין די טעג וועלכע גא-ט ברוך הוא האט געטוען ברענגען די שניי, פלעגט די חשובע רב פארמאכן די גמרא, און דער רב, און די ראשי קהילה, דער שוחט און חזן הכנסת. אלע פלעגן מיר זיך פארזאמלען אין שטאטישען שול צו א שחרית וועלכע האט בוקע רקיעים געווען. א קאך האט געהערשט! 

נאך שחרית האט דער רב געהייסן שטעלן א לחיים פארן ציבור, וועלכע חייקל און זיין חשובע אידענע האבן אלע יארן מנדב געווען. דער רב האט געזאגט א שיעור אין חק לישראל. און דערנאך....

הוייי!!!!...... הוי יוי יוי.!!... "איי איי אייייייי" - האט רעב קאלמיש זיך צו'כליפעט... און דערנאך..... און דערנאך פלעט די גאנצע ציבור זיך צוזאמנעמען אין שטאטישען מארק פלאץ, און צוזאמען מיטן רב האט מען געמאכט א פרייליכע "שניי קאמף!"... 

הוי יוי יוי... האאאאאייייייייי - האט יעצט זיין אידענע זיך ציוויינט הויעך אויפן קול, נישט קענענדיג באהערשן אירע הרגשים זיך דערמאנענדיג די צייטן....

רעב קאלמיש האט איר שנעל בארואיגט. און פארגעזעצט מיט א קול געשטיקט פון חיות ווי ער זאל עס ווען יעצט מיטלעבן פון פריש..

דער רב פלעגט זיך אראפבייגן מלא קומתו. גענומען אין די האנט אריין א פולע שיעור שניי, און דאס געמאכט אין א רינדיגע פארעם ווי א שטיין. און פארגלייזט די אויגן. געמורמעלט הייליגע קבלה רייד און דאן מיט זיין גאנצן כח האט ער א ווארף געטון די שניי אויפן דיין רעב מענדל! 

דאס האט דער רב איבערגעטוען אפאר מאל!! יעדעס מאל מיט די זעלבע אייפער! להגיד שבחו שלא שינה!... מיר האבן זיך אלע מאל געשטופט צו האבן די זכיה צו זיין דער ווער עס וועט זוכע זיין "עלי יניח צדיק את שלגו"! - און טאקע, צו א יאר נאך וואס איך האב זוכה געווען דערצו איז אונז געבוירן א בן יחיד!! דיין ברודער'קע מאיר'ל... זכותו פון גרויסן רב זאל אויף אונז מגין זיין...

נאך אפאר מאל האט דער רב געווינקן צום ציבור, און דאס גאנצע דארף, טאטעס, אינגלעך, בחורים און זקנים! האבן זיך פלינק א לאז געטוען און אנגעהויבן ווארפן שניי באליס איינער אויפן צווייטען, ווען דער חשובע רב שטייט אויף די זייט און קוועלט... 

דער רב פלעגט אין די זמנים רעדן העכערע מושגים וואס נאר יחידי סגולה האבן פארשטאנען. הויכע רייד פון קבלה, הלבן חטאינו כשלג, פלעגט דער רב זאגן יעדע פאר מינוט.. ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די שניי... און ווי סאך פאן ס'איז... ארויסגעברענגט און ממליץ טוב געווען צו הקב"ה אז ער זאל זיך אומקוקען אויף זיין פאלק און אונז "באווארפן מיט ברכות, אזוי ווי מיר ווארפן זיך מיט די שניי!" ‏

כליפ כליפ.... - כליפעט רעב קאלמיש און זיין אידענע. אויך די טאכטער'ל פארשטייט שוין די פארלוסט, און אירע אויגן זענען אויך פארלאפן מיט טרערן...

"פארשטייסטו מיין טאכטער'ל? דאס אלעס האבן מיר פארלוירן אפאר יאר צוריק ווען אונזער חשובע רב האט גע'הלכ'ט לעולמו אונז איבערגעלאזט כראן בלי צועה.... הוי הוי הוי!!! 

---

טייערע ברידער'לעך... דאס דערפל ברויך זיך צוזאמקלויבן און זיך נעמען אין די האנט אריין! מיר ברויכן ממנה זיין איינער פון די חשובי תלמידי חכמים צו איבערנעמען דעם רב'ס ארט און אונז וויטער פירן על מי מניחות. און שפילען שניי באלי!! 

יחי אדונינו יחי!! ‏
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מארטש 07, 2018 9:56 pm

יחי שמאטע יחי, מחיה געווען נאך אזא טאג...דער ארימיגער פרעגן פארוואס איך לאך...

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך מארטש 07, 2018 9:58 pm

;l;p-
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך מארטש 07, 2018 10:37 pm

-y- :i" :lol: מיינע שכנים מיינען אז איך בין אראפ פון זינען..


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט