'שאקירנד'!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

'שאקירנד'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

מ'האלט יעצט נאכ'ן ריקן די זייגער א גאנצע שעה אויף צוריק, האבן מיר געהאט אביסל צייט זיך מסדר זיין עטליכע שטיקער פארמעט און פארגיסן אביסל טינט פון וואס עס האט זיך געלויבט דער פון אויבן אנגעהויבן אהער שטעלן א שטיקל ארטיקל צו לעיזן.
די שאקירנדע פארזעצונגען זענען געשפינט און געוועבט אויף גאר אסאך אמת'ע פאקטן, און איבעריג אויסצופירן - אויף א שיין ביסל פיקטיווע געשענישן ארויסגעצויגן פון א רייכע פאנטאזיע וואס וועט אייך בע"ה האלטן געשפאנט און שאקירט!
לייענט און האט הנאה.



[align=center]שאקירנד![/align]

ערשטע פארזעצונג


ר' חיים יודל איז געזעצן אין טעקסי אין געשטאלט פון א אלטן טינקל בלויען פארד מיט א לאנגן הונטער, און נאך א לענגערער נאז פון פארנט, וועלכע האט זיך אויף זיין פארלאנג גענומען יאגן מיט אירע אויסגעריבענע רעדער אויף די לאקאלע וויליאמסבורג'ע גאסן מיטן גרעסטן מאס שנעלקייט וואס איר פערדנקראפט האט נאר ערלויבט, ארויסשרייענדיג פון איר מאטאר אונטערן בלעכענעם דעקל היסטערישע געשרייען פרובירענדיג איבער צו שרייען די פארטייבענדע גערוישן פון איר אונטערשטן מאפלער.

חיים יודל איז געזעצן אויף דעם אונטערשטן זיץ אנגעצויגן אויפן העכסטן גראד, זיינע אויגן זענען געלאפן ווי אין א מאראטאן פון פאדערשטן שויב פון די קאר צו זיין האנט זייגער. די פלייט איז ווייניגער ווי אין א שעה ארום האט ער געלאזט וויסן דעם ספאנישן שאפער וועלכער האט זיך גאנץ שנעל צוגעכאפט צו דעם געיעג, אבער האט נישט גענומען די מיה צו באהאלטן עטליכע גרימאסן איבער דעם מאדנעם פארשוין וועלכער לאזט זיך ארויס אזוי שפעט אין די לעצטע מינוט כאפן א פלייט.

חיים יודל האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט וואס דער דרייווער טראכט, אבער די סקונדע וואס די קאר האט זיך אריינגעגליטשט אינעם רעמפ וואס פירט אריין צום גרויסן שאסיי די בי. קיו. אי. איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן, די שווערע טרעפיק האט זיך קוים גערירט ממש קריכענדיג גראד אויף חיים יודל'ס נערוון ארויף. חיים יודל האט אנגעהויבן ווערן אנגעהיצט, ער האט זיך גענומען שוויצן אינמיטן דעם פראסטיגן ווינטער פון גרויס נערוועזיקייט אז ער האט זיך אנגעהויבן ווישן די שטערן די קאלטע טראפן. איך מוז כאפן דעם קאנטינענטאל פלייט פאר יעדן פרייז.

חיים יודל האט ארויסגעצויגן פון זיין בוזעם צוויי גלאטע הונדערטער'ס און געפאכעט פאר דעם שפאנישן שאפער אין פנים אריין, אמיגא, איך קען נישט פארפאסן דעם פלייט, אז דו רירסט זיך ארויס פון דעם טרעפיק איז דאס דיינ'ס.

דער שאפער האט געכאפט דעם רמז, ער האט קיין סאך נישט געצעגערט און זיך גענומען מאנעווירן דעם לאנגן בלעכענעם מאשין מיט א משונה'דיגן ווילדקייט אז אלעס האט זיך מיט געווארפן מיט זיין ווילדע פארן צווישן איין לעין און צווייטן וועלכער האט אים קיין סאך נישט געהאלפן זיך פאראויס ריקן אינעם שווערן טרעפיק, חיים יודל האט ארויסגעצויגן א דריטע הונדערטער וואס דאס האט עס אים שוין געמאכט זיך אריינריקן אינעם רעכטן שאולדער און אראפ דרוקן דעם געז פעדל אז די גאנצע קאר האט זיך א ווארף געטוהן אויף פאראויס מיטן גאנצן אייפער.

חיים יודל האט אנגעהויבן אפאטעמען אז עפעס ריקט זיך שוין, זיין אטעם איז אים אבער אפגעהאקט געווארן ווען פון די שפיגל האט ער באמערקט א שווארצע קעמרי וועלכע האט זיך צוגעטשעפט צו זיי פון אונטן וואס לאזט זיי ממש נישט אפ פאר א רגע, די שווארצע קעמרי איז מיט געשפרינגן מיט יעדן טאהט וואס דער לאנגער פארד האט געטוהן אויף א שעדליכע פארנעם אזוי אז עס נישט געווען בכלל שייך זיך צו דינגן אז דער איז נישט דא אלץ וויידל.

חיים יודל האט זיך גענומען שעפשן קאפיטלעך תהלים אויף אויסעווייניג און געהאפט אז די באגלייטער וועלן אים נישט קענען אפהאלטן פון זיין לעבנ'ס וויכטיגע וועג אין די לעצטע מינוט'ן.

די סכנה'דיגע רייזע האט אנגעהויבן קומען צו איר ענדע ווען מען האט שוין געהאלטן ממש ביים עקזיט ארויס צו פארן צו דזשעי עף קעי עירפארט, אבער דאן קראך......... זעץ.....

חיים יודל איז געפלויגן אויף פאראויס און דאן צוריק געפאלן אריין אין זיין זיץ ווען די קאר איז געקומען צו א האסטיגן אפשטעל, דער שפאנישער שאפער האט זיך גענומען שימפן און שוימן מיט זיינע ספאנישע קללות אז א ווייסע שוים האט זיך אים געגאסן אויף די טונקעלע ליפן.

די שווארצע קעמרי האט אריינגעהאקט אין זיי מיטן גאנצן קראפט אז זיין גאנצער הוד האט זיך אפגעשיילט און איבערגעדעקט זיין פאדערשטן פענסטער אזוי אז עס איז געווען אוממעגליך צו זעהן ווער עס זיצט דארט ביים רעדל און וואס עס גייט דארט פאר פון אונטן.

חיים יודל איז אין א בליץ סקונדע געקומען צו זיך, זיין קאפ האט שוין פיבערהאפטיג געארבעט און פונטקליך פארשטאנען וואס דער ציל פון דעם נאכאפאלגער מיט דעם כלומר'שטן עקסידענט איז, ער האט באשלאסן אז ער וועט זיך נישט לאזן, ער האט א כאפ געטוהן זיין איינציגע האנט באגאזש איבערגעלאזט א שיינע סומע ביים דרייווער אין די האנט און זיך א לאז געטוהן צופיס צום עקזיט. לאזענדיג דעם שאפער אליין זיך ספראווען מיט זיין צוזעצטן מאשין.

דער אגענט ביים קעמרי איז שאקירט געווארן - ווען ער האט זיך ענדליך ארויס געזעהן פון זיין זיץ ביים רעדל - צו זעהן אז די פארד איז ליידיג פון איר פאסאנזשיר, מיט א שנעלן בליק צום עקזיט האט ער נאך עספיעט צו זעהן די שאטן פון זיין קרבן זיך דערווייטערן מיט שנעלע טריט.

חיים יודל האט זיך גאנץ שנעל געטראפן זיצן אין א יעלאו קעפ וואס האט אים צוגעפירט דעם לעצטן שטיק וועג צו זיין דעסטינאציע, דזשעי. עף. קעי. לופט פעלד, ווי ער האט אין די לעצטע מינוט...

[align=center]* * *[/align]

נאך צוויי מעת לעת זיין צוזאמגעפרעסט צווישן האלב לעבעדיגע און פולקאמע מתים אויפ'ן וואגאן, אן עסן און אן טרינקען, אן די מינימאלע מענטשליכע געברויכן איז די באן אריינגעפארן פרייטאג פארנאכט פרשת לך לך תש"ד, אינ'ם טויער פונ'ם גיהנום, דער אוישוויץ-בירקענוי לאגער.

ווי נאר די באן איז געקומען צו איר האסטיגן אפשטעל זענען די גרויסע בהמה וואגאנען געפענט געווארן און די באקאנטע אכזריות'דיגער ספעקטאל האט זיך געטוהן נאכאמאל אפשפילן: פונדרויסן האט זיך שוין געהערט די גרויזאמע געשרייען, "לאס אויסשטייגן!" באגלייט מיט שרעק אנווארפענדע בילן פון ריזיגע שווארצע הונט, מען האט האט יעדן אראפגעטריבן מיט א וואנזיגע בהלה - מיט געוואלדן און מיט קלעפ, און דאן געלאזט שטיין ווארטן א גאנצע נאכט ליל שבת קודש אין די ציפעדיגע קעלט, ווען די גלידער ווארפן זיך פון קעלט און שרעק צוזאם.

צום פרימארגן האט מען זיך געשטעלט אין א לאנגע רייע, אויף די קאנטראלע פון דעם טרויעריג בארימטן רוצח דר. יאזעף מענגעלע ימ"ש, וועלכער איז געשטאנען מיט א שטעקעלע אין דער האנט, און נאכן אנקוקן זיין קרבן פון אויבן ביז אראפ, האט ער א גלייכגילטיגן מאך געטוהן מיט די האנט 'רעכטס' אדער 'לינקס', און אזוי באשטימט דעם גורל, "מי לחיים ומי למות".

די וואס זענען געקירעוועט געווארן צו דער רעכטער זייט, זענען אויסגעקליבן געווארן צו ארבעט, און די אנדערע זייט האט מען גענומען גלייך צום פארגאזן און פארברענען.

לייבוש און זיין נאנטע חבר און ערשטע קאזין מענדל זענען געווען איינע פון די אומגליקליכע וועלכע זענען אונאיינעם דעפארטירט געווארן אנגעהויבן פון זומער תש"ב, ווען די דייטשן האבן זיך גענומען צום 'אויסרייניגן' די קליינע שטעטלעך, אזוי ארום אז חודש אב איז געקומען די רייע אויך אויף זייער שטעטל.

אזוי פון זייער שטעטל אין פוילן האבן זיי אונאיינעם אדורך געמאכט עטליכע ארבעט'ס לאגערן און זיך צוביסלעך אויסגעלייטערט דורך די פארשאלטענע דייטשן ביז זיי האבן דערגרייכט מיט דעם טראנספארט דעם סאמען גיהנום אין אוישוויץ.

די צוויי יונגע בחורים'לעך וועלכע זענען פון יונגווייז אן אויפגעוואקסן אין שטעטל אונאיינעם, צוזאמען געלערנט ביים שטעטל'ישן מלמד, פארברענגט און געשטיפט, און צוביסלעך געווארן ערוואקסן, זענען געווען קינדער פון צוויי ברודער פון די חשובע חסידישע בערנפעלד פאמיליע וועלכע זענען געווען באקאנט אין גאנצן אומגעגענט, אלץ א ווארעמע חסידישע משפחה.

אזוי אויך פלעגן זיי אונאיינעם פארן צום רבי'ן אויף די ימים טובים ווי זיי זענען שטארק רעספעקטירט געווען. איינע פון די הויכפונקטן ביי זיי אין די משפחה איז בלי ספק געווען די קאפעליע וואס פעטער ברוך'ל פלעגט אנפירן ביים רבי'ן, יעדן יאר מיט פרישע הערליכע ניגונים מיט אויסטערלישע חידושים, באגלייט מיט צענדליגע משוררים פון אינגע בחורים'לעך מיט דינטשיקע שטומע'לעך ביז עלטערע אידן מיט שניי ווייסע בערד מיט דיקע שטומעס, אזוי אז ווען לייבוש און מענדל זענען אונטער געוואקסן האבן זיי אויך געהאט די זכי' צו זיין אויף ברוך'לס קאפעליע ביים רבי'ן.

ביי די ערשטע סעלעקציע ביי זיי אין שטעטל ווען די דייטשן ווי זייער שטייגער האבן פארארדנט אז אלע אידן מוזן זיך שטעלן אין מארק אין צענטער פון שטעטל, און וועם מען האט געטראפן אין שטוב האט מען געשאסן, האט מען פארפירט אלע יונגע מענטשן פון שטעטל אין אן ארבעט'ס לאגער און די עלטערע לייט פרויען און קינדער, צוזאמען עטליכע הונדערט נפשות, האט מען ארויסגעפירט אויפ'ן בית החיים, ווי מ'האט אויסגעגראבן צוויי מאסן גרובער, מ'האט יעדן געהייסן צוגיין צום אפענעם גרוב, אויסגעטוהן ביזן לעצטן מלבוש, אויסגעשאסן און אריינגעווארפן.

לייבוש און מענדל האבן פון דער ווייטענס צווישן די הויכע גראזן מיט געהאלטן די שרעקליכע מאסן מארד ווי מען האט אויסגעהארגעט אלע זייערע ליבע און נאנטע צווישן זיי זייערע עלטערן און יונגערע געשוויסטער, ווען צו זייער שטוינונג האבן זיי מיט געהאלטן ווי זייערע עלטערן האבן דארט אנגעפירט א חסידישן טענצל און געזינגען דעם פיוט "ויאתיו כל לעבדך" אויף א פרייליכע ניגון וועלכער איז פארפאסט געווארן דורך פעטער ברוך'ל דעם לעצטן יום טוב.

אזוי זענען די קדושים געגאנגען שטארבן על קידוש השם מיט א געזאנג אויף זייערע ליפן מיט די ווערטער פון דעם פיוט: 'ס'זאל שוין אויפשיינען די גאולה, ווען די גאנצע וועלט וועט אנערקענען דעם אייבערשטען ... ויתנו לך כתר מלוכה', אזוי זענען די הייליגע נשמות פון די אידן אנגענומען געווארן אויפ'ן מזבח של מעלה, דער מזבח פון קדושים וטהורים, הי"ד.

די טראגישע אבער געהויבענע בילד איז ביי זיי איינגעקריצט געווארן אין זייערע יונגע הערצלעך מיט בלוט און טרערן.

פון דארט און ווייטער האבן זיך די צוויי געקלאמערט איינע מיטן צווייטן, זיך געשטארקט און מחזק געווען, זיך מוסר נפש געווען איינע פארן צווייטן, ווען איינער איז געווען געפאלן ביי זיך, האט אים דער צווייטער געשטארקט און געמוטיגט, נאך אביסל נאך אביסל, איינע פארן צווייטן פלעגן זיי זיך אפשפארן עטליכע ברעקעלעך ברויט אביסל זיך צו שטארקן, ווען מענדל איז געווען געפאלן ביי זיך איז לייבוש געווען די שטארקער, און אזוי אויך פארקערט.

אזוי אויך אין אידישקייט זענען ביידע געווען זעלטן שטארק ביי זיך, יעדן טאג געדאווענט, און אפילו עספיעט צו לייגן די איינציגע פאר תפילין דארט אין לאגער מיט מסירת נפש ממש, בעפארן לויפן צו די ארבעט. יעדער אין זייער באראק האט געוויסט צו זאגן פון די פוילישע פרומע בחורים'לעך וועלכע וועלן אויף קיין פאל זיך נישט אפטיילן.

אלעס האט אזוי אנגעהאלטן ביזי די באפרייאונג סוף ווינטער תש"ה, דער רוס איז געקומען נענטער, די רוצחים האבן דאך נישט געוואלט איבער לאזן די אויסגעמאגערטע העפטלינגען, האט זיך אנגעהויבן די באקאנטע שוידערליכע 'טויט מארשן', אזוי האט מען זיי געטריבן פון אוישוויץ טיפער אין דייטשלאנד, גאנצע דריי טעג איז מען אזוי געגאנגען צופיס, עס זענען געפאלן קרבנות רעכט'ס און לינקס, ווער עס איז נישט אומשטאנד געווען ווייטער אנצוהאלטן איז באפרייט געווארן דורך א דייטשן קויל.

לייבוש האט אנגעהויבן אונטער ברעכן, מענדל האט דא געמוזט זיין דער שטארקער און מוטיגן לייבוש, האסט שוין אויסגעהאלטן ביז דא, האלט נאך אויס נאך אביסל, שטארק דיר, אט אט וועט שוין זיין די באפרייאונג.

דעם דריטן טאג איז מען אנגעקומען אין א לאגער, אין א שטעטל פעלדערפינג, א דריי מייל אונטער מינכן, האט מען דארט אויסגערופן, 'ווער עס קען נישט ווייטער גיין זאל בלייבן דא', לייבוש האט פארלוירן די מוט און שוין נעבעך געווען גרייט אויף אלעס, ער האט שוין פשוט נישט געהאט קיין כח, ער האט געטראכט 'יעבור עלי מה' זאל זיין וואס ס'זאל זיין, און ער איז דארט געבליבן, מענדל באין ברירה, נישט וועלענדיג איבערלאזן זיין לעצטער חבר און בלוט קרוב, איז אויך מיט געבליבן אונטער די אויפזיכט פון עטליכע עס עס לייט, די איבריגע זענען ווייטער געגאנגען, מי לחיים ומי למות.

געוויסע האבן געוויסט צו זאגן, אז מ'טאר נישט דא בלייבן מ'וועט אלעמען אויסשיסן, די רשעים האבן טאקע באקומען א באפעל, אויסצושיסן די אלע אונטערגעבליבענע העפטלינגען, נאר בחסדי השם האבן זיי זיך געכאפט, אז ווען די אמעריקאנער וועלן אט אט קומען, וועט מען זיי הענגען פאר אזא מעשה, און אזוי זענען זיי בס"ד ניצול געווארן, די אמעריקאנער זענען קורץ דענאך אנגעקומען, און זיי באפרייט.

נאכן באפרייאונג, ווען קיינער האט נישט געוואוסט וואס טוט מען ווייטער? וואו גייט מען? האט זיך מיטאמאל אראפגעלאזט אויף די לעצט פארבליבענע אודים מוצלים מאש, א געפערליך דערדריקנדער רושם, דאס וואס זיי האבן מיטגעמאכט דאס עצם זיין אזוי נאנט צו די קרעמיטאריומס, וועמענס נאכאנאנדיגער געדעכטער רויך האט מען געזעהן טאג און נאכט, געשפירט דער שוידערליכער ריח פון פארברענטע גופים.

אן איבערלעבער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז די ריח פון די טויטע קערפערס איז געווען שרעקליך שטארק, אז נאך די מלחמה האט ער א לאנגע צייט געפילט ווי די ריח לויפט עם נאך ווי א שאטן, 'און ביזן היינטיגן טאג פיל איך נאך דעם ריח ווען זאכן ענדלען דערצו, און ס'שוידערט מיר אויף מיין גאנצע קערפער'.

דערצו ווען דערנעבן האט אויך געארבעט די 'זאנדאר קאמאנדע', וועלכע האבן געדארפט ארויסשלעפן די טויטע גופים פון 'גאז קאמער', און אריבער ווארפן א צוים צום קרעמאטאריום וויבאלד 'בירקענוי' איז געווען דאס ארט פון די פיר גרויסע קרעמאטאריומס, וועלכע האבן איינגעשלינגען מיליאנען מענטשליכע קערפעס, און זיי פארוואנדלט אין אש. און אונטער די עלעקטריזירטע גראטעס, האט מען גאנץ גענוי געקענט זעהן וויאזוי מען פירט מענטשן צו זייער לעצטע וועג.

אין אזא מצב זענען אלע איבערלעבער ליידער געווען, די גאנצע איינגעזאמלטע דערשטיקטע געפילן פון די לעצטע פאר יאר וועלכע זענען פשוט באגראבן געווארן צוליב די טעגליכע קאמפ זיך פשוט צו דערהאלטן ביים לעבן האט דא אויסגעקראכט מיט איר גאנצן כח, אז די יאוש האט אינגאנצן באנומען, וויי גייט מען ווי קומט מען, אהיים? וואס אהיים, צו וועם, צו ווי, די מוטלאזיקייט און נידערגעשלאגנקייט איז געווען אויף א שרעקליכן פארנעם, אזוי ווייט אז פילע וועלכע האבן זיך אלץ געהאלטן גאר שטארק זענען דא נעבעך געפאלן אלץ גייסטישער קרבן פון דעם נאצישן מארד מאשין.

איינע פון די גייסטיגע קרבנות איז נעבעך געווען אונזער לייבוש וואס האט נעבעך דא ביים שוועל פון באפרייאונג אינגאנצן אונטערגעבראכן אונטער דעם שווערן גייסטישן לאסט, ער האט אוועק געווארפן זיין גאנצער אידישקייט און ליידער ממש נישט געקענט סובל זיין קיין פרומער איד, ער האט אזא איינעם ממש געהאסט.

פאר זיין געטרייער חבר מענדל איז דאס געווען א ביטערע בראך דאס אראפ צו שלינגען, אבער די זעלבע אמונה וואס האט אים געהאלטן ביז אהער האט אים דא אויך ווייטער באגלייט, ער זאל האבן די כוחות זיך אפצושיידן פון דעם פארביטערטן לייבוש און זיך גיין זיין וועג מיט פרומע און ערליכע חברים וועלכע האבן זיך געמיהט דארט אין דעם די. פי. לאגער צו טוהן פאר אידישקייט וואס איז נאר געווען מעגליך.

די פרומע חברים האבן אונאיינעם אנגעהויבן בליען און זיין פארנומען מיט צוריק אויפבויען אידישקייט, מען האט אהער געשטעלט א חברה שומרי שבת, א בית מדרש'ל, א כשר'ע קאך א. א. וו.

פאר די פרייע פושעים איז דאס אלעס געווען ווי א דארן אין אויג, און פאר לייבוש גארנישט ווייניגער.

עס האט נישט גענומען לאנג און די פרייע חברה האבן ערהאלטן זייערע סערטיפיקאטן קיין ארץ ישראל דורך די הילף פון די ציוניסטישע גרופעס ווי לייבוש איז שוין געווען אן אקטיווע חבר מיט אלע מפרשים.

דער ערליכער מענדל האט זיך נאך א שיין ביסל צייט געמוטשעט מיט זיינע חברים אונאנייעם ביז זיי האבן זיך ענדליך נאך לאנגע מאטערנישן זיך געזעהן אויפ'ן שיף וואס האט זיי געברענגט צו די בארטנס פון אמעריקא.

פארזעצונג וועט אי''ה נאכפאלגן.
לעצט פארראכטן דורך בערל קראקאווער אום זונטאג נאוועמבער 05, 2017 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

אינטרעסאנט - נארמאל הערשט נאכן באווייזן די גלאטע הונדרעטערס ווערט מען " ר' " און דא איז פונקט פארקערט...

[ביז דא האב איך געליינט יעצט - ועוד חזון למועד בעז"ה]
כ'בין א תם - נישט א נער
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

Wow!
טענקס בערל! רעדי פאר נעקסט
...
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

נאך נישט געליינט, אבער ווען איך זעה א פארזעצונג פין קראקא ווייסיך ס׳קומט א גוטס..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

שכח.
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

שכוח ר׳ בערל.
לאז אונז נישט ווארטן
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

אויבער-חכם האט געשריבן:נאך נישט געליינט, אבער ווען איך זעה א פארזעצונג פין קראקא ווייסיך ס׳קומט א גוטס..
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

private האט געשריבן:שכוח ר׳ בערל.
לאז אונז נישט ווארטן
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אויבער-חכם האט געשריבן:נאך נישט געליינט, אבער ווען איך זעה א פארזעצונג פין קראקא ווייסיך ס׳קומט א גוטס..
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

געליינט און שטארק הנאה געהאט, ווארט מיר אויף נעקסט.
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

שוין יא געליינט, שאקירנד איט איז!

הערליך געשריבן, נא-ווער?
נעוואדע בערל קראקאווער,
באקאנט פונעם עבר,

האט א מורא'ידגן טאלאנט,
אויסמישן פיקטיוו און קראנט,
צו האלטן דעם עולם געשפאנט,

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די נאכפאלגענדע טיילן!
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א זעלטענער גוטע אנהייב
רייך געשריבן,
און האלט געשפאנד דעם עולם, פון די ערשטע מינוט


גיי אן ווייטער, ביז צם פרייליכן ענדע (היות ס'איז א אויפגעמאכטע מעשה, ביסטו דאך בעה"ב ווי אזוי די מעשה זאל זיך אויסלאזן).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מורא'דיג, גאר שטארק הנאה געהאט און מיר ווארטן פאר נאך, שכח ר' בערל!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ערשטע פארזעצונג געליינט מיט הנאה. רעדי צו גיין ווייטער.
האסט א גוטן שריפט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך, מיר ווארטען אז איר זאלט וויטער גיין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

געלייענט און הנאה געהאט.
שכח!
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

א מאסיווער (נישט מאסטאווער) שטיקל! מיר קענען נישט ווארטן אויף די המשך!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

קראקעווער! אונז ווארטען אויף די פארזעצונג!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOW די ראש הקהל איז צוריק
פון קראקע מיט נייע שטיק
זיינע מעשיות זענען דאך ספעשיל ינוק
מיר שיקן אייך די מערסטע חיזוק
אויף די גאנצע מעשה ארויס איך קוק
אין א גרויסן דאנק פארן אנפאנגען פריש
אונז ברענגען הערליכע פארזעצונגען צום טיש
און מזכה זיין אידן מיט דיין הערליכע און רייכע חוש
ביטע גיי ווייטער און סטאפ ניש...
אסאך ברכה און הצלחה איז מיי וויש
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

כאף אז אויף דעם פליגער וועט ער טרעפן די שוין לאנג געזוכטע מיסטעריע טאשקע..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שטארק הנאה געהאט!

כ'האף נאר ס'זאל זיך נישט ענדיגן ווי די מיסטעריעזע טאשקע האט געענדיגט...
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

פארכאפט און שאק פון די מעשה און די טאלאנט!
wow
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

דאנקע שיין פאר אלע קאמפלימענטן.
בפרט האבן מיר הנאה געהאט פון די גראמען פון שמועסער, און מר. עללער - אן אלטער גוטער פריינד.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

בערל קראקאווער האט געשריבן:[align=center]ש פ א נ ו נ ג[/align]
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

שוגענער..... כשטיי שוין שעות מיט די צונג אינדרויסן און כווארט אויפן המשך... ערעב בערל טוט דאס נישט צו מיר...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”