ערענסט גערעד! זיך אריינכאפן אין מקוה, איז עס מותר?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

צאל איך מקוה געלד?

יא
97
80%
ניין
21
17%
מיין בית המדרש בעט נישט קיין געלד
4
3%
 
סך הכול שטימען: 122

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

ערענסט גערעד! זיך אריינכאפן אין מקוה, איז עס מותר?

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:15 pm

הערנדיג היינט אויף קולמע, ווי א איד איז מעורר איבערן זיך אריינכאפן אין מקוה, איז מיר נולד געווארן די פראגע צו איז דאס טאקע מותר?
אפי' בדיעבד?
איך וויל נישט מקטרג זיין חלילה, נאר מאכן א חשבון הנפש איז אייביג גוט, אוודאי יעצט נאך די ימים נוראים פאר זאת חנוכה. איך רעד נישט פון קיין חסידישע מעשיות אד"ג נאר הלכה אויס, צו איז פארהאן עפעס אן היתיר זיך אריינצוכאפן אין מקווה אומבאצאלט? איך ווייס נישט צו האלב עולם פארמאגט מקוה קארטלעך, קוק ביים טיר וועסטו זעהן ווי מיט כמעט יעדן כאפן זיך מיט 1 - 2 פערזאנען.




איך האב נאכגעזיכט און נישט געפינען קיין ענליכן אשכפל ביטע מודיע זיין

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:21 pm

וואס איז שייך צו פרעגן. יעדער וואס טוט עס האט א אנדערע סיבה. איינער מעג אפשר א צווייטער נישט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:24 pm

אויב איינער צאלט פארן חודש און ער האט פשוט פונקט פארגעסן היינט די קארט, פארוואס נישט.
אויב איינער צאלט אבער נישט , וואס איז די שאלה פארוואס זאל מען מעגן מעג מען אויפעסן יענעם'ס חלה צו עסן סעידת שבת?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:24 pm

איך רעד פון רוב עולם וועכע כאפן זיך אריין ווייל יעדער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:27 pm

מיינע רביס פלעגן זאגן די גיהנם איז געניג גרויס.
די כלל פון יעדער גייט נאר ארויף אויף רבנים בני תורה וואס מען זאגט א ווי באלד זיי טוען אזוי ווייסן זיי בעסער וואו אונז.
אבער פלעינע מענטשען איז א היתר?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:33 pm

גארגארפיק האט געשריבן:איך רעד פון רוב עולם וועכע כאפן זיך אריין ווייל יעדער

מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס א איד טראכט און וואס זיין חשבון איז. בצדק תשפוט עמיתך

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:38 pm

גארגארפיק האט געשריבן:הערנדיג היינט אויף קולמע, ווי א איד איז מעורר איבערן זיך אריינכאפן אין מקוה, איז מיר נולד געווארן די פראגע צו איז דאס טאקע מותר?
אפי' בדיעבד?
איך וויל נישט מקטרג זיין חלילה, נאר מאכן א חשבון הנפש איז אייביג גוט, אוודאי יעצט נאך די ימים נוראים פאר זאת חנוכה. איך רעד נישט פון קיין חסידישע מעשיות אד"ג נאר הלכה אויס, צו איז פארהאן עפעס אן היתיר זיך אריינצוכאפן אין מקווה אומבאצאלט? איך ווייס נישט צו האלב עולם פארמאגט מקוה קארטלעך, קוק ביים טיר וועסטו זעהן ווי מיט כמעט יעדן כאפן זיך מיט 1 - 2 פערזאנען.




איך האב נאכגעזיכט און נישט געפינען קיין ענליכן אשכול דערפון אויב איז דא ביטע מודיע זיין

Haklal
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:45 pm

דיין שאלה איז צי מען זיך אריינכאפן אין די געיט? וואס טיט זיך מקוואות וואס האבן נישט קיין געיט?

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:47 pm

קוק אויף די אנקעטע
"צאל איך מקוה געלד?"

פינחס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:49 pm

סאדאם איך צאל מקוה געלט
ביי א קהל מקוה הייסט דאס גנבה?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 3:59 pm

פינחס האט געשריבן:סאדאם איך צאל מקוה געלט
ביי א קהל מקוה הייסט דאס גנבה?

אז דו צאלסט מקוה געלט פאר א קהל מקוה און דו גייסט אריין אין א קהל מקוה פארוואס זאל זיין גניבה,
ווען איך צאל פאר לאנדא'ס מעג איך דארט נעמען עסן?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:03 pm

און אויב איז עס גניבה, מעג איך לאזן איינעם זיך מיטכאפן מיט מיר? לפני עיוור?

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:05 pm

ער האט געלייגט אן ענטער
איך צאל זיי נישט חושד
ענטער
ביי א קהל מקוה וואס קאסט זיי נישט נאר די האנטוך (אפשר נעמט ער דאס אויך מיט?) הייסט דאס גניבה
אזוי האב איך פארשטאנען
איך קען זיין אומגערעכט אויך......



____________________________________________________________________________________________________________________________
זבחי האקט

לכוראה הייסטו א מסייע ניין?

פינחס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:06 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פינחס האט געשריבן:סאדאם איך צאל מקוה געלט
ביי א קהל מקוה הייסט דאס גנבה?

אז דו צאלסט מקוה געלט פאר א קהל מקוה און דו גייסט אריין אין א קהל מקוה פארוואס זאל זיין גניבה,
ווען איך צאל פאר לאנדא'ס מעג איך דארט נעמען עסן?

איך האב נישט געמיינט צי פרעגען פאר מיר
איך פרעג צי עס הייסט גנבה ווען איינער גייט אין א קהל מקוה אן באצאלן?
אויב יא פין וועם איז עס גנבה?

פינחס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:08 pm

גערעכט גארגארפיק

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:08 pm

גארגארפיק האט געשריבן:ער האט געלייגט אן ענטער
איך צאל זיי נישט חושד
ענטער
ביי א קהל מקוה וואס קאסט זיי נישט נאר די האנטוך (אפשר נעמט ער דאס אויך מיט?) הייסט דאס גניבה
אזוי האב איך פארשטאנען
איך קען זיין אומגערעכט אויך......



____________________________________________________________________________________________________________________________
זבחי האקט

לכוראה הייסטו א מסייע ניין?
פינחס האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פינחס האט געשריבן:סאדאם איך צאל מקוה געלט
ביי א קהל מקוה הייסט דאס גנבה?

אז דו צאלסט מקוה געלט פאר א קהל מקוה און דו גייסט אריין אין א קהל מקוה פארוואס זאל זיין גניבה,
ווען איך צאל פאר לאנדא'ס מעג איך דארט נעמען עסן?

איך האב נישט געמיינט צי פרעגען פאר מיר
איך פרעג צי עס הייסט גנבה ווען איינער גייט אין א קהל מקוה אן באצאלן?
אויב יא פין וועם איז עס גנבה?




ברוך שכונתי

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:09 pm

איך האב אמאל געפרעגט א מקוה איד צו איך מעג מיטנעמען אנדערע, האט ער מיר געזאגט בשם א דיין אז איך טאר נישט יענעם אפערן , אבער אויב יענער פרעגט דארף איך אים נישט אפזאגען,
זוכט איר דוי?

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:10 pm

אינטערעסאנט

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:12 pm

פינחס האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פינחס האט געשריבן:סאדאם איך צאל מקוה געלט
ביי א קהל מקוה הייסט דאס גנבה?

אז דו צאלסט מקוה געלט פאר א קהל מקוה און דו גייסט אריין אין א קהל מקוה פארוואס זאל זיין גניבה,
ווען איך צאל פאר לאנדא'ס מעג איך דארט נעמען עסן?

איך האב נישט געמיינט צי פרעגען פאר מיר
איך פרעג צי עס הייסט גנבה ווען איינער גייט אין א קהל מקוה אן באצאלן?
אויב יא פין וועם איז עס גנבה?

אויב געהערט ער אין יענע קהילה ווי ער גייט אומבאצאלט איז ער א גנב פון זיך אליינס!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:22 pm

קאפי קאסט אויך געלט ? מקווה איז א סערוויס פונקט ווי קאפי כנל"ד

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:23 pm

אבער אז זיי בעטן געלד ברויכסטו באצאלן
כנל"ד

פינחס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:27 pm

קאפי בעט מען אויך, נאר נישט אזוי שטארק ווי ביי מקוה
אין לאמיר זאגן אז זיי בעטען. ווערט עס גנבה?
איך רעד נישט ווען א פרייווטע מענטש האט א מקוה

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:32 pm

fiena nieas האט געשריבן:קאפי קאסט אויך געלט ? מקווה איז א סערוויס פונקט ווי קאפי כנל"ד

ווער דארף אהערשטעלן און באצאלן פאר דעם סערוויס? און פארוואס?
זוכט איר דוי?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:40 pm

ס'דא א אשכול ווי מען האט דאס שוין אמאל ארום גערעדט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:43 pm

SPUSMN האט געשריבן:ס'דא א אשכול ווי מען האט דאס שוין אמאל ארום גערעדט.

ענדליך
ווי?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גיט, קרעמער, שמש און 52 געסט