די אויפוואכונג איבער נישט רעדן בשעת תפילה וקריאת התורה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

די אויפוואכונג איבער נישט רעדן בשעת תפילה וקריאת התורה

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 11:45 pm

האב איך פונקט געהערט לעצטענס 2 שוהלן און וויליאמסבורג וואס האבן געמאכט א קבלה אנגעפיהרט דורכ'ן רב הביהמ"ד נישט צו רעדן ביים דאווענען.
איך רעד נישט פון קיין כאניאקישע ביהמ"ד וואס באשטייט פון א מנין מבקשים, נאר איך רעד פון א גאר בעלעבאטישע ציבור.

אין איינע פון די שוהלן האט מען איינגעפיהרט אז מ'מאכט נישט מער פון איין מי שבירך, וואס העלפט דעם ציבור זיך צו האלטן שטיל בין גברא לגברא, ווי אויך מאכט מען דארט יעדע וואך דעם מי שבירך פונעם תוס' יו"ט פאר יהללו מיט די ספר תורה אין די האנט.

ס'איז א באגריסענדע מאוומענט וואס האט נארוואס אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלען ביים היימישען עולם, און איז א ענין וואס פלעגט זיין -און איז נאכאלץ- שטארק נאכגעלאזט ביים היימישען עולם אינדערצייט וואס אין פיהל שוואכערע קרייזן איז מען מער נזהר אין דעם.

די שטומע, טראדיציאנאלע, איינגעפרעימטע "אסור לדבר בשעת התפילה וקריאת התורה" טעוועלעך וואס באציהרן די ווענט פון כמעט יעדע שוהל, האבן ענדליך באקומען לעבעדיגע שותפים וואס זאלן פארווירקליכן איר אלטע, שוין הייזעריגע געשריי.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:28 am

די אויפוואכונג קומט לכאורה מחמת וואס אידן דארפן ישועות ליידער אויף א שרעקליכן פארנעם! לעצטענס איז אסאך נתפרסם געווארן אפענע ישועות מיט די קבלה פון נישט רעדן ביים דאווענען! ב״ה דער עולם קערט זיך צירוק צו די ארגינעלע סגולות!

דאכט זיך די אסור לדבר טעוועלעך זענען נתייסד געווארן דורך די לעלובע רבי זצ״ל פון בני ברק

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 10:07 am

אמת. און די באשיידענע ווינקעלע דא - הנקרא אייוועל"ט, האט א באדייטענע טייל אין די אויפוואכונג. סיי פון די הערליכע מאמרים וואס זענען געשריבן געווארן דא פאר א צייט צוריק און געפונט זיך היינט אויף די בלעטער וואס ליגן אויף די טישן אין די בתי מדרשים, און סיי דאס פארשפרייטן די בלעטער וואס ברענגען א התעוררות מיט טרעפליכע מאמרים אויף קדושת ביהמ"ד.

הערליכע מאמרים פון אונזער חבר על כל דבר שבקדושה הרב שלום פריעדמאן
מעשה שהיה - קדושת ביהמ"ד
קבלה נכונה בקדושת ביהמ"ד
קדושת בית המדרש לרגל היארצייט של התוס' יו"ט

לינקס, צו קענען פארשפרייטן די מאמרים, דורך הרב שטייגען
ומקדשי תיראו (גליונות בענין קדושת בית המדרש)

שמועסן די כח פון אמן - אמן יהא שמיה רבא

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:40 pm

ווען מען זעהט וואס דער הייליגער קאזניצער מגיד זצ"ל שרייבט אינעם ספה"ק עבודת ישראל כאפט פשוט א פחד, ווי אזוי קען מען זיך ערלויבן צו רעדן בשעת'ן דאווענען ווען מען מאכט יענעם שאדן אז זיינע תפילות ווערן אויך נישט אנגענומען, זיצט א איד אין גרויסן ביהמ"ד וואו עס דאווענען הונדערטער אידן און מיט איין ווארט וואס ער רעדט ארויס ווערן אלע תפילות באזייטיגט, ממש א שרעק..

וזלה"ק בא"ד פרקי אבות, פרק ה' משנה ה': לכן צריך להזהר שלא לדבר בבית הכנסת שום דיבור קל חוץ מן התפילה, כי כשמדבר דברים בטלים דומה כמי שמדבר עם המלך והופך פניו ממנו ואומר אדוני המלך אי אפשי לדבר עמך רק אדבר חפצי ובזה הוי דוחק רגלי השכינה ח"ו. ואף שאר העם המתפללין בכוונה תפלתן, גם כן יוכל להיות שלא תקובל ח"ו תפלתם בעון האחרים, ומכל שכן בשעת חזרת הש"ץ ובשעת קריאת התורה שצריך לשמוע דברי הש"ץ

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:58 pm

אסאך קרעדיט קומט פאר די עוסקים למען הפצת קדושת ביהמ"ד, ווי אמן ואמן, הליכות החיים, וועד מורא מקדש, ומקדשי תראו, נקדישך, ועוד.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 1:14 am

נאך א שיינע אשכול

viewtopic.php?t=33531#p1431233

פי די עפ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

מענדי
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

תגובהדורך מענדי » זונטאג דעצמבער 03, 2017 11:45 am

צוגעלייגטע
IMG-20171203-WA0006.jpg
IMG-20171203-WA0006.jpg (136.26 KiB) געזעהן 746 מאל

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:05 pm

מוראדיג
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:32 pm

וואס ארט שטארק און טוט שטארק וויי ווען מען האט א ציבור אידן וואס רוב רובם רעדן נישט, זענען דא אינגאנצן צוויי דריי עזות פנים'מער, cool guys וואס מיינען נישט זיי מיינט מען. געוואלד, עס שטייט דאך אין די ספרים הקדושים אז דאס האלט אפ די תפילות פונעם גאנצן ציבור. וויאזוי האבן זיין רשות צו פארהארגענען דעם גאנצעם ציבור? שמועסט אינדרויסן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 23, 2018 11:42 am

מרדכי אשר יהושע בן שניאור זלמן

במורא מקדש היה נזהר מלדבר בתפלה מתחלתה עד סופה

IMG-20180720-WA0004.jpg
IMG-20180720-WA0004.jpg (143.83 KiB) געזעהן 176 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גולם, מהריץ און 19 געסט