אנקעטע: איז דא א נארמאלערער וועג ווי אזוי צו באריכטן דא נייעס בנוגע "גיוס"

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

איז דא א נארמאלערער וועג ווי אזוי צו באריכטן דא נייעס בנוגע "גיוס"?

יא: מען דארף טרעפן א בעסערע מהלך.
59
63%
ניין: לאזן אזוי ווי עס איז יעצט.
35
37%
 
סך הכל שטימען: 94

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

אנקעטע: איז דא א נארמאלערער וועג ווי אזוי צו באריכטן דא נייעס בנוגע "גיוס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מנהלים בבקשה: ביטע נישט פארשפארן אדער אוועקפירן גלייך, אפשר קען מען פארט אויפקומען מיט א מהלך.
מגיבים בבקשה: שרייבט נישט קיין זאך וואס קען האבן די מינדעסטע אויסזען פון שייכות מיט פאליטיק סיי בנוגע אגודה-סאטמאר, סיי סאטמאר-סאטמאר, און סיי הפלג-שטיינמאן.

די שאלה איז צו עס איז דא א וועג ווי אזוי נייעס בנוגע גיוס זאל קענען באריכטעט ווערן דא אויפן וועלטעל?
דער וועג וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן מיטן לייגן גיוס אין אקטועלן פארום, האט בעסיקעלי געברענגט צו א פאקטישן אפשטעל פון סיי וואסערע באריכטן איבער גיוס. דאס איז דער מציאות. אזא טאג ווי היינט ווי די הפגנות זענען באריכטעט געווארן איבער גאנץ ארץ ישראל, פרומע, פרייע, קנאים, אגודה, איד, בלאט, צייטונג, קול מבשר... איז אבער דא אויפן וועלטעל (כמעט) טויט שטיל. גאר אסך אידן וואס האבן נישט קיין צוטריט ערגעץ אנדערש וואלטן זייער געוואלט אויב עס וואלט יא געקענט אויסגעארבעט ווערן א בעסערע מהלך.

לבי אומר לי אז מען דארף יא קענען טרעפן א בעסערע מהלך (אפשר א אפציע אז ווען איינער איז מגיב אין א גיוס אשכול זאל עס יא גלייך ארויפגיין פאר די פאבליק, נאר אויב איינער איז מדווח זאל עס ווערן זאפארט אפגעמעקט ביז א ממונה קען קוקן דערויף).

וואס זאגט איר? איז דא א נארמאלערער וועג ווי אזוי צו באריכטן דא נייעס בנוגע "גיוס"
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

ווייס איך נישט וואס די מיינסט מיט בעסערע מהלך.
לדעתי ברענגט עס צו שנעל צו לשון הרע ומחלוקת, אין היות די פלאץ דא איז פאר אלע קרייזן איז בעסער אז מ׳איז זיך מונע פין נושאים וואס ברענגן קאפ וויי..
די זעלבע סיבה פארוואס אין די אלע דערמאנטע צייטונגן רעדן פין חסידישע נייעס אבער דא איז עס נישט ערלויבט, ווייל א פלאץ ווי יעדער קען שרייבן וואס ער וויל אין האקעלע ענינים, ווערט שנעל פארפירט צו פאליטיק.
וד״ל
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אויבער-חכם האט געשריבן:ווייס איך נישט וואס די מיינסט מיט בעסערע מהלך.
לדעתי ברענגט עס צו שנעל צו לשון הרע ומחלוקת, אין היות די פלאץ דא איז פאר אלע קרייזן איז בעסער אז מ׳איז זיך מונע פין נושאים וואס ברענגן קאפ וויי..
די זעלבע סיבה פארוואס אין די אלע דערמאנטע צייטונגן רעדן פין חסידישע נייעס אבער דא איז עס נישט ערלויבט, ווייל א פלאץ ווי יעדער קען שרייבן וואס ער וויל אין האקעלע ענינים, ווערט שנעל פארפירט צו פאליטיק.
וד״ל

איך בין נישט דוקא מחולק. די מציאות איז אבער אז עס איז דא א חלק פונעם נושא וואס איז טרוקענע נייעס און האט נישט גארנישט מיט קיין פאליטיק. טרוקענע פאקטן פון ארעסטען, בילדער, ווידיאס וכולי סא אפשר איז יא דא א וועג ווי אזוי עס קען ווערן באריכטעט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מען זאל עפענען א טעגליכע אשכול פאר גיוס און עס זאל זיך אייסמעקן יעדע נאכט צוויי אזייגער- דאס איז די בעסטע מהלך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מ'קען אלע צוזאמןע אופנעמען א משגיח תמידי.

אדער קען מען אופימאכן צוויי באזונדערע אשכולות למשל איינס וואס שטיצט די היינטיגע הפגנות און איינס וואס איז אנקעגן. און יעדע תגובה זאל גלייך אריינגיין אין זיין אשכול.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

די באהערדע זאל אפראווען ווער עס איז בארעכטיגט צו באריכטן אין אזא סארט אשכול
ד.ה. מיט וועם די באהערדע האט עקספיריענס אז ער זייעט אהן כאאס, אדער אין דער נושא איז ער נישט שליט על לבו, זאל יענער ניק נישט ערמעגליכט ווערן צו מגיב זיין אינעם אשכול.
גראדער טראכטער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 08, 2016 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער טראכטער »

שטאלצער יוד האט געשריבן:מ'קען אלע צוזאמןע אופנעמען א משגיח תמידי.

אדער קען מען אופימאכן צוויי באזונדערע אשכולות למשל איינס וואס שטיצט די היינטיגע הפגנות און איינס וואס איז אנקעגן. און יעדע תגובה זאל גלייך אריינגיין אין זיין אשכול.

די בעסטע וועג וואלט געווען עס זאל זיין 2 עקסטערע אשכולות אין אייין זאל מען קענען ברייט זיך אויסשמועסן די שרעקליכע גזירות אין די קול מלחמה במחנה. אין די צווייטע וועט זיין פאר די וואס האלן עס איז בכלל נישט דא די גזירה דארט וועט מען אויס שמועסן די מאדענע איינרעדעניש אז עס איז דא א גזירה גיוס מען וועט שרייבן איבער די שרעקליכע פראות אין אזוי ווייטער
לאמיר זיין קלאר מיט די פאקטן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

רצון טוב האט געשריבן:די באהערדע זאל אפראווען ווער עס איז בארעכטיגט צו באריכטן אין אזא סארט אשכול
ד.ה. מיט וועם די באהערדע האט עקספיריענס אז ער זייעט אהן כאאס, אדער אין דער נושא איז ער נישט שליט על לבו, זאל יענער ניק נישט ערמעגליכט ווערן צו מגיב זיין אינעם אשכול.

גאנץ א פיינער געדאנק. עס קען קומען מיט א ווארענונג אז אויב מען איז מגיב איינמאל נישט ווי עס ברויך צו זיין אין א גיוס אשכול ווערט מען א חסום לדבר אחד..

גראדער טראכטער האט געשריבן:

איר זענט פילייכט סארקאסטיש. די מנהלים דא ווילן זיכער נישט דאס.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דארף זיין א דריטע אפציע:
יא, אבער ס'זאל שטימען מיט די אגענדע פון מיין פארטיי (חסידית בלע"ז)
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

יעדע פארטיי זאל האבן א באזונדערע אשכול, פארשטייט זיך נאר לויט די תקנת המקום.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ר' יום טוב האט געשריבן:יעדע פארטיי זאל האבן א באזונדערע אשכול, פארשטייט זיך נאר לויט די תקנת המקום.

און..קיינער פון די אנדערע פארטיי וועט נישט מעגן מגיב זיין אינעם אנדערן אשכול? אריינגיין וועט ער יא מעגן?

איך מיין עס איז גוט אין טעאריע אבער נישט אין פראקטיק.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

אפשר לאזן בלויז בילדער? אדער אפילו בלויז קורצע טרינקענע נייעס?
מיטן טאטאל שטילקייט דא, דאס איז אויך אפשר גענומען א צד.....
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

אפשר זאל מען האבן א פארמאכטע אשכול נאר פון טריקענע נייעס און נאר איינער זאל קענען שרייבן ???
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

מען קען שרייבן [מיטן אלטן נוסח...] אזוי...
מען האט ארעסטירט דא איינעם דארט איינעם, אבער אויסער דעם איז שא שטיל....
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

עס זאל זיין א באזונדערע אשכול פאר טרוקענע נייעס און פאר בילדער מיט קליפס וואס יעדער זאל קענען לייגן
און פאר ארום טענעה'ן זאל בלייבן אינעם אקטועלע נייעס
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

עס איז נישט דא קיין אנדערע מהלך, די סיבה דערצו איז וויבאלד דער עולם וויל נישט ארקענענן אז יעדע אינדעווידוועל האט א רעכט צו א אייגענע מיינוג.

ביי טייל פון די שרייבער דא איז די פראטעסטען פון די פארגאנגענע וואך קודש הקדשים, ביי א צווייטע טייל איז עס מופרך ונגד התורה, און יעדער איז בארעכטיגט ארויס צו שרייבען וואס ער טראכט.

און ווי לאנג די ניקים דא וועלן זיך נישט אויסלערנען אז דא די פלאטץ נאר פאר נייעס און נישט ארויף צו צווינגען איינען אויפן צווייטען זיין מיינוג, אזוי לאנג קען מען עס דא נישט שרייבען.

א אשכול פאר בלויז נייעס און בילדער איז נישט אינטערסאנט, ווייל מען קען נישט שטיל מאכען א האלבע ציבור, יעדער דארף האבן אייניג רשות הדיבור, דערפאר איז מיין מסקנה אז די יעצטיגע איינפיר פון "אקטועלע נייעס" די בעסטע אויסוואל כאטש אז עס איז נישט צו גוט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

חדשות האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:די באהערדע זאל אפראווען ווער עס איז בארעכטיגט צו באריכטן אין אזא סארט אשכול
ד.ה. מיט וועם די באהערדע האט עקספיריענס אז ער זייעט אהן כאאס, אדער אין דער נושא איז ער נישט שליט על לבו, זאל יענער ניק נישט ערמעגליכט ווערן צו מגיב זיין אינעם אשכול.

גאנץ א פיינער געדאנק. עס קען קומען מיט א ווארענונג אז אויב מען איז מגיב איינמאל נישט ווי עס ברויך צו זיין אין א גיוס אשכול ווערט מען א חסום לדבר אחד..

דעם פארשלאג איז דאס מערסט לאגישע און נארמאלע עצה פון אלע דערמאנטע עצות. דאס דארף מען אבער אויסארבעטן טעכניש, נישט אזא פשוטע זאך.

מנהלים, ביטע באציהט זיך צום נושא אז מיר זאלן וויסן אויב מיר רעדן נישט קיין דברים בטלים...

----

צהלה ושמחה האקט, זייער ריכטיגע רייד, אבער ליידער זעהט נישט א בר קיימא אין אונזער היינטיגע היציגע סאסייעטי וואו יעדער פירט די וועלט...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

צהלה ושמחה , זייער ריכטיגע רייד.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

צהלה ושמחה האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין אנדערע מהלך, די סיבה דערצו איז וויבאלד דער עולם וויל נישט אנערקענענן אז יעדע אינדעווידוועל האט א רעכט צו א אייגענע מיינוג.

ביי טייל פון די שרייבער דא איז די פראטעסטען פון די פארגאנגענע וואך קודש הקדשים, ביי א צווייטע טייל איז עס מופרך ונגד התורה, און יעדער איז בארעכטיגט ארויס צו שרייבען וואס ער טראכט.

און ווי לאנג די ניקים דא וועלן זיך נישט אויסלערנען אז דא די פלאטץ נאר פאר נייעס און נישט ארויף צו צווינגען איינען אויפן צווייטען זיין מיינוג, אזוי לאנג קען מען עס דא נישט שרייבען.

א אשכול פאר בלויז נייעס און בילדער איז נישט אינטערסאנט,[למה???] ווייל מען קען נישט שטיל מאכען א האלבע ציבור, יעדער דארף האבן אייניג רשות הדיבור, דערפאר איז מיין מסקנה אז די יעצטיגע איינפיר פון "אקטועלע נייעס" די בעסטע אויסוואל כאטש אז עס איז נישט צו גוט.

צהלה האסט ממש ארויס גענומען מיינע ווערטער פון מויל, אבער עס גייט א טריט ווייטער.

מילא ווען מען האלט דא ביים כינוס, ווען די געמיטער זענען אנגעצויגן, יעדער קאכט, זה בכה וזה בכה, נו פארשטיי איך אז יעדע נייעס ווערט אריינגעצויגן אין א דעבאטע; אבער כהיום ווען זאכן האבן זיך איינגעשטילט, יעדער איז מער ווייניגער ביי זיין מיינונג, טא, פארוואס קען מען נישט באריכטן בלויז טריקענע נייעס?? פארוואס מוזן זיך אלס אפירקראצן ניק'ס און זיך נעמען טענה'ען אויף די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע טענות?? קענסט טאקע נישט פארנעמען אז יענער האלט אנדערש ווי דיר?? מוזט דיך ממש "אייביג" אנרופען אז עס איז נישט דא קיין גזירה??

[נעם א דוגמא די אשכול פון רי"מ שעכטער'ס נסיעה קיין אומאן, דער פותח האט געבעטן ביטע נאר בילדער, קומען אפיר ניק'ס און נעמען זיך האקן יא ברסלב נישט ברסלב, די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע טענות]

ווי לאנג עס דרייען זיך דא קינדער אן א זעלבסט-קאנטראל, וועט אלעס בלייבן ביים אלטן, און גיוס אויף אייוועלט איז עבר ובטל...

נ.ב. איך רעד נישט פון קיינעם פערזענדליך, איך טראכט נישט פון קיין ספעציפישער ניק, אבער דאס איז די מציאות.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

פריילעך אידל האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין אנדערע מהלך, די סיבה דערצו איז וויבאלד דער עולם וויל נישט אנערקענענן אז יעדע אינדעווידוועל האט א רעכט צו א אייגענע מיינוג.

ביי טייל פון די שרייבער דא איז די פראטעסטען פון די פארגאנגענע וואך קודש הקדשים, ביי א צווייטע טייל איז עס מופרך ונגד התורה, און יעדער איז בארעכטיגט ארויס צו שרייבען וואס ער טראכט.

און ווי לאנג די ניקים דא וועלן זיך נישט אויסלערנען אז דא די פלאטץ נאר פאר נייעס און נישט ארויף צו צווינגען איינען אויפן צווייטען זיין מיינוג, אזוי לאנג קען מען עס דא נישט שרייבען.

א אשכול פאר בלויז נייעס און בילדער איז נישט אינטערסאנט, ווייל מען קען נישט שטיל מאכען א האלבע ציבור, יעדער דארף האבן אייניג רשות הדיבור, דערפאר איז מיין מסקנה אז די יעצטיגע איינפיר פון "אקטועלע נייעס" די בעסטע אויסוואל כאטש אז עס איז נישט צו גוט.

צהלה האסט ממש ארויס גענומען מיינע ווערטער פון מויל, אבער עס גייט א טריט ווייטער.

מילא ווען מען האלט דא ביים כינוס, ווען די געמיטער זענען אנגעצויגן, יעדער קאכט, זה בכה וזה בכה, נו פארשטיי איך אז יעדע נייעס ווערט אריינגעצויגן אין א דעבאטע; אבער כהיום ווען זאכן האבן זיך איינגעשטילט, יעדער איז מער ווייניגער ביי זיין מיינונג, טא, פארוואס קען מען נישט באריכטן בלויז טריקענע נייעס?? פארוואס מוזן זיך אלס אפירקראצן ניק'ס און זיך נעמען טענה'ען אויף די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע טענות?? קענסט טאקע נישט פארנעמען אז יענער האלט אנדערש ווי דיר?? מוזט דיך ממש "אייביג" אנרופען אז עס איז נישט דא קיין גזירה??

[נעם א דוגמא די אשכול פון רי"מ שעכטער'ס נסיעה קיין אומאן, דער פותח האט געבעטן ביטע נאר בילדער, קומען אפיר ניק'ס און נעמען זיך האקן יא ברסלב נישט ברסלב, די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע טענות]

ווי לאנג עס דרייען זיך דא קינדער אן א זעלבסט-קאנטראל, וועט אלעס בלייבן ביים אלטן, און גיוס אויף אייוועלט איז עבר ובטל...

נ.ב. איך רעד נישט פון קיינעם פערזענדליך, איך טראכט נישט פון קיין ספעציפישער ניק, אבער דאס איז די מציאות.

U העוו איט ראנג, און דאס איז טאקע איז א גיטע דוגמה פארוואס עס איז נישט דא קיין אנדערע מהלך.

דו האלסט אז עס איז יא דא א גזירה און אז די פראטעסטען איז גוט? אנדערע האלטען להפיך..!

דו ווילסט זיך לאזען הערן מיט דיין מיינוד? די צד שכנגד וויל אויך..!

דיין עצם נישט פארשטיין פארוואס א צווייטער וואס האט נישט די זעלבע מיינוג ווי דו וויל בכלל אריינרעדן אין די נושא, איז א רעסעפי פאר א אפגעשפארטע אשכול.

וכו"כ איז מיט ברסלב און מיט יעדע נושא וואס האט צוויי מיינוגען,

עס עקזעסעקטירט נישט אזא מציאות צו זאגען אז מען שרייבט נאר דאס און דאס, און ווער עס האלט אנדערש זאל נישט רעאגירען.

ערעב איד.. איר ווילט זיך לאזען הערן מקדושת ההפגנות? פארשטיי דיין שכן וואס וויל זיך לאזן הערן בגנות ההפגנות..!
און רעספעקטיר אים ווען ער שרייבט קעגן דיין מיינוג, און טענה זיך נישט מיט אים.. די פראבלעם איז זיך דאס טענה'ן פון ביידע זייטען און דאס נישט וועלן אקצעפטירען יענעם אז ער איז אויך בארעכטיגט צו זיין מיינוג און עס אראפצושרייבען.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

צהלה ושמחה האט געשריבן:

צוויי נקודות:

1: מען רעדט נישט יעצט פון זאגן א מיינונג, די מיינונגען ווייסט מען שוין פון לאנג, מען רעדט פון אפדעיטן פאר די וואס זענען יא אינטערעסירט אין הפגנות מיט נייעס און בילדער, און נישט אלטע דיסקוסיעס.

2: הייסט דאס אזוי, ווען יענער רופט זיך אן ווען איך ברענג עפעס פון די פראטעסטן, מיינט אז ער פארנעמט א צווייטן מיינונג, אבער ווען איך זאג, ר' איד דא איז נישט די פלאץ זיך צו טענה'ען, מיינט אז איך פארנעם נישט א צווייטנס מיינונג.....

א מענטש דארף האבן זעלבסט קאנטראל, ווען איך זעה יעצט א אשכול "א נסיעה קיין ארץ ישראל" זאל איך אריינגיין האקן אז דער רבי האט נישט געלאזט פארן קיין א"י? האלטסט אז מטאר נישט פארן, קום נישט דא אריין, דא רעדט מען פאר די וואס פארן יא, און זיכן טיפס. הוא הדין הכא.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

טריסקער האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:די באהערדע זאל אפראווען ווער עס איז בארעכטיגט צו באריכטן אין אזא סארט אשכול
ד.ה. מיט וועם די באהערדע האט עקספיריענס אז ער זייעט אהן כאאס, אדער אין דער נושא איז ער נישט שליט על לבו, זאל יענער ניק נישט ערמעגליכט ווערן צו מגיב זיין אינעם אשכול.

גאנץ א פיינער געדאנק. עס קען קומען מיט א ווארענונג אז אויב מען איז מגיב איינמאל נישט ווי עס ברויך צו זיין אין א גיוס אשכול ווערט מען א חסום לדבר אחד..

דעם פארשלאג איז דאס מערסט לאגישע און נארמאלע עצה פון אלע דערמאנטע עצות. דאס דארף מען אבער אויסארבעטן טעכניש, נישט אזא פשוטע זאך.

מנהלים, ביטע באציהט זיך צום נושא אז מיר זאלן וויסן אויב מיר רעדן נישט קיין דברים בטלים...

----

מנהלים וואס זאגט איר?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

סתם פאר אינטערסאנטקייט . כ'האב געשריבן א נארישע תגובעלע אין די אקטועלע אשכול און ס'האט געדוירט 3 אדער 4 טעג ביז מען האט עס ארויפגעלייגט.. נאך אזוינס גליסט מיר שוין נישט צו שרייבן אין ארויפלייגן זאכען...
(וואס ליידער ווערט עס מער און מער יעדן טאג.... די לעצטע וואך וואלט דאס געדארפט זיין די מערסטע אקטיווע אשכול מיט ליידער איבער 200 ארעסטען פאריגע וואך אליינס.)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

eller האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט . כ'האב געשריבן א נארישע תגובעלע אין די אקטועלע אשכול און ס'האט געדוירט 3 אדער 4 טעג ביז מען האט עס ארויפגעלייגט.. נאך אזוינס גליסט מיר שוין נישט צו שרייבן אין ארויפלייגן זאכען...
(וואס ליידער ווערט עס מער און מער יעדן טאג.... די לעצטע וואך וואלט דאס געדארפט זיין די מערסטע אקטיווע אשכול מיט ליידער איבער 200 ארעסטען פאריגע וואך אליינס.)

על זה אנו דנין, דאס איז פארוואס די אקטועלע אשכול ארבעט זיך נישט אויס.

ב.ד.וו אויב וויל מען קענען מצליח זיין מיט א גיוס אשכול, וועט מען מוזן נעמן אלע געפילן און לייגן אין א זייט. נישטא קיין פלאץ פאר קיין ליידערס און קיין הצלה און ישועה גדולה'ס. (להאומרים אין גזירה איז דאך עס נישט קיין ליידער, והבן)
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”