חידות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: חידות

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג מאי 22, 2020 12:21 pm

דייקן האט געשריבן:פאר @ליבלעך'ס חידה
צו באקומען 5 דאלער קען מען מיט 1 ביל, 7 דאלער מיט 3 ביל'ס (אדער מיט 2), 4 דאלער דארף מען 2 אדער 3 אדער 4 ביל'ס, אבער זיכער נישט 0.

זייער א שיינע כאפ, אבער עס האט א גרינגערע און פשוטערע הסבר

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: חידות

תגובהדורך איינס » פרייטאג מאי 22, 2020 12:41 pm

5+1 איז 6
7+3 איז 10
א עיוון נאמבער

לויט דעם
וואלט ער געדארפט ענטפערן 2 אדער 4 אדער 6 וכו'
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: חידות

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג מאי 22, 2020 1:03 pm

ווען ער ענטפערט זערא איז עס דאך אויך אן איווען נומבער, 4+0 איז דאך 4

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: חידות

תגובהדורך שופר » פרייטאג מאי 22, 2020 1:05 pm

איינס האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אהה..

אוודאי טוישען, און נעמען די צווייטע טיקעט וואס ער ברענגט דיך.

פארוואס? צוויי טיקעטס איז נישט אייביג 50 50?

פליז?....

ווען איך זאג אז צוויי איז 50/50 איז עס ווען דאס איז די איינציגסטע צוויי.
אבער ביי א לאטערי איז דאך דא טויזענטער אנדערע טיקעטס.
לאמיר זאגן ס'טויזענט טיקעטס, איז דא 0.1% שאנס אז דיין טיקעט איז די געווינער, קומט אויס אז ס'דא א 99.9% אז די צווייטע איז די געווינער טיקעטנוואס ער האט אפגעקויפט פונעם געווינער.


די טעות ביי ביידע מעשיות איז אז דו רעכנסט די טשענסעס אויף איין חלק פון איין פרעספעקטיוו און בייים צווייטן פון א צווייטע פרעספעקטיוו

ווען איך קויף די לאטערי איז די שאלה:
וויפל איז די טשענס אז דער וואס גייט אויסוועלן די נאמבערס זאל זיין אזוי ווי מיינע נאמבערס?
און די ענטפער איז 1 אויף מיליאן

ווען איך האב שוין די צוויי טיקעטס פרעגסטו:
וויפל איז די טשענס אז איינע פון די צוויי איז די געווינער?
און די ענטפער איז 1 אויף 2

יעצט גייסטו און אויפן ערשטן טיקעט קוקסטו וויפל איז די טשענס אז דער וואס גייט אויסוועלן די נאמבערס זאל זיין אזוי ווי מיינע נאמבערס, און ביים צווייטן טיקעט קוקסטו וויפל איז די טשענס אז איינע פו די צוויי איז די געווינער.

לויט דיר זאל ער נאכאמאל פיקן די ערשטע טיקעט און אזוי ווי עצט איז דא א חלות פון 50 50 זענען ביידע טיקעטס 1/2

משום מה האלסטו אז די חלות פון 1 אויף מיליאן איז קדוש קדוש און דו לאזט איהם נישט אפ

ווען דו ווילסט ריכטיג קוקן דארפסטו קוקן אזוי
וויפל איז די טשענס אז דער וואס גייט אויסוועלן די נאמבערס זאל זיין אזוי ווי מיינע נאמבערס? 1 אויף מיליאן
וויפל איז די טשענס אז דער וואס גייט אויסוועלן די נאמבערס זאל זיין אזוי ווי די נאמבערס פון די צווייטע טיקעט? אויך 1 אויף מיליאן

ווען ביידע ליגן אין פראנט פון מיר פרעגסטו שוין נישט וויפל איז די טשענס אז דער וואס גייט אויסוועלן די נאמבערס זאל זיין אזוי ווי איינע פון די צוויי טיקעטס, נאר וויפל איז די טשענס אז איינע פון די צוויי איז דער געווינער. און דא זענען ביידע דיי זעלבע טשענס.

דו נעמסט אבער אויפן ערשטן טיקעט די טשענסע פון אנהייב מעשה און אויפן צווייטן טיקעט די טשענסעס פון סוף מעשה.
ווייסטו אבער נישט אז אויפן צווייטן טיקעט איז אויך געווען א חלות פון 1 אויף מיליאן?!

לאמיר עס אראפ לייגן די וועג, ווען א מענטש קויפט א לאטערי טיקעט פון א גורל פון 1000 טיקעטס, וויפיל טשענסעס איז דא אז דער מענטש זאל געווינען די גורל?

0.1 דאס מיינט איינס פון טויזענט.

דאס מיינט אז רוב טשענסעס זענען אז דער מענטש האט נישט געווינען נאר א צווייטער האט געווינען.

לפי״ז ביי די מעשה פון @רואיג לוינט זיך אוודאי צו טוישען ווייל עס איז דא אסאך מער טשענסעס אז א צווייטער וועט געווינען, סא איך ווייס וואס דו וועסט יעצט פרעגן, יענער האט דאך פונקט אזוי נאר 0.1 פראצענט צו געווינען? דאס איז ממש וואס איך האב אויבן דערמאנט פון שערי יושר די שוועריקייט פון א גורל, ווען איינער האט 900 טיקעטס פון די טויזענט פארשטייסטו אז ער האט 90 פראצענט טשענסעס צו געווינען, איי יעדע טיקעט פאר זיך האט נאר 0.1 פראצענט און נאר איין טיקעט גייט למעשה געווינען? אבער ווען דו קיקסט אויפן מענטש האט ער 90% טשענסעס. די זעלבע זאך איז ביי די מעשה פון @רואיג (צו בעסער ממחיש זיין, ווען די מעשה פון @רואיג פאסירט טויזענט מאל ביי די זעלבע מענטש, ווער גייט געווינען רוב מאל, די טיקעט וואס יענער האט לכתחילה אדער די אנדערע וואס יענער ברענגט? רמז -יענער קויפט שוין די לאטערי יארן לאנג און קיינמאל נישט געווינען...)

דאס איז די לשון פון שערי יושר
והנה ענין זה באמת הוא מקושי ההבנה דהרי גם בטבעו של עולם אנו מחזיקים רוב כזה דהרי אם יהיו עשרה שטרי גורלות שאחד מהם יזכה בגורל וכנבוא למוכרם הנה מי שירצה לקנות תשעה מהם ואחד השטר העשירי ודאי שישלם הקונה בעד ט' השטרות הרבה יותר מן הקונה השטר האחד מחמת שעפ"י דרכי הטבע קרוב יותר שאחד מן ט' השטרות יזכה את הדבר המוגרל אף שכל שטר ושטר שיזכה הוא נגד הרוב ואיך שייך לומר שאם יזכה הקונה השטר האחד שהוא נגד מהלך הטבעי דא"כ גם אם יזכה אחד מהט' הוא ג"כ נגד הטבע ואם אינו מנגד למהלך הטבעי איך נאמר שמהלך הטבעי מכריע שיזכה אחד מהט' ולא העשירי והוא ענין פלאי דבשעה שאנו דנים על אפשריות המקרים איכא רוב בטבע דלבעל הט' שטרות יש ט' אופנים אפשריים שיזכה בגורל ולבעל השטר הא' אין לו רק אופן אחד וכשאנו דנים על המציאות ליכא שום רוב וכל אנפי שווים דכל אחד הוא חלק מהכלל

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: חידות

תגובהדורך איינס » פרייטאג מאי 22, 2020 1:12 pm

דו הייבסט אן מסביר זיין, ווען סקומט צום פאנטש ליין צו פראוון דיין פוינט מאכסטו א ויברח מיט א שערי יושר ושלום על ישראל

דו מישט נאכמאל צוזאם די טעשנסעס פון די גורל און די טשענסעס צווישן די צוויי טיקעטס
סאיז צוויי עקסטערע מעשיות

וויפל טשענסעס איז דא צו געווינען א גורל וואס האט 1000 אפשנס? 1/1000
וויפל טשענסעס איז דא ווען איך האב צוויי טיקעטס און פראנט פו מיר איינער איז א געווינער און דער צווייטער נישט? 1/2

אויף זיין טיקעט נעמסטו די תשובה פון די ערשטע שאלה, און אויפן צווייטן טיקעט נעמסטו די תשובה פון די צווייטע שאלה
זעהסט נישט אז ווען דו דארפסט דאס מסביר זיין ווערסטו סטאק?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 22, 2020 1:14 pm

@שופר וואס געשעט אויב אצ"וו ווייסט נאר 998 ער ווייסט נישט צווישן יענקל'ס און די לעצטע וועלעכע ס'איז... וועלעכע זאל אצ"וו קלויבן (ער וויל אויך געווינען)
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום פרייטאג מאי 22, 2020 1:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 1:16 pm

גרשון האט געשריבן:@רואיג, ס'איז ריכטיג וואס כ'שרייב דא?

צום פינטעל.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 1:19 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:הער מיך אויס רבותי,
דער אוצר האב איך שוין געטראפן, עץ קענץ ענק ברעכן קאפ, ס'אשאד!
לאמיר גיין צום נעקסטן חידה!

האסט א נקודה, אבער געב אונז נאך אפאר טעג, עס איז צופיל פאן. אדער קען מען מאכן א עקסטערע אשכול ווי @איינס זאגט.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 1:23 pm

@איינס, האסט אפאר מינוט יעצט? לאמיר ממשיך זיין מיט די לאטערי מעשה.

דו קויפסט א לאטערי, מען ציט ארויס די נאמבערס, די האסט נאך נישט געזען אויב דו האסט געווינען. דו טראכסט אז לכאורה האסטו נישט געווינען.

איך בין דיר מציע אז איך בין גרייט צו אויפזוכן די געווינער, אפקויפן פון אים די מזל'דיגע טיקעט, און דיר עס געבן במתנה. מיט איין תנאי, אויב דו ביסט יא דער געווינער, דארפסטו מיר געבן דיין טיקעט. ביסט מסכים פאר די דיל?

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: חידות

תגובהדורך שופר » פרייטאג מאי 22, 2020 1:25 pm

איינס האט געשריבן:דו הייבסט אן מסביר זיין, ווען סקומט צום פאנטש ליין צו פראוון דיין פוינט מאכסטו א ויברח מיט א שערי יושר ושלום על ישראל

דו מישט נאכמאל צוזאם די טעשנסעס פון די גורל און די טשענסעס צווישן די צוויי טיקעטס
סאיז צוויי עקסטערע מעשיות

וויפל טשענסעס איז דא צו געווינען א גורל וואס האט 1000 אפשנס? 1/1000
וויפל טשענסעס איז דא ווען איך האב צוויי טיקעטס און פראנט פו מיר איינער איז א געווינער און דער צווייטער נישט? 1/2

אויף זיין טיקעט נעמסטו די תשובה פון די ערשטע שאלה, און אויפן צווייטן טיקעט נעמסטו די תשובה פון די צווייטע שאלה
זעהסט נישט אז ווען דו דארפסט דאס מסביר זיין ווערסטו סטאק?

דא ליגט די טעות, מען רעדט נישט סתם איך קום אן ס׳דא צוויי טיקעטס, איינס איז די געווינער און איינס נישט.

מען רעדט אז ווען איך האב באקומען א טיקעט איז עס געווען איינס פון טויזענט, וואס דעמאלטס האב איך זייער קליינע שאנסען צו געווינען - און איך גלייב אז דו ביסט אויך מודה אז די מציאות איז אזוי אז רוב מאל גיי איך נישט געווינען.

יעצט האב איך דא מיין טיקעט - וואס ווי גערעדט רוב מאל געווין איך נישט, און נאכדעם האב איך נאך א טיקעט, און איינע פון די איז די געווינער, וועלכע לוינט זיך צו נעמען?

כ’פארשטיי אז עס איז שווער צו פארשטיין, ר״ש שרייבט אויך מקושי הבנה, אבער די מציאות ביסטו מודה אז רוב מאל גיי איך מער פארדינען מיטן נעמען די אנדערע טיקעט?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: חידות

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג מאי 22, 2020 1:27 pm

יאנקל האט א וואלף א האזעלע און א מייער,

ער דארף אריבער גיין דעם וואסער מיט זיין קליינער שיפל וואס פיט ער מיט נאך איין זאך,

פארשטייט זיך ער'ט מוזן מאכן דריי טריפס, אלע אריבער צו פירן,

אבער איבערלאזן דעם וואלף מיט דעם האזעלע אליינס, פארשטייט דאך יעדער איינער קומט נישט און באטראכט,

דעם האזעלע מיט דעם מייער, אוודאי אויך נישט,

נו ווער קען אויסארבייטן א וועג פאר יאנקלען אריבער צו רייזן דעם וואסער אן קיין שאדן?
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: חידות

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג מאי 22, 2020 1:29 pm

ווי קומט מען אן נאכן דארכגיין א מארטש וואס דויערט 30 טעג?
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 22, 2020 1:33 pm

געוואלדיגע היכי תמצא: אויב אצ"וו ווייסט 998 וואס זענען נישט די גוטע נומערן, 2 ווייסט ער נישט קומט אויס אזוי, בעת וואס יענקל'ס שאנסן זענען ביי 1/1000 זענען אצ"וו שאנסן ביי 50/50 וויל כלפי איהם איז עס א ספק צווישן צוויי. יעצט אצ"וו איז מגלה די 998 קומט אויס יענקל האט א 999/1000 שאנס אויב ער טוישט. אצ"וו אויף די אנדערע זייט בלייבט מיט זיין אויסגעדראשענע 50/50. די סטאוו יא פיטא פראבלעם

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 22, 2020 1:35 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווי קומט מען אן נאכן דארכגיין א מארטש וואס דויערט 30 טעג?

מארטש האט אייביג 31 טעג. עפעס פרעגסטו נישט גוט דא

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: חידות

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג מאי 22, 2020 1:40 pm

קודם האב איך דיך געמאכט רעדן פון עפעס אויסער די טירן,
יעצט זאג מיר אז ס'נישט גוט......
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 22, 2020 1:41 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווי קומט מען אן נאכן דארכגיין א מארטש וואס דויערט 30 טעג?

מארטש האט אייביג 31 טעג. עפעס פרעגסטו נישט גוט דא

פארשטייסט נישט איך בין געגאנגען ריסעס. זיך איך עפעס א געשמאקע חידה טרעף איך מיר אן מיט דעם מארטש אילוזיע. אקעי צוריק צום אוצר

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: חידות

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג מאי 22, 2020 1:42 pm

אבער יאנקל שטייט נאך ביים ברעג
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 22, 2020 1:47 pm

דערמאנסט מיך פון כיתה גימל. ער טראגט אריבער די האזל. פארט צוריק נעמט דעם וואלף. דראפט אפ דעם וואלף און טראגט צוריק דעם ציגעלע. יעצט טראגט ער אריבער די מייער און נאכדעם קומט ער צוריקנעמען די ציגעלע וואס האט געדארפט דורכגיין די אלע רייזעס ווייל ער האט נישט געהאט קיין מוילשלאס פאר איר

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 22, 2020 1:49 pm

אנטשולדיגט האזל במקום ציגעלע. פארמישט מיט די טירן. פארן ענטפערן די חידה האב איך געקריגן א קוואדער אין כיתה גימל מיט וואס כ'האב געקויפט צוויי פאקסיס

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: חידות

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג מאי 22, 2020 1:51 pm

איך ווייס דערפון....
כ'האב געוואלט אבי עפעס צו דעסטרעקטן פון די טירן,
יעצט זאלן די ריזן אריינקומען מיט עפעס זאכלעך!
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 1:53 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך ווייס דערפון....
כ'האב געוואלט אבי עפעס צו דעסטרעקטן פון די טירן,
יעצט זאלן די ריזן אריינקומען מיט עפעס זאכלעך!

איך האב גראדע א גוטע חידה, ווען מען וועט ענדיגן מיט די יעצטיגע, וועט מען אנהייבן מיט די נעקסטע...

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 22, 2020 1:57 pm

כאניש, דיבורך סותרים את שמך

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: חידות

תגובהדורך איינס » פרייטאג מאי 22, 2020 2:06 pm

רואיג! האט געשריבן:@איינס, האסט אפאר מינוט יעצט? לאמיר ממשיך זיין מיט די לאטערי מעשה.

דו קויפסט א לאטערי, מען ציט ארויס די נאמבערס, די האסט נאך נישט געזען אויב דו האסט געווינען. דו טראכסט אז לכאורה האסטו נישט געווינען.

איך בין דיר מציע אז איך בין גרייט צו אויפזוכן די געווינער, אפקויפן פון אים די מזל'דיגע טיקעט, און דיר עס געבן במתנה. מיט איין תנאי, אויב דו ביסט יא דער געווינער, דארפסטו מיר געבן דיין טיקעט. ביסט מסכים פאר די דיל?


דא ליגט א פסיכאלאגישע טריק

ווייל איך טראכט צו מיר: פארוואס זאלסטו טוען אזא זאך, איי געס איך בין דער געווינער! נו לאמיר בלייבן מיט מיין טיקעט

אבער אויב שטייען צוויי מענטשן און איינער קוקט איבער אונזער טיקעטס און זאגט איינער פון ענק איז דער געווינער, ווילן ענק זיך טוישן?
דא איז 50 50 טשענס קיין איין טיקעט האט נישט מער טשענס אז ער איז דער געווינער.

איך וואלט דא אפשר אויך נישט געטוישט ווייל פסיכאלאגיש וועל איך אנהייבן מאכן חשבונות פון כוכבים און מזלות אז אויב די טיקעט איז געווען ביי מיר האב איך דאך זיכער געווינען ווייל איך בין דאך א בר מזל מימים ימימה, און אויב גיי איך טוישן וועל איך פאלירן. מה גם אויב איך האב די געווינער טיקעט און איך געב דאס אוועק בין איך א שלי מזל אבער אויב האב איך די טיקעקט וואס האטנישט געווינען און איך האלט דאס בין איך נישט אזא גרויסער שלימזל, ווייל ביים ערשטן פאל פאליר איך מיליאן דאלער און ביין צווייטן פאל איז דאס נאר מניעת רוח...
אבער מצד טשענסעס איז נישטא קיין שום טשענס מער אז איין טיקעט איז דער געווינער

און באמערק אז דא איז אויך דא צוויי שאלות
וויפל טשענסעס איז דא אז מיין טיקעט גייט געווינען?
נאכן געווינען און מיר האבן צוויי טיקעטס איינס דער געויינער און דער צייוויטער נישט איז די שאלה
וויפל טשענסעס איז אז מיינס איז דער געווינער (נישט וויפל טשענסעסע אז מיינס "זאל" געווינען פון אנהייב)
און די ענטשפער איז 50 50

האלטסו אנדערש? פראוו מיר עס!

___

בקשה חוזרת פאר די מנהלים צו איבערלייגן די גאנצע קאנווערסעישן אונטער א סאזינדערע אשכול.
יישר כח
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: חידות

תגובהדורך איינס » פרייטאג מאי 22, 2020 2:12 pm

שופר האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:דו הייבסט אן מסביר זיין, ווען סקומט צום פאנטש ליין צו פראוון דיין פוינט מאכסטו א ויברח מיט א שערי יושר ושלום על ישראל

דו מישט נאכמאל צוזאם די טעשנסעס פון די גורל און די טשענסעס צווישן די צוויי טיקעטס
סאיז צוויי עקסטערע מעשיות

וויפל טשענסעס איז דא צו געווינען א גורל וואס האט 1000 אפשנס? 1/1000
וויפל טשענסעס איז דא ווען איך האב צוויי טיקעטס און פראנט פו מיר איינער איז א געווינער און דער צווייטער נישט? 1/2

אויף זיין טיקעט נעמסטו די תשובה פון די ערשטע שאלה, און אויפן צווייטן טיקעט נעמסטו די תשובה פון די צווייטע שאלה
זעהסט נישט אז ווען דו דארפסט דאס מסביר זיין ווערסטו סטאק?

דא ליגט די טעות, מען רעדט נישט סתם איך קום אן ס׳דא צוויי טיקעטס, איינס איז די געווינער און איינס נישט.

מען רעדט אז ווען איך האב באקומען א טיקעט איז עס געווען איינס פון טויזענט, וואס דעמאלטס האב איך זייער קליינע שאנסען צו געווינען - און איך גלייב אז דו ביסט אויך מודה אז די מציאות איז אזוי אז רוב מאל גיי איך נישט געווינען.

יעצט האב איך דא מיין טיקעט - וואס ווי גערעדט רוב מאל געווין איך נישט, און נאכדעם האב איך נאך א טיקעט, און איינע פון די איז די געווינער, וועלכע לוינט זיך צו נעמען?

כ’פארשטיי אז עס איז שווער צו פארשטיין, ר״ש שרייבט אויך מקושי הבנה, אבער די מציאות ביסטו מודה אז רוב מאל גיי איך מער פארדינען מיטן נעמען די אנדערע טיקעט?


איך פיל אז איך בין שוין מעלה גרה, לכאורה בסטו נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן

לויט ווי דו שרייבסט זאל ער צומאכן די אויגן פארגעסן אז ער האט געקויפט די טיקעט און אופמאכן די אויגן און ער זעהט צוויי טיקעטס אויפן טיש, איינס איז דער געווינער און איינס נישט, דא איז צוריק 50 50. יעצט גיי צוריק דערמאן דיר וועלכע איז דיין טיקעט נעם דיינע און די האסט געמאכט א חלות אויפן טיקעט פון 50 50

דו מישט ווייטער די טשענסן פון די ערשטע סטעפ ביי זיין טיקעט
און די טשאנסן פון די צווייטע סטעפ ביי די צווייטע טיקעט.

אדער גייסטו ביי ביידע מיט די שאלה: וויפל טשאנסן איז דא אז ער איז דער געווינער
אדער גייסטו ביי ביידע מיט די שאלה : וויפל טשאנסן איד דא צווישן די צוויי אז ער איז דער געוינער

ר"ש קומט נישט דא אריין ער רעדט א אנדער נקודה בענין סטאטיסטיק (ובלשוננו חזקה) בכלל
ווייל ווען איך זאג אז איך האב טשענסעס איינס פון 1000 מיינט נישט אז אויב גיי איך מאכן דעם גורל 1000 מאל וועל איך זיכער געווינען איין מאל
איך האב נישט די וועג און צייט ווי אזוי אויסצורעכענען וואס איז די טשאנס אז איינער מאכט א גורל וואס האט 1000 טיקעטס טויזנט מאל, וואס איז די טשאנס אז ער זאל נאר איינמאל געווינען, סאיז נישט 1 אויף 1000!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: חידות

תגובהדורך שופר » פרייטאג מאי 22, 2020 2:16 pm

פאר אלעם ענטפער אויב דו ביסט מודה אז די מציאות איז אזוי?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נקודהלע און 26 געסט