חידות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re:

תגובהדורך דייקן » פרייטאג מאי 22, 2020 3:58 am

סטיטשינער האט געשריבן:פארן אריין גיין אין די לומדות. דעס אז עס איז א מציאות ביסטו מסכים?

אז וואס איז א מציאות?
אויב מען וויל איך, און מסתמא אנדערע, זאל(ען) פארשטיין, דארף מען קלאר ארויסשרייבען.

אוועטאר
טוב לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: חידות

תגובהדורך טוב לב » פרייטאג מאי 22, 2020 3:59 am

דייקן האט געשריבן:
טוב לב האט געשריבן:לאמיר נעמען א אנדערע משל וואס איז גרינגער צו פארשטיין.

איך האב א פיש טאנק מיט דריי שטיבעלעך וואס דארט דרייט זיך ארום א פיש.
איך צוטייל די פיש טאנק אין צוויי, איין חלק האט איין שטיבעלע און די צווייטע חלק האט צוויי שטיבעליך.
איך נעם די חלק וואס האט צוויי שטיבעלעך אין איך מאך עס פאר איינס.
יעצט איז די שאלה אין וועלעכע חלק איז מער מסתבר אז די פיש איז.
זיכער אין די חלק וואס איז קודם געווען צוויי!

איי פארוואס פאקטיש האב איך יעצט צוויי שטיבעלעך איז דאך עס א 50/50?

דיין טעות איז אז ווען מען ווייסט אז עס איז נישט אין שטיבל 2 דאן ווערט 2 כאילו איינס מיט 1 די זעלבע ווי עס ווערט כאילו איינס מיט 3, ודוק היטב.

ניין
די אלץ ווייסער וואס איז געצווינגען אויסצוקליובען א ליידיגע טיר.
לייגט ער מיט דעם אריין די גאנצע פראבעבילעטי וואס די צווי טירען האבען געהאט אין די דריטע טיר

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: חידות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » פרייטאג מאי 22, 2020 4:00 am

טוב לב האט געשריבן:לאמיר נעמען א אנדערע משל וואס איז גרינגער צו פארשטיין.

איך האב א פיש טאנק מיט דריי שטיבעלעך וואס דארט דרייט זיך ארום א פיש.
איך צוטייל די פיש טאנק אין צוויי, איין חלק האט איין שטיבעלע און די צווייטע חלק האט צוויי שטיבעליך.
איך נעם די חלק וואס האט צוויי שטיבעלעך אין איך מאך עס פאר איינס.
יעצט איז די שאלה אין וועלעכע חלק איז מער מסתבר אז די פיש איז.
זיכער אין די חלק וואס איז קודם געווען צוויי!

איי פארוואס פאקטיש האב איך יעצט צוויי שטיבעלעך איז דאך עס א 50/50?

ווייל דא האט זיך עפעס געטוישט אין מציאות. מ'האט אראפגענומען א ווענטל, און דער פיש קען יעצט ווירקליך שווימען פון איין חלק צום צווייטן. ביי אונזער מעשה וואלטסטו אודאי מודה געווען אז ווען ער ווערט געוואויר נאך איידער ער טראכט צו גיין צום ערשטן אז ס'ליגט זיכער נישט אינעם צווייטן (ווי פריער ערקלערט מיט די גלאזערנע טיר), וואלטן די ערשטע און די דריטע געשטאנען אייניג. יעצט וואס מאכט זיין ערשטע מחשבה אויס אויפ'ן יעצטיגן מציאות, וואס איז פונקט ווי פריער?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: חידות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » פרייטאג מאי 22, 2020 4:01 am

דייקן האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ניין.

פארוואס איז נישט דער שטיקל ראיה גענוג עם צו זאגען אז למעשה זאל ער יא טוישען?
זיי זיך קלאר מסביר, ביטע, אויב דו ווילסט אז איך זאל פארשטיין.

אקעי, לאמיר זאגן אז יא.

אבער נישט דאס איז דער נושא דא.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 22, 2020 4:02 am

דייקן האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:פארן אריין גיין אין די לומדות. דעס אז עס איז א מציאות ביסטו מסכים?

אז וואס איז א מציאות?
אויב מען וויל איך, און מסתמא אנדערע, זאל(ען) פארשטיין, דארף מען קלאר ארויסשרייבען.

אויב גייסטי עס אליינס פראבירען וועסטו זען אז רוב מאל מיטן טוישן גייסטו זיין גערעכט. משא''כ אויב גייסטו נישט טוישען גייט עס זיין רוב מאל פאלש.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 22, 2020 4:03 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ניין.

פארוואס איז נישט דער שטיקל ראיה גענוג עם צו זאגען אז למעשה זאל ער יא טוישען?
זיי זיך קלאר מסביר, ביטע, אויב דו ווילסט אז איך זאל פארשטיין.

אקעי, לאמיר זאגן אז יא.

אבער נישט דאס איז דער נושא דא.

איך האב עס נישט געשריבען לכתחילה אבער די אריגינעילע חידה קומט מיט די הנחה אז ער וועלט איינס רענדאמלי.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 4:07 am

דער עולם איז נאך דא בגדול, אונז האבן מיר פארלוירן דייקן ערגעץ וואו, אבער נישט געזארגט, בעז"ה וועלן מיר אלע זיין אויף איין בלאט ווען די ריכטיגע מינט וועט אנקומען.

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: חידות

תגובהדורך שופר » פרייטאג מאי 22, 2020 4:07 am

דייקן האט געשריבן:איך האב יעצט איבערגעטראכט די חשבון, און עס זעט מיר אויס אז @קלאצקאפ איז טאקע גערעכט, ואפרש דברי, מיין טעות פריער איז געקומען פון דעם וואס איך האב גענומען א ציור פון 100 אוצרות, וואס אין אזא פאל בין איך יא גערעכט געווען אז ער זאל אייביג טוישען, ווייל לאמיר אנכאפען א ציור פון 300 אוצרות, יעצט מסתמא איז די אוצר אין בערך 100 נומער 1 טירען און 100 נומער 2 טירען און 100 נומער 3 טירען, און איך קלויב אויס אין בערך 100 אוצרות טיר נומער 1 אא"וו, יעצט מסתמא איז מיך אויסגעקומען אז בערך אין 33 פון די אוצרות וואס ליגען אין נומער 1 האב איך געקליבען נומער 1, און אין 33 פון יענע אוצרות האב איך געקליבען נומער 2, און אין 33 פון יענע אוצרות האב איך געקליבען נומער 3, און פונקט די זעלבע איז אויך ביי די 100 אוצרות וואס ליגען ביי טיר נומער 2, אז איך האב מסתמא אויסגעקליבען ביי 33 פון זיי טיר נומער 1 אא"וו, און די זעלבע איז אויך ביי די אוצרות וואס ליגען ביי טיר נומער 3, יעצט אין אזא פאל אויב קומט א אלצווייסער און ער זאגט מיך אז ער וועט נאר רעדען פון די אנדערע צוויי טירען וואס איך האב נישט אויסגעקליבען, און ער וועט מיך אויסזאגען אין וועלכע פון זיי עס געפינט זיך נישט, קומט דאך אויס אז אויב וועל איך נישט טוישען באקום איך נאר 100 אוצרות אבער אויב וועל איך יא טוישען באקום איך 200 אוצרות.

אבער אין אונזערע פאל וואס מען רעדט נאר פון איין אוצר, און דער אלצווייסער זאגט אונז אויס אז טיר נומער 2 גייט נישט אריין אין די שאלה, איז אין אנדערע ווערטער איז עס כאילו נאכן קלייבען טיר 1 האט זיך טיר נומער 2 געגעבען א פראלע אויף (ווייל עס איז שוואכער פון טיר נומער 1 וואס קען זיך נישט אויפפראלען) און אונז זעען אז די אוצר איז נישט דארט, וואס אין אזא פאל איז דאך לכאו' פשוט אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו טוישען (כאטש אז טאמער וואלט ער באקומען רשות פון פריער וואלט עם בעסער געלוינט צו נעמען 2 און 3 צוזאמען, כאטש איינער פון זיי איז דאך זיכער ליידיג, אבער יעצט איינמאל מען זעט וועלכע איז ליידיג גייט אריבער האלב פון די שאנסען פון טיר 2 צו טיר 1 און די אנדערע האלב צו טיר 3, ודוק), איז אויך ביי דער שאלה איז נישט דא א סיבה צו טוישען.

אויב פארשטייסטו אז ווען די מעשה פאסירט 100 מאל וועט זיך האבן געלוינט צו טוישען, דארף מען אפילו ביי איין מאל טוישען ווייל רוב מאל ווען מען טוישט פארדינט מען - דאס איז אביסל אזוי ווי די פאראדאקס פון א גורל וואס ר׳ שמעון שקאפ שרייבט אין שערי יושר והוא עניין פלאי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re:

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » פרייטאג מאי 22, 2020 4:14 am

איך ווארט נאך איינער זאל מיר ענטפערן אויף דעם תגובה.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 4:14 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווייל דא האט זיך עפעס געטוישט אין מציאות. מ'האט אראפגענומען א ווענטל, און דער פיש קען יעצט ווירקליך שווימען פון איין חלק צום צווייטן.

לאמיר זאגן דא איז אויך די מעשה אז מען האט אויפגעבראכן די וואנט צווישן די צוויי שטובער. פארשטייסטו יא? און נאכדעם אויב האט מען אוועקגענומען א חלק פון די שטוב, טוישט זיך עפעס?

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יעצט וואס מאכט זיין ערשטע מחשבה אויס אויפ'ן יעצטיגן מציאות, וואס איז פונקט ווי פריער?

מיט זיין טעלעפאטיע קומט דער אוצר צום ריכטיגן פלאץ :grin:

ערנסט גערעדט, ווען ער נעמט 1 צוטיילט ער עס אין צוויי גרופעס. די ערשטע גרופע האט איין טיר, און די אלצווייסער גייט נישט מגלה זיין וואס עס גייט פאר דארט. אין די צווייטע גרופע ליגט צוויי טירן, און די אלצווייסער גייט מגלה זיין אין וועלכע עס ליגט זיכער נישט.

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re:

תגובהדורך דייקן » פרייטאג מאי 22, 2020 4:18 am

סטיטשינער האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:פארן אריין גיין אין די לומדות. דעס אז עס איז א מציאות ביסטו מסכים?

אז וואס איז א מציאות?
אויב מען וויל איך, און מסתמא אנדערע, זאל(ען) פארשטיין, דארף מען קלאר ארויסשרייבען.

אויב גייסטי עס אליינס פראבירען וועסטו זען אז רוב מאל מיטן טוישן גייסטו זיין גערעכט. משא''כ אויב גייסטו נישט טוישען גייט עס זיין רוב מאל פאלש.

אין א פאל וואס די אלצווייסער קען נישט רעדען פון די טיר וואס איך האב געקליבען ביזסטו טאקע גערעכט אז אין א ציור פון 300 אוצרות לוינט עם אודאי צו טוישען, אזויווי איך האב פריער געשריבען, אבער אין אונזערע ציור ווי עס איז נאר דא איין אוצר קומט אויס אז ווען איך קלייב טיר 1 איז דאס 1 פון די 100 ציורים (פון מיין משל מיט 300 אוצרות) ווי איך וועל קלייבען 1, יעצט ווען ער זאגט אז עס איז נישט אין טיר 2 זאגט ער אז דאס איז נישט פון די 33 ציורים ווי איך קלייב 1 און עס איז באמת אין 2, איז געבליבען אז עס איז 1 פון די 66 אנדערע, פון וואס אין 33 ציורים וועט עס ליגען אין 1 און אין 33 ציורים וועט עס ליגען אין 3, איז ממילא האב איך נישט פארוואס צו טוישען.

מער ווי דעם מיין איך נישט אז איך קען מסביר זיין, איז אויב פארשטייט מען נאכאלץ נישט איז נישט, איך וועל לכאו' מער נישט מסביר זיין.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 22, 2020 4:21 am

מער ווי דיך בעטען ברחמים עס אויסצופראבירן קען איך נישט טוהן.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: חידות

תגובהדורך דייקן » פרייטאג מאי 22, 2020 4:21 am

שופר האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:איך האב יעצט איבערגעטראכט די חשבון, און עס זעט מיר אויס אז @קלאצקאפ איז טאקע גערעכט, ואפרש דברי, מיין טעות פריער איז געקומען פון דעם וואס איך האב גענומען א ציור פון 100 אוצרות, וואס אין אזא פאל בין איך יא גערעכט געווען אז ער זאל אייביג טוישען, ווייל לאמיר אנכאפען א ציור פון 300 אוצרות, יעצט מסתמא איז די אוצר אין בערך 100 נומער 1 טירען און 100 נומער 2 טירען און 100 נומער 3 טירען, און איך קלויב אויס אין בערך 100 אוצרות טיר נומער 1 אא"וו, יעצט מסתמא איז מיך אויסגעקומען אז בערך אין 33 פון די אוצרות וואס ליגען אין נומער 1 האב איך געקליבען נומער 1, און אין 33 פון יענע אוצרות האב איך געקליבען נומער 2, און אין 33 פון יענע אוצרות האב איך געקליבען נומער 3, און פונקט די זעלבע איז אויך ביי די 100 אוצרות וואס ליגען ביי טיר נומער 2, אז איך האב מסתמא אויסגעקליבען ביי 33 פון זיי טיר נומער 1 אא"וו, און די זעלבע איז אויך ביי די אוצרות וואס ליגען ביי טיר נומער 3, יעצט אין אזא פאל אויב קומט א אלצווייסער און ער זאגט מיך אז ער וועט נאר רעדען פון די אנדערע צוויי טירען וואס איך האב נישט אויסגעקליבען, און ער וועט מיך אויסזאגען אין וועלכע פון זיי עס געפינט זיך נישט, קומט דאך אויס אז אויב וועל איך נישט טוישען באקום איך נאר 100 אוצרות אבער אויב וועל איך יא טוישען באקום איך 200 אוצרות.

אבער אין אונזערע פאל וואס מען רעדט נאר פון איין אוצר, און דער אלצווייסער זאגט אונז אויס אז טיר נומער 2 גייט נישט אריין אין די שאלה, איז אין אנדערע ווערטער איז עס כאילו נאכן קלייבען טיר 1 האט זיך טיר נומער 2 געגעבען א פראלע אויף (ווייל עס איז שוואכער פון טיר נומער 1 וואס קען זיך נישט אויפפראלען) און אונז זעען אז די אוצר איז נישט דארט, וואס אין אזא פאל איז דאך לכאו' פשוט אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו טוישען (כאטש אז טאמער וואלט ער באקומען רשות פון פריער וואלט עם בעסער געלוינט צו נעמען 2 און 3 צוזאמען, כאטש איינער פון זיי איז דאך זיכער ליידיג, אבער יעצט איינמאל מען זעט וועלכע איז ליידיג גייט אריבער האלב פון די שאנסען פון טיר 2 צו טיר 1 און די אנדערע האלב צו טיר 3, ודוק), איז אויך ביי דער שאלה איז נישט דא א סיבה צו טוישען.

אויב פארשטייסטו אז ווען די מעשה פאסירט 100 מאל וועט זיך האבן געלוינט צו טוישען, דארף מען אפילו ביי איין מאל טוישען ווייל רוב מאל ווען מען טוישט פארדינט מען - דאס איז אביסל אזוי ווי די פאראדאקס פון א גורל וואס ר׳ שמעון שקאפ שרייבט אין שערי יושר והוא עניין פלאי

קוק וואס איך האב געשריבען צו @סטיטשינער, וועסטו האפענטליך פארשטיין (ווייל ווען די מעשה פאסירט 100 מאל, פאסירט א אנדערע מעשה יעדע מאל, א חלק מאל איז ער מגלה 2 און א חלק מאל 3, דערפאר לוינט צו טוישען, אבער ביי אונז זעט מען אז דער מעשה איז נאר 1 פון 66, נישט פון 100, ודוק).

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: חידות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » פרייטאג מאי 22, 2020 4:25 am

רואיג! האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווייל דא האט זיך עפעס געטוישט אין מציאות. מ'האט אראפגענומען א ווענטל, און דער פיש קען יעצט ווירקליך שווימען פון איין חלק צום צווייטן.

לאמיר זאגן דא איז אויך די מעשה אז מען האט אויפגעבראכן די וואנט צווישן די צוויי שטובער. פארשטייסטו יא? און נאכדעם אויב האט מען אוועקגענומען א חלק פון די שטוב, טוישט זיך עפעס?

ניין, ווייל דער אוצר קען זיך נישט רירן פון פלאץ.

רואיג! האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יעצט וואס מאכט זיין ערשטע מחשבה אויס אויפ'ן יעצטיגן מציאות, וואס איז פונקט ווי פריער?

מיט זיין טעלעפאטיע קומט דער אוצר צום ריכטיגן פלאץ :grin:

ערנסט גערעדט, ווען ער נעמט 1 צוטיילט ער עס אין צוויי גרופעס. די ערשטע גרופע האט איין טיר, און די אלצווייסער גייט נישט מגלה זיין וואס עס גייט פאר דארט. אין די צווייטע גרופע ליגט צוויי טירן, און די אלצווייסער גייט מגלה זיין אין וועלכע עס ליגט זיכער נישט.

דאן פאלט אוועק די 33% פונעם טיר וואס איז נתגלה געווארן, און די מעגליכקייט ווערט צוטיילט צווישן די צוויי אנדערע, אזוי ווי ביי דער אויפגעגעסענער עפל. ס'איז פאקטיש נאכנישט געווען קיין שום גילוי אויפ'ן דריטן טיר, און ס'האט נישט פאסירט קיין שום מציאות וואס זאל אים איינשליסן אין איין גרופע מיט #2, ס'איז אלץ נאר א דמיון.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 22, 2020 4:27 am

אגב געדענק איך פאר יארן צוריק דעבאטירן די נושא מיט הגאון ר' מרדכי בעק שליט''א (דענמאלטס האב איך נאך געהאט די כח זיך צו טענהן...)
צווי שעה האבען אונז זיך געדונגען, ער האט דאך שטארק ליב די זאכן. ער האט נאר מודה געווען נאך וואס איך האב עס אים אויפגעוויזען בפועל.
אויב האט עס אים געקענט איבער רעדען דאן קען עס יעדער...
לעצט פאראכטן דורך סטיטשינער אום פרייטאג מאי 22, 2020 4:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: חידות

תגובהדורך שופר » פרייטאג מאי 22, 2020 4:27 am

דייקן האט געשריבן:
שופר האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:איך האב יעצט איבערגעטראכט די חשבון, און עס זעט מיר אויס אז @קלאצקאפ איז טאקע גערעכט, ואפרש דברי, מיין טעות פריער איז געקומען פון דעם וואס איך האב גענומען א ציור פון 100 אוצרות, וואס אין אזא פאל בין איך יא גערעכט געווען אז ער זאל אייביג טוישען, ווייל לאמיר אנכאפען א ציור פון 300 אוצרות, יעצט מסתמא איז די אוצר אין בערך 100 נומער 1 טירען און 100 נומער 2 טירען און 100 נומער 3 טירען, און איך קלויב אויס אין בערך 100 אוצרות טיר נומער 1 אא"וו, יעצט מסתמא איז מיך אויסגעקומען אז בערך אין 33 פון די אוצרות וואס ליגען אין נומער 1 האב איך געקליבען נומער 1, און אין 33 פון יענע אוצרות האב איך געקליבען נומער 2, און אין 33 פון יענע אוצרות האב איך געקליבען נומער 3, און פונקט די זעלבע איז אויך ביי די 100 אוצרות וואס ליגען ביי טיר נומער 2, אז איך האב מסתמא אויסגעקליבען ביי 33 פון זיי טיר נומער 1 אא"וו, און די זעלבע איז אויך ביי די אוצרות וואס ליגען ביי טיר נומער 3, יעצט אין אזא פאל אויב קומט א אלצווייסער און ער זאגט מיך אז ער וועט נאר רעדען פון די אנדערע צוויי טירען וואס איך האב נישט אויסגעקליבען, און ער וועט מיך אויסזאגען אין וועלכע פון זיי עס געפינט זיך נישט, קומט דאך אויס אז אויב וועל איך נישט טוישען באקום איך נאר 100 אוצרות אבער אויב וועל איך יא טוישען באקום איך 200 אוצרות.

אבער אין אונזערע פאל וואס מען רעדט נאר פון איין אוצר, און דער אלצווייסער זאגט אונז אויס אז טיר נומער 2 גייט נישט אריין אין די שאלה, איז אין אנדערע ווערטער איז עס כאילו נאכן קלייבען טיר 1 האט זיך טיר נומער 2 געגעבען א פראלע אויף (ווייל עס איז שוואכער פון טיר נומער 1 וואס קען זיך נישט אויפפראלען) און אונז זעען אז די אוצר איז נישט דארט, וואס אין אזא פאל איז דאך לכאו' פשוט אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו טוישען (כאטש אז טאמער וואלט ער באקומען רשות פון פריער וואלט עם בעסער געלוינט צו נעמען 2 און 3 צוזאמען, כאטש איינער פון זיי איז דאך זיכער ליידיג, אבער יעצט איינמאל מען זעט וועלכע איז ליידיג גייט אריבער האלב פון די שאנסען פון טיר 2 צו טיר 1 און די אנדערע האלב צו טיר 3, ודוק), איז אויך ביי דער שאלה איז נישט דא א סיבה צו טוישען.

אויב פארשטייסטו אז ווען די מעשה פאסירט 100 מאל וועט זיך האבן געלוינט צו טוישען, דארף מען אפילו ביי איין מאל טוישען ווייל רוב מאל ווען מען טוישט פארדינט מען - דאס איז אביסל אזוי ווי די פאראדאקס פון א גורל וואס ר׳ שמעון שקאפ שרייבט אין שערי יושר והוא עניין פלאי

קוק וואס איך האב געשריבען צו @סטיטשינער, וועסטו האפענטליך פארשטיין (ווייל ווען די מעשה פאסירט 100 מאל, פאסירט א אנדערע מעשה יעדע מאל, א חלק מאל איז ער מגלה 2 און א חלק מאל 3, דערפאר לוינט צו טוישען, אבער ביי אונז זעט מען אז דער מעשה איז נאר 1 פון 66, נישט פון 100, ודוק).

איך האב געזען וואס דו האסט געשריבען, און לויט ווי אזוי איך פארשטיי - און געליינט וועגן דעם - רעדט מען טאקע נאר ווען די שפיל איז דירעקט אויסגעשטעלט אז ער גייט דיר קיינמאל נישט ווייזן אויף די וואס האסט אויסגעקליבן.

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re:

תגובהדורך דייקן » פרייטאג מאי 22, 2020 4:29 am

סטיטשינער האט געשריבן:איך האב עס נישט געשריבען לכתחילה אבער די אריגינעילע חידה קומט מיט די הנחה אז ער וועלט איינס רענדאמלי.

אויב מיינסטו מיט דעם אז די אלצווייסער קען אויך רעדען פון טיר 1 וואס איך האב געקליבען, דאן איז די טעאריע טאקע א טיפשות, אזויווי איך האב געשריבען עטליכע בלאט צוריק, וזה לשוני: היות דער וואס האט באהאלטען די אוצר האט זיך פארשטייט זיך נישט גערעכענט מיט דעם וואס איינער וועט שפעטער מגלה זיין, ווי אויך וואלט יענער געקענט מגלה זיין אז עס איז נישט אין טיר 1 [און פון דעם וואס ער האט עס נישט געזאגט האט מען א "ראיה" אז עס ליגט ביי טיר 1, די זעלבע מאס ראיה וואס מען האט אז עס ליגט ביי טיר 3, דאס אלץ איז לויט וואס @רואיג האט געשריבען אז ער וואלט נישט געזאגט ווי עס ליגט יא, ודו"ק], איז ממילא פשוט וברור אז די נארישער חשבון האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס, און אויב וועט מען אלעמאל טוישען טירען לויט דער נארישער חשבון דאן וועט אויסקומען אז אלעמאל ווען מען וועט ערשט גיין צו טיר 3 וועט מען טוישען צו טיר 1, און דאן פארלירען די אוצר, ודו"ק היטב.
פארשטייט זיך אז די נער איז נאר דער טיפש וואס איז אויפגעקומען מיט די חשבון, אבער אלע ניקים דא זענען נאר איבערגענומען פון דער פרוי און פון דעם וואס עס הייסט אין די וועלט א קלוגע חשבון, אבער זיי אליין וואלטען קיינמאל נישט אליין געטראכט פון דער חשבון. עכ"ל שם.

אבער מסתמא מיינסטו עפעס אנדערש, שלא זכיתי להבין.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 4:31 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווייל דא האט זיך עפעס געטוישט אין מציאות. מ'האט אראפגענומען א ווענטל, און דער פיש קען יעצט ווירקליך שווימען פון איין חלק צום צווייטן.

לאמיר זאגן דא איז אויך די מעשה אז מען האט אויפגעבראכן די וואנט צווישן די צוויי שטובער. פארשטייסטו יא? און נאכדעם אויב האט מען אוועקגענומען א חלק פון די שטוב, טוישט זיך עפעס?

ניין, ווייל דער אוצר קען זיך נישט רירן פון פלאץ.

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. איך זאג מען האט אויפגעבראכן די וואנט צווישן די צווי שטובער, יעדע טיר וואס מען גייט אריין קען מען נעמען די אוצר פון ביידע שטובער. לוינט זיך עס?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: חידות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » פרייטאג מאי 22, 2020 4:33 am

נאכדעם וואס איך ווייס אז אינעם צווייטן איז עס קיינמאל נישט געליגן, לאו דוקא.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: חידות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » פרייטאג מאי 22, 2020 4:34 am

הייבט מיר אן צו גריזשען אין קאפ א געדאנק אז אפשר יא, אבער ביי אונזער מעשה האט מען דאך נישט אויפגעבראכן דעם וואנט.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 4:34 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נאכדעם וואס איך ווייס אז אינעם צווייטן איז עס קיינמאל נישט געליגן, לאו דוקא.

איך רעד נישט פון אזא מציאות. איך רעד ווען ער האט געפיקט טיר 1. מען האט גארנישט מגלה געווען, נאר אויפגעבראכן די וואנט. ביזטו מיט מיר?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: חידות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » פרייטאג מאי 22, 2020 4:35 am

יא.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: חידות

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 22, 2020 4:36 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יא.

אוקעי, יעצט האט מען צוגעמאכט איין טיר, פארהאקט, פארשפארט. מען קען נאר אריינגיין אין איין טיר צו די גרויסע שטוב. ביזטו מיט מיר?

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 22, 2020 4:37 am

דייקן האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איך האב עס נישט געשריבען לכתחילה אבער די אריגינעילע חידה קומט מיט די הנחה אז ער וועלט איינס רענדאמלי.

אויב מיינסטו מיט דעם אז די אלצווייסער קען אויך רעדען פון טיר 1 וואס איך האב געקליבען, דאן איז די טעאריע טאקע א טיפשות, אזויווי איך האב געשריבען עטליכע בלאט צוריק, וזה לשוני: היות דער וואס האט באהאלטען די אוצר האט זיך פארשטייט זיך נישט גערעכענט מיט דעם וואס איינער וועט שפעטער מגלה זיין, ווי אויך וואלט יענער געקענט מגלה זיין אז עס איז נישט אין טיר 1 [און פון דעם וואס ער האט עס נישט געזאגט האט מען א "ראיה" אז עס ליגט ביי טיר 1, די זעלבע מאס ראיה וואס מען האט אז עס ליגט ביי טיר 3, דאס אלץ איז לויט וואס @רואיג האט געשריבען אז ער וואלט נישט געזאגט ווי עס ליגט יא, ודו"ק], איז ממילא פשוט וברור אז די נארישער חשבון האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס, און אויב וועט מען אלעמאל טוישען טירען לויט דער נארישער חשבון דאן וועט אויסקומען אז אלעמאל ווען מען וועט ערשט גיין צו טיר 3 וועט מען טוישען צו טיר 1, און דאן פארלירען די אוצר, ודו"ק היטב.
פארשטייט זיך אז די נער איז נאר דער טיפש וואס איז אויפגעקומען מיט די חשבון, אבער אלע ניקים דא זענען נאר איבערגענומען פון דער פרוי און פון דעם וואס עס הייסט אין די וועלט א קלוגע חשבון, אבער זיי אליין וואלטען קיינמאל נישט אליין געטראכט פון דער חשבון. עכ"ל שם.

אבער מסתמא מיינסטו עפעס אנדערש, שלא זכיתי להבין.

דעס איז דא לכבודך...
The host must always open a door that was not picked by the contestant (Mueser and Granberg 1999).

איך האב געמיינט אז ער מיז וועלען אן קיין שום חשבונת, לאפוקי פון דיין סברא.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 22, 2020 4:38 am

גראדע מוז מען זאגן אז דער וועילער קען נישט די הלכה ווייל אז יא איז אויס שאלה....
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט