חידות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:05 pm

גרשון האט געשריבן:פארלוירענע געלט...

ברוך און בערל האבן ביידע געצויגן זייער חיונה דורכ'ן פארקויפן אייער. זיי פלעגן יעדן טאג פארן צום דערנעבנדיגן דארף, איינהאנדלען א טעוועלע וועלכע האט אנטהאלטן דרייסיג אייער, און זיי דערנאך פארקויפט אין שטעטל. דער פרייז איז אבער נישט געווען אייניג ביי ביידן; אין דער צייט וואס ברוך האט געגעבן דריי אייער פאר איין זלאטע און געענדיגט דעם טאג מיט צען זלאטעס, האט בערל געגעבן בלויז צוויי פאר דעם פרייז און געלייזט פופצן זלאטעס א טאג.

אין א טאג האבן די צוויי זיך צאמגערעדט, און באשלאסן אז ס'פעלט נישט אויס אז ביידע זאלן יעדן טאג פארן אין דארף און פארקויפן די אייער אויפ'ן מארק. פון היינט און ווייטער וועלן זיי ארבעטן בשותפות. איין טאג ווען ברוך פארקויפן זיינע אייער און בערל'ס אייער, און דער אנדערער טאג וועט בערל פארקויפן, און דער פרייז וועט בלייבן דער זעלבער ווי ביז יעצט: פינף אייער פאר צוויי זלאטעס.

אומר ועושה, דער קומענדיגער טאג האט זיך ברוך געשטעלט אויפ'ן מארק ווי דער פלאן, און ביז'ן סוף טאג האט ער אויספארקויפט אלע זעכציג אייער. אהיימקומענדיג ציילט ער אפ דאס געלט – 24 זלאטעס. אבער איין מינוט, כאפט ער זיך, יעדן טאג מאכן מיר אינאיינעם 25 זלאטעס, וואו איז די לעצטע זלאטע פארשוואונדן געווארן? בערל וועט מיך אוודאי חושד זיין אז איך האב עס גע'לקח'נט, איך ווייס דאך אבער ביי מיר אז פונקטליך אזויפיל האב איך געמאכט!

אפשר קענסטו העלפן די צוויי ארעמע פעדלער טרעפן די פארלוירענע זלאטע?

יעדן טאג האט ברוך פארקויפט 10 סעטס פון דריי, און בערל פופצן סעטס פון צוויי. משא"כ הכא ווען נאך פארקויפן צעהן סעטס פון 5 (דהיינו אלע ברוך'ס אייער און צוואנציג פון בערל'ס), איז געבליבן 10 אייער פון בערל און אנשטאט עס צו פארקויפן פאר 5 זלאטעס , האט ער עס פארקויפט פאר פיר ודו"ק.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:50 pm

אוראייניקל האט געשריבן:

;l;p- (אדער, אין אנדערע ווערטער: אנשטאט ס'זאלן פארקויפט ווערן דרייסיג אייער פאר 33 צענט און דרייסיג פאר 50 צענט, ווי ביז יעצט, זענען פארקויפט געווארן 36 פאר 33 צענט און 24 פאר 50 צענט.)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:02 pm

מענין לענין באותו ענין
אבער דא איז עס נאר א פארבלענדעניש

מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:04 pm

דא איז די ענטפער

מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:11 pm

זייער אינטערעסאנט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:19 am

נאך איינס ברוח הדברים:

זיידי משה האט זיך פארעלטערט און אין א טאג אויסגעהויכט זין נשמה און מחזיר געווען ליוצרה בשיבה טובה.
נאך שבעה האבן זיך די דריי זון געעפנט זיין צואה, און דארט שטייט אז יאנקל דער בכור זאל באקומען האלב פון זיין פארמעגן, ברוך דער צווייטער זאל ירשנ׳ען א דריטל פון זיין פארמעגן, און דער קליינער מנחם זאל באקומען א ניינטל.

די פראבלעם איז געווען אז זיין גאנצן פארמעגן איז באשטאנען פון 17 דיימאנט שטיינער.
שטייען זיי אין א דילעמא
האלב פון זיבעצן איז 7 אדער 8?
א דריטל איז 5 אדער 6?
און א ניינטל איז 1 אדער 2?

גייען זיי אריבער צום רב, דער רב פאטראכט זיך און נאך צוויי מינוט לייכט אויף זיינע אויגן, ער גייט צו צו זיין לעדל ער נעמט ארויס נאך א דיימענד און לייגט דאס צו צום פעקל און יעצט האבן מיר 18 דיימאנטן.

18 צוטיילן אין האלב איז 9
18 צוטיילן און דריי איז 6
און צום סוף טיילט מען עס אין 9 און די תוצאה איז 2

ער געבט 9 פאר יאנקל, 6 פאר ברוך און 2 פאר מנחם
9+6+2 איז צוזאמען...17!
און ער פירט צוריק אחר כבוד זיין דייאמנט צו זיין סעיף!

וואס גייט דא פאר וואו איז נעלם געווארן די 18טע?
און די גרעסערע שאלה איז: צו האט דער רב טאקע ריכטיג צוטיילט די ירושה?
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:39 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:32 am

א זעקסטל פון 18 איז 3
אויב די אנדערע ברודער האבן באקומען א גרעסערע חלק ווי ס'קומט זיך ווייל מ'האט צוגילייגט נאך א דיימאנט, פארוואס זאל די קליינער אויך נישט באקומען א גרעסערע?

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:38 am

טוב לב האט געשריבן:א זעקסטל פון 18 איז 3
אויב די אנדערע ברודער האבן באקומען א גרעסערע חלק ווי ס'קומט זיך ווייל מ'האט צוגילייגט נאך א דיימאנט, פארוואס זאל די קליינער אויך נישט באקומען א גרעסערע?

יאפס געמאכט א מיסטעיק
שוין געפיקסט
דער קליינער באקומט א ניינטל נישט א זעקסטל
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:03 am

האלב און א דריטל און א ניינטל איז נאכנישט הודערט פראצענט.
קומט אויס אז די טאטע האט נישט געוואלט ציטיילען די גאנצע ירושה און מיטן צולייגן נאך א דיימאנט קומט אויס אז יעדער האט באקומען א גרעסערע חלק אזוי איז די גאנצע ירושה ציטיילט געווארן. עפעס וואס די טאטע האט נישט געוואלט
(אזויפיל קען איך נאך יא רעכענען :smile: )

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:08 am

טוב לב האט געשריבן:האלב און א דריטל און א ניינטל איז נאכנישט הודערט פראצענט.
קומט אויס אז די טאטע האט נישט געוואלט ציטיילען די גאנצע ירושה און מיטן צולייגן נאך א דיימאנט קומט אויס אז יעדער האט באקומען א גרעסערע חלק אזוי איז די גאנצע ירושה ציטיילט געווארן. עפעס וואס די טאטע האט נישט געוואלט

;l;p-

גוט געזאגט!

אבער די איראנישע חלק איז אז ווען מנעמט די איבעריגע חלק און מטיילט עס ווידער און 2 3 9 און אזוי ווייטער די וואס בלייבט קומט מען אויך אן צו די נאמבער

למעשה די קאמפיוטער איז נאר א קאמפיוטער און ער ווערט סטאק ביי א געוויסע נאמבער
ווייל ביי מיר ווייס איך אז 9+6+2 איז 17
סא 8.9999999 + 5.99999 +2 איז עפעס ווייניגער פון 17

Screen Shot 2020-02-12 at 11.06.56 AM.png
Screen Shot 2020-02-12 at 11.06.56 AM.png (43.46 KiB) געזעהן 478 מאל
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

Staple
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 31, 2020 9:15 am

תגובהדורך Staple » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:33 am

אלע חלקים אינאיינעם איז נאר 94.44444444% וואס מן צוטיילט און 17 איז יעדע חלק 5.555555556% וואס דאס איז פינקט נאך איין חלק דאס האט די רב צוגעלייגט

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:44 am

Staple האט געשריבן:אלע חלקים אינאיינעם איז נאר 94.44444444% וואס מן צוטיילט און 17 איז יעדע חלק 5.555555556% וואס דאס איז פינקט נאך איין חלק דאס האט די רב צוגעלייגט

יא אבער דא כאפט די פראדוקס
ווייל מצד אחד 9 איז נישט קיין האלב פון 17, 6 איז נישט קיין דריטל און 2 איז נישט קיין ניינטל
אבער ווען מוויל צוטיילן די גאנצע פארמעגן וועט דאס זיין די נאמבערס, און די ריכטיגע נאמבערס!
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:53 am

אויב פארשטיי איך גוט האט די טאטע איבערגעלאזט א אכטצענטל פון די ירושה וואס ער האט נישט צעטיילט.

Staple
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 31, 2020 9:15 am

תגובהדורך Staple » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:54 am

איינס האט געשריבן:
Staple האט געשריבן:אלע חלקים אינאיינעם איז נאר 94.44444444% וואס מן צוטיילט און 17 איז יעדע חלק 5.555555556% וואס דאס איז פינקט נאך איין חלק דאס האט די רב צוגעלייגט

יא אבער דא כאפט די פראדוקס
ווייל מצד אחד 9 איז נישט קיין האלב פון 17, 6 איז נישט קיין דריטל און 2 איז נישט קיין ניינטל
אבער ווען מוויל צוטיילן די גאנצע פארמעגן וועט דאס זיין די נאמבערס, און די ריכטיגע נאמבערס!
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (23.13 KiB) געזעהן 439 מאל

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:56 am

טוב לב האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט האט די טאטע איבערגעלאזט א אכטצענטל פון די ירושה וואס ער האט נישט צעטיילט.

און וואס זאלמען טון מיט דעם?
מנעמט דאס און מצטייטל דאס נאכאמאל,
דו האסט א אנדער אפשן וואס צו טוען מיט דעם?
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

Staple
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 31, 2020 9:15 am

תגובהדורך Staple » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:57 am

וואס ער האט געדארפט באקימען און וואס ער האט באקימען איז די זעלבע נאמבערס

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:59 am

פארוואס זאגסטו אזוי ער וואלט געדארפט באקומען 8.5 און באקומט למעשה 9
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:02 pm

איינס האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אזוי ער וואלט געדארפט באקומען 8.5 און באקומט למעשה 9

17 צוטיילט און האלב איז 8.5

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:03 pm

למעשה אבער באקומט ער 9

און ענד אוו די געים באקומט יעדער וואס סבלאנגט איהם אן צונעמען פון א צווייטן זיין חלק
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:07 pm

איינס האט געשריבן:למעשה אבער באקומט ער 9

און ענד אוו די געים באקומט יעדער וואס סבלאנגט איהם אן צונעמען פון א צווייטן זיין חלק

זיי נעמען אוועק פון די ביסל וואס די טאטע האט איבערגעלאזט. אפשר האט עס די טאטע געוואלט געבן פאר צדקה?

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:08 pm

סא לאמיר זאגן דער טאטע זאגט אז די גאנצע פארמעגן זאל ווערן צוטיילט פאר זיינע 3 זוהן
און די סדר איז האלב א דריטל און א ניינטל
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

Staple
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 31, 2020 9:15 am

תגובהדורך Staple » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:11 pm

אייביג ווען מען צוטיילט ירושה וועט מען נעמען די טאטעל פרעצענט און צוטיילען אויף 100 און דעס האט די רב געטון

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:27 pm

אבער דא איז דא א פראבלעים אז דער טאטע האט נאר געלייגט 94%
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

תגובהדורך אלופי אדום » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:26 pm

איינער קען מיך זאגן פארוואס מיין קאפ דרייט זיך
מיין לופי'לע........

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:27 pm

אלופי אדום האט געשריבן:איינער קען מיך זאגן פארוואס מיין קאפ דרייט זיך

אה, דאס איז שוין א שווערע חידה?...
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט