תגובהדורך גרשון » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:11 pm
פארלוירענע געלט...
ברוך און בערל האבן ביידע געצויגן זייער חיונה דורכ'ן פארקויפן אייער. זיי פלעגן יעדן טאג פארן צום דערנעבנדיגן דארף, איינהאנדלען א טעוועלע וועלכע האט אנטהאלטן דרייסיג אייער, און זיי דערנאך פארקויפט אין שטעטל. דער פרייז איז אבער נישט געווען אייניג ביי ביידן; אין דער צייט וואס ברוך האט געגעבן דריי אייער פאר איין זלאטע און געענדיגט דעם טאג מיט צען זלאטעס, האט בערל געגעבן בלויז צוויי פאר דעם פרייז און געלייזט פופצן זלאטעס א טאג.
אין א טאג האבן די צוויי זיך צאמגערעדט, און באשלאסן אז ס'פעלט נישט אויס אז ביידע זאלן יעדן טאג פארן אין דארף און פארקויפן די אייער אויפ'ן מארק. פון היינט און ווייטער וועלן זיי ארבעטן בשותפות. איין טאג ווען ברוך פארקויפן זיינע אייער און בערל'ס אייער, און דער אנדערער טאג וועט בערל פארקויפן, און דער פרייז וועט בלייבן דער זעלבער ווי ביז יעצט: פינף אייער פאר צוויי זלאטעס.
אומר ועושה, דער קומענדיגער טאג האט זיך ברוך געשטעלט אויפ'ן מארק ווי דער פלאן, און ביז'ן סוף טאג האט ער אויספארקויפט אלע זעכציג אייער. אהיימקומענדיג ציילט ער אפ דאס געלט – 24 זלאטעס. אבער איין מינוט, כאפט ער זיך, יעדן טאג מאכן מיר אינאיינעם 25 זלאטעס, וואו איז די לעצטע זלאטע פארשוואונדן געווארן? בערל וועט מיך אוודאי חושד זיין אז איך האב עס גע'לקח'נט, איך ווייס דאך אבער ביי מיר אז פונקטליך אזויפיל האב איך געמאכט!
אפשר קענסטו העלפן די צוויי ארעמע פעדלער טרעפן די פארלוירענע זלאטע?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש