חידות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מסתבר
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2015 10:36 am

תגובהדורך מסתבר » מיטוואך יולי 29, 2015 4:16 pm

כתב ולשון, כ'האב נישט געגלייבט אז איינער וועט זיך מטריח זיין און שרייבן די תירוצים, דו ביזט געוואלדיג, (כמעט) מיט אלעם צוגעטראפן!

הערות:‏

7) יא די זעלבע ויגמול שקדים.‏

10) בנימין'ס צען זון ובני בנימין בלע ובכר וגו' (בראשית מ"ו כ"א), וואס האבן געהייסן על שם זייער פעטער יוסף'ס פאסירונגען (רש"י בראשית מ"ג ל' ד"ה כי נכמרו רחמיו).

14) גוט געזאגט אבער געמיינט האב איך עפעס אנדערש. עיבל, נאמען פון א מענטש ועיבל (בראשית ל"ו כ"ג), נאמען פון א בארג על הר עיבל (דברים י"א כ"ט).

15) שכם, שכם בן חמור (בראשית ל"ד ב'), שכם משפחת השכמי (במדבר כ"ו ל"א), עיר שכם (בראשית ל"ג י"ח), שכם אחד על אחיך (בראשית מ"ח כ"ב, ופירש"י ושכם לשון חלק הוא), וישימו על שכם שניהם (בראשית ט' כ"ג).

מסתבר
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2015 10:36 am

תגובהדורך מסתבר » דאנארשטאג יולי 30, 2015 12:35 pm

וועלכע פסוק זאגט מען יעדן טאג אין יאר לכל הפחות 10 מאל. דורכאויס די גאנצע וואך (וואס באשטייט פון 7 טעג) 2 טעג זאגט מען עס 19 מאל, 2 טעג זאגט מען עס 18 מאל, 2 טעג זאגט מען עס 17 מאל, און שבת קודש זאגט מען עס בלויז 10 מאל?

מסתבר
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2015 10:36 am

תגובהדורך מסתבר » דאנארשטאג יולי 30, 2015 8:44 pm

ענטפער - די פסוק: ה' הושיעה המלך יעננו ביום קראנו:

2 טעג 19 מאל - מאנטאג און דאנערשטאג.
2 טעג 18 מאל - דינסטאג און מיטוואך.
2 טעג 17 מאל - זונטאג און פרייטאג.
שבת קודש 11 מאל (בטעות געשריבן אין די פראגע 10 מאל).

מאנטאג און דאנערשטאג 19 מאל:
מעריב שיר המעלות 3 מאל, והוא רחום 1 מאל, שחרית קרבנות 3 מאל, הודו 1 מאל, יהי כבוד 1 מאל, תחנון והוא רחום 1 מאל, ואנחנו לא נדע 1 מאל, למנצח יענך 1 מאל, ובא לציון 1 מאל, קוה אל ה' 3 מאל, מנחה קרבנות 3 מאל, סך הכל 19 מאל.

דינסטאג און מיטוואך 18 מאל:
מען זאגט נישט ביי תחנון קיין והוא רחום איז עס מיט 1 ווייניגער, קומט אויס 18 מאל.

זונטאג 17 מאל:‏
מען זאגט נישט ביי מעריב מוצאי שב"ק קיין שיר המעלות איז עס מיט 3 ווייניגער ווי דינסטאג מיטוואך, אבער מען זאגט עס 1 מאל ביי מעריב ואתה קדוש, און 1 מאל ביי הבדלה, איז בלויז איין ווייניגער ווי דינסטאג מיטוואך, קומט אויס 17 מאל.

פרייטיג 17 מאל:‏
מען זאגט נישט קיין תחנון ואנחנו לא נדע (לפי מנהגינו) איז עס מיט 1 ווייניגער ווי דינסטאג מיטוואך, קומט אויס 17 מאל.

שבת קודש 11 מאל:
מען זאגט נישט ביי מערבית קיין שיר המעלות איז עס מיט 3 ווייניגער ווי דינסטאג מיטוואך דהיינו בלויז 15, און נישט קיין תחנון ואנחנו לא נדע איז נאר 14, און נישט ביי קוה אל ה' 3 מאל, קומט אויס 11 מאל.‏

יעזור השי"ת שיתקיים ה' הושיעה המלך יעננו ביום קראינו.‏

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 6:59 pm

וועלכעס פון די צוויי קויפט זוגתי שתחי' ענדערשט וועגען א פרומקייט
בילד
בילד

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 7:07 pm

אן די שטריק, וועגן שבת אז עס זאל נישט זיין קיין קשר אפי' ביי איין מאל?
הק' איש ימיני

שלעפעריג
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 2:22 am

תגובהדורך שלעפעריג » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 7:09 pm

חשש חילול שבת ביים קניפן

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 7:33 pm

אזעלכע בטלנים :roll:
מיט די בענדלעך דארף מען נישט מאכען קיין איין קשר
אז מען פילט עס נישט אן צום מאקסימום
און מיט אן עניבה האלט זיך עס
פריוו מאך אן עניבה אוף די אן בענדליך

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 6:34 pm

צוויי טעג און לעבן וואס די האסט נישט קיין פיר-און-צוואנציג שעה. ???

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 6:39 pm

יום הלידה ויום המיתה אחר מאה ועשרים שנה
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:06 pm

בדרך צחות: ערב שבת און מוצאי שבת...

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 6:22 am

ויתן לך האט געשריבן:צוויי טעג און לעבן וואס די האסט נישט קיין פיר-און-צוואנציג שעה. ???

ווען מען פארט פון מערב העולם קיין מזרח,
פון אינמיטן זומער ביז אינמיטן ווינטער איז די טאג נאר 23:59 ווייל עס ווערט יעדען טאג אביסעל פריער נאכט פון די פאריגע טאג,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 4:29 pm

קיקיון האט געשריבן:אזעלכע בטלנים :roll:
מיט די בענדלעך דארף מען נישט מאכען קיין איין קשר
אז מען פילט עס נישט אן צום מאקסימום
און מיט אן עניבה האלט זיך עס
פריוו מאך אן עניבה אוף די אן בענדליך

מעג מען דען מאכן א עניבה אויף א גארביטש בעג?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 4:32 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:מעג מען דען מאכן א עניבה אויף א גארביטש בעג?

פארוואס נישט?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 4:49 pm

ווייל א עניבה איז נאר מותר בצירוף אז עס איז נישט קיין קיימא,
אויב גייט עס קיינמאל נישט גע'עפענט ווערן הייסט א עניבה אויך א קניפ.

לאז מיר עס אביסעל קלארער מסביר זיין עס איז דא א מחלוקה רש"י מיט די רי"ף וואס מיינט א קשר של קימא צו א קשר וואס איך גיי נישט עפענען די נעקסטע שטיק צייט,
אדער א קשר וואס איז א שטארקע קשר וואס מען מאכט געווענליך ווען מען וויל אז א זאך זאל זיך האלטען פאר א לאנגע צייט,

רש"י זאגט אז עס ווענט זיך אין מיין כוונה יעצט ביים קניפ, און די רי"ף האלט אז איך קוק אויפן מהות הקשר, אונז זענען מיר מחמיר לויט ביידע שיטות, סיי אונז מאך מיר נישט קיין שטארקע קניפ און סיי אונז מאך מיר נישט קיין קניפ וואס מען גייט נישט עפענען,
משא"כ א עניבה אויף די בעקיטשע אדער שיך גייט מען היינט נאכט עפענען איז לויט ביידע מותר, לויט רש"י ווייל מען גייט עס היינט עפענען און לויט די רי"ף ווייל א עניבה הייסט א קשר שאינו של קימא ווייל געווענליך ווען מען וויל עפעס זאל זיך האלטען לאנג מאכט מען נישט קיין עניבה [מען דארף טאקע וויסען אז אויב איינער ווייזט אז ער גייט אויף זיין מוצאי שבת זאל ער אינזענען האבן בשעת'ן צובינדען די שיך אז ער גייט עס אויסטוען היינט נאכט ווייל עס איז דא שיטות אז 24 שעה הייסט שוין א קשר של קיימא]

משא"כ א עניבה אויף א גארביטש בעג טאר מען נישט מאכן לויט רש"י ווייל עס איז א קשר של קיימא לויט אים [על זמן ארוך]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 4:54 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווייל א עניבה איז נאר מותר בצירוף אז עס איז נישט קיין קיימא,
אויב גייט עס קיינמאל נישט גע'עפענט ווערן הייסט א עניבה אויך א קניפ.

לאז מיר עס אביסעל קלארער מסביר זיין עס איז דא א מחלוקה רש"י מיט די רי"ף וואס מיינט א קשר של קימא צו א קשר וואס איך גיי נישט עפענען די נעקסטע שטיק צייט,
אדער א קשר וואס איז א שטארקע קשר וואס מען מאכט געווענליך ווען מען וויל אז א זאך זאל זיך האלטען פאר א לאנגע צייט,

רש"י זאגט אז עס ווענט זיך אין מיין כוונה יעצט ביים קניפ, און די רי"ף האלט אז איך קוק אויפן מהות הקשר, אונז זענען מיר מחמיר לויט ביידע שיטות, סיי אונז מאך מיר נישט קיין שטארקע קניפ און סיי אונז מאך מיר נישט קיין קניפ וואס מען גייט נישט עפענען,
משא"כ א עניבה אויף די בעקיטשע אדער שיך גייט מען היינט נאכט עפענען איז לויט ביידע מותר, לויט רש"י ווייל מען גייט עס היינט עפענען און לויט די רי"ף ווייל א עניבה הייסט א קשר שאינו של קימא ווייל געווענליך ווען מען וויל עפעס זאל זיך האלטען לאנג מאכט מען נישט קיין עניבה [מען דארף טאקע וויסען אז אויב איינער ווייזט אז ער גייט אויף זיין מוצאי שבת זאל ער אינזענען האבן בשעת'ן צובינדען די שיך אז ער גייט עס אויסטוען היינט נאכט ווייל עס איז דא שיטות אז 24 שעה הייסט שוין א קשר של קיימא]

משא"כ א עניבה אויף א גארביטש בעג טאר מען נישט מאכן לויט רש"י ווייל עס איז א קשר של קיימא לויט אים [על זמן ארוך]


הרב קקיון רעדט מסתמא פון בלויז אן עניבה - אין איר רעדט פון אן עניבה ע"ג קשר.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 4:56 pm

אן קיין ע"ג קשר
נאך מער א קשר חד איז אסור,
דהיינו דעי קשר אינטער די עניבה אליינס הייסט אויך א קשר של קיימא לויט רש"י שבת מעג מען פלעין צאם דרייען די שטריק נישט איינס אינעם צווייטען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 12:56 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אן קיין ע"ג קשר
נאך מער א קשר חד איז אסור,
דהיינו דעי קשר אינטער די עניבה אליינס הייסט אויך א קשר של קיימא לויט רש"י שבת מעג מען פלעין צאם דרייען די שטריק נישט איינס אינעם צווייטען.

איז מותר אדער אסור
מיר זעט אויס פון דא און דא אז אן קשר תחתיו איז א עניבה נישט קיין פראבלעם אפילו עס איז עומד להתקיים

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:49 am

קיקיון האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אן קיין ע"ג קשר
נאך מער א קשר חד איז אסור,
דהיינו דעי קשר אינטער די עניבה אליינס הייסט אויך א קשר של קיימא לויט רש"י שבת מעג מען פלעין צאם דרייען די שטריק נישט איינס אינעם צווייטען.

איז מותר אדער אסור
מיר זעט אויס פון דא און דא אז אן קשר תחתיו איז א עניבה נישט קיין פראבלעם אפילו עס איז עומד להתקיים

גערעכט טעיתי די סתם צוזאמען נעמען די צוויי שטריק איז טאקע יא מותר להלכה, נאר די שלייף איז אסור.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 07, 2016 11:16 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן: גערעכט טעיתי די סתם צוזאמען נעמען די צוויי שטריק איז טאקע יא מותר להלכה, נאר די שלייף איז אסור.

אויך ווען עס האט נישט א קשר תחתיו ?

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:09 pm

אברהם קוקט אויף שרה אבער שרה קוקט אויף יצחק. אברהם איז פארהייראט, יצחק איז נישט.
איז דאס פאלגענדע ריכטיג?
"א פארהייראטע מענטש קוקט אויף אן אומפארהייראטע."
א. יא
ב. ניין
ג. מען קען נישט וויסען.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:13 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:אברהם קוקט אויף שרה אבער שרה קוקט אויף יצחק. אברהם איז פארהייראט, יצחק איז נישט.
איז דאס פאלגענדע ריכטיג?
"א פארהייראטע מענטש קוקט אויף אן אומפארהייראטע."
א. יא
ב. ניין
ג. מען קען נישט וויסען.

יא, ממה נפשך
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:36 pm

ריכטיג, שנעל צוגעטראפן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 11:54 am

קיקיון האט געשריבן:אזעלכע בטלנים :roll:
מיט די בענדלעך דארף מען נישט מאכען קיין איין קשר
אז מען פילט עס נישט אן צום מאקסימום
און מיט אן עניבה האלט זיך עס
פריוו מאך אן עניבה אוף די אן בענדליך

איז דא א דיון אז די מיט בענדלעך איז א שאלה
צוליב צוזאמציען א שטריק אין א לאך אזויווי א פייפ (איך געדענק נישט די ווארט דערפון)
אבער די פוסקי זמנינו זענע מתיר צוליב עס איז נישט קיין פייפ נאר די בעג איז ארויסגעבויגן און צוגענייט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:46 pm

באקומען אויף בליץ פאסט פון הרב לייב שטערנבערג
QUESTION OF THE WEEK:
When would someone miss 2 consecutive Tefilos and then daven
3 Shemona Esrei’s at the next one ?

איך ווייס פון גאר א פשוטע פתרון אבער איך גלייב נישט אש ער מיינט דאס
ןןעלען מיר דארפען ןןארטען אויף נעקסטע וואך?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:31 pm

ער דאווענט פארן עמוד די דריטע מאל חזרת הש"ץ


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 32 געסט