מיין ADHD עקספיריענס'ס

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

fiena nieas האט געשריבן:ווען גייט מען ווייטער?

ביטע נישט בעטן צו גיין ווייטער אזויווי מאנכע טענה'ן אז עס קען ברענגן מער שאדן ווי תועלת יישר כח ואתכם הסליחה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

fiena nieas האט געשריבן:ווען גייט מען ווייטער?


די הייסע לופט אינעם אשכול ביז אהער, איז לכאורה די סיבה פארוואס ס'גייט נישט ווייטער,

איך פערזענליך האלט אזויווי עדאלט און איך זעה אויך פארוואס ער גייט אזוי ווייט ארויס פון די גרעניצן, דאס איז:
1) ווייל איך האב אויך דאס זעלבע מיטגעלעבט

2) בעיסט אויף עטליכע ביכער (פון לייסענסט דאקטוירים) אויף דעם טאפיק, סיי ביכער פון די ערשטע יארן ווען ס'איז בכלל געבוירן געווארן די בוכשטאבן ADD ווען מ'האט עס אנערקענט אין די מעדיקל וועלט, און סיי שפעטערע ביכער ווען מ'האט שוין געהאט מער פראוו פון טעסט קעיסעס, און מער קלאר ארויסגעהאט אלע אספעקטן ארינגס און ארום (Edward M. Hallowell, John j. Katey)

3) בעיסט אויף די אינטערעקשאן וואס איך געהאט מיט פארשידענע דאקטוירים אין טערעפיסטס במשך די לעצטע 15 יאר אלס ערוואקסענער לגבי מיר אליינס און אויך לגבי אנדערע, אריינגערעכנט קינדער מיט היפש בולט'דיגע AD"H"D

און אפילו איך ווייס אויך פון אנדערע שיטות אויף דעם טאפיק, אנגעהויבן ביי די וואס דיסקרעדיטן בכלל דעם מציאות פון אזא דיסארדער, זיי האלטן אז ס'איז סתם מידות, זריזות עצלות זהירות וכו' וואס מ'דארף פשוט ארבייטן דעראויף, און אנדערע וואס האלטן אז אפילו ס'איז יא דא אזא מציאות לויט די היינטיגע לעבנסשטייגער (סקול קלעסרום סעטינג, און דשאב 9-5, עסעמבלי ליין וכו') וואס מאכט עס מער א בולט'דיגע מציאות היינט ווי אין דער אמאליגע וועלט, אבער האלטן עכ"ז אז מעדיקעישאן טויג נישט,

בין איך נאך אלץ ביי דער זעלבער מיינונג ווי עדאלט (פארשטייענדיג אז איך האב אלע רעכטן צו זיין אויך ראנג)
ווייל גאלדענע'ס עקזעמפלס אינעם ארטיקל זעהט אויס סאך מער ווי נאר פשוטע ADHD

וואס בדרך אגב איז שוין היינט דא וואס האלטן אז מערערע ADD ADHD דיאגנאזירטע קינדער האבן אויך נאך עפעס אנדערע על-עמ-ענ-או-פי'ס צוזאמען דערמיט, וואס איז אמאל א עקסטערע זאך בלי שייכות און אמאל א תוצאה פונעם וועג וויאזוי מ'בהאנדלט אדער באהאנדלט נישט די ADD
(kids in the syndrome mix, by Martin l. kutscher)

כ'האב סתם געטראכט אז אפשר איז א מעגליכקייט אז גאלדענע זאל יא קענען גיין ווייטער, נאר אויב:
1) גאלדענע זאל אליינס ארויסשטעלען אנהויב פון יעדע סעריע א קלארע ברחל בתך הנאקעטע דיסקלעימער איבער די מעדיקל מיינונג'ס פארשידענהייטן אויפן דיאגנאזירן פראצעס, און די יש אומרים אז מ'טוט פאלשערהייט דיאגנאזירן צוסאך קינדער ווען ס'איז נישט ריכטיג, און דערנאך אויפן מהלך וויאזוי אומצוגיין, כדי מ'זאל נישט ציען צו קיין החלטות פונעם ארטיקל בעפאר מ'טוט אליינס אדורך אלע אספעקטן

2) אויב איינער וויל אפווענדן גאלדענע'ס אפשאצונג זאל ער נישט אריינהאקן מיט קיין טענה'ריי און אטאקירן ח"ו, נאר ברענגן אין 1 קורצע שורה מראה מקומות פון מעדיקל ביכער וואס זענען אין קעגענזאץ,
און פונקט אזוי אויב וויל גאלדענע איבערווייזן גערעכטיגקייט צו זיינע ווערטער זאל ער אויך ברענגען לכה"פ איין מראה מקום דעראויף נישט סתם א חבר טעראפיסט, סי בי טי, וכו', זאל ער באקומען פון יענעם חבר א מראה מקום, (אפילו אויב ס'מיינט דורכלערנען א טייל פונעם בוך צו באקענען זייער בליק איבערן נושא),

און אזוי וועט זיין סיי די אווערנעס חלק, און סיי די ידיעות איבער אלע מהלכים בהענין.
אבער אויב וויל מען זיך שוין אויסטעהנען איבער די מהלכים דעמאלס זאל עס שוין טאקע נאר זיין אין א אנדערע אשכול און דא נאר א לינק וואס פירט אהין,

אזוי וועט מען זיך נישט דארפן ארומרייסן און שטערן קיינעם'ס אשכול, און אפשר גאר וועט גאלדענע אינז ביידע דערלייכטן די אויגן און איבערגעווינען צו האלטן מיט יענע שיטה
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מיט שיינע הסברים און שפאנענדע מעשיות איז נישט קיין וועג צו איבערצייגן ווען מרעדט דא אסאך מאל איבער דיני נפשות. ודו"ק.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”